☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » צניעות תקנות אין די שטרענגע מוסלימענישע לאנד Qatar

צניעות תקנות אין די שטרענגע מוסלימענישע לאנד Qatar

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6528

זיגמונד פרויד » דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:44 pm

· #203428
צניעות תקנות אין די שטרענגע מוסלימענישע לאנד Qatar
איך האב זיך דערפרייט צו טרעפן דעם באריכט וועגן די שטרענגע דיני צניעות צווישן אונזער געטרייע מוסלימענישע ברודער. אפשר וועלן רבנים דאס וועלן ניצן פאר תקנות אויף די קומענדיגע מערכה. (פארוואס נישט, סאיז דאך ממש א שאד)

סכאפט נאר א שרעק טראכטינדיק ווי סוואלט אויסגעקוקט ווען אמעריקה וואלט געצווינגען אלע טוריסטין\איינווינער צו רעספעקטען די קריסליכע לבוש. השם ירחם...

<a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/news/article-2641453/Qatars-clothing-modesty-campaign-clarifies-stance-leggings-new-advertising-campaign.html">http://www.dailymail.co.uk/news/article ... paign.html</a>

סאיז אויך כדי דורך צי בליקן די comments אינם באריכט.
📎 article-2641453-1E4345C600000578-790_634x915.jpg

עוד מישהו » פרייטאג מאי 30, 2014 11:22 am

· #203583
האבן די משוגעים דארט אויך ארגאניזירט כינוסים פאר די פרויען? בעצם ביי אונזערע מוסלעמענע קוזינעס ארבעט עס די זעלבע ווי ביי אונז, אפאר משוגענע רבנים און צעדרייטע עסקנים אלע פון זיי מענער, צו דעם אלעם שטעלן זיך אפאר געברעינוואשטע רעביצינס און רעדנערינס וואס צווינגען די פרויען זיך אנצוטוען לויט זייערע קאפריזן.

ביי זיי איז עס אימאם'ס און שעיכן להבדיל, די שיטה איז אבער די זעלבע.
אגב פונקט ווי ביי אונז איז נישט צניעות'דיג פאר א פרוי צו טרייבן א קאר איז עס ביי זיי אויך אזוי, אויף אזוי ווייט אז אין געוויסע פלעצער איז פארהאן א חיוב מיתה.
מיין ראש ישיבה פלעגט זאגן, אזוי ווי עס אידישט זיך אזוי גוי'ישט זיך.