☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » צוויי גדולים האבן זיך מתווכח געוועהן בענין עבודת התפילה

צוויי גדולים האבן זיך מתווכח געוועהן בענין עבודת התפילה

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6493

ראש הישיבה » מאנטאג מאי 26, 2014 2:07 pm

· #202603
צוויי גדולים האבן זיך מתווכח געוועהן בענין עבודת התפילה
וויכוח אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל עם אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל בענין עבודת התפילה

ביום א' כ"ו שבט תשכ"א האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל געהאט די זכיה אריין צו גיין אויף יחידות צו כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל.
דער ליובאוויטשער האט געפרעגט איבער די סדר הישיבה. די תו"א רבי האט געזאגט אז די בחורים הייבן אהן סדר הישיבה פיר אזייגער פארטאגס, פאר דריי שעה גמרא רש"י תוספות.
פרעגט דער ליובאוויטשער וואס איז מיט חסידות?
דער תו"א רבי האט גענעטפערט אז דערנאך לערנט מען חסידות פאר צען פופצין מינוט.

איז געווארן א ויכוח בענין לימוד חסידות לפני התפילה. די תו"א רבי האט געטענה'ט אז ביים דאווענען דארף מען זיך נאר קאנצענטרירן אויף פירוש המילות, מיט חיות והתלהבות, זמן תורה לחוד וזמן תפילה לחוד. דער ליובאוויטשער טענה'ט כדי די תפילה זאל זיין כדבעי מוז מען לערנען חסידות (לאו דוקא חסידות חב"ד, נאר בעיקר חסידות פון בעש"ט ותלמידיו) לפני התפילה ער ברענגט ראיות לסברתו. איך וויל דורך שמועסן דעם ענין מיט כמה חברים. ולכן בעט למי שמעוניין זאלט איר דורך לערנען דעם לינק.

ביטע מיר מעלדן אין אישי אז איר האט עס דורך געקוקט, וועלן מיר גיין ווייטער מיט דעם נושא.

רוח קדים » מאנטאג מאי 26, 2014 2:56 pm

· #202611
ס׳טייטש אליבא דעם ליבאוויטשער האט מען נישט ריכטיג געדאווענט בעפאר צוויי הונדערט און פופציג יאר צוריק? איך פרעג נאר

מבקר » מאנטאג מאי 26, 2014 3:01 pm

· #202612
רוח קדים
ס׳טייטש אליבא דעם ליבאוויטשער האט מען נישט ריכטיג געדאווענט בעפאר צוויי הונדערט און פופציג יאר צוריק? איך פרעג נאר

די חסידים הראשונים פון די משנה, מיינסטו זענען געבוירן געווארן 250 יאר צוריק??

רוח קדים » מאנטאג מאי 26, 2014 3:02 pm

· #202614
ער זאגט דאך בעש״ט ותלמידיו.

מבקר » מאנטאג מאי 26, 2014 3:04 pm

· #202615
וואס מיינסטו, זיי האבן עפעס מחדש געווען??

רוח קדים » מאנטאג מאי 26, 2014 3:05 pm

· #202616
אפשר נישט?

מבקר » מאנטאג מאי 26, 2014 3:08 pm

· #202618
נא לאמיר זיי הערן, וואס פונקטליך האבן זיי מוסיף געווען??

ראש הישיבה » מאנטאג מאי 26, 2014 4:24 pm

· #202646
רוח קדים
ער זאגט דאך בעש״ט ותלמידיו.

פאר בעש"ט ותלמידיו איז געוועהן שווער וויאזוי איז מען זיך מתבונן שעה אחת קודם התפילה. אבער לאחר הבעש"ט ותלמידיו, האבן זיי געגעבן חומר למחשבה, וואס א שעה איז נישט גענוג, ואדרבה איינער וואס ליגט אין חסידות קען אפילו פילן אז שעה אחת איז נישט גענוג.

מבקר » מאנטאג מאי 26, 2014 4:42 pm

· #202651
וואסערע חומר למחשבה??? בסך הכל
חב"ד=ממלא וסובב, יש ואין
ברסלב=שמחה, דיבורים מעומק הדמיון
זידיטשוב=י-ה-ו-ה
וזהו זה

ראש הישיבה » מאנטאג מאי 26, 2014 4:56 pm

· #202652
@מבקר, גנראה האסטו אפשר אהנגערירט די קלאמקע פון חסידות. אבער מען דארף אריין גיין דערין. לערן מאמרי חסידות פון אדמור"י חב"ד ובפרט פון די אדמו"ר הזקן מיט די רש"ב, וועסטו נישט אזוי רעדן.

מבקר » מאנטאג מאי 26, 2014 5:00 pm

· #202653
ראש הישיבה
@מבקר, כנראה האסטו אפשר אהנגערירט די קלאמקע פון חסידות. אבער מען דארף אריין גיין דערין. לערן מאמרי חסידות פון אדמור"י חב"ד ובפרט פון די אדמו"ר הזקן מיט די רש"ב, וועסטו נישט אזוי רעדן.

איך האב שוין אסאך געלערנט זייערע מאמרים און ספעציעל די המשכים פונעם רש"ב, אבל כמו שאמרתי דא הייבט זיך עס אן און דא ענדיגט עס זיך!!

ראש הישיבה » מאנטאג מאי 26, 2014 5:04 pm

· #202654
אויב האסטו געלערנט איז כל הכבוד לך. אבער תמהני עליך ווי קענסטו שרייבן אזעלעכע ווערטער ווען די האסט געלרנט די המשכים פון רש"ב. אולי אפשר לומר אז דו האסט עס געלערנט (דורכגעקוקט) אליינס, אהן א רבי/משפיע?

מבקר » מאנטאג מאי 26, 2014 5:11 pm

· #202656
ראש הישיבה
אויב האסטו געלערנט איז כל הכבוד לך. אבער תמהני עליך ווי קענסטו שרייבן אזעלעכע ווערטער ווען די האסט געלרנט די המשכים פון רש"ב. אולי אפשר לומר אז דו האסט עס געלערנט (דורכגעקוקט) אליינס, אהן א רבי/משפיע?

שמעתי שיעורותיו של ר' זלמן גופין וגם של ר' יואל אבל אני עומד בדעתי
ואדרבה אויב איז יא דא עפעס מער תפרטם

ראש הישיבה » מאנטאג מאי 26, 2014 5:31 pm

· #202658
לאמיר צוריק גיין צו די נושא.

דא איז דא א ויכוח צווישן די צוויי גדולים.

די תו"א רבי ז"ל האלט אז די עיקר פון דאווענען איז פירוש המילות מיט א חיות והתלהבות בכל כוחו יעדער חסידישע תורה'לע שטערט צוצוקומען צו דעם. לדעתו די איינציגסטע הכנה לתפילה וואס איז שייך, כפי מה שאמר בשם הזידיטשובער זצ"ל איז גמרא מיט תוס', וואס איז מזכך די מענטש. מען דארף משקיע זיין אלע כוחות ביים דאווענען צוצוקומען צו דביקת הבורא ב"ה.

ווידער די ליובאוויטשער רבי ז"ל האט געהאלטען אז איינער וואס קען נישט מעהר ווי פשוטע פירוש המילות, איז א ודאי יוצא תפילה מיט פירוש המילות כפי פשוטן. אבער איינער וואס קען יא מעהר ווי דעם דארף אויך צוקומען צו די חסידישע פירוש המילות. די חסידישע תורות, כפי דעם רבין זענען נישט סתם תורה'לעך, נאר זענען די טיפערע פירוש המילות. וואס נאר דורך זיי אינזין האבן אין מתבונן זיין אין דעם, קען מען צוקומען צו די ריכטיגע עבודת התפילה.

צוויי צדדים לכאן ולכאן:
1 בענין חידוש ושינוי בתפילה כמו בתורה. די ליובאוויטשער טענה'ט אז ביי תורה לערנט מען יעדעס טאג נייער זאכן, אדער בכמות אדער באיכות. אבער ביי תפילה איז יעדן טאג די זעלבע זאך. טענה'ט ער אז ביי תפילה דארף מען אויך מחדש זיין יעדן טאג א נייער פשט אדער א נייער עומק. ולכן אויב מען האט נאר אינזין פירוש המילות ווי איז דא א נייע ראופן התפילה? דער תו"א רבע ענטפערט אז יעדן טאג איז דא א נייער חיות והתלהבות. פרעגט די ליובאוויטשער א"כ וואלט מען געדארפט לערנען יעדן טאג די זעלבע משנה והלכה אין מוסיף זיין א נייער חיות והתלהבות אין תורה. והדין אינו כן, כמו שפסק אדמו"ר הזקן בשו"ע אז דער וואס קען לערנען פרדס מוז לערנען פרדס. והוא הדין בתפילה, דער וואס קען דארף דאווענען מיט אן עומק כפי תורת החסידות.

2 די תו"א רבי ברענגט פון ספר סור מרע ועשה טוב, אז מען זאל פון אלעס מסיח דעת זיין אפילו פון תורה, ומה חסר אז ער וועט אינזין האבן די פירוש הפשוט ומזה יתלהב. טענה'ט דער ליובאוויטשער אז אויב ער וועט נתלהב ווערן פון פירוש הפשוט, בודאי וועט ער נתלהב ווערן פון די פירוש החסידות מכ"ש.

מבקר » מאנטאג מאי 26, 2014 5:51 pm

· #202661
צום אלעם ערשט דארף מען קוקן אויף די מייסדי התפילות, און נישט בויען נאר אויף אידן פון 2000 יאר שפעטער. אין די תורה ווערט דערמאנט תפילה בגלוי אז אויב סקמאכט זיך א צרה און מ'וועט רופן צום אויבערשטן וועט ער אויסהערן אונזערע בקשות " כי מי גוי גדול אשר לו אלהים קרבים אליו כיהוה אלהינו בכל קראנו אליו" און ווי מ'האט עס געזעהן ביי אונזערע עלטערן אין מצרים "ויאנחו בני ישראל מן העבדה ויזעקו ותעל שועתם אל האלהים מן העבדה וישמע אלהים את נאקתם" הייסט דאס אז אויב איינער דארף עפעס פון גאט קען ער אים בעטן און ער וועט באקומען.

דערווייל איז נאכנישט ארויפגעקומען אין געדאנק אז תפילה איז נישט קיין צייט מתפלל צו זיין, (ווי ס'ווערט אויסגעשמועסט בשם האר"י אז ערליכע מענטשן האבן זיך בכלל נישט אינזין)

לפי זה קומט אויס אז סיי די חב"דסקער און סיי די אהרעלע זענען זיך טועה מיטן ציל פון דאווענען, די אהרעלע טענה'ט אז די ציל איז דביקות (אין וואס??) אין וועגן דעם דארף מען א רואיגע קאפ (וואס מתוך פלפולא חריפתא קומט דאס נישט בדרך ממילא!)

די ליבאוויטשער מאידך האלט אז ס'איז נישטא אזא זאך דביקות אין אייבערשטן נאר אין תורה, תורת הנגלה והנסתר. ממילא דארף מען זיין ביזי מיט עפעס בשעת'ן פלעפלען די נוסח שגזרו עלינו אנשכה"ג

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 26, 2014 6:01 pm

· #202663
די בעסטע הכנה צום דאווענען איז אויפשטיין אויסגערוהט; א שויער; א גלעזל קאווע; א מנין קבוע.
רש"י האלט אז מ'טאר ניטאמאל לערנען פארן דאווענען. אוי ווי גערעכט איז ער געווען. פון לערנען פארן דאווענען איז געווארן חסידות'ן פארן דאווענען, אזדש אחד מחבורת נחלת יעקב פראוועט באטעס פארן דאווענען, און זמן תפילה איז געווארן א ליטווישע תוירה אזוי "ישן"!

מבקר » מאנטאג מאי 26, 2014 6:09 pm

· #202665
נא וואס טוט זיך מיט א מקוה? די אלטע רבי שרייבט דאך אז ס'איז א מאסט

לעיקוואד » מאנטאג מאי 26, 2014 6:17 pm

· #202666
קאווע טרינקער
אוי ווי גערעכט איז ער געווען. פון לערנען פארן דאווענען איז געווארן חסידות'ן פארן דאווענען, אזדש אחד מחבורת נחלת יעקב פראוועט באטעס פארן דאווענען, און זמן תפילה איז געווארן א ליטווישע תוירה אזוי "ישן"!

ביסט נישט מסביר איז וואס, און אויב מ'חסידות'ט, און אויב פראוועט מען באטעס, איז וואס? עס שטערט עפעס?
אדרבה, ווי דער ליובאוויטשער רבי טענה'ט דא, און אין נאך ענליכע שמועסען, איז די עיקר הכנה לתפלה כדין הגמרא מתבונן זיין בגדלות הבורא וכו', באיזה אופן וואס דאס ווערט נאר מקויים, ביי איינעם העלפט א באטע דערצו, און ביי א צווייטרע א שמועס אין חסידות. דאס לערנען פאר'ן דאווענען סתם לשם לערנען איז צריך ביאור ואינו מובן אלא בדרך סגולי וכדומה.

מבקר » מאנטאג מאי 26, 2014 6:23 pm

· #202667
לעיקוואד
דער ליובאוויטשער רבי טענה'ט דא, און אין נאך ענליכע שמועסען, איז די עיקר הכנה לתפלה כדין הגמרא מתבונן זיין בגדלות הבורא וכו', באיזה אופן וואס דאס ווערט נאר מקויים, ביי איינעם העלפט א באטע דערצו, און ביי א צווייטרע א שמועס אין חסידות. דאס לערנען פאר'ן דאווענען סתם לשם לערנען איז צריך ביאור ואינו מובן אלא בדרך סגולי וכדומה.


זאג נאר ווי זעהסטו מער גדלות הבורא, ביים חשבונ'ן צו דאס איז גילוי ההעלם או בריאה חדשה, אדער ביים זעהן די שיינע סברות פונעם אייבערשטנס תורה?

לעיקוואד » מאנטאג מאי 26, 2014 6:28 pm

· #202669
גדלות הבורא פון שיינע סברות פון דער תורה איז א שיינער פשעטל, און איז אפשר ריכטיג, בערך אזויווי זיך מתפעל זיין פון טיפע סברות אין דער באשעפער'ס פיזיק. אבער ברור אז על פי פשט הפשוט איז נישט דאס דער טייטש התבוננות בגדלות הבורא. פשוט טייטש איז זיך מתבונן זיין ענינים פון אלוקות, ולא חלק אדם על זה מעולם, וואס אין די סארט נושאים איז תורת חב"ד למשל מתעסק, על פי דרכה וסגוננה.

מבקר » מאנטאג מאי 26, 2014 8:34 pm

· #202685
לעיקוואד
גדלות הבורא פשוט טייטש איז זיך מתבונן זיין ענינים פון אלוקות, ולא חלק אדם על זה מעולם, וואס אין די סארט נושאים איז תורת חב"ד למשל מתעסק, על פי דרכה וסגוננה.


בעפאר דער בעל התניא איז ניט אפילו איינעם בייגעפאלן אז דאס מיינט גדלות הבורא. מען האט עס אייביג פארשטאנען, אז זיך מתבונן זיין, און זיך מעיין זיין, אין נפלאות הבריאה, דאס מיינט מען. און נישט אייגענע אויפגעטראכטענע דמיונות, וואס יעדע רבי באקט פון דאס ניי.

שמערל » מאנטאג מאי 26, 2014 8:50 pm

· #202692
@לעיקוואד. אפשר לערנסטו מיט מיר קאפיטל קד אין ספר תהילים.

ה' אלוקי גדלת מאד, האט ביי דוד המיילך געמיינט יגע בהרים ויעשנו, פשוט פשט אן קיין רש"ב.
אזוי איז גאנץ סדר התפילה מיוסד אויף אזעלכע פשוטע זאכן ווי משליך קרחו כפיתים.
אז איינער וויל אריינלערנען אין ועתה מושל בכל ממלא כל עלמין, און ער שעפט דערפון התפעלות, מה טוב ומה נעים. אבער פון וואנט נעמט זיך דיין אראגאנץ, אז עפעס אן אנדערע פשט איז ניטאמאל פארהאנדן?

מבקר » מאנטאג מאי 26, 2014 9:09 pm

· #202696
שמערל
@לעיקוואד. אפשר לערנסטו מיט מיר קאפיטל קד אין ספר תהילים.

ה' אלוקי גדלת מאד, האט ביי דוד המיילך געמיינט יגע בהרים ויעשנו, פשוט פשט אן קיין רש"ב.
אזוי איז גאנץ סדר התפילה מיוסד אויף אזעלכע פשוטע זאכן ווי משליך קרחו כפיתים.
אז איינער וויל אריינלערנען אין ועתה מושל בכל ממלא כל עלמין, און ער שעפט דערפון התפעלות, מה טוב ומה נעים. אבער פון וואנט נעמט זיך דיין אראגאנץ, אז עפעס אן אנדערע פשט איז ניטאמאל פארהאנדן?

די פארקרומטקייט ענדיגט זיך נישטא, גאנץ שכר ועונש איז געווארן פארדרייט, גאנץ ביאת המשיח איז געווארן פארדרייט, אחרית הימים האט באקומען אן אנדערע באדייט וכו'

ממרום שלח אש » מאנטאג מאי 26, 2014 9:59 pm

· #202715
ראש הישיבה
וויכוח אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל עם אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל בענין עבודת התפילה

ביום א' כ"ו שבט תשכ"א האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל געהאט די זכיה אריין צו גיין אויף יחידות צו כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל.


מהכי תיתי? אפשר האט ליבאוויטשער רבי געהאט א זכיה אז תו"א רבי איז געקומען צו אים?

צווייטענס, חסידות איז א שטח הפקר, רעדן און דרשנען ביז מען איז בלוי אין פנים, ווייל מען באקומט א קיק דערפון, מיכי תיתי, אבער מתוכח זיין דערין, ווי כאילו עס איז דא איין אמת, וואס מען קען דערווישן אויב וועט מען זיך גענוג לאנג מתוכח זיין, איז דאך א חוכא וטלולא, מילא זיי, האבן זיך געפרייט צו דורכשטופן דעם וויזיט, האט מען גערעדט אהין און אהער כל אחד לפי הרגשתו, אנשטאט צו פארציילן מעשהלך, אבער דיין אראפברענגן דא ווי גלייך עס איז א וויכוח מיט צדדים לכאן ולכאן איז שוין אביסל צופיל.

לעיקוואד » דינסטאג מאי 27, 2014 7:43 am

· #202797
איך פארשטיי נישט די טענות דא. אוודאי פאר דער אלטע רבי האט מען געוואוסט וואס דאס מיינט גדלות הבורא. דאס איז מבואר אין אלע ספרי מוסר יראה ותאלוגיה בכל הדורות ובכל המקומות. דאס מיינט פשוט טייטש ענינים פון אלוקות, למשל אין רמב"ם און חובות הלבבות וכו'.
דער אלטער רבי האט זיך מחדש געווען זיינע קנייטשען אין גדלות הבורא, וואס זענען טאקע חידושים אפשר, און איינער וואס האלט א צווייטער שיטה וועט זיך מתבונן זיין לפי דרכו, אויף זיין שפראך און מיט די יסודות וואס ער האלט והכל יפה ונעים.
זיך מתבונן זיין דרך נפלאות הבורא איז אוודאי אויך א לעגיטימער וועג, כמבואר בספרים רבים, און אין חב"ד איז מען זיך בכלל נישט מתווכח אויף דעם, אדרבה זיי זענען מעמיק אין התהוות ובריאה ומשליך קרחו כפתים וכו נאך מער לויט די חבדסקער שיטה. (ויש בזה דברים ומדברים בזה בחב"ד כי ההתבוננות בפרטי נפלאות שבבריאה עצמה יכולה להיות מגושמת ולא ניכר בה האלוקות, והא ראיה כל הסייענטיסטען שיודעים ומכירים בנפלאות הבריאה ואין להם מזה שום הרגש באלוקות, ולכן זה בעיה שצריך להדגיש)
אבער צו טענה'ן ווי אנדערע חסידים, אז דער עיקר איז פראסט פירוש המילות אן קיין נגיעה צו געטליכקייט, אדער אז דער עיקר הכנה לתפלה איז א בלאט גמרא, דאס איז נישט אפגעפרעגט, אבער איז אוודאי רחוק מפשט הדברים בהלכה וגמרא להתבונן בגדלות הבורא.

שמערל » דינסטאג מאי 27, 2014 1:55 pm

· #202884
לעיקוואד
אבער ברור אז על פי פשט הפשוט איז נישט דאס דער טייטש התבוננות בגדלות הבורא. פשוט טייטש איז זיך מתבונן זיין ענינים פון אלוקות, ולא חלק אדם על זה מעולם,



אויף די ווערטער האב איך אטאקירט. און ניין, לויטן תורת חובת הלבבות מיינט גדלות הבורא שער הבחינה, שער היחוד איז נאר א מיטל צוציקומען דערצו. וכדבריך להפריך הסייענטיסטן, אבל הוא רק אמצעי.

און נאכאמאל, אודאי האט דאווענען און די שהייה לפניו אסאך פשטים. אבער דער פשוטסטער און גלאטסטער פשט פון דאווענען איז שאלת צרכיו, נאר פארדעם פארלאנגט זיך שירות ותשבחות אז עס זאל פאסן פאר א טפה סרוחה עפעס צו בעטן, וכלשונו הזהב של הרמב"ם וואס ברעסלאווער האט געברענגט אין אנדערן אשכול.
און חסידים הראשונים היו שוהין, האט אויך א פשוט פשט. סתם זיך אפגעריהט פון די ארבעט אביסל, כדי אז ווען משטעלט זיך דאווענען, זאל מען קענען מכון זיין לבו לשמים, און נישט זיין ביזי מיט מחשבות זרות.

מבקר » דינסטאג מאי 27, 2014 4:06 pm

· #202931
לעיקוואד
יש בזה דברים ומדברים בזה בחב"ד כי ההתבוננות בפרטי נפלאות שבבריאה עצמה יכולה להיות מגושמת ולא ניכר בה האלוקות, והא ראיה כל הסייענטיסטען שיודעים ומכירים בנפלאות הבריאה ואין להם מזה שום הרגש באלוקות, ולכן זה בעיה שצריך להדגיש


לפי זה, איז תורת חב"ד אויך נישט די מכוון, והא ראיה רוב חב"דסקע וואס זענען זיך מתבונן אין "אור במאור" און אין א"ק ואבי"ע וכו' וכו' זענען אויך נישט באנומען מיט א גט'ליכע געפיעל

אחד העם » דינסטאג מאי 27, 2014 7:29 pm

· #203020
דברי הרב תולדות אהרן פרשטיי איך און גאנצען נישט, דהיינו, צו אוועקשטעלן גאנץ יידישקייט [כולל הלכה] ווי עפעס א לב'דיגער עסק, בין איך נישט קיין גרויסער, אדער אינגאנצען נישט, קיין חסיד, סאיז אמת אז עס דא געוויסע נקודות און אזא דיעה וואז עס איז אמת, און די שאלה איז נאר וואס עס איז די עיקר און וואס דער טפל, אבער לענין תפילה איז פשוט וברור מדברי חז"ל, אז האט נאר צוטוהן מיט לב, איזה עבודה שבלב וכו', און שולחן ערוך ווערט אראפגעלייגט די מהלך פון חסידים הראשונים, עד שהיו מגיעים להתפשטות הגשמיות, דאס טרעפט מען נישט ביי לולב, שבת, מצה, וכו' ביי די לעצט דערמאנטע, זייער עיקר איז א מצוות מעשית כפשוטו, אבער מצוות תפילה האט נישט קיין שייכות מיט מעשה, עס איז נאר לב ושכל לכוון ולדבק, די שמונה עשרה ברכות, איז נישט אז מען דארף זיי זאגען, און כאילו אז די מצווה איז לבטא בשפתים, און די מילות וואס מען האט מתקן געווען איז כדי מען זאל האבן און וואס מכוון צו זיין, און דאווענען שמונה עשרה איז זאגען די אכצען ברכות, להדיא נישט, די אכצען ברכות זענען נישט מער ווי אכצען אופני ודרכי להגיע לדביקות השלם, כדי אז די דביקות, און די ריכטיגע רגש כלפי גאט זאל זיין בשלימות, האבן חז"ל, וואס אלוקות האבן זיי לכאורה יא ארויסגעהאט, [משא"כ סייענס] פארשטאנען און צוגעקומען אז כדי א מענטש זאל זיין ריכטיג מדובק, וכו' דארף זיך ביי אים הארצען דורכטראגען אכצען סארטען מעסדזשעס, אבער די נקודה פון די אכצען מעסדזשעס איז נישט די מעסעדזש אליין, נאר צו וואס עס ברענגט צו, ארויסזאגען די אכצען ברכות איז טאקע נישט וויכטיג פאר איינען וואס קומט צו אדער צו די תוצאה, אדער קען ער ביי זיך און קאפ און אין הארץ אן די ווערטער דורכטראגען די אכצען מעסעדזשעס, ודו''ק, און בנוגע די מחלוקה, תו"א איז א שטיקעל סתירה צו וויזאוי מען זעהט ווי חז"ל האבען געקוקט אויף תפילה, פירושש המילות איז גארנישט, די גאנצע מילות איז דאך נישט דער עיקר, איי וועסט זאגען אז דורך פירוש המילות קומט צו צו די תוצאה, א' בכלל נישט מוכרח, אז מען מאכט א גאנצע בראטעל פון די ווערטער קען מען הערן אז עס פאלט אוועק די נקודה צו וואס די ווערטער העטם ווען געדארפט צוברענגען, ב' אויף זאגט שוין חב"ד אז מיט אלקות פון פריער, קומט שנעלער און ריכטיגער צו צו די מטרה, קצרתי ועוד חזון
@מבקר איך וואלט דיר געראטען זאלסט ארויסקריכען פון דעם ן מתנגדישען פארמאכטען קעסטעל, הייב אן לייענען אביסעל פון מו"ר מארטין בובער, מו"ר הנביא אברהם יהושע השל-, און אויך אביסעלע מער חב"ד פון וואס די האסט שוין געקוקט ביז יעצט,

מבקר » דינסטאג מאי 27, 2014 8:17 pm

· #203041
אחד העם
אבער מצוות תפילה האט נישט קיין שייכות מיט מעשה, עס איז נאר לב ושכל לכוון ולדבק, די שמונה עשרה ברכות, איז נישט אז מען דארף זיי זאגען, און כאילו אז די מצווה איז לבטא בשפתים, און די מילות וואס מען האט מתקן געווען איז כדי מען זאל האבן און וואס מכוון צו זיין, און דאווענען שמונה עשרה איז זאגען די אכצען ברכות, להדיא נישט, די אכצען ברכות זענען נישט מער ווי אכצען אופני ודרכי להגיע לדביקות השלם, כדי אז די דביקות, און די ריכטיגע רגש כלפי גאט זאל זיין בשלימות, האבן חז"ל פארשטאנען און צוגעקומען אז כדי א מענטש זאל זיין ריכטיג מדובק, וכו' דארף זיך ביי אים הארצען דורכטראגען אכצען סארטען מעסדזשעס, אבער די נקודה פון די אכצען מעסדזשעס איז נישט די מעסעדזש אליין, נאר צו וואס עס ברענגט צו, ארויסזאגען די אכצען ברכות איז טאקע נישט וויכטיג פאר איינען וואס קומט צו אדער צו די תוצאה, אדער קען ער ביי זיך און קאפ און אין הארץ אן די ווערטער דורכטראגען די אכצען מעסעדזשעס, ודו''ק,


אזוי?? סאיז נישט קיין צייט מתפלל צו זיין?? אהה תפילה איז א לשון נפתולי-דביקות. אבער פארט איז דאס נישט פשוט פשט פון תפילה. זאג, ווען די ווילסט דיין ווייב זאל דיך עפעס העלפן, וואס טוסטו?? ביסט זיך מדבק אין איר, אדער דו בעטסט איר זי זאל העלפן?? והנמשל מובן!!

נאך א זאך, איך זיך שוין לאנג די פטור פון דארפן דאווענען. אפשר ברענגסטו דיין מקור אז ס'איז גענוג צו טראכטן 18 מעסידזע"ס 😂

אחד העם
מבקר, איך וואלט דיר געראטען זאלסט ארויסקריכען פון דעם מתנגדישען פארמאכטן קעסטעל, הייב אן לייענען אביסעל פון מו"ר מארטין בובער, מו"ר הנביא אברהם יהושע השל-, און אויך אביסעלע מער חב"ד פון וואס די האסט שוין געקוקט ביז יעצט,


וואו קען מען לייענען זייערע ארטיקלען?

איחוד פעלד » דינסטאג מאי 27, 2014 8:41 pm

· #203057
זייער מחלוקת איז נישט פין היינט, עס איז שוין אן אור אלטע מחלוקה, אנגעהויבען פין רמ"ק אין אור נערב

(24) ספר אור נערב - חלק א פרק ד
ולזה תירץ אלא כל המפנה לבו מעסקי העולם, והענין, כי המתפללים הם על שני דרכים, האחד על דרך עבדים המשמשים את הרב על מנת לקבל פרס, והיינו שתפלתן על דרך הפשט בהנאותם מן העולם הזה, ולאלו היא תפלה למטה לבקש מאל אכלם. אמנם יש בנים שכל כוונתם בתפלתם ליחד המלכות עם התפארת, דהיינו סוד תהלה כדפירשתי לסלקה אל סוד ההלל, והיינו שמניחים בתפלתם עניני העולם הזה ועוסקים במעשה מרכבה, דהיינו סוד יאהדונה"י שיחוד קודשא ב"ה בשכינתיה נקרא מעשה מרכבה, והיינו תהלה:
שמא יעלה בדעתך שכיון שאינו עוסק בצרכיו שלא יהיה לו פרס והנאות אלו מן העולם ח"ו, אלא מעלה עליו הכתוב כאלו התפלל כל היום כלו, וזהו (תהלים נה, כג), "השלך על ה' יהבך והוא יכלכלך", כי יהי כוונת האדם אל היחוד, וצרכי עולמו לא יבקש אלא ישליך על ה' יהבו והוא יכלכלהו. ולהכי קאמר תפלה, כלומר עם היות שעוסק בסוד היחוד ועניניו מועיל לו לעניני העולם הזה כאלו התפלל כל היום כלו. והשתא קאמר מאי שגיונות, דאדרבא קרא איפכא משמע עולה על תהלה ומשובחת משגיונות ושבחים, ולזה פירש לשון שגיאה וכו':


און ער איז מאריך נאך אין דער ספר בשבח פין אינזינען האבען בשעת'ן דאווענען כוונות ע"פ קבלה.

דער מעזריטשער מגיד שרייבט אויך אין לקוטי אמרים אז מען ברויך אין זין האבען בשעת'ן דאווענען כוונות, און נישט סתם פירוש המילות, אין אנדערע מקומות מאכען זיי נאך חוזק פין די וואס האבען נאר אינזינען פירוש המילות, אז זענען קענען פארשידענע ווערטער נישט מסביר זיין און אינזין האבען.

האמיר שוין די מחלוקת צווישען די בעלי הפשט, מיט די מקובלים וויאזוי אינזינען צו האבען ביים דאווענען.

און די יודעי דבר ווייסען שוין אוודאי פין דער באקאנטער תשובה אין ריב"ש וואס ברענגט א ר"ש מקינון וואס האט געזאגט אז ער דאווענט לדעת התינוק, כלומר ווי א קינד וואס ווייסט גארנישט קיין כוונות נאר צו בעטען טאטע איך וויל עסען.. (קען זיין אז דער ר"ש מקינון מיינט עפעס אנדרעש כידוע).

דער רר"א פין ליזענסק האט כידוע שוין אויך געזאגט נישט אינזינען האבען כוונות אר"י נאר סתם כוונות, ווי דער מאור ושמש ברענגט פין אים.

דער זידטשובער אין סור מרע וואס דער תו"א רבי ברענגט איז זיך סותר אהין און צוריק, אמאהל זאגט ער איזינען איין כוונה פשוטה עפ"י קבלה, אמאהל נישט.

דער זאך איז א אלטער מחלוקת, וואס ווערט נאר נמשך אין היינטיגע טערמינען, און דער אמת איז (און ביטע פארשטיינערט מיך נישט) אז די וואס האבען געקאנט האבען אינזינען געהאט גרעסערע כוונות, און די וואס נישט האבען עס פארענטפערט באיזה אופן. עס איז א דבר פשוט אז לאו כל מוחא סביל דא, נישט ווייל מען דארף זיין א העכערע מענטש, נאר מען דארף האבען די חושים עס צו קענען טוהן, און היות די רבי'ס זענען לאו דוקא אייביג בעלי חושים, וועלען זיי פראבירען מיישב צו זיין וואס זיי קענען יא טוהן אז עס איז פאר אלע זייערע חסידים. טאמער מאכט זיך טאקע א חסיד וואס האט יא די מוחין, ביי א רבי וואס האט נישט, איז ער א גרויסער רחמנות.

מבקר » דינסטאג מאי 27, 2014 8:50 pm

· #203060
איחוד פעלד
און דער אמת איז (און ביטע פארשטיינערט מיך נישט) אז די וואס האבען געקאנט האבען אינזינען געהאט גרעסערע כוונות, און די וואס נישט האבען עס פארענטפערט באיזה אופן. עס איז א דבר פשוט אז לאו כל מוחא סביל דא, נישט ווייל מען דארף זיין א העכערע מענטש, נאר מען דארף האבען די חושים עס צו קענען טוהן, און היות די רבי'ס זענען לאו דוקא אייביג בעלי חושים, וועלען זיי פראבירען מיישב צו זיין וואס זיי קענען יא טוהן אז עס איז פאר אלע זייערע חסידים. טאמער מאכט זיך טאקע א חסיד וואס האט יא די מוחין, ביי א רבי וואס האט נישט, איז ער א גרויסער רחמנות.


איך בין נישט אינגאנצן איינשטימיג מיט דיך, ווייל אויף דער תו"א אולי ביסטו גערעכט, אבער אויפן ר"ש מקינון אזוי צו זאגן??

לעיקוואד » דינסטאג מאי 27, 2014 9:10 pm

· #203070
שמערל
לעיקוואד
אבער ברור אז על פי פשט הפשוט איז נישט דאס דער טייטש התבוננות בגדלות הבורא. פשוט טייטש איז זיך מתבונן זיין ענינים פון אלוקות, ולא חלק אדם על זה מעולם,



אויף די ווערטער האב איך אטאקירט. און ניין, לויטן תורת חובת הלבבות מיינט גדלות הבורא שער הבחינה, שער היחוד איז נאר א מיטל צוציקומען דערצו. וכדבריך להפריך הסייענטיסטן, אבל הוא רק אמצעי.


און חסידים הראשונים היו שוהין, האט אויך א פשוט פשט. סתם זיך אפגעריהט פון די ארבעט אביסל, כדי אז ווען משטעלט זיך דאווענען, זאל מען קענען מכון זיין לבו לשמים, און נישט זיין ביזי מיט מחשבות זרות.


לגבי חוה"ל, סתם בדית מלבך. וברור שאינו כך.
א סעיף שולחן ערוך רמ"א איז גענוג פשוט פאר דיר?

אורח חיים צח א
המתפלל צריך שיכוין בלבו פירוש המלות שמוציא בשפתיו ויחשוב כאלו שכינה כנגדו ויסיר כל המחשבות הטורדות אותו עד שתשאר מחשבתו וכוונתו זכה בתפלתו ויחשוב כאלו היה מדבר לפני מלך בשר ודם היה מסדר דבריו ומכוין בהם יפה לבל יכשל קל וחומר לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה שהוא חוקר כל המחשבות וכך היו עושים חסידים ואנשי מעשה שהיו מתבודדים ומכוונין בתפלתם עד שהיו מגיעים להתפשטות הגשמיות ולהתגברות כח השכלי עד שהיו מגיעים קרוב למעלת הנבואה ואם תבא לו מחשבה אחרת בתוך התפלה ישתוק עד שתתבטל המחשבה וצריך שיחשוב בדברים המכניעים הלב ומכוונים אותו לאביו שבשמים ולא יחשוב בדברים שיש בהם קלות ראש.

הגה: ויחשוב קודם התפלה מרוממות האל יתעלה ובשפלות האדם ויסיר כל תענוגי האדם מלבו (הר"י ריש פרק אין עומדין). :

איך ווייס נישט וואס איז ביי דיר טייטש רוממות האל ושפלות האדם, אבער ביי רוב מענטשען איז דער גלאטער טייטש גרויסקייט פון גאט און קליינקייט פון מענטש.

לעיקוואד » דינסטאג מאי 27, 2014 9:11 pm

· #203071
מבקר
לעיקוואד
יש בזה דברים ומדברים בזה בחב"ד כי ההתבוננות בפרטי נפלאות שבבריאה עצמה יכולה להיות מגושמת ולא ניכר בה האלוקות, והא ראיה כל הסייענטיסטען שיודעים ומכירים בנפלאות הבריאה ואין להם מזה שום הרגש באלוקות, ולכן זה בעיה שצריך להדגיש


לפי זה, איז תורת חב"ד אויך נישט די מכוון, והא ראיה רוב חב"דסקע וואס זענען זיך מתבונן אין "אור במאור" און אין א"ק ואבי"ע וכו' וכו' זענען אויך נישט באנומען מיט א גט'ליכע געפיעל

איך ווייס נישט פון וואו איר נעמט אייער סטאטיסטיק איבער "רוב חבדקסע".

מבקר » דינסטאג מאי 27, 2014 9:17 pm

· #203074
לעיקוואד
מבקר
לעיקוואד
יש בזה דברים ומדברים בזה בחב"ד כי ההתבוננות בפרטי נפלאות שבבריאה עצמה יכולה להיות מגושמת ולא ניכר בה האלוקות, והא ראיה כל הסייענטיסטען שיודעים ומכירים בנפלאות הבריאה ואין להם מזה שום הרגש באלוקות, ולכן זה בעיה שצריך להדגיש


לפי זה, איז תורת חב"ד אויך נישט די מכוון, והא ראיה רוב חב"דסקע וואס זענען זיך מתבונן אין "אור במאור" און אין א"ק ואבי"ע וכו' וכו' זענען אויך נישט באנומען מיט א גט'ליכע געפיעל

איך ווייס נישט פון וואו איר נעמט אייער סטאטיסטיק איבער "רוב חבדקסע".


דו"ק ותשכח!!

איך ווייס נישט וואס איז ביי דיר טייטש רוממות האל ושפלות האדם, אבער ביי רוב מענטשען איז דער גלאטער טייטש גרויסקייט פון גאט און קליינקייט פון מענטש.

זאג, צודען מיינט "שפלות אדם" אז ער איז נאר א גילוי ההעלם??

לעיקוואד » דינסטאג מאי 27, 2014 9:20 pm

· #203076
ווען מען וועט טרעפען די אלע חבדסקער וואס זענען זיך מתבונן טאקע וועט מען רעדן צו עס בלייבט ביי אור ומאור אדער מען רעדט פון גאט...
ניין, צמצומים האט צוטוהן מיט רוממות האל. כבר הסברתי למעלה די נוסח איז א געוויסע וועג פון פארשטיין גדלות הבורא. האסטו נישט ליב דער מהלך גיי מיט א צווייטער מהלך. קענסט לערנען מורה נבוכים וואס ער איז מסביר גדלות ה לפי דרכו אדער קבלה לפי דרכם אדער סיי וואס. אבער פון דעם ביז מאכען דער גאנצער מושג פון גדלות הבורא פאר עפעס אנדערש האט נישט קיין זין.

לעיקוואד » דינסטאג מאי 27, 2014 9:22 pm

· #203077
עברי טייטש שפלות האדם בנוסח חב"ד איז דער אין ערוך פון נבראים לגבי דער בורא. איך ווייס נישט וואס איז דא דער וויץ פון נעמען אפאר ווערטער וואס שטייט אין חב"ד און מאכען ליצנות פון דעם.

שמערל » דינסטאג מאי 27, 2014 10:30 pm

· #203090
לעיקוואד

לגבי חוה"ל, סתם בדית מלבך. וברור שאינו כך.

אזוי?! האסט אליין אזוי געזאגט?
מיד עמד שמערל ונשקו לאפו ואמר נצחתני רבי נצחתני!


לעיקוואד

א סעיף שולחן ערוך רמ"א איז גענוג פשוט פאר דיר?

ניין! דער רמב"ם אין פי' המשנה זאגט א פשוטערע פשט, וזל"ק

ופי' שוהין, מתעכבין. רוצה לומר שהן מתעכבים קודם התפלה שעה אחת כדי ליישב דעתם ולהשקיט מחשבותם, ואז יתחילו בתפלה. ע"כ

וע"ע רש"י שם.

איחוד פעלד » מיטוואך מאי 28, 2014 12:03 am

· #203113
מבקר
איחוד פעלד
און דער אמת איז (און ביטע פארשטיינערט מיך נישט) אז די וואס האבען געקאנט האבען אינזינען געהאט גרעסערע כוונות, און די וואס נישט האבען עס פארענטפערט באיזה אופן. עס איז א דבר פשוט אז לאו כל מוחא סביל דא, נישט ווייל מען דארף זיין א העכערע מענטש, נאר מען דארף האבען די חושים עס צו קענען טוהן, און היות די רבי'ס זענען לאו דוקא אייביג בעלי חושים, וועלען זיי פראבירען מיישב צו זיין וואס זיי קענען יא טוהן אז עס איז פאר אלע זייערע חסידים. טאמער מאכט זיך טאקע א חסיד וואס האט יא די מוחין, ביי א רבי וואס האט נישט, איז ער א גרויסער רחמנות.


איך בין נישט אינגאנצן איינשטימיג מיט דיך, ווייל אויף דער תו"א אולי ביסטו גערעכט, אבער אויפן ר"ש מקינון אזוי צו זאגן??


דער ר"ש מקינון האט געקריגט אויף קבלה בעיקרו, ממילא האט ער נישט געהאלטען פין אין זין האבען עפעס אנדרעש ווי פירוש המילות. וואס אונז רעדען גייט אויף מקובלים וואס נעמען א שארט קאט, און מאכען א פשט'ל אז היות כוונות איז געמאכט צוצוקומען צו דביקות, קען מען דאס טוהן מיט שרייען הויך און פירוש המילות אויך.

ממילא די ווילסט אזוי וועגען די קענסט נישט, מהיכי תיתי, מאך דיר דיינע חשבונות און זיי דיך מחזק, אבער דער חבדסקער ער קען דאך יא, וואס טענה'סט די דיך מיט אים..

מבקר » מיטוואך מאי 28, 2014 11:15 am

· #203169
איחוד פעלד
וואס אונז רעדען גייט אויף מקובלים וואס נעמען א שארט קאט, און מאכען א פשט'ל אז היות כוונות איז געמאכט צוצוקומען צו דביקות, קען מען דאס טוהן מיט שרייען הויך און פירוש המילות אויך.

ממילא די ווילסט אזוי וועגען די קענסט נישט, מהיכי תיתי, מאך דיר דיינע חשבונות און זיי דיך מחזק, אבער דער חבדסקער ער קען דאך יא, וואס טענה'סט די דיך מיט אים..


וואס דען האט חסידות אויפגעטוהן אויב נישט די שארטקא"ט?? צודען האט מען אין חב"ד מכווין געווען כוונות האר"י?? ניין. בשיטה!! הערט זיך עס שוין ממש ווי אין תו"א.

ראש הישיבה » מיטוואך מאי 28, 2014 6:29 pm

· #203276
איך וויל זיך אנטשולדיגן (און עס באדערט מיר) אז איך האב געפעלט די לעצטע צוויי טעג פון די הייסע ויכוח.

@מבקר טייערער, איך פיל אז דו האסט אסאך אריין געכאפט דא אין דעם אשכול. זעהט אויס אז דו קענסט נאך צולערנען אביסל חסידות. אולי אז דו וועסט לערנען מיט א 'קביעות בנפש', זיך איבערגעבן צו דעם ענין אינגאנצען, דאווענען באריכות לכה"פ שבת, וועסטו אולי צוקומען צו א טעם אין עבודת השם.

איך גיי שרייבן מיין קוק אויף עבודת התפילה על פי חב"ד מיט עבודת התפילה על פי דער תו"א רבי ז"ל. אודה ולא איבוש אז איך בין מעהר נוטה צו די עבודה על פי חב"ד, והלואי שאזכה להבין ולעשות כדרכם.

עבודת התפילה על פי חב"ד:

ביי אדמו"רי חב"ד איז געוועהן א דבר פשוט אז תפילה איז צוטיילט און צוויי חלקים. 1 וואס שטייט אין רמב"ם, אז ווען א מענטש קומט אין א עת צרה איז מען מתפלל צום בורא עולם אויף א שינוי. וויאזוי דאס ארבעט איז צווייטע נושא. 2 איז עבודת התפילה.

אין פסוק שטייט ולעבדו בכל לבבכם, דרשנען חז"ל איזהו עבודה שבלב זו תפילה. ממילא, דער עיקר פון דאווענען איז אן עבודה שבלב. חסידות פארשטייט אז לפני אנשי כנה"ג האבן מענטשן מתפלל געוועהן בעיקר מיט די לב. אנשי כנה"ג האבן אוועק געשטעלט א סיסטעם פון דאווענען וואס דורך דעם טוהט מען מעורר זיין די לב צו דינען די באשעפער. דער עבודת השם קען נישט זיין אז 'איך' דין דער בעשעפער, ווייל אויב איך איז נישטא באשעפער- אין אני והוא יכולים לדור.

ממילא דער עיקר עבודת השם איז מאכן ווי מעהר אויס איך, אין מעהר גאט. בטבע בני אדם איז די בריאה בפשיטות און אלהות איז בחידוש. ווייל דאס אז איך בין דא איז פשוט דער באשעפער איז אויך דא, דאס איז א חידוש.

איך האב אמאהל געהערט פון א משפיע אז אין א געוויסע שטאט (מורא האבנדיג פון די השפעה פון חסידים) איז געוועהן א תקנה אז א מגיד מוז קודם זאגן פארן ראש הקהל וועגן וואס ער גייט רעדן. איז געקומען א חסידישע מגיד, און זאגט אז ער גייט רעדן וועגן 'מתנגדים טראכטן א סאך פון גאט, און חסידים טראכטן אסאך פון זיך'. זאגט דער ראש הקהל זייער פיין.

ביים דרשה זאגט דער מגיד אז מתנגדים טראכטן א סאך פון גאט, ווייל דאס אז זיי זענען דא איז דבר פשוט, אבער זיי טראכטן ווי קען זיין אז גאט איז דא. ווידער חסידים טראכטן א סאך פון זיך, ווייל דאס אז גאט איז דא איז א דבר פשוט, אבער אז איך בין דא, ווי קען דאס זיין.

די עבודה פון תפילה איז צוצוקומען דורך התבוננות אין די סדר התפילה אז גאט איז גאט איז אלעס, און דער מענטש זאל נישט קענען טרעפן א מקום פאר זיך, אז ווען ער זאגט ביי שמו"ע מודים אנחנו לך, האלט ער אז ער איז מודה אז די וועלט איז אזויווי דער בורא קוקט אויף דעם כאין ואפס ממש, וכלא חשיבי.

נאך מעהר איז חסידות מבאר, אז לכאורה תפילה איז אויסגעשטעלט אויך על פי קבלה. דהיינו ביז הודו בעולם העשיה, ביז ברכו בעולם היצירה, ביז שמו"ע בעולם הבריאה, און שמו"ע בעולם האצילות.

ווי זענען די אדרעסן פון די פיר עולמות? מען קען פארן צו זיי? אויב איך גיי פארן מיט אן עראפלאן פאר 100 יאהר וועל איך אהנקומען? הבל והבלים. דאס זענען רוחניותדיגע דרגות פון העלם. יעדער עולם איז אן אנדערע סארט העלם, איינס גרעסער ווי די צווייטע.

א צדיק קען בהאי עלמא אהנקומען צו העכערע עולמות. וכידוע די סיפור אז די צאנזער רב זי"ע האט ביי של"ס זיך צוהיסט האט איינער פון די מקורבים געברענגט א גלעזל טיי. האט די צאנזער רב געזאגט, ניין אין עולם האצילות טרינקט מען נישט קיין טיי. דער צאנזער רב כנראה ביי יענער של"ס איז געוועהן בדרגות הביטול פון עולם האצילות.

עכ"פ ווי קען זיין אז דוקא בעולם האצילות שמו"ע, זאלן מיר בעטן פאר אזעלעכע נישטיגע זאכן ווי גשמיות דעת-פרנסה-געזונט ועוד עס וואלט מעהר געמאכט סענס אז ביי קרבנות וואס איז נאנט מיט אונז בעולם העשיה זאלמען בעטן פאר די אייגענע צרכים? נאךמעהר במשך פון גאנץ דאווענען איז זעהר ווייניג דא וואס מיר בעט פאר גשמיותדיגע זאכן, אדרבה מיר בעטן נאר פאר רוחניות, הראינו השם חסדיך, והאר עינינו, אור חדש על ציון תאיר, חוץ פון דעם איז אלעס שבחים, אתמה?

איז חסידות מבאר, אז מי פתי צו שטיין פארן רבש"ע אין בעטן זיינע גשמיות'דיגע צרכים, אין לך בושה גדול מזה. נאר וואס דען נאך דעם וואס א מענטש איז אריבער די גאנצע פראסעס פון דאווענען ער שטייט שוין בדרגת הביטול פון עולם האצילות, פארשטייט ער אז די אלע זאכן גשמיות וואס פעלט אים איז זאכן וואס העלפן אויספירן די כוונה העליונה, ממילא בעט דעם רבש"ע אז ער וויל אויספירן די כוונה העליונה, ולכן דארף ער די אלע צרכים.

חסידות פארשטייט אז באמת איז גאהרנישט נתחדש געווארן דורך חסידות, נאר סאיז נתגלה געווארן. דהיינו ווען מען קוקט אריין טיפער אין די סדר התפילה וואס אנשי כנה"ג האבן מתקן געוועהן, וועסטו טרעפן די tools צוצוקומען צו ביטול, וואס דאס איז עבודה שבלב. ולכן איז מובן אז אין הלכה איז אויסגעפסקנט אז מען דארף זיך מתבונן זיין שעה ארוכה לפני התפילה. לפי חסידות איז דער עיקר די התבוננות, נאר די סדר התפילה איז די strocture וויאזוי צו מתבוננן זיין מיט א סדר.

עבודת התפילה על פי תו"א ועוד הרבה חצרות חסידים:

דער עיקר איז זיך צו ווארעמען און קאכן מיט דער רבש"ע, ולכן איז פירוש המילות וואס ווערן געזאגט מיט כוונה, וחיות והתלהבות, וועלן אויף טוהן דאס. ממילא פעלט נישט אויס קיין התבוננות, ווייל אויף ווארעמקייט איז התבוננות היפך פון דעם.

די מוח איז בטבע קר ולח, א סאלידער ער ווערט נישט צוהיצט. אבער דער הארץ פון זיך קען יא, אויב דו רייצט אים אהן. ממילא קאך, שריי, שאקל, זאג, וועסטו קאכן אין עבודת התפילה, וועסטו צוקומען צו 'דביקות'.

אחד העם » מיטוואך מאי 28, 2014 7:06 pm

· #203282
וועל איך דיר מסביר זיין, היינט האבען מיר נישט די אוטענטישע תפילה, אמאל איז געווען נאר בעת צרה, היינט איז א קביעות פון יעדן טאג, דעאר רמב"ן דער כוזרי, און נאך, זענען מסביר אז די מטרת התפילה איז נישט כאילו טוישען גאטס רצון מיט די געבעט, און כאילו אז גאט ווערט איבערגערעדט און ער טוישט זיינע החלטות ווייל די האסט געדאווענט, איר מטרה צו דערהייבען דעם מענטש פון ווערן פארטינקען און חומריות וכו', אז ער דארף, זיך אוועקשטעלן פר זיין גאט און מאכען טכס פון בעטן און דביקות וועט אים דאס האלטען ער זאל נישט אינגאנצען נאכגעלשעפט ווערן, ווי דער לשון פון רבי יהודה הלוי בדרך זו תהיה שעת התפילה לחסיד כגרעין הזמן ופריו, ושאר השעות תהיינה לו כדרכים המוליכים אל שעה זו, שלבואה הוא מצפה כי על ידה הוא מדמה אל העצמים הרוחנים ומתרחק מן הבהמים וכו און ענליך פארשטייט אויך הרב סולובייציק ווען ער וויל פארענטפערן די שאלה וויזאוי בכלל קען מען מקיים זיין די מושג פון תפילה, זיך שטעלן פאר'ן איסוף, דער אינדיווידואלער מענשטליכער מציאות צוגייט דאך ביי אזא תופעה, מיר טרעפן אז מען וויל אנטלויפען פון אזא תופעה, משה רבינו באהאלט זיך ויסתר משה פניו, אויף דעם זאגט ער 'התפילה היא צורך חיוני לאיש הדתי. אין הוא יכול לעצור במעמקי נפשו את ההגות ואת הרגשים, את הלבטים והתלאות, את עריגותיו וכיסופיו, את יאושו ומרירותו, בקיצור - את כל העושר הרב הגנוז בתודעתו הדתי. בלימת הביטוי הליטורגי היא מן הנמנע. התפילה הכרחית היא. אי אפשר לדתיות רעננה וחיה להחזיק מעמד בלעדיה', בקיצור מיין נקודה, אז מרכז נקודת התפילה איז זיכער נישט בקשה וכו' נאר אזא געדאנק ווי עומד לפני המלך, דביקות וכו', און אזוי ווי איב האב געברענגט אז אנדערש ווי אלע מצוות, וואס זיי זענען מצוות מעשיות, איז תפילה דייקא נישט פון די מצוות מעשית, און פונקט פארקערט, נאר וואס הייב אן מיט לב?!, זענען געקומען א געוויסע גרופע מענטשען, מען האט זיי גערופען אנשי כנסת הגדולה, און זיי האבען זיך געזעצט חקר'ן איבער די מענשט, אוןם איבער גאט, און עמדת העצמי של האדם והעמדת האדם ביחס הא-ל, און איינגעזען אז עס זענען פארהאנען אכצען נקודות וואס דארף אדורך און די הארץ פון א מענטש, דאס הארץ דארף ווערן נתרשם פון די אכצען געדאנקען, [אדער אולי אז איינער קען צוקומען און קלאר ארויסהאבען לאיזו סוג ואיזה רמה של דביקות שלזה כיוונו האנשי כנסת הגדולה, און ער האט א מהלך אנצוקומען צו דעם אן די אכצען ברכות דארף ער בכלל קיין שמונה עשרה זאגען], און אויב קומט צו צו דעם, האט מען א ריכטיגער דביקות וכו', אבער קיין מצוות ביטו איז נישט דא, אז איינער שטעלט זיך אוועק, און עס גייען ביי אים און קאפ אדורך די אכצען געדאנקען און ער ווערט נתרשם פונקט ווען ער זאגט זיי, איז זינלאז אז ער זאל זיי זאגען, ער האט שוין מקיים געווען זיין חיוב, [עס איז דא געוויסע וואס האלטען אזוי אויף אסאך מצוות אז די עיקר איז די מטרת המצווה און נישט די מעשה מצווה, אולי האבען זיי עס אימפאטירט פון תפילה], און מען דארף נישט זיין קיין חסיד צו האלטען אז זמן תפילה, מנין מיט די אלע הלכות האבען בעצם נישט קיין במקום, און זענען אפילו א סתירה צו די גאנצע מושג און חיוב פון די תפילה שתקנו אנשי כנסת הגדולה, און די אנשי כנסת הגדולה האבען נישט מתקן געווען א נוסח פון תפילה, נאר א נוסח ופן דביקות ודו"ק בזה און וועל אויך מצטט זיין א לשון פון הרב קוק על כן צריך שיבין כל מתפלל שהתפילה היא חֹ‏ק נפלא שחקק הקב"ה בעולמו להשלמת יצוריו בכל דרכי השלמות, לתכלית השלמתם המוסרית בייחוד הנצמחת ממנה, ואל תטעה, אז דאס איז א שארט קאט, די געפילן און שכל דארפען זיין אינגאנצען מרוכז אויף די זאך

ונבנתה העיר » מיטוואך מאי 28, 2014 11:30 pm

· #203332
ראש הישיבה, איך זעה אז דו קענסט די גאנצע שפראך...

אפשר איז די דיון טאקע נאר לשם דיון וואס תפלה איז, אבער עס זעהט מיר אויס ווי געוויסע האבן 'מורא' אז דאס זאל זיין תפלה, עס איז עפעס א נייע לאסט, און אויב נישט דאס האט מען געמיינט איז א שאד זיך צו מוטשענען מיט איהר.

דאס איז אבער לכה"פ אן עצה טובה, אז איהר ווילט אנקומען צום תכלית פארוואס אייער נשמה איז דא אראפגעקומען, אז איהר ווילט טרעפן גאט דורכ'ן טאג נאכ'ן ארויסגיין פון בהמ"ד - באמור אלי 'כל היום' איה אלוקיך, דאן איז דאס די בעסטע עצה.

טוהט אין עבודת התפלה וועט אייך גוט זיין, טעמו וראו כי טוב הויה, פארזוכט וועט איהר זעהן אז דער אייבערשטער איז גוט - בניגון הידוע.