☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » און וואס גייט זיין ווען די אורך השמלה וועט שוין גוט זיין?

און וואס גייט זיין ווען די אורך השמלה וועט שוין גוט זיין?

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6497

מאטי » מאנטאג מאי 26, 2014 9:34 pm

· #202705
און וואס גייט זיין ווען די אורך השמלה וועט שוין גוט זיין?
קיץ תשצ"א לפ"ק, לשכת הצניעות והמסתעף.
ראש העסקנים: חשוב'ע פארזאמעלטע, מיר זענען זיך צעזאמען געקומען דא צוליב א שרעקליכע פירצה וואס בוזשעוועט לעצטנס אין אונזערע גאסן. ס'האלט שוין ביי א מצב אז מ'קען פשוט נישט דורך גיין די גאס, אנע כעמישע רעאקציעס פון אונזערע טייערע איידעלע אינגעלייט, רחמנא לשיזבן.

עסקן א': איך פארשטיי נישט פון וואס מ'רעדט דא! גייען דען נישט אונזערע נשים מיט קליידער אכט אינטשעס אונטער די קניען? מיר האבן דאך דאס עוקר מן השורש געווען ב"ה די לעצטע צענדליגער יארן.
ווייסט איר דען נישט וויפיל קינדער האבן זיך נעבעך געדרייט אין די גאסן, אן א נארמאלן חדר צו ווערן אנגענומען, בלויז ווייל די אכזריות'דיגע עלטערן האבן זיך נישט געוואלט ברעכן, און גיין אונטער פינעף אינטשעס אזוי ווי די אמאליגע פריצות פלעגן ליידער גיין.

עסקן ב': איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט עסקן א', אין אייער נקודה זעט מען טאקע א שטיקל אכשר דרא ביי אונזערע טעכטער, אבער, ס'איז ווייט פון שלימות..ס'איז נאך אלץ "מעט אור " און מ'דארף נאך דוחה זיין "הרבה מן החושך". איר האט אבער אריינגעהאקט דעם ראש המדברים אינמיטן רעדן, לאמיר הערן וואס ער האט צוזאגן.

ראש העסקנים: אלזא דער מצב ליידער האט זיך דערקייקלט אזוי ווייט, אז מער און מער נשים חצופות זענען פשוט "דאר"! הנקרא בלע"ז ""סקיני"" !!. ווי שעמט זיך נישט א אידישע טאכטער אריינצוגיין אין א אידישע גראסערי, וואו עס דרייען זיך אונזערע אינגעלייט, אונזערע בחור'לעך שלא טעמו טעם חטא, מיט א ""סקיני באדי"" ר"ל .

איך וויל דא אדרעסירן די נשים דירעקט! איר מיינט אז מיר כאפן נישט וואס איר מיינט דא מיט אייער דארן גוף? לוינט זיך דען פאר די ביסל הנאה וואס מ'האט פון האבן א "סקיני באדי " אויפצורייצן די תאוה פון אונזערע מענער און בחורים, וואס מוטשען זיך שוין אזוי אויך מיט ביטערע נסיונות?

מיר קומען ארויס מיט די פאלגענדע רעזאלוציעס:

א יעדע מאמע וואס וויל אז אירע קינדער זאלן ווערן אנגענומען אין אונזערע מוסדות דארף זיך לאזן אפוועגן ביי אונז אין אפיס, מיר וועלן אויסשטאטן אונזערע אפיסעס מיט ספעציעלע "סקעילס" און מומחים וואס פארשטייען צו דעם.

א פרוי וואס וויל איר קינד זאל ווערן אנגענומען ביי אונז, מוז וועגן לכל הפחות "הונדערט פינעף און זיבעציג פונט (וכל המוסיף מוסיפים לה מן השמים).
אויב טרעפן זיך א פרוי וואס וועגט ח"ו ווייניגער ווי די פארלאנגטע וואג, וועט האבן דריי וואכן צייט דאס צו פאררעכטן, און דאן זיך נאכאמאהל שטעלן אויפן וואג. אויב די רעזולטאטן וועלן נישט טויגן, וועלן מיר זיין געצווינגען אהיימצושיקן דאס קינד.

געדענקט מיר האבן אייך געווארנט! האלט דאס נישט פאר גרינג.. פארוואס זאלט איר צוהארגענען דעם עתיד פון אייער קינד, פאר די נארישע הנאה פון האבן א "סקיני באדי " ר"ל.

פישלע העררינג » מאנטאג מאי 26, 2014 9:48 pm

· #202711
רעזאלוציעס פון די אסיפה:

א. מ'טאר מער נישט זינגען א'סקיני' סעודתא.

ב. ראש השנה טאר מען מער נישט אנרופן יום ה'דין'.

ג. א מומע וועט מען מהיום והלאה רופן "פעטער".

ד. די סוגיא פון אבנו 'סכינו' ומשאו וועט מען סקיפען אין די ישיבות.

מאטי » מאנטאג מאי 26, 2014 10:21 pm

· #202723
פישל'ע העררינג
רעזאלוציעס פון די אסיפה:

א. מ'טאר מער נישט זינגען א'סקיני' סעודתא.

ב. ראש השנה טאר מען מער נישט אנרופן יום ה'דין'.

ג. א מומע וועט מען מהיום והלאה רופן "פעטער".


און ס'וועט זיין "סקינתי בגלותא"

סאו וואט » מאנטאג מאי 26, 2014 10:23 pm

· #202724
דעמאלס וועלן שוין דער פרויען לאנג וואקן אויפ'ן גאס ווי נשי העלבראנץ....

דער מדובר וועט נאר זיין, אויב דער פנים מעג יא זיין אונגאנצען אפען, אדער נאר דער אויגען.

איך אויך » מאנטאג מאי 26, 2014 10:45 pm

· #202730
מאטי, דו ווייסט אז ביז אין דער נישט לאנגע פארגאנגענהייט האט דייקא א פעשע מאן/מיידל געהייסן געזונט און א דינער בחור/מיידל האט שווערליך געקענט טרעפן א שידוך?

רויטע וואנצעס » מאנטאג מאי 26, 2014 11:14 pm

· #202732
אין תשצ"א וועלן פרויען אין קיין גראסערי נישט מעגן גיין, ממילא וועט נישט זיין קיין אישו צו מ'איז דאר אדער גראב אינדערהיים.

איחוד פעלד » מאנטאג מאי 26, 2014 11:25 pm

· #202736
אויב זיי וועלען נישט טארען ארויסגיין וועט זיי נישט אהנגיין צו זיין גראב.

משולם שטיינפעלד » מאנטאג מאי 26, 2014 11:42 pm

· #202743
רויטע וואנצעס
אין תשצ"א וועלן פרויען אין קיין גראסערי נישט מעגן גיין, ממילא וועט נישט זיין קיין אישו צו מ'איז דאר אדער גראב אינדערהיים.

אין תשצ"א וועט קיין גראסערי מער נישט זיין, אלעס גייט זיין אנליין.

, חוץ אין וויליאמסבורג ווי צימערמאן וועט טעראריזירן די לעצטע גראסערי נישט צו פארמאכן, כדי נישט משנה צו זיין פון די מסורה

לעיקוואד » דינסטאג מאי 27, 2014 9:08 am

· #202803
די רבנים האבען ארויסגעדרוקט זייער שטארקע פארדרוס און זארג איבער די נייע פירצה וואס רופט זיך "פלאר". נאכדעם וואס אלע רבנים ופוסקים פה אחד האבען מכריע געווען קלאר אז די שיעור אורך השמלה מדאורייתא איז זעכציג אינטשעס אינטער די קניה, און האבען דאס מפרסם געווען אין אלע פלעצער וואס מעגליך. איז אפירגעקומען א שרעקליכע פירצה, נעמליך אז דער מחוצף דער ערד, וואס ער קומט זיך מיט פארשידענע לבושים און מען טאר זיך נישט לאזן נארען פון די נייע נעמען זיינע, אמאל רופט ער זיך סיידוואק אמאל גאס אמאל גראז אמאל סתם ערד אדער פלאר, און ער שטייט מיט א קשיות עורף און לאזט נישט די קליידער זיין גענוג לאנג, ער איז זיך מחליט אליינס וואס איז די מאקסימאם וואס א קלייד קען זיין , אמאל צוואנציג אינטשעס אמאל דרייסיג אינטשעס אמאל אפילו נאר אכצן אינטשעס (מאכט זיך אפט ביי מער נידעריגע מיידלעך), און ער שטייט אזוי שטייף און לאזט נישט אידישע קינדער מקיים זיין דעת תורה.

דערווייל איז נאכנישט קלאר וואס דער באשלוס איבער דעם וועט זיין, האדמו"ר מקלאצקאפ האט מציע געווען מכריז זיין א מלחמה אויף די ערד מיט דיינעמייט, אבער רעהו דער אסטריטשער רב האט געטענה'ט אז דאס קען שאפן געוויסע שאדן פון די לופט וואס די דיינעמייט וועט מאכען, האט דער קליינבאקסער רבי מציע געווען אפשר שיקען א דעלעגאציע צו די יו ען וועגן די שרעקליכע פארלעצונג פון רעליגיעזע רעכטן וואס דאס איז אפשר קענען זיי פארמיטלען עפעס בדרכי שלום.

כלל ישראל שטייט געשפאנט צו הערען די קלארע הכרעה פון רבותינו ומאורינו. האלטס מיט פאר ווייטערדיגע באריכטען.

פישלע העררינג » דינסטאג מאי 27, 2014 9:59 am

· #202819
@לעיקוואד,

דיינע רייד זענען כפלאָר-רייד לעיניים.

מאטי » דינסטאג מאי 27, 2014 7:37 pm

· #203023
אפשר אזוי וועלן זיי לאזן נשים ארומפארן מיט "ראלער בלעידס" צו פארדינען אפאהר אינטשעס.

Yossy » דינסטאג מאי 27, 2014 9:44 pm

· #203083
ווער וועט זיין אינזערע מנהיגים אין שנת תח"ת ?

יין שרף » דינסטאג מאי 27, 2014 11:57 pm

· #203111
ושתי...

ציבעלע-קיגל » מיטוואך מאי 28, 2014 1:13 pm

· #203191
עס וועט דאך מער נישט טארן זיין קיין פרויען... מען וועט דאך דאס עוקר מן השורש זיין.
היינט איז דא די כת העלבראנץ וואס מען קוקט זיי אן ווי משגעים... דעמאלסט וועט זיין די כת שומרי נשים... מען וועט זיי אויך אנקוקען ווי די זעלבע משגעים

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:23 am

· #203350
לעיקוואד: ווי ס'זעהט אויס וועט שוין דאן (יאר תשצ"א לפ"ק) הרב ישראל מ. סופר זי"ע (שליט"א) זיין אין א נוירסינג הוים. אדער גאר אין קרית יואל. (נייע ביה"ח). ווייל מ'הערט נישט פון איהם. ער לאזט נישט הערן זיין מיינונג איבער די עניינים העומדים ברומו של עולם. אדער אפשר גאר איז ער געפאנגען ביי די ציונים, מזרחיים ואגודאים, ר"ל. און ער לעיבט נאך. לאורך ימים ונשים... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😳 😛 😉 😮

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:11 pm

· #203423
מאטי
אפשר אזוי וועלן זיי לאזן נשים ארומפארן מיט "ראלער בלעידס" צו פארדינען אפאהר אינטשעס.


אז יעצט אסר'ט רעדעלדיגע ביציקליך גייט מען אסר'ן רעדעלדיגע שיך

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 30, 2014 2:03 am

· #203536
מען וועט באפעלן אלע מיידלעך פון 3 ביז די 120 צו גיין 8 אינטשיגע הויכע שטעקל שיך כדי מען זאל קענען גיין לענגערע בגדים.

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 30, 2014 10:16 am

· #203554
די אידישע מאמע פון די עתיד. פאלם סטילטס וועט זיין מענדעטארי צו ווערן אנגענומען אין די מוסדות.
url.jpg

מאטי » פרייטאג מאי 30, 2014 10:33 am

· #203559
זי האלט דאך אינמיטן טעקסטן!

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 30, 2014 10:39 am

· #203562
איך מיין אז זי נעמט א סעלפי, אז די קומענדיגע דורות זאלן זעהן וויאזוי זייער הייליגע באבע איז געגאנגען.

עוד מישהו » פרייטאג מאי 30, 2014 11:39 am

· #203587
התשצ"ח התאחה"ר והעסקנים דארה"ב וקנדא.

היות אין די בתי חיים קומען פאר גרויסע מכשולות ווען פרויען און מענער ווערן באגראבן בערבוביא רבה, וואס ברענגט צי צו גרויסע מכשולות רח"ל, ספעציעל ווען די תכריכים ווערט אויפגעגעסן מיט די צייט, זענען די גרויסע מנהיגים פון דור צאמגעקומען און מיטגעשלעפט די רבנים מיט זיך צו מאכן גרויסע תקנות כדוגמת תקנות מיהאלעוויטץ בשעתו.

פרויען און מענער מעגן נישט באגראבן ווערן איינער נעבן צווייטן.
איין שורה מענער און איין שורה פרויען איז גורם צו געוואלדיגע מכשולות, היות עס קען אויסקומען אז איין מאן געפונט זיך צווישן צוויי פרויען רח"ל.
עס וועט געגרינדעט ווערן א באזונדערע חלקה פאר מענער און באזונדער פאר פרויען.
צווישן די צוויי וועט זיין מחיצות כפי תקנת תלמידי החת"ס והאדמורים אין א ביהכ"נ בימים ההם, וואס מקען נישט דורכזען.
תכריכים פון פרויען מוז זיין לאנג און דיק ווי די גלות, אזוי אז ווען משיח וועט קומען און סוועט זיין תחיית המתים, וועלן די פרויען וואס שטייען אויף פון קבר, האבן לאנגע צניעות'דיגע קליידער גלייך ווען זיי שטייען אויף, תכריכים אשר לא שלטו בהם רמה ותולעה.

אונטערגעשריבן די עסקנים לפי סדר הא"ב, די רבנים האבן נישט גע'חתמ'ט ווייל קיינער רעכנט זיך ממילא נישט מיט וואס זיי זאגן.

מאטי » פרייטאג מאי 30, 2014 11:43 am

· #203590
לאנג און דיק "ווי די גלות" ליטעראטיש...

לית דין בר נש » פרייטאג מאי 30, 2014 11:43 am

· #203593
ליהוי ידוע עס איז דא זייער אסאך מקומות וואס מען באגראבט מענער און פרויען באזונדער

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 30, 2014 5:54 pm

· #203682
עוד מישהו: דו האסט פארגעסן צו צושרייבן בשם התאחדות הגזלנים דעם פאלגנדיגן פסוק: "ולהשומעים יונעם, ותבוא עליהם ברכת טוב"
ועזבעה"ח יום ג' פ' תולדות שנת תח"ת לפ"ק. הק' עזריאל געציל אומגליק. נין ונכד להצ' הק' איצא שייגעץ ז"ל (זיכרונע לקללה.(... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

עוד מישהו » מאנטאג יוני 2, 2014 6:27 pm

· #204273
עפעס האב איך געמוזט לאזן פאר דיר ר' פערדל טרייבער (בעל עגלה) ני"ו.

הוגה » זונטאג יוני 8, 2014 2:48 pm

· #204774
לעיקוואד
די רבנים האבען ארויסגעדרוקט זייער שטארקע פארדרוס און זארג איבער די נייע פירצה וואס רופט זיך "פלאר". נאכדעם וואס אלע רבנים ופוסקים פה אחד האבען מכריע געווען קלאר אז די שיעור אורך השמלה מדאורייתא איז זעכציג אינטשעס אינטער די קניה, און האבען דאס מפרסם געווען אין אלע פלעצער וואס מעגליך. איז אפירגעקומען א שרעקליכע פירצה, נעמליך אז דער מחוצף דער ערד, וואס ער קומט זיך מיט פארשידענע לבושים און מען טאר זיך נישט לאזן נארען פון די נייע נעמען זיינע, אמאל רופט ער זיך סיידוואק אמאל גאס אמאל גראז אמאל סתם ערד אדער פלאר, און ער שטייט מיט א קשיות עורף און לאזט נישט די קליידער זיין גענוג לאנג......


@לעיקוואד איך פארשטיי אז דאס איז נאר א metaphor, וואס איז די נמשל?

לעיקוואד » זונטאג יוני 8, 2014 2:53 pm

· #204777
הוגה


@לעיקוואד איך פארשטיי אז דאס איז נאר א metaphor, וואס איז די נמשל?

אז מיר זענען טיף אין דער ערד.