☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע סידי - שמעי ענגעל - כלל

נייע סידי - שמעי ענגעל - כלל

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6521

סאשי פיש » מיטוואך מאי 28, 2014 7:57 pm

· #203290
נייע סידי - שמעי ענגעל - כלל
נפתלי משה שניצלער פרעזענטירט א נייע סידי,
מיטען נאמען (אין שום יואוש בעולם) כלל.
געזונגען דורעך שמעי ענגעל.
ניגונים זענען קאמפזירט דורעך יוסי גרין, פינקי וועבער, ליפא שמעלצער, מאטי איליוויטש, יוצי וואלדנר, ברוך לעווין, מאיר אדלער.

איין ניגון איז פון שלמה קאלבאך זי"ע וואס קומט יעצט ארויס צום ערשטען מאל!

פאר א פריוואו דא

די דעקל

4683_big.jpg


אין סטאדיא

0011_3966578.jpg


מיטן ילד הפלא יוצי ראזינגער

0012_1728652.jpg

sefish » מיטוואך מאי 28, 2014 8:41 pm

· #203298
סאשי פיש

איין ניגון איז פון שלמה קאלבאך זי"ע וואס קומט יעצט ארויס צום ערשטען מאל!

זי"ע, און ניטאמאל א ר'?

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 28, 2014 8:43 pm

· #203300
שוין ווייטער מיט די פרצופים...
שוין געזעהן שענער'ס...
אה, דו זיגנסט שיין? נו, נו, כ'בין גרייט צו הערן. אבער דיך צו זעהן?! וואס עפעס?

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 28, 2014 9:50 pm

· #203315
I love Shimi

רויטע וואנצעס » מיטוואך מאי 28, 2014 9:51 pm

· #203316
שמעקעדיג
I love Shimi


אריין אין לאוו אטאקע אשכול.

סאשי פיש » דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:46 am

· #203338

קאנצעפט » דאנערשטאג מאי 29, 2014 4:27 am

· #203353
קאווע טרינקער
שוין ווייטער מיט די פרצופים...
שוין געזעהן שענער'ס...
אה, דו זיגנסט שיין? נו, נו, כ'בין גרייט צו הערן. אבער דיך צו זעהן?! וואס עפעס?


א מין גערעדאכטס... א זינגער איז אלל אבאוט זיין כאראקטער, און זיין פערזענדליכע מעסעדזש, און דער דעקל - אזוי ווי ביי יעדן ארטיסט אין דער אלגעמיינער פעלד- זאגט אסאך איבער אים, זיין צוגעלאזנקייט וואס זעט זיך אן אויף זיין פנים, צו זיין 'לעט גאו' פערסאנאליטי, דאס איז וואס מענטשן ווילן הערן און זען איבער זייער ארטיסט, און איך גלייב אז מ'וועט עס קענען הערן אויפ'ן אלבום אין די ניגונים אויך...

אט איז א סינגל אויף עברית וואס שמעי האט שוין ריליעסט:
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=TES2yT4fk6w&sns=tw">https://www.youtube.com/watch?v=TES2yT4fk6w&sns=tw</a>

לית דין בר נש » דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:02 am

· #203388
ווי איז ער דא?
אין מקוה אדער אין ים הגדול?

מצטמק ויפה » מיטוואך יוני 11, 2014 7:16 pm

· #205608
געקויפט דעם סידי ( אין כאטש וואס איך האב עס באקומען דורך דרייוו, און ווי אויך האלט איך אז על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, האב איך זיך ברוך השם מתגבר געווען, און מקיים געווען דעם פיפטן חלק שלחן ערוך, וואס פשוט אלס מענטשליכקייט אז יענער האט אריינגעלייגט אזויפיל שעות, און איך גיי דאך הנאה האבן דערפון, נו? מצטמק וואו איז דיין הכרת הטוב, ממילא בין איך עס ארויס געגאנגען קויפן.) צירוק צום נושא, איך האב זייער הנאה פונעם סידי, עס איז זייער א שיינע קאלעקש"ן יעדער וועט מן הסתם טרעפן א ניגון וואס רעדט צו איהם.
די אידישע ניגון איז הערליך שיין, קאמפאויזט דורך מאטי אילאוויטש, ער זינגט אויך אויף דעם ניגון, הערליך שיין.
מאיר אדלער האט געמאכט א היט פון א ניגון "אמר להם" א שנעלע שיינע ניגון.
בערי וועבערס ניגון "אין עוד מלבדו" איז ממש חד בעולם א ניגון מלא חידושים, געוואלדיג.
יוסי גרינ"ס ניגון איז נישט ספעציעל כאטש וואס עס האט שיינע תניעות.
פינקי'ס ניגון "השקיפה" איז זייער שיין, נישט קיין חידושים, אבער דאך שיין און הארציג.
בנוגע די ענגלישע ניגון מיין איך אז די היברעישער ווערסיע פונם ניגון (וואס פאָרט ארום) הערט זיך אסאך שענער און רייכער.
אבער אווע"ר אל"ל שמעי, האסטו געמאכט א הערליכע ארבייט "האַלט אָן"!

פיינע קאווע » זונטאג יוני 22, 2014 12:06 pm

· #207399
שמעי. כהאב יעצט געהערט דיין נייע סידי. עס האט אלע אידישע טעמים. ישר כח

לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:41 pm

· #220267
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2886">viewtopic.php?f=34&t=2886</a><!-- l -->

George » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 1:40 pm

· #221594
זייער א שיינע סידי, טענק יו שמעי !