☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פארוואס האט מען פארמאכט די ישיבות און ת"ת אויף לאנגע שעות?

פארוואס האט מען פארמאכט די ישיבות און ת"ת אויף לאנגע שעות?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6508

האמת_לאמיתו » דינסטאג מאי 27, 2014 5:09 pm

· #202956
פארוואס האט מען פארמאכט די ישיבות און ת"ת אויף לאנגע שעות?
שוין אדורך די שבעה פונעם לעצטן לייב. ס'האט זיך אפגעטוהן א געקלאגעריי יעצט איז די צייט צו ענטפערן פאר די וואס ווילן וויסן די פאקטן

פארוואס האט מען פארמאכט די ישיבות און ת"ת אויף לאנגע שעות?
האט מען עס געטוען ביי נאך איין גבאי'ן פון עני רבי אין די וועלט?
פארוואס האט מען אריין געטראגן די ארון אין ביהמ"ד?

דער ענטפער ליגט אין דעם בייגעלייגטן אטעטשמענט וואס וועט אייך אויפדעקן די ריכטיגע ראלע פונעם "געטרייען" ר' עזריאל בערוב ימיו פונעם ברך משה זי"ע.

איידער איר עפענט דעם אטעטשמענט, דא האט איר א באדייט איבער וואס דער שמועס באציט זיך:

דער ערשטער "העצע שמועס" באציט זיך צו א תקופה בשנת תשס"ב-תשס"ג ווען קהל קרית יואל האט מפרסם געווען אז מ'גייט אויפנעמען פרישע דיינים מומחים בשדה חו"מ לדון ולהורות בין איש ובין רעהו. ס'איז געווען דעמאלטס א פארלאנג צו נעמען מער ארויס פון די היימישע סירקל, האט מען גערופען עטליכע חשובע תלמידי חכמים פון שיכון סקווירא פאר די פאזיציע.
פאר משה פר"מ, דער דעמאלטסדיגער מושל בכיפה, האט דאס נישט געשמעקט, אז מ'טוט דא עפעס אן זיין רשות, האט ער סתם אזוי כדי צו צייגן פארן בן סורר אז ער איז נאך בעל הבית אנגעהויבן א העצע ביים ברך משה אז מ'ווארפט אים שוין ווייטער ארויס פון קרית יואל... ווייל מ'נעמט אויף א פרישע בית דין.
און דא האט "דער לעצטער לייב" ר' עזריאל, (יא דער "געטרייער" גבאי המיתילוגי) זיך צוגעכאפט צו די געוואלדיגע מצוה פון אנהעצן אן אלטן ניינציג יעריגן טאטן, א רבן של ישראל, קעגן א זון א גדול בתורה ובמעשים, א רב בישראל.
📎 זריל העצט1.JPG
📎 זריל העצט2.JPG
📎 זריל העצט3.JPG

דאס צווייטע איז ווען דער "געטרייער" גבאי ר' עזריאל האט געהעצט אז דער ברך משה זאל נישט אריינקומען צו די הקפות אין ביהמ"ד הגדול, און אז ער זאל גאר אנרופען קיין קרית יואל אז דער בנו הגדול זאל נישט אריינקומען, וועגן זיין "רביצין"...

ווער עס געדענקט, יענעם חוה"מ איז הגה"צ ר' שמעון זאב חדב"ן אריינגעקומען צום זיידן, ער איז נאך דעמאלטס געווען אויף די פארעווע ליסטע (...) ער פרעגט דעם ברך משה אויב זיין שווער זאל אריינקומען אויף יו"ט, דער רבי שרייט אויס "זיכער". "ווי קען איך פראווען שמחת תורה אן דעם רב [אזוי האט דער ב"מ אים גערופען], וואס ער פריידט זיך מיט די תורה א גאנץ יאר"????!!!

ר' שמעון זאב האט דעמאלט געקאלט דעם שווער קיין קרית יואל, און דערלאנגט דעם טעלעפאון פארן זיידן דער ברך משה,
און דער רבי האט זיך גענומען וויינען צום רבי'ן שליט"א פארוואס ער "וויל נישט" אריינקומען אויף יו"ט?...

און נאכדעם האט ר' עזריאל זיך אויסגערעדט "פארוואס ר' אהרן שפירט אזוי קאלט צו מיר?!"....

זאלן עם קעגען קומען בעולם העליון זיינע מעשים טובים,
זיין חתימה אויף די פאפירן אין בג"צ הציוני,
זיינע מעשי רציחה אויף הגה"צ ר' אביש אין קראלי,
זיין רציחה אויף די המשך הדורות פון רביה"ק זי"ע וד"ל,
זיין מבזה זיין רביה"ק מיטן אויסטראכטען מעשיות יעדען טאג לפי זיין רצון,
דאס אלעס זאל עם אנקעגען קומען נאכדעם וואס רביה"ק האט זיכער געמאכט אז ער זאל נישט קומען לקבורה אין זיין חלקה אין בית החיים.

יעצט פארשטייט איר שוין אז ס'איז אים געקומען אז לכבודו זאל מען "על פי פקודת הקודש" מבטל זיין לימוד התורה פון תינוקות של בית רבן פאר אזויפיל שעות?!

יעצט איז נאר צייט צו ווארטן אז מען זאל אויפשטעלן א גרויסען אוהל אויף ציון און מאכן א עלי' לציון ל"ד בעומר

באגלייט אויך די בג"ץ פאפירן מיט די נאמען הרמן גליק
📎 עזריאל אויף די תביעה אין בג''ץ_jpg.jpg
📎 עזריאל אויף די תביעה אין בג''ץ_jpg.jpg

פלעין יודיש » דינסטאג מאי 27, 2014 5:26 pm

· #202965
פאר אראפברענגן אזא שיינע בירור מיט אזעלעכע קלארע פאקטן וואלסטו געקענט בלייבען מיט דיין אמעתע ניק
ס'איז א שאד אז די אלע לייקס וואס די גייסט יעצט באקימען פאר דער רייכן סודות אויפגעדעקטע אשכול זאל נישט גיין פאר דיין עכטע ניק נאמען, נאר פאר עפעס א נייע געבוירענע נארישע ניק

גאנצל » דינסטאג מאי 27, 2014 5:49 pm

· #202973
דאס איז נאר א חלק פון זיינע מעשים טובים

ווי אזוי א איד אין די יארן האט דאס געקענט פאר א איד אין זיינע יארן ווייס איך נישט

וגם דמו פונעם הייליגן ברך משה הנה נדרש

אבי גערעדט » דינסטאג מאי 27, 2014 6:22 pm

· #202989
הגם כ'בין נישט א חסיד פון באשמיצן אידן לאחר פטירתם ( נישט אז לפני פטירתם בין איך יא א חסיד.. אבער שוין.. ) אבער דא איז דאכט זיך א אויסנאם , אולי ואולי אז מ'וועט רעדן דא דערפון און אידן וועלן זיך אפלערנען צו שטיין ווייט פון וויי טאן א צווייטן וועט אים עס זיין א עילו נשמה , אלענפאלס, מען קען דעם איד דן זיין לכף זכות, אז ער איז שוין אויך נישט געווען דאן אין די אינגע יאהרן.., און וואס ווייסטו וואס די בריונים האבן אים דעמאלט געסטראשעט אויב ער וועט נישט שטיין לצידתם און טאן די אלע פעולות ( כ'קען זיך מצייר זיין אז מ'האט אים דאן געסטראשעט מיטן סאמען ערגסטען.. אז ער וועט נישט קענען ליגן נעבן הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל וואס שם איוה למושב לו.. ווער ווייסט.. ) אלענפאלס לאמיר זיך אפלערנען דערפון און שטיין ווייט פון מחלוקת כמתחוי קשת, ליבערשט זיין פון די נרדפים , אדער ווי מ'רופט עס היינט לוזער"ס, ווי איידער וויי טון א צויייטן איד, ווער רעדט נאך פון א רבן של ישראל

יין שרף » דינסטאג מאי 27, 2014 6:43 pm

· #203000
איך פאנג נישט אן צו פארשטיין די גאנצע שמועס דא.... און איך זעה אז דער ברך משה ז"ל איז מיט מיר...

אויב און נאכאמאל "אויב" די שמועס איז אמאל געווען, זענען דא ריקארדינגס דערפון??? האט מען געוואוסט דערפון ביז היינט???
קאן זיין אז איך שאץ אונטער סאטמאר... אבער לדעתי מיז איך נישט אלעס גלייבן ווייל איינער האט אזוי געטייפט מיט א אלטע פאנט...

אבי גערעדט » דינסטאג מאי 27, 2014 7:24 pm

· #203018
די רעקארדינגס זענען דא, און זענען געווארן אויפגעשפילט ברבים פאר א ציבור פון איבער 2 טויזענט סאטמאר חסידים

יין שרף » דינסטאג מאי 27, 2014 7:28 pm

· #203019
ווען? וואו? וואס?

אבי גערעדט » דינסטאג מאי 27, 2014 8:30 pm

· #203046
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=1858086&forum_id=16386">www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_i ... m_id=16386</a><!-- w -->

signout » מיטוואך מאי 28, 2014 12:07 pm

· #203182
יין שרף
ווען? וואו? וואס?

ביי די לעצטע א' שמות מסיבות איז א גרויס חלק דערפון געווארען אויפגעשפילט