☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ''סאטמאר פלייש'' פון בארא פארק איז מודה און אנטשולדיגט זיך

''סאטמאר פלייש'' פון בארא פארק איז מודה און אנטשולדיגט זיך

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6533

sefish » פרייטאג מאי 30, 2014 11:16 am

· #203578
''סאטמאר פלייש'' פון בארא פארק איז מודה און אנטשולדיגט זיך
עס איז נישט א סוד די מוסברויכן וואס קומען פאר ביי די סאטמארע פליישן אנגעהויבן מיט צומת הדגים און געענדיגט ביי די ווערעמיגע צוויבעל אין די SAUTEED לעבער און אלעס אינדערמיט. (דאס לעצטע איז גאר ווייטאגליך ביודעי ומכירי אז דער צוויבל סוחר האט זיי געוויליגט צו פארקויפן גוטע צוויבל פאר ביליגער, אבער זיי ווילן דוקא די ווערמדיגע מכשיל צו זיין נאך מער אידן וכדי קצף ובזיון) ווי צו ווייזן אז זיי שרעקן זיך נישט אפצופארן און קאמפליט זיך מאדעראנאזירן האבן זיי געלייגט א פוסטע וואלגארישע עד פארגאנגענע וואך אזוי אז די אריזאנע מצה כרעמזלעך פון אחרון של פסח איז מיר ארויפגעקומען.

אבער לא אלמנה ישראל נאך א קול מחאה פון די עסקנים אז דער עד איז דאך ממש היפך פון אונזערע מסורה אז שבועות איז א מילכיגע קרעפל דעלקעלע יום טוב האט מען ליידער גענומען דעם הר סיני און עס פארוואנדעלט אין א פלייש סטעיק.

📎 Capturesf1.JPG

רא"ט האט געסטראשעט אז ער גייט רעדן דערפון ביים קרעפל פשעטל, י"ש גאלד האט צוריקגעשיקט זאגן אז דער בילד זעט דאך אויס ווי א סלייס פיצא איז מה כל הרעש? וועט מען עס איינזעצן אז ס'איז מילכיגע פיצא. די פרעשור האט זיך געשטארקט ווען קונים פון סאטמאר פלייש האבן געסוויטשט צו מענדעלסאונ'ס פיצא, און די ווערעם פון די צוויבל לעבער האבן געסטרייקט האט סאטמאר פלייש נישט א ברירה געהאט, און יעצט וועט מען האפן אז ס'זאל שוין זיין וישמעו רחוקים ויבואו.

📎 Capturesf.JPG

כוכב » פרייטאג מאי 30, 2014 11:30 am

· #203584
לאז אידישקייט אין א זייט, די עד איז גרויליג פון א גראפישע שטאנדפונקט.

פישלע העררינג » פרייטאג מאי 30, 2014 11:39 am

· #203588
\

sefish » פרייטאג מאי 30, 2014 11:47 am

· #203596
כוכב
לאז אידישקייט אין א זייט, די עד איז גרויליג פון א גראפישע שטאנדפונקט.

קאן זיין אבער דאס איז שוין נישט סאטמאר'ס שולד! דאס האט א קאמפעני געמאכט, לאז אפ סאטמאר!.......

גאלד » פרייטאג מאי 30, 2014 12:11 pm

· #203602
כוכב
לאז אידישקייט אין א זייט, די עד איז גרויליג פון א גראפישע שטאנדפונקט.

לאז די גראפישקייט אין א זייט דער שטיקל בארג סיני פלייש קוקט נישט אויס אפעטיטלעך,
קוק אויף די פאמעגרענעטס פלייש עדס יענס קוקט אויס ווי לעבעדיגע אבר מן החי,

sefish » פרייטאג מאי 30, 2014 12:42 pm

· #203609
גאלד
כוכב
לאז אידישקייט אין א זייט, די עד איז גרויליג פון א גראפישע שטאנדפונקט.

לאז די גראפישקייט אין א זייט דער שטיקל בארג סיני פלייש קוקט נישט אויס אפעטיטלעך,
קוק אויף די פאמעגרענעטס פלייש עדס יענס קוקט אויס ווי לעבעדיגע אבר מן החי,

ווי כאילו דאס איז ממש די פלייש פונעם געשעפט... דאס האט דאך אויך מיט די גרעפיק!
נאר איך פארשטיי דיין פארווייטאגטע אגענדע..

כוכב » פרייטאג מאי 30, 2014 1:05 pm

· #203617
גאלד, אפשר מעג איך וויסן דיין אנדערע ניק, פלאי פלאים ווי דו פארזעסט נישט די פארשטופסטע תגובות אין שטיבל, און אויב האט עס די מינדעסטע שייכות מיט דיינע אנשויאונגען ביזטו באלד דא צו רעאגירן.

גאלד » פרייטאג מאי 30, 2014 1:43 pm

· #203631
sefish
גאלד
כוכב
לאז אידישקייט אין א זייט, די עד איז גרויליג פון א גראפישע שטאנדפונקט.

לאז די גראפישקייט אין א זייט דער שטיקל בארג סיני פלייש קוקט נישט אויס אפעטיטלעך,
קוק אויף די פאמעגרענעטס פלייש עדס יענס קוקט אויס ווי לעבעדיגע אבר מן החי,

ווי כאילו דאס איז ממש די פלייש פונעם געשעפט... דאס האט דאך אויך מיט די גרעפיק!
נאר איך פארשטיי דיין פארווייטאגטע אגענדע..

או עם דשי!!!
איך קען שוין נישט זיין סארקאסטיש אויך נישט??!!
איז נישט די גאנצע אשכול א קאמישע סארקאסטישע נושא?
טשיל איט!!

sefish » פרייטאג מאי 30, 2014 1:46 pm

· #203632
דו קומסט אבער נישט אריבער סארקאסטיש, ס'איז אין איינגקלאנג און גאנג מיט אלע דיינע תגובות. וועט עס זיין פאני ווען א חסידישע איד פארשטעלט זיך פורים ווי א חסידישע איד? או עם דזשי! זאג אמאל עפעס אנדערש ווי געווענליך!

גאלד » פרייטאג מאי 30, 2014 1:52 pm

· #203635
אוי פליז!!
האסטעמער געהערט אזאנס!
זיי נישט אזוי דיפענסיוו און פערענויט,
תאמין לי כאנישט געמיינט קיין שום בייז,
כ'וואלט געשריבן די זעלבע זאך פאר סיי וועלכער עד,

sefish » פרייטאג מאי 30, 2014 1:53 pm

· #203636
איך האב דיר געגלייבט

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 30, 2014 4:45 pm

· #203669
רבותי: ס'קוקט אויס אז אינז האמיר שוין נישט קיין אנדערע דאגות, ב"ה. איך האב נאך א זארג אויב די טשיעז פיללינג אין די קרעפלעך וועט זיין געניג זיס... 😕 😂 🙄 😂 😃 😠 😛 😳 😮 😉