דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #6505
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6505
יישר כח ממי שאמרו.
איך וויל פארשטיין אביסל ווייטער. נניח אז א יונגערמאן דארף זיין בא'הבנ'ט אין הלכות פון שבת און אין יו"ד ח"ב. זיצט ער דען נישט 7 יאר אין ישיבה? למען השם ותורתו, 7 יאר מיינט בערך 280 טעג א יאר, מאל 10 שעה פער טאג, קומט דאך דאס אויס צו די אסטראנאמישע ציפער פון, נו @פארוואס? העלף ארויס דא מיט די הויכע אריטמעטיק, 19,600 שעה! עטס הערט? כמעט צוואנציג טויזענט שעות פון לימוד התורה!! א מיליאן מיט הונדרעט זעקס און זיבעציג טויזענט מינוטען פון לימוד התורה... איז דאס נישט גענוג אויף קונה צו זיין הלכות שבת? אויף קונה צו זיין ש"ס? אויב דויערט עס פאר א בחור צו לערנען א בלאט גמרא גרונטלעך בערך 2 שעה, דארף ער האבן 5,580 שעות פאר גאנץ ש"ס, דאס מיינט אז אין 19,600 שעות וואלט ער געקענט אדורכלערנען ש"ס גאנצע 3 און א האלב מאהל!!
אה, וואס מאכסטו זיך נעריש פישל'ע... ווייסטו דען נישט וויאזוי די בחור'ישע יארן זעהן אויס? האסטו נישט געליינט די פאעזיא פון יאפטשיק?
אהא, הייסט עס אז וויבאלד מען האט געלאזט א בחור, אין זיינע פריים לערנונגס יארן, אפפוסטעוון און ליידיג גיין פאר מער פון א מיליאן מינוטען, נאך רעכענענדיג שכר לימוד פאר דעם סערוויס, ברויך יעצט דער יונגערמאן שימלען נאך אפאר יאר דאס צו ערגענצן? דערפאר דארף זיין ווייב - די כל כבודה בת מלך פנימה'לע - ארויסגיין ארבעטן צווישן פרעמדע מענער און זיין אנגעוויזן אויף איר בעלבאס'עס טובה? דארף ער זיין לחרפה ולדראון אין גראסערי בפרהסיא ווייזן זיין פיי סאמעך קארטל כלומר איך בין ארים ווי דער נאכט?
די כולל יארן זענען ווי די צעטלעך פון א בעל דרשן. אויב ווייסט ער אז ער האט די צעטלעך אויפ'ן שטענדער, פארלאזט ער זיך אויף זיי און ער געדענקט נישט פון אויסענווענדיג די פונקטען וואס ער וויל ארויסברענגן. אויב קומט ער אבער גרייט און קאנפידענט, אהן די צעטלעך אין טאש, על כרחו, איף הי קנאויז וואטס גוט פאר הים, וועט ער געדענקן גענוי וואס ער האט צו זאגן, ווייל ער האט נישט קיין אנדערע משענת.
כלומר, ווען נישט וואס א בחור ווייסט אז ער האט דאך די כולל יארן, וואלט ער געמאכט זיכער עפעס אויפצוטוהן אין די בחור'ישע יארן, וויסענדיג אז אם לא עכשיו אימתי, אויב לערנט ער נישט יעצט בלייבט ער א מן הארץ לדורות עולם צו די געלעכטער פון זיינע אור-אור אייניקלעך.
יעדער כולל האט א יוצא מן הכולל אויסער אונזער כולל...

פישל'ע העררינג
יעדער כולל האט א יוצא מן הכולל אויסער אונזערע כוללים...
ממש, נישט קיין איין יוצא מן הכלל??? ס'איבער געטריבן! ס'דארף דאך זיין א קולדז' ווי מ'לערנט זיך צו זיין א ר' מענדל זילבער 🙂
זייער שיין ממי שאמרו, יישר כח.
איך האב נאכנישט געליינט די געסקענטע בלעטער, אבער עס איז מיר א חידוש אז דו ביזט ערשט יעצט געוואויר געווארן אז סאטמאר רבי איז געווען קעגן כוללים, עס איז ברייט באקאנט אז ער האט נישט געוואלט עפענען א כולל, ביז ער האט געזעהן אז די יונגע גייען סיי ווי אין כולל, און לכבוד דעם גייט מען צו די פרעמדע קרייזן, האט ער דאן געעפנט אן אייגענעם כולל.
מען דערציילט אז איינער האט זיך גע'עקש'נט פאר סאטמאר רבי'ן אז ער וויל נישט גיין ארבעטן, נפשו חשקה בתורה. האט אים דער רבי אויסגעפרעגט וויפיל שעה א טאג ער פלאנט צו לערנען אין כולל, ווען ער האט געזאגט אכט שעה, האט אים דער רבי געזאגט אז דאס קען ער באווייזן מיטן ארבעטן אויך, ער דארף נישט לכבוד דעם גיין אין כולל.
בפשטות פארשטיי איך בכלל נישט די קאנצעפט פון א כולל, עס איז נישט צום לעבן און נישט צום שטארבן, נישט צו רוחניות און נישט צו גשמיות. ווער עס האלט ביים לערנען וועט לערנען אן א כולל אויך, און ער וועט נאר מער מצליח זיין אן א כולל, ווען ער וועט קענען לערנען לויט זיין געשמאק און ספיד, העכסטנס וועלן זיך מאכן גרופעס אין ביהמ"ד פון אינגעלייט וואס ווילן לערנען אינאיינעם א געוויסע מקצוע. און ווער עס האלט נישט ביים לערנען איז די כולל זיכער א חורבן, סתם א צייט אנברענגעניש וואס מאכט נאר צרות ברוחניות ובגשמיות.
קיין פרנסה קען מען פון כולל נישט האבן, אויב מען האלט איין די זמנים אויף הונדערט פראצענט קען מען - נאך א יאר נאך די חתונה - באקומען גענוג געלט אויף צו באצאלן די פיש ארדער, וזהו. און אויב מען קומט נישט נאך די זמנים, וואס דאס איז דער מציאות ביי רוב אינגעלייט, וועט עס אויף דעם אויך נישט קלעקן.
היינטצוטאגס ווען די סטאנדארט איז געווארן אז א כולל איז כמו ישיבה, מען דארף דארט גיין אפגעזעהן צו מען האלט יא אדער נישט ביים לערנען, האט דער כולל זיכער נישט קיין שום פשט.
דאס בעסטע וואלט געווען איינצופירן אז מען זאל גיין ארבעטן גלייך נאך די חתונה, און פארשטייט זיך צו האבן א שיעור צופרי און ביינאכט.
די גמרא זאגט אז רבן גמליאל האט נישט אריינגעלאזט אין ביהמ"ד נאר איינעם וואס איז תוכו כברו, פרעגט די וועלט ווי אזוי האט דער שומר הפתח געקענט סקענען דעם מענטש צו ער איז תוכו כברו אדער נישט? טייל ענטפערן אז מען האט פשוט און פראסט צוגעשפארט די טיר און קיינעם נישט אריינגעלאזט, און די וואס זענען געווען תוכם כברם, זיי האבן עס געמיינט אמת'דיג, האבן שוין געטראפן באיזה אופן א וועג אריין.
ווען דער סטאנדארט וואלט געווען אז מען גייט ארבעטן גלייך נאך די חתונה, וואלט עס נישט אוועקגעשלעפט קיינעם פון מצליח זיין אין לערנען, די וואס האלטן דערביי וואלטן שוין געטראפן וועגן און צייטן ווען און ווי אזוי צו מצליח זיין אין תורה. חז"ל זאגן: אלף נכנסים למקרא, יוצאים מהם מאה למשנה, יוצאים מהם עשרה לתלמוד, אחד מהם יוצא להוראה. דאס איז נישט געמאכט פאר יעדן צו ווערן א דיין, און דער וואס איז יא געמאכט פאר דעם, וועט שוין טרעפן א וועג דערצו.

ברסלבערעס איז מיר א חידוש אז דו ביזט ערשט יעצט געוואויר געווארן אז סאטמאר רבי איז געווען קעגן כוללים, עס איז ברייט באקאנט אז ער האט נישט געוואלט עפענען א כולל, ביז ער האט געזעהן אז די יונגע גייען סיי ווי אין כולל, און לכבוד דעם גייט מען צו די פרעמדע קרייזן, האט ער דאן געעפנט אן אייגענעם כולל.
אגב לפי ידיעתי, אין כולל אין קרית יואל זענען דא ממונים וואס נעמען קער ווען זיי זען א אינגערמאן האלט נישט ביים לערנען מאכן זיי זיכער אז ער גייט ארבעטן, און מען רעדט צו די עלטערן אויך זיי זאלן נישט זיין אזוי באזארגט
אפשר איז דאס געווען א כוונה תחלה עס צו דרוקן, מען זאל וויסן אז אפילו מען פארלאזט דעם כולל דעם ערשטן חודש איז אויך גאנישט
ברסלבערחז"ל זאגן: אלף נכנסים למקרא, יוצאים מהם מאה למשנה, יוצאים מהם עשרה לתלמוד, אחד מהם יוצא להוראה. דאס איז נישט געמאכט פאר יעדן צו ווערן א דיין, און דער וואס איז יא געמאכט פאר דעם, וועט שוין טרעפן א וועג דערצו.
לויט דיין פשט וואלט געדארפט זיין אזוי, אין כתה אלף 1000 קינדער, ווידעראום כתה ג' ווי מ'לערנט שוין משניות, נאר 100 קינדער, און ווען מען קומט אן צו כתה ה' = גמרא דארפן 90 ארויסגיין, אזוי וועט נאר בלייבן די "עשרה לתלמיד". און ווען מ'האט חתונה און מ'לערנט הוראה, נאר 1 פער כולל.
וואס איז אבער לויט דיך די הלכה ביי א כולל וואס לערנט גמרא?? 😉
מען רעדט נישט פון די סכום וואס בלייבן ביי דעם לימוד, נאר פון די וואס זענען מצליח אינעם לימוד. אלע 1000 בלייבן ביזן סוף, אלע קענען גוט די חומש, הונדערט פון זיי קענען גוט משניות, צען קענען גוט גמרא, און איינער בלייבט וואס קען אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא.
אויף פלעין אידיש: 1000 קענען די בעסיקס, 100 קענען שוין מער, 10 קענען מפלפל זיין אין די ענינים, איינס פון טויזנט קען ארויסקומען מיט א קלארקייט אין די נושאים.
קענסט אביסעלע ארומטוישן די נומערן, אבער מער ווייניגער איז דער מציאות נאך אלץ אזוי.

נו, בין איך יא צוגעקומען צו וואס כ'האב געוואלט!
קומט אויס פון דיר, אז 1000 יונגעלייט דארפן גיין אין כולל אפילו נאר איינער וועט מצליח זיין??

ביזן אנקומען אין כולל האט זיך שוין מער ווייניגער אויסגעקלארט ביי יעדן אויף וועלכע מצב ער שטייט, אויב איז ער נישט פון די איינס פון טויזנט וואס וועלן מצליח זיין לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, האט ער נישט וואס צו זיצן א גאנצן טאג ביי די גמרא אדער שו"ע. ער דארף גיין ארבעטן און מקיים זיין מצות לימוד התורה לויט וויפיל ער קען אינדערפרי און ביינאכט.
און ביזן אנקומען אין ישיבה ווייסט נאכנישט דער בחור אז ער האלט נישט ביים לערנען??
ואה"נ, לפי דעתי, איז א גרויסע טעות, אז מ'לייגט אריין אלע בחורים אין ישיבות.

איינס אויפאמאל... קודם זאל מען פארעכטן די כוללים, און נאכדעם וועט מען זיך נעמען צו די ישיבות.
ועוד, דער כולל איז שוין אויפן חשבון פון נאך איינעם אדער מער.

פאר מ'נעמט אן א יונגערמען אין כולל דארף מען אים שטעלן צום פארהער צו זעהן וואס אלץ ער האט שוין קונה געווען בימי הבחרות. אויב האלט ער אויף א וועג און קען, למשל, א גרויס חלק או"ח יו"ד זאל מען אים אננעמען זיך צו קענען משלים זיין נאך צוויי-דריי יאר און אויסוואקסן א מורה הוראה. אויב האט ער אסאך ידיעות בסוגיות הש"ס און וויל זיך משלים זיין צו זיין א מגיד שיעור, איז אויך אקעי. אבער סתם יונגעלייט וואס האבן אפגעבטלט די בחורישע יארן באלאנגען נישט אין כולל.
איך וואלט געזאגט נאכמער, אז יעדע כולל יונגערמען זאל דארפן געבן שיעורים פאר בעלי בתים, זאל דאס זיין פארטאגס, ביינאכט אדער ביומי דפגרא אבער מ'זאל זעהן אז ער האט פאטענטשעל ס'זאל עפעס ווערן פון אים.
.
פארשטייט זיך אז מ'דארף זיי מפרנס זיין בדרך כבוד כדי זיי זאלן קענען לערנען בהרחבת הדעת. געלט דארף נישט זיין קיין פראבלעם מיט די סיסטעם ווייל מ'רעדט פון מאקסימום הונדרעט יונגעלייט פאר אזא שטאט ווי בארא פארק אדער וויליאמסבורג.

איך האלט אז די סיבה פארוואס א יונגערמאן קומט אן אין כולל נאך די חתונה איז ווייל ער האט נישט קיין שום פאך דין דער האנט און ער טויג צו גארנישט ער האט נישט קיין שום פלאן אויף ווייטער ממילא איז שב ואל תעשה די איינציגסטע זאך עס איז בידו.
וואלט ער ווען געקענט סיי וואס וואלט ער באלד געגאנגען ארבעטן און טון צו דער זאך און נישט אויסגעווארט ביז עס איז באו מים עד נפש און ער מוז נעמן א קוירס צו ווערן א באס דרייווער.

באמת איז כולל א ראנוועי פאר א אינגערמאנטשיק וואס האט קיין שום פאך אין די האנט און אין בעסטן פאל אן עזדאקאציע פון א דריטע קלאס סטודנט. יעצט זאג אים גיי ארבייטן ..... וואו?וואס? ווען? ... זאל ער זיך דרייען און פרייען ביז ב&ה איז זיך מרחם אויף אים? כולל איז א פלאץ פארן אינגערמאן וואס האלט אים אין א טעגליכען סקעזדשעאל מער ווייניגער. דאס יא , מ'דארף זיי מזרז זיין ווי שנעלער אפצוגאפלן פון שטח.
כוכב זעצט ... ברוך שכוונתי
כוכב זעצט ... ברוך שכוונתי
גראדע ר' שמואל שלמה פירט שוין לאנג א מערכה מיט די מרי לב וואס פראבירן אראפצושטעלן הרה''ק מסאטמאר אלס דערביטערטער מענטש וואס האט געהאט א ענין צו האבען א רוגזה יעדע שני וחמישי אין זיכן ווי מוחה צו זיין, ער ברענגט זייער שיין ארויס וואסערע איידעלער חן דער צדיק האט געהאט זיין נועם הליכות אין גאונות במידות החסד פאר יעדן איד,
ממי שאמרו: איך בין מסכים מיט 90% פון וואס דו זאגסט דא. נאר איין זייטיגע הערה. לגבי די סאטמארע רבי זי"ע בעל דברי יואל ו-ויואל משה. דו טענה'סט אז ער איז נישט געווען "בתוך עמי אני יושב". נישט רעאליסטיש. נאר אייביג עקסטרעם מחמיר. איך האב א ראי' פארקערט. אין ויואל משה, מאמר לשון הקודש שרייבט ער אז מ'זאל נישט רעדן עברית. "וכש"כ אלו שדרים בחו"ל". איז דאך אומדירעקט משמע אז ווען איינער וואוינט אין א"י און ר'האט נישט קיין ברירה מעיג ער יא רעדן עברית. (וואדען. וויאזוי וועט ער מסביר זיין פאר א באנק טעללער, למשל, וואס ער וויל. אויף אונגאריש?) . האביך פונקט געזעהן א קול קורא פון ארץ ישראל פון די תר"פ יארן. און אלע גדולי ירושלים זענען אינטערגעחתמ'ט אויף א חרם אז מ'זאל נישט רעדן די שפה הטמאה עברית "שרוח הטומאה שורה עליה". אפילו ווען מ'דארף עס פאר פרנסה. וכו'... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
[ציטאט אראפגענומען]
מהר"א האט עס געמאכט מען זאל נישט אריינפאלן צו דרשו
מהרז"ל האט עס געמאכט מען זאל נישט אריינפאלן צו תורתך שעשועי
מבקרנו, בין איך יא צוגעקומען צו וואס כ'האב געוואלט!
קומט אויס פון דיר, אז 1000 יונגעלייט דארפן גיין אין כולל אפילו נאר איינער וועט מצליח זיין??
וואס? דו קענסט גוט לערנען משניות, אפילו ס'נישט געפינטלט?... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
signoutגראדע ר' שמואל שלמה פירט שוין לאנג א מערכה מיט די מרי לב וואס פראבירן אראפצושטעלן הרה''ק מסאטמאר אלס דערביטערטער מענטש וואס האט געהאט א ענין צו האבען א רוגזה יעדע שני וחמישי אין זיכן ווי מוחה צו זיין, ער ברענגט זייער שיין ארויס וואסערע איידעלער חן דער צדיק האט געהאט זיין נועם הליכות אין גאונות במידות החסד פאר יעדן איד,
אויף זיין מערכה מיט די מרי לב ונפש, בין איך מסכים 100%. אבער זיינע ארטיקלען אין "בלאט" מאכט מיך ברעכן. ווען איך קען מיך שוין יא גובר זיין און ליינען זיינע שטותים. איך מיין אז ער דארף ווערן א שרייבער פאר יונגלעך פון כיתה א'... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙂 😉 😮
[ציטאט אראפגענומען]
הבנתי. ס'נאר להגדיל תורה ולהאדירה. .. 😃 🙂 😉 😂