☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די קארופציע מיט "טעג"

די קארופציע מיט "טעג"

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6506

סאו וואט » דינסטאג מאי 27, 2014 2:05 pm

· #202888
די קארופציע מיט "טעג"
ס'איז שוין היינט ווייט פון א סוד, און וואויל ברייט-באקאנט פאר יעדער מענטש, אז די פירמע "טעג" פון איחוד הקהילות לסוהר המחנה, וואס ווערט אנגעפירט בנשיאות ובהנהלת כ"ק האדמו"ר [ר' שמואל מרדכי פארטיגאל] מטעג שליט"א, איז נאר כדי צו באקומען רום, מאכט, כבוד המדומה, ועל כולם געלט, צו שארן א הון תועפות און זייער באנק אקאנטס.
אזוי ווי מיר זעהן און מס' שבת ל"ג ע"ב אז ר' שמעון בר יוחאי האט געזאגט אויף דער שטאט רוים, אז דעיס וואס זיי טוען שוין יא, איז נאר פאר זייער וועגן, און מיינען גארנישט ליהנות בהם בני אדם, און דאס זעלביגע דא אויך, דעים ביסעל גוטס וואס קומט שוין יא ארויס פון זיי, איז גארנישט למען כבוד שמים, נאר אדרבא ההיפוך, כבוד סקולען און כבוד ממון.

דער עשקן ר' שרגא פריעדמאן שיחי' וואס און סקולען גופא, קוקט מען איהם אן ווי א גראב יונג מילד גערעד, דרייט זיך דארט מיט זיין קאפפי אין דער האנט, שפאצירט אזוי ארום דאס גאנצע בית מדרש, און שמועסט אזוי געמיטליך אינמיטן דאווענען ביום השבת, האט אויף אן אונטערוויו אין קול מבשר, בתוכן דבריו, אז פארדעים האט מען קובע געוועהן דער מעמד פאר נשי בארא פארק מיטוואך נאכט, און נישט דאנערשטאג נאכט, ווייל דעמאלס איז גרינגער פאר די פרויען, ווייל ליל ששי זענען זיי פארנומען, און ווי אויך ווייל טייל מוסדות האבען שוין קובע געוועהן זייער דינער'ס יענע נאכט, ממילא האט מען עס קובע געוועהן מיטוואך נאכט, עכתו"ד.

למעשה זעה איך אז כולל חבת ירושלים [ווי וויכטיג דער הייליגע טייערע מוסד פאדערט זיך א באזונדערע אשכול, ועוד חזון...] פאמפט שוין ארום פון וואכן פריער אז זיי מאכען זייער דינער מיטוואך נאכט, און למעשה האב איך געוואלט פארשטיין, פארוואס האט מען זיך נישט גערעכנט מיט זיי אויך. הכלל, כ'האב מיך פאראינטרעסירט, איז אזוי דער מעשה. כ'בין געוואר געווארן, אז דער מנהל פון חבת ירושלים ר' בעריש רובין שיחי' האט אנגערופן דער טעג'ער רבי און געפרעגט היתכן, ער פלאנט שוין פון חדשים פריער זיין דינער אויף יענער נאכט, און ס'גייט זיין פאר איהם א הפסד אויב איחוד הקהילות מאכט אן אסיפה פאר פרויען יענע נאכט. עכ"פ האט ער געוואלט אז טעג זאל אפשטיפען זייער איווענט, מיט לכאורה גוטע טענות. האט איהם דער שפיץ חכם, וואס דער חכמה און גאונות דערקענט זיך אויף איהם, דער טעג'ער רבי גע'ענטפערט, בזל"ק: ענק רעכענען זיך נישט מיט אונז, דארפ'ן מיר זיך נישט רעכענען מיט ענק, עכל"ק. אין אנדערע ווערטער, קהלת באבוב 48 שטעלט זיך נישט צו צו איחוד הקהילות, דארפען מיר זיך נישט רעכענען מיט ענק.

פארשטייט זיך אויב איז דער מעמד כולו לשם שמים, און אזא ענטפער אבסורד משוקץ ומאוס. השנית, וואס טוט זיך מיט קהלת קלויזענבורג, בלאזוב, בעלזא, סטיטשין, ועוד, וואס זענען זיי שולדיג? און וואס איז שולדיג די פאר נעבעכ'דיגע ירושלימ'ע משפחות וואס ווארט בכליון עינים אויף אביסל שטיצע און געהאלט פון חבת ירושלים?

עכ"פ א טיילווייזע רשימה מיט וועם איחוד הקהילות האט זיך צוקריגט, אדער מ'רעכענט זיך נישט פאר זיי: באבוב 48, סאטמאר מהר"א, קלויזענבורג, בלאזוב, בעלזא, סטיטשין.

אין אנדערע נייעס בין איך געוואר געווארן אז דער גרויסע העלדישע עשקן, שטייציך כולו לשם שמים, ר' חיים מאיר מארקאוויטש שיחי' זוכט א דזשאב און טוט כל מיני השתדלות'ען צו ארבעטן פאר איחוד הקהילות, פארשטייט זיך כדי צו קענען ווערן באצאלט, ווייל ער ווייסט פאר א פאקט אז ס'דא דארט גרויסע געלטער, און מ'קען שיין זיצן אויף א גרויסע געהאלט, סאו אויב ווייסט איינער א פתח פתוח אדער האט קאנעקשענס צו קענען ארבעטן פאר טעג העולמי, זאל ביטע פרובירן א טובה טוען פאר העלדישען עשקן.

zurich » דינסטאג מאי 27, 2014 2:36 pm

· #202894
וואס האט דיך חיים מאיר שלעכטס געטוען?

כוכב » דינסטאג מאי 27, 2014 9:16 pm

· #203073
סאו וואט, דיין סאדיזם איז צום גרוילן, אויסער שעלטן ווי בלעם הונדערט און איין מענטשן בנשימה אחת האסטו נאך עפעס אויף דיין סדר היום?

Yossy » דינסטאג מאי 27, 2014 9:35 pm

· #203079
וויאזוי מאכט מען געלט אויב זיי רעכענען נישט קיין פעני .? איז דא .א government program. פאר דעם?

ממרום שלח אש » דינסטאג מאי 27, 2014 9:44 pm

· #203082
פארוואס איז דאס נישט אין צימעס?

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 28, 2014 1:21 pm

· #203194
טאקע באמערקט הענגן גרויסע "היום" צעטלעך פון כולל חבת ממון, און די טע"ג ליילעכער אויף די ערד.
=
כ'הער אז בלאזוב איז צוטייטלט, האלב גייען צום דינער און האלב גייען בעבי סיטען.

פישלע העררינג » מיטוואך מאי 28, 2014 1:26 pm

· #203196
איך זעה אויף די נייע פאוסטערס אז נחמיה גאטליעב איז אפגרעידעד געווארן צו יושב ראש איחוד הקהילות "העולמי".

נישט הרחובי.

נישט הכפרי.

נישט העירי.

נישט המדיני.

נישט הקאנטינענטי.

נאר ה-ע-ו-ל-מ-י!...

יין שרף » מיטוואך מאי 28, 2014 1:45 pm

· #203204
וויפיל קאסט אזא פאסטן???

Chuchem » מיטוואך מאי 28, 2014 2:00 pm

· #203208
. . . אני חושב שאנחנו לא צריכים לפתוח אשכול חדש עבור כולל חבת ירושלים, אנחנו יכולים רק לכתוב באשכול הזה כמה אחוזים המנהל לוקח לעצמו

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1406">viewtopic.php?f=24&t=1406&start=125</a><!-- l -->

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 28, 2014 8:26 pm

· #203296
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ווען ביסטו אדורך געגאנגען די "טעג" אפיס?! 11 אזייגער פארטאגס? אן ערליכע איד דארף דאך דאווענען. זיי זענען עפעס ציונים אדער מאדערנע, אויפגעקלערטע, ח"ו, אז זיי זאלן דאווענען שחרית אום 7 אדער 8 אזייגער. והשנית. דער טעפל קאווע וועט נישט אנטלויפן. אפילו מ'עט איהם טרינקען לאחר חצות היום. ס'נישט קיין אפיקומן. ביסט סתם מוציא שם רע אז זיי ארבעטן! בעיני ראיתי. איך בין עטליכע מאל אריינגעגאנגען אין אלטן חסד לאברהם אפיס, האביך אייביג געטראפן די חשוב'ע אידן דרימלען ביי אן אפענעם קאמפיוטער. מיט א גלעיזל קאווע אויפ'ן טיש... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😛 😳 😢 🙂 😞 😉 😮

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 28, 2014 8:30 pm

· #203297
Chuchem
. . . אני חושב שאנחנו לא צריכים לפתוח אשכול חדש עבור כולל חבת ירושלים, אנחנו יכולים רק לכתוב באשכול הזה כמה אחוזים המנהל לוקח לעצמו

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1406">viewtopic.php?f=24&t=1406&start=125</a><!-- l -->

יותר קל לחשב כמה אחוזים הוא נותן למוסד הקדוש!!!... 🙄 😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😢 😉 😞 😮