בעלגיע: גרויסע מפלות לאנ"ש - מ.א.פרידמן פייערט זיג בפרלמנט
69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6487
בעלגיע: גרויסע מפלות לאנ"ש - מ.א.פרידמן פייערט זיג בפרלמנט
גרויסע מפלות נאך די וואלען היינט אין אנטווערפען ממש אויף אללע געביטן, נאכדעם וואס קיין איין איינציגער פון די פאליטישנ'ס וואס די היימישע עולם האט געלייגט די לעצטע האפנונג זענען ניישט אריין אין פארלאמענט און זענען ליידער אללע געבליבן אינגאנצן אינדרויסען און ס'נישט געבליבען פאר זיי קיין שום דריסת הרגל.
די גרויסע סכסוכים און די געוואלדיגע פירוד הלבבות וואס ס'הערשט יעצט דארט האט ליידער צוגעברענגט צו די רעזולטאטען. עס איז נאך אין די היסטאריע פונעם חרדישען אנטווערפען נישט געווען אזא שפל המצב.
דער גרעסטער געווינער אויפן פאליטישען פראנט פון די בעלגישע וואהלען איז ווי באקאנט די רעכטע פארטיי NV-A אונטער די פיהרונג פון זייער פארזיטצער בארט דע וועווער, וואס איז לכל הדעות דער צוקינפטיגער ראש הממשלה פון בעלגיע, וואס עס איז געווען אזעלכע וואס האבן זיך געמאכט אילוזיעס אז ווען ער וועט ארויפקומען אויף דער מאכט וועט ער קענען לייכטערע מאכען די גזירות.
היינט נאכט איז געקומען דער גרויסער שאק ווען מען האט געהערט אין די נייעס אז משה אריה פריעדמאן ומשפחתו איז געווען דער יידישער גאסט און געפייערט צוזאמען דעם גרויסען זיג ביי די פייערליכקייטען פונעם גרויסען זיג פון די פארטיי, און איז אויפגענומען געווארען מיט גרויס כבוד.
דער צוקינטפטיגער ראש הממשלה האט שוין סוף וואך אין די מידיע געלאזט פאללען ווערטער אז ער וועט אללעס אנווענדען אויסצופירען די נייע געזעטצען-גזירות.
עס איז איבעריג א יעדעס ווארט צו פארשטיין די משמעות הדברים.
ביטע זאגט יא אפאר איבריגע פאר אונז אמעריקאנער בירגער, וואס זענען די גזירות וואס שוועבען דארט אויף כלל ישראל?
איחוד פעלדביטע זאגט יא אפאר איבריגע פאר אונז אמעריקאנער בירגער, וואס זענען די גזירות וואס שוועבען דארט אויף כלל ישראל?
ס'הייסט. דו האסט נישט געהערט. מ'גרייט שוין אן די באנען, רח"ל.מ'גייט ארויספיהרן אלע ערליכע אידן אויסער'ן שטאט(אין קאפעלל'ן?) און מ'גייט זיי אריינלייגן אין א גרויסע קאנצענטראציע לאגער וואו מ'גייט נישט געיבן קיין ברויט מיט פוטער, ר"ל.
אמת'דיג גערעדט. די בעלגישע רעירונג וויל איינפיהרן אז די קינדער פון די תלמוד תורה'ס זאללן לערנען די שפראך פון לאנד (פלעמיש אדער פראנצויזיש.) רעכענען, היסטארי און דזשיאגרעפי (געאגראפיע). פון אט דעים באשטייט די ביטערע גזירה... 😂 🙄 🙄 🙄 😠 😛 😳 😉 😮 😈
.
פאר די צרות פון אחב"י דארט בין איך נישט אזוי באזארגט ווי פאר דעם אז מיילעך פרידמאן בכל שום וחניכא דאית ליה וועט זיך נעמען וואויווען דא אין שטיבל און נישט לאזן אונז קיין מנוחה...
שלום-וברכה
ביזט א גיטע קאמידיען
יעדער יונגעל ווייסט אז ווער עס וויל קען קומען צי די פייערונגען פין סיי וועלכע פארטיי, מא"פ האט זיך אויך דארט באטייליגט (ווי דען זאל ער גיין אז ער האט נישט קיין דריסת הרגל ביי קיין שום אידישע פלאץ) און קיין מענטש האט דארט נישט געקיקט אויף זיין זייט
בנוגע דע רעזולטאטען פון די וואהלען די מעהרהייט פונ'ם חרדישע ציבור האט געוועלט פאר לודא וואן קאמפענהאוט (א גרויסע יודען פריינד און א מאכטפולע מענטש אין די פלעמישע פאליטיק) און ער איז געוועהלט געווארען און גייט באקומען א בענקל און די פלעמישע פארלאמענט
על המחיה
קיין איין איינציגער אנדערער יוד האט זיך דארט באטייליגט, אין האבן זיך נישט געקענט באטייליגען אפילו זיי האבן פראבירט! אפילו דער הויפט יודישער קאנדידאט פין די פארטיי מר אנדרעי גאנטמן(וואס האט מיעס פארלוירן!) איז אויך נישט געווען אנוועזענד! נאכמעהר די סעקיוריטי האט בשום אופן קיינעם נישט ציגעלאזט אויך נישט די עלטרע פערזענליכקייטן.. אין פאר משה אריה פרידמן איז געווען א מכובדיגע ווארימע אויפנאמע אין געשפרעך,
מען זעהט אויך א לענגערע האנד געבן פין ראש העיר מיר די ווייב פין מ.א. פריעדמאן....
בנוגע די רעזאלטאטן פין די וואהלען, זענען אלע יודישע קאנדידאטן גענצליך ארויסגעפאלן, לודא וואן קאמפענהאוט איז א בעלגישער קאנדידאט וואס איז געוועלט געווארן דורך גויים! אין איז אזוי ווי א סאך אנדערע בעלגישע קאנדידאטן אידן פריינט-וועלן אייך זיכער באשטעטיגן אז זיי זענען אידן פריינט...
אין מיט דעים אלעם איז ״לודא וואן קאמפנהאוט״ געוועלט געווארן אויף זייער א נידעריגע נומער!!!!!! אין אן קיין משמעות!
מיינסט טאקע אז אונז זענען דא אלע שוטים?
אוודאי האט זיך קיין שום היימישע יוד נישט באטייליגט דארט, וואס האט א איד א שותומ"צ דארט פארלוירען?
מיינסט אז עס איז פאר איינעם א נפק"מ ווי מא"פ מיט זיין רעבעצין האבען געשפענד די נאכט?
קלערסט טאקע אז ווייל דער געווינער האט געגעבען א האנט פאר רעבעצין פר"מ האט עס עפעס א משמעות?
האסט דען א אהנונג פאר וויפיהל מענער און פרויען ער האט געגעבען זיין האנט נאכ'ן זיג?
זענען דען נישט געווען הונדערטער גוים דארט, וואס מען האט אריינגעלאזט אן קיין פארוואס און פארווען?
האלסט טאקע אז עס איז דא איין מענטש אויף'ן כדור הארץ וואס רעספעקטירט דעם רויט'ן מצורע?
בנוגע לודא וואן קאמפענהאוט, די ביזט זייער אימבאהאווענט און די פאקטען, מאך דיין האומווארק בעסער, פאר די שרייבסט דא דיינע דמיונות. (פאר אנציהייבען, אפשר ביזטו אונז מסביר וואס מיינט 'ער איז געוועלט געווארען אויף זייער א נידעריגע נומער'? אין אויך זיי אונז מסביר פאר וועלכע פאזיציע אנדרעי גאנטמאן איז געלאפען, און וואספארא שייכות דאס האט מיט די פראבלעם פון חינוך)
על המחיה
עס זענען טאקע אריינגעלאזט געווארן אסאך אנשים מכובדים אבער ווי געזאגט איז קיינער בשום אופן נישט ציגעלאזט געווארן,בשעת ער איז געווען כמעט ווי דער אורח הכבוד....
די מדובר איז נישט דווקא ווי משה אריה פרידמאן אין זיין ווייב האבן פארברענגט. די נאכט,
די מדובר איז מיט וועם אין ווי אזוי די ציקונפטיגע ראשי הממשלה האבן פארברענגט!!!
בנוגע לודאו וואן קאמפנהאוט, ער האט באקומען 14537 שטימען בשעת די אנדערע ערוועלטע האבן באקומען צווישן 160.000 אין 50.000 שטימען
אויך איז ער בעיקר געוועלט געווארן דורך פלעמישע גויים...
עס איז איבעריג צי ערקלערן אז זיין משמעות איז זייער קליין!
דער אמת איז אז איך שעהם מיך פין מיך אליינס, אז איך שטיי אין ווארט מיט דיר (בפרט אז די פארשטייסט אפילו נישט וואס מען רעדט צי דיר, און ענטפערסט נישט וואס מען פרעגט דיר)
אז עס מאכט דיר גוט צי פארקויפען אז דער מא"פ איז געווען די אורח הכבוד, און ער מיט זיין מחברתו זענען געווארען אויסגעוועהלט צי פייערען די זיג און פאברענגען מיט'ן אזוי געריפענע 'צוקימפדיגע ראש הממשלה' (דאס אליין ווייזט אז די הייבסט נישט אן צי וויסען וואס עס גייט פאר, עס איז בכלל נישט קלאר אז ער גייט זיין ראה"מ, רוב צייטונגען געבען אים נישט מער ווי 50 פרעצענט הצלחה) פארגין איך עס דיר בחפץ לב (נאך אלעמען קומט אים דאך אויך עפעס א שטיקל הנאה אויף דעם וועלט) שרייב עס נאך אפאר מאהל וועסטו עס אפשר אנהייבען גלייבען.
אפשר קענסטו מיר זאגען וויפיל שטימען האט די יעצטיגע עדיוקעישען מיניסטער באקומען ביי די לעצטע וואהלען און 2009 ?
על המחיה,
פארליר נישט דיין גלייכגליטיגקייט, נעם עס נישט פערסאנעל ווייל עס שטעלט דיר נישט אין א גוטן ליכט. די אלע דירעקטע טשעפערייען גיבן דיר דעם אויסקוק ווי אן אנגעווייטאגטער. קאט די דראמא.
חחח
איי קאדנ'ט קעיר לעס און וואסארא ליכט עס שטעלט מיר...
צי יעדעם רעדט מען זיין שפראך, כך הוא דרכו של עולם, צי א פערד רעדט מען פערדען-שפראך
ווען מא"פ וועט מאכען א מענטשליכע שידוך מיט זיין זוהן וועט ער קענען שרייבען מ.א. פרידמן פייערט זיג, דערווייל איז ער נישט מעהר ווי נאך אפאר הונדערט גוים און גויטעס מכל שכבות הציבור וואס האבען גערייכט זייער האנט פאר די בעלגישע זיגער
איך האב געפרעגט גענוג זאכליכע שאלות, וואס דער שלום-וברכה האט נישט גע'ענטפערט אויף קיין איין פון זיי!
מען טענה'ט זיך דא ווי בעיביס, קענען ענק פליז רעדען צודערזאך, איז יא אדער נישט דא גזירות?
נישט דא קיין גזירות, עס איז דא א שטיקל פראבלעם וואס וועט בעז"ה מסודר ווערען עצהיו"ט
וואס יא, למען המצב איז דא מאנכע וואס רופען עס 'גזירות' אבער לא מיניה ולא מיקצתיה
אה אקעי, סאוי דו שרייבסט הייסט עס אינגאנצן נאר אים צו טשעפען. ביז יעצט האב איך נאך געמיינט אז דו ווילסט אינפארמירן די לייענער.
אויף דיין צווייטן פוינט. צו א פערד רעדט מען אינגאנצן נישט. אפגערעדט אז רעדן צו א פערד זיין שפראך הייסט זיך צו נידערן צום יענעם'ס דרגה.
דו דארפסט פארשטיין אז נישט וואס מיינט ביי דיר זיג מיינט ביי יעדעם איינעם אויך זיג. זעסטו, למשל איך האלט אז "מאכן א שידוך מיט א זוהן" איז א נארישקייט בעת ווען גוט ווערן מיט די פיהרער פון לאנד איז אין ערגסטן פאל א אינטערעסאנטער אנעקדאט אין קאנטעקסט פון די לעצטיגע געשעהענישן, בנוגע עדיקעישן, אין וועלכע משה ארי' איז פארמישט געווען.
וועלכע קשיות מיינסטו? למשל דיע?
על המחיהמיינסט אז עס איז פאר איינעם א נפק"מ ווי מא"פ מיט זיין רעבעצין האבען געשפענד די נאכט?
האלסט טאקע אז עס איז דא איין מענטש אויף'ן כדור הארץ וואס רעספעקטירט דעם רויט'ן מצורע?
אדער אזעלכע וואס האט בכלל נישט קיין שייכות צום נושא?
על המחיהאפשר קענסטו מיר זאגען וויפיל שטימען האט די יעצטיגע עדיוקעישען מיניסטער באקומען ביי די לעצטע וואהלען און 2009 ?
דאס אז ער ענטפערט נישט אויף דעם איז אפשר ווייל ער טענהט אז "צו א פערד רעדט מען נישט."
אזוי ווייט ווי איך ווייס זענען די אידן, וואס האבן קינדער אין די עידזש אויף וועלכע די נייע גזירות זענען חל, אין א גרויסע סכנה.
און פון רבי לייבוש מיין איך, האב איך געהערט נאכזאגן אז מ'וועט דארפן אוועקמופן פון אנטווערפן. אפשר קיין לאנדאן גאר. בלייבט פאר די ענגלישע עדיוקעישן דעפארטמענט זיך צו ספראווען מיט א איבערפלוס פון אימיגרירנדע שור שנגח קינדער און האשה נקנית בחורים, אויב זיי האבן נאכנישט גענוג אויסצושטיין פון זייערע אייגענע קנאים'לעך און פאן פארברענער.
איך בין נישט דא צי אינפארמירן די ליינער, ס"ה בין איך מגיב אויף דברי שלום-וברכה אויף די וועג וואס איך האלט פאר פאסיג
די שאלה בנוגע וויפיל שטימען די יעצטיגע עדיוקעישען מיניסטער האט באקומען איז בפירוש יא נוגע צי אונזער נושא. (בנוגע 'גרויסע מפלות לאנ"ש')
ר' לייביש האט קיינמאל נישט געזאגט אז מען דארף מאווען, דאס איז שאולזוהן בשם ר' לייביש.
עס איז נישט קיין שום סכנה פאר קיינעם נישט, מען גייט לערנען אביסל מער לימודי חול אזוי ווי אונזער שכנים און וויען און אין ציריך, עס איז ווייט נישט אזא הארבע פראבלעם אפי' לשיטת המחמירים.
על המחיה
איך האב נישט געזאגט אז ער איז אין פאקט געווען דארט דער ״אורח הכבוד״ איך האב געזאגט אז עס האט אויסגעזעהן ווי ער איז כמעט דער ״אורח הכבוד״ אין דאס איז דער לשון ״בשם אומרו״ פין איינעם וואס איז דארט געווען.
איך האב די זיגער טאקע באצייכענט אלץ די ציקונפטיגע ״ראש הממשלה״ אבער דאס איז אן אנגענימענע זאך יעצט אין בעלגיע אז לויט די גרעסטען צאל שטימען וואס זיי האבן באקומען דארפן זיי שטעלן דעם קאנדידאט פאר ״ראש הממשלה״ אגב האט זיין דעפיוטי פרוי ״LIESBETH HOMANS" די גרויסע שאנסן צי ווערן ראש הממשלה לויט איר גרויסע צאל שטימען זי איז זייער פאפולער, מען זעט אויך אויף די בילדער ווי משה אריה פרידמאן גיט איר די האנט זי נעמט איהם אויף זייער ווארעם.
מען קען נישט מנבא זיין קיין עתידות רעגירונגען קומען אין גייען, שטייען אויף אין צעפאלן, לב מלאכים ושרים ביד ה׳, עס איז אבער א גרויסע עוולה אין זייער געמיין וואס געוויסע עלעמענטן אזוי ווי ״פנחס קורנפלד״ רעדן איין דעם עולם אז ענדערן פין רעגירונגען וועלן אויסמאכן די מינדעסטע נפק״מ אין דעם עניין, אין פראבירן צי מאכן פאלשע האפענונגען כאילו די נייע רעגירוהג וועט גרייט זיין צי פארהאנדלן מיט זיי וועגן א דיל איבער די עניינים, זיי ווייסן אז עס איז שקר! עס איז שוין צייט צי זיין מודה על האמת אין לאזן די אומשילדיגע קינדערלעך זיך פארברייטן צי די בחינות ווי שנעלער אין זיך אפשפארן צרות אין פראבלעמן רח״ל.
דער יעצטיגער מיניסטר PASCAL SMET איז נישט געלאפן אלץ קאנדידאט אין די יצטיגע וואהלן, אויך איז די עניין נישט געווען קיין שום אישו ביי די דאזיגע וואהלן, אין לויט די צייטונגען פלאנט ער שוין לאנג זיך אריבערציען קיין בראזיל.
ווען מען וואלט געשטעלט דעם עניין פאר וואהלן אדער אומפראגע צי די בעפעלקרונג צי מען זאל בכלל עפעס נאכגעבן אנ״ש אין די עניינים וואלטן זיכער 99.9% באפעלקרונג געשטימט קעגן!!!!!!
על המחיה
יא שידוך צי נישט שידוך, צי זיין זין וויל בכלל יעצט צי נישט ווייס איך נישט.
איין זאך ווייס איך זיכער אז פין ״נישט שידוך״ זענט עטץ נישט געהאלפן נאר פארקערט דאס איז אין בלייבט ענקער פראבלעם אין קאטאסטראפא.
״יא שידוך״ איז לכאורה דער פתרון.
א גוי האט דיר געזאגט אז עס האט אויסגעזעהן ווי ער איז כמעט דער אורח הכבוד? (א צווייטע איד איז דאך נישט דארט געווען, כדבריך לעיל)
דאס וואס די היימישע אידען האלטען אז די תוצאות פין די בחירות וועט אויסמאכען בנוגע דעם געזעץ האט מיט פ"ק קיין שייכות, אלע מנהלי המוסדות און עסקנים וואס ליגען און די פרשה האבען געבעטען די עלטערן צי וועהלען פאר די NVA בכלל אין פאר לודא בפרט,
לאמיר מאכען זיכער איך פארשטיי וואס די שרייבסט
די האלסטו אז 99.9 פרעצענט פון די בעלגישע באפעלקערונג גייט אן וואס די ווייניגער פון 2000 אידישע קינדער לערנען און זייערע שוהלעס?
בנוגע אונזער פראבלעם אין קאטאסטראפא, נעם דיר דאס אריין און קאפ, קיינער גייט נישט אן וואס ער טיט און וואס ער זאגט, ער מאכט בזיונות? יא אמאהל אביסל קאפוויי? יא, אבער ביי דעם בלייבט עס, ער האט נאך דערווייל קיין שום ערנסטע שאדן נישט געמאכט פאר קיינעם נישט, חוץ פאר זיך זיינע בני בית און טייערע קינדער, כן יעזור ה' הלאה
על המחיה
״פנחס קארנפעלד״ האט אין די לעצטע וואכן אין זייער א סאך Interviews אנגעהויבן ביי ״המודיע״ ״המבשר״ ראדיוס אין כל מיני טלפאון ״האט ליינס״ אין בעצם מסוף העולם ועד סופו ערקלערט אז מען גרייט זיך אויף גרויסע זאכן אין אז ער האט געהיימע פארהאנדלינגען מיט די אנדערע פארטיי (די וואס האבן יעצט געווינען!) כדי מבטל צי זיין די ״גזירות״
ווילסט איך זאל דיר דא ארויפלייגן די ״למען תדע/פנחס קורנפלד) פאשקווילן?! ווי ער זאגט צי עולם ומלואו מבטל צי זיין נאך די וואהלן אין מיט זיינע פאליטישע קאנטאקטן... די גזירות.
אין בכלל אויב עס איז אזויווי די פראבירסט יעצט צי דרייען אז עס איז נישט קיין פראבלעים מיט די קינדער אביסילע רכענונג צי לערנען, אזויווי מען טוהט אין ״עסטרייך״ אין אויך ״ציריך״ אין די פעולות פין מ.א. פרידמן האט מאקסימום געברענגט אפשר- אפשר א ביסעלע קאפ-וויי???
דעמאלס על מה כל הרעש? פארוואס האסטו/פנחס קארנפלד געדארפט אזויפיל ליגנט זאגן? אין אזויפיל פראבירט צי פארפירן דעם עולם מיט דייני פאנטאזיעס איבער פאליטישע קאנטאקטן? אד״ג
אין א לאנגע Interview אין המודיע-עברית אויף דעים פראנט פעידג גליון מס # 18924 מיום עש״ק פרשת בהר 9 מאי למס׳ ווי ״פנחס קורנפלד״ קייט איבער זיינע שקרים-והבטחת שווא... פרעגט אים דער עורך המודיע פאסענד אין ריכטיג די פאלגעדע פראגע:
״ואם לא???״
ענטפערט פנחס קארנפעלד וז״ל:
״ואם לא? אזי נעמוד בפני מציאות חדשה שכמותה טרם חווינו, אך אין לנו ספק שתהיה אשר תהיה התוצאה והמחיר שנידרש לשלם- אך לא נסכים לכל פשרה שתפגע חלילה בחינוך ילדינו. יהודי אנטוורפן מסרו במשך דורות את נפשם למען הדורות הבאים, ואין לנו ספק- וזה המסר שהעברנו גם לבכירי השלטון- שכך ננהג גם בעתיד״
עכ״ל ״פנחס קורנפלד״ ואידך זיל גמור!
יא, ביטע לייג דא ארויף די אויסצוגן פון 'למען תדע' ווי ער זאגט צי עולם ומלואו מבטל צי זיין נאך די וואהלן מיט זיינע פאליטישע קאנטאקטן
גראדע האב איך געליינט אין למען תדע אז און די המודיע איז געווען שפעטער א הבהרה אז נפלו כמה טעותים בראיון וכו' - אז די ברענגסט שוין די למען תדע, ברענג שוין אויך אהער דעם שטיקל אויך, א דאנק
במאמר המוסגר, עס איז נישט שיין מפרסם צי זיין פאר יעדעם אז די ניק על המחיה איז גאר פנחס קארנפעלד 😈
איך האב דיך איינגעשפארט אביסל ארבעט
דא האסטו פון למען תדע נר. 613
היינט, נאכ'ן באשלוס פון הויכען געריכט, איז שוין נישט זיכער אז דער איינהייטליכער פראנט וועט זיך ווייטער
אזוי האלטען. דאס איז זיכער, אז די באטראפענע עלטערען האבען אמונה און בטחון אז מען וועט פון הימעל
שיקען א ישועה. אויך זענען אללע מסכים ווייטער צו פיהרען די מערכה און אפווארטען די רעזולטאטען פון די
וואהלען. דאמאלט וועט מען אפשר קענען אונטערהאנדלען מיט די נייע פלעמישע רעגירונג בכלל און מיט'ן
נייעם בילדונגס מיניסטער בפרט. מיר ווייסען אז די פלעמישע אוטאריטעטען זענען איממער געשטאנען גינסטיג
צו די יידישע מוסדות און ווילען זיכער נישט אז זיי זאלען שליסען.
דאס איז וואס די מיינסט אז ער
זאגט צי עולם ומלואו מבטל צי זיין נאך די וואהלן מיט זיינע פאליטישע קאנטאקטן??
טאמבי ידידי ,ביסט גערעכט אז צו א פערד רעדט מען נישט אבער אזוי אויך באקומט געווענליך נישט קיין פערד א ווארט בשטיבלינו און אזוי ווי עינך רואות אז דער מסור מא''פ(א) באקומט יא א מקום דא ווי צו שפינען זיינע געבעקס דארף מען רעדן צו עם זיין שפראך.
יעצט קען מען ערווארטן א פרישע שיפמענט פון ניקס אויף בחדרי ווי דער פערד איז זיך נוהג צו רעדן צו זיך אליינס.
כ׳על לאזן די צוויי ניקס זיך ארומרייסן דא.
מיין תגובה אז פאר די וואס זענען אינטערסירט צו וויסן די מצב.
דער רעגירונג ארלאנגט צו לערנען מיט די קינדער א גאנצע ליסט פון זאכן, מאטעמאטיק, געאגראפיע, אסטראנאמיע, סייענס, היסטאריע, ועוד ועוד, צווישן די קאטעגאריעס געפונט זיך א נושא, וואס ביי אונז רעדט מען נישט מיט׳ן יוגנט, און עוואלוציע.
רוב דערפון האט מען שוין ממילא געלערנט מיט די קינדער ביי לימודי חול, נאר ואס, פון היינט אין ווייטער ועלן די קינדער מוזן זיכער מאכן צו קענען ביי די צוועלף.
אויב נישט, וועלן זיי מוזן איבערמאכן די טעסט ביי די 15.
אויב וועלן זיי דעמאלטס ״נאך אלס נישט״ קענען, וועט מען ״קענען״ צווינגען די קינדער צו גיי איבערשטודירן אין א גוישע שולע.
די לימודים ווערן שוין היינט געלערנט אין יסודי התורה און אין נאך תלמודי תורה׳ס אדער שולע׳ס אין שטאט, און אלעס פארט ווי געהעריג.
לגבי די לימודים, וואס מען דארף נישט צו לערנען, זיי מיינען נישט די לימודים, הגם טעכניש איז עס א חלק פון די קוריקולום, אבער זיי האבן ביז היינט נישט געמאכט קיין עסק דערפון. בפרט ביי 12 יעריגע קינדער.
ווי לאנג א יונגל קען די טעסט ביי 12, האט זיך גארנישט געטוישט, העכסטנב וועט מען לערנען א האלבע שעה מער למודי חול.
לאמיר נישט פארגעסן
מאטעמאטיק, דארף מען קענען פאר למודי קודש.
אסטראנאמיע, דארף מען אויך קענען פאר למודי קודש.
געאגראפיע, און היסטאריע איז סתם אזוי גוט צו וויסן.
סך הכל איז געבליבן צוויי נןשאים, וואס מיר האבן א פראבלעם דערמיט, ווי אזוי האט זיך יסודי התורה אן עצה געגעבן ביז היינט, ווי אזוי געבן זיך אן עצה די יסודי התורה שולע אין לאנדאן, זיין דארפ׳ן דארטן אויך לערנען די אלע זאכן׳.
כ׳ווייס נישט.
אמת לכתחילה, דארף מען דאס מבטל זיין, אבער למעשה טעכניש, אז די ״גזירה״ היבש אויפגעשוואלן, און מען וועט זיך גאנץ גרינג אן עצה געבן דערמיט.
דער אמת׳ער פראבלעם איז די קינדער וואס ווערן יעצט 12, און זיי קענען נישט.
און די קינדער וואס גייען נישט קענען ביי די 12.
100 יאר צוריק איז למודי חול, בכל אופן שהוא געוען ביהרוג ועל יעבור - היינט איז עס אנגענומען אין יעדע חדר
וועט מען פון היינט אין ווייטער אביסל מרחיב זיין די ידיעות פון אונזערע קינדער - ביז 20 יאר ארום וועט עס זיין די סטאנדארט אין יעדער חדר, דער שאלה איז נאר ווען און ווער עס וועט זיין דער ערשטער.
איטשע
כל הכבוד
אזוי דארף אויסזעהן א רעאקציע, ״ממנו ילמדו וכן יעשו״
גיי נישט יעצט אריין אין דעם תוכן התגובה, איך מיין דערמוט דעם אופן ונוסח התגובה!
וועל בל״נ געבן א לייק.
אגב איך פראביר ווי ווייט מעגליך זיך אויך צי האלטן אין די נארמן, ווער אבער כמה פעמים אריינגעצויגן אין א וויכוח דא אין שטיבל אויף א נוסח וואס איז אין דרכי בכך ונגד רצוני.
שלום-וברכה
ווילסט איך זאל דיר דא ארויפלייגן די ״למען תדע/פנחס קורנפלד) פאשקווילן?! ווי ער זאגט צי עולם ומלואו מבטל צי זיין נאך די וואהלן אין מיט זיינע פאליטישע קאנטאקטן... די גזירות.
שעפעלע
אונז ווארטען מיט נייגער
בילדער פון די פייערליכקייטען די געוואונער מיט מ.א. פרידמן
ס'דערמאנט מיר פון די בילדער ווי נחום ראוזענבערג נעמט זיך פרייליכערהייט ארים מיטן די עי טאמפסאן אין די נאכט פון זיין געווינס,
ס'נישט אריבער מער ווי צוויי חדשים און מ'איז שוין ציקריגט
על המחיה
אלו דברים שאין להם שיעור ואי אפשר לפורטן כי רבים הם, אבער אז דו האסט אזוי געבעטן לייג איך דערווייל ארויף א התחלה און אי"ה שפעטער וועל איך צולייגען:
📎 למען תדע 613.png
📎 למען תדע 609.png
פלעין יודישס'דערמאנט מיר פון די בילדער ווי נחום ראוזענבערג נעמט זיך פרייליכערהייט ארים מיטן די עי טאמפסאן אין די נאכט פון זיין געווינס,
ס'נישט אריבער מער ווי צוויי חדשים און מ'איז שוין ציקריגט
צוקריגט??? ער שעלט דעים די.עי. און סטראשעט איהם מיט'ן ערגסטן. די גרעסטע חוזק איז זיין אזוי-גערופענער "שיעור" לפ' נשא/הכנה לקבלת התורה. נחום. איכ'ל ניצן א לשון פונ'ם פארשטארבענעם באב גרענט, רעסט אין פיעס. "אזענדא מע" הער מיך (גוט) אויס. טו עסט און ספאטשיעם. דו ביסט א פנים'לאזער (כאראקטער'לאזער) באשעפעניש. אינז ווילן נישט הערן פון דיר קיין דברי תורה ומוסר. מ'האמיר ב"ה געניג עכטע בני תורה פון וועים צו הערן. פון דיר ווילן מיר נאר הערן קללות ודברי נבלה און שעלטערייען. און מבזה זיין די גדולי התורה און אנרופן זיי מיט די ערגסטע נעמען... 😈 😈 😈 🙄 🙄 😉 😮
שלום וברכה
are you for real?
די שרייבסט ער זאגט צי עולם ומלואו מבטל צי זיין נאך די וואהלן אין מיט זיינע פאליטישע קאנטאקטן...
און דערנאך ברענגסטו אהער א פויליש פארווע שטיקעל (וואס איך האב שוין געברענגט און פריעדיגען בלאט) וואס ווייזט פונקט פארקערט פון וואס די ווילסט דא אויפווייזען
ווי זעסטו און די שטיקלעך וואס די האסט געברענגט אז ער זאגט בכלל עפעס צו?? ווער רעדט נאך פון עולם ומלואו??
ער שרייבט דאך נאר אז אפשר איז דאס די האפענונג!
על-המחיה
דל מהכי דאס ווארט "עולם ומלואו" אין יעצט לגופו של עניין.
📎 המודיע פרשת בהר.jpg
📎 המודיע פרשת בהר 2.jpg
אינטערוויו פנחס קארנפעלד כיכר השבת
<a class="postlink" href="http://www.kikarhashabat.co.il/">http://www.kikarhashabat.co.il/</a>השריף-החרדי-של-אנטוורפן-טוען-ה.html
השריף החרדי של אנטוורפן טוען: הליבה - בגלל קיצונים
פנחס קורנפלד, מעסקניה הבולטים והוותיקים של הקהילה החסידית באנטוורפן, ומי שמכונה באופן בלתי רשמי כ"שריף החרדי", מאשים את פעיל נטורי קרתא משה אריה פרידמן בכפיית לימודי הליבה על התלמידים החרדים. בנוגע לחוק הליבה, קורנפלד מעריך כי שר החינוך יוחלף בבחירות, והחוק יעבור שינויים (חרדים)
ציטאט:
"לבד מהבעיה של לימוד תכנים שאינם ראויים ומנוגדים לרוח היהדות, הרי שעל עצם הדרישה להגביר את לימודי החול על חשבון לימודי הקודש איננו יכולים להסכים" אומר קורנפלד. קורנפלד עדיין נאחז באופטימיות בעובדה שבית המשפט העליון נותן לקהילה "חלון הזדמנויות" של שנה על מנת להיערך לשינויים בתכני הלימוד, מה שנותן עדיין פתח לשינויים אפשריים. לדבריו, הבחירות העתידיות בבלגיה בהן על פי המסתמן תוחלף הממשלה וממילא גם שר החינוך יאבד את משרתו ויוחלף באחר, יאפשרו לעשות שינויים כאלו ואחרים בחוק החדש.
און צום אינטעוויו דריקט אויף דעם לינק אויבען
ער זעהט אויס ווי א מאנקי פון זוו ארויס.
איך אויך
וועם מיינט איר דא?
שיינע ראיה
אויב די ראיה פון דעם קראנקהאפטיגען פורימשפילער אז ער איז א "צד" און א "אדם חשוב" און "מען רעכענט זיך מיט עם" איז דורך דעם וואס ער האט א בילד ווי ער שטופט זיך צווישען 1600 באטייליגער צו געבען דעם האנד פאר די בירגעמייסטער פון אנטוורפן ( וואס דרך אגב ווייסט ער עם גוט צו שעצען דורך פארשידענע אנפעלער קעגען עם אליין דורך פרידמן...), אויב אזוי זיינען די בילדער דא מן הסתם א ראיה אז ער איז אויך א מקורב למלכות ... 😃
ווייל דא קען מען דעם שפילער אויך זעהן ווי ער געט א האנד פאר די מלכה (!!) , - מן הסתם האט דער הויפט ראבינער פון וויען אויך אן היתר פאר דעם - , בשעת דא ווידער האט ער זיך געשטופט ווי א נער מיט די בלויע קרענק צו זיין אויף א בילד...
כמעשהו שם מעשהו כאן, קינדערישע טאטען כדי זיך אליין איבער צו צייגען אז ער איז "עפעס".
ליידער פאר עם האט ער נישט קיין שום השפעה נישט אויף די פאליטיק, נישט אויף די דעת הקהל אין אנטוורפן, ווייסט יעדער אז ער האט נישט קיין שום שייכות מיט דעם נייעם געזעץ חוץ פון זיך דארט אויך "אריין שטופען".
נישט די שופטים אדער ווער אין די ממשלה רעכענט זיך בכלל מיט עם, און ווען אי"ה מען וועט דאס אויסגלייכען בבוא הזמן, וועט ער אויך נישט האבען קיין שייכות צו דעם.
די איינציגער פלאץ ווי ער קען פריי פארקויפען זיינע איינזייטיגע חלומות איז אויף די בלאגס וואס יעדער איז פריי צו שרייבען וואס עס געפעלט עם.📎 pk1-maf.jpg📎 pk2- maf.jpg
נאך א זאך איז כדאי צו דערמאנען, אז די גאנצע ״סיבה״ פון די יעצטיגע באלאגען, אז א דאנק די אראבער, וואס האבן זייערע קינדער קיינמאל אין קיין שולע נישט געשיקט, און היינט פארן זיין פעכטן אין לבנון, ״זיי״ זענען די ציל. נישט די יודישע ארטאדאקסישע יודנטום, וואס איז ס״ה קאלאטערל דעמעזש.
שלום-וברכהעל-המחיה
דל מהכי דאס ווארט "עולם ומלואו" אין יעצט לגופו של עניין.
📎 המודיע פרשת בהר.jpg
📎 המודיע פרשת בהר 2.jpg
דל מהכי עולם ומלואו, דל מהכי ער זאגט צי, דל מהכי פאליטישע קאנטאקטען, דאן בלייבט אפשר איבער א שמץ'ל פון אמת און וואס די דל גאה שרייבסט
די אלע צוטאטען וואס די ברענגסט זאגט ער גארנישט צי! און ער רעדט נישט קיין ווארט פון זיינע פאליטישע קאנטאקטען!
זאת בנוסף וואס ער שרייבט און למען תדע אז די אינטערוויוס זענען נישט קראנט וואס ער האט געזאגט, והיה על זה הבהרה בהמודיע
היתכן להחרים את המלך והמלכה בבלגיה ולהסתבך עם השלטונות?!
שרגא דוד
די ראלע פין משה א פרידמן אין דעם עניין ווי אויך אין אנדערע זענען זיי ער באקאנט אין די רעזאלטאטן רעדן פאר זיך אליין.
די שאלה וואס דער עולם פרעגט איז פארוואס זענט עטץ נישט געגאנגען מקבל פנים זיין דעם נייעם מלך אין די קעניגן? כראוי וכיאות לכבודו של מלכות! אין געמאכט די ברכה בשם ומלכות..
אין פארוואס זעהט מען נישט קיין איין איינציגער אנדערער איד? מיט די ציקונפטיגע ראשי ממשלה אין יעצטיגער ראש העיר?!
איז אמת אז מ׳ ענק מרמז געווען אז עטץ זענען נישט מעהר אזוי וועלקאם? אין פארוואס?
על המחיה
איך זעה אז די ביזט מכחיש את השמש בצהריים! אויך די ארטיקלן פין דיינע אינטערוויוס וואס איך האב דא אויבן ארופגעלייגט אויף עברית,
אויב קענסטו ליידער נישט קיין עברית בין איך גרייט מתרגם זיין לכבודכם!
זאגט מיר נאר אויף וועלעכע שפראך.
א דאנק.
ביטע ברענג מיר די צוטאט (נישט קיין חילוק און וועלכע שפראך)
ווי עס ווערט 'ציגעזאגט' עפעס מבטל צי זיין מיט פאליטישע קאנטאקטען פון פנחס קארענפעלד
נישט אז עס איז דא האפענונג אדער מעגליכקייטן נאר א ציזאג
א דאנק
שלום-וברכהשרגא דוד
די ראלע פין משה א פרידמן אין דעם עניין ווי אויך אין אנדערע זענען זיי ער באקאנט אין די רעזאלטאטן רעדן פאר זיך אליין.
די שאלה וואס דער עולם פרעגט איז פארוואס זענט עטץ נישט געגאנגען מקבל פנים זיין דעם נייעם מלך אין די קעניגן? כראוי וכיאות לכבודו של מלכות! אין געמאכט די ברכה בשם ומלכות..
אין פארוואס זעהט מען נישט קיין איין איינציגער אנדערער איד? מיט די ציקונפטיגע ראשי ממשלה אין יעצטיגער ראש העיר?!
איז אמת אז מ׳ ענק מרמז געווען אז עטץ זענען נישט מעהר אזוי וועלקאם? אין פארוואס?
וועם דרייסטו דא דע קאפ??
דער וויזיט פונ'ם קעניג און קעניגין איז געווען שמיני עצרת, כראוי וכיאות לכבודו של מלכו של עולם האט זיך קיין היימישע איד דארט נישט באוויזען!
בנוגע די פייערונגען, קיין שום היימישע איד האט זיך נישט משתתף געווען ביי די וואלען פייערונגען די לעצטע 30 יאהר און מעהר, קיינמאל, חוץ פון די הלכה'דיגע פראבלעמען צי גיין צי אזא פלאץ (צניעות, שירת נשים וכו וכו) האט קיינער דארט גארנישט פארלוירען, נישט דארט מאכט מען פאליטישע קאנטאקטען און נישט דארט קען מען עפעס אויפטוהן! דארט קומט נאר דער וואס האט שווער געארבעט פאר די פארטיי און פארשוינען וואס דאס איז די איינציגסטע וועג צי באקומען אביסעלע אטענטשען
שלום-וברכהשרגא דוד
די ראלע פין משה א פרידמן אין דעם עניין ווי אויך אין אנדערע זענען זיי ער באקאנט אין די רעזאלטאטן רעדן פאר זיך אליין.
די שאלה וואס דער עולם פרעגט איז פארוואס זענט עטץ נישט געגאנגען מקבל פנים זיין דעם נייעם מלך אין די קעניגן? כראוי וכיאות לכבודו של מלכות! אין געמאכט די ברכה בשם ומלכות..
אין פארוואס זעהט מען נישט קיין איין איינציגער אנדערער איד? מיט די ציקונפטיגע ראשי ממשלה אין יעצטיגער ראש העיר?!
איז אמת אז מ׳ ענק מרמז געווען אז עטץ זענען נישט מעהר אזוי וועלקאם? אין פארוואס?
שלום וצרה,
איך האב ביז היינט נאך נישט געזעהן
קיין איין באווייז אז משה א פרידמן האט,חוץ פון אריין שטופען זיין נאז איבעראל, געהאט ערגענץ א ( געריכטליכע) הצלחה אין דעם עניין פון די מוסדות, איז טאקע זייער ריכטיג וואס דו זאגסט אצינד אז די רעזאלטאטן רעדן פאר זיך אליין,
און נאר פאר זיך אליין טאקע !! און צו קיין אנדערע נישט !!און קיין שום "עולם" פרעגט נישט קיין שום שאלות, אפשר אין דיין אונטערוועלט עולם אדער אין דיין חלום.
אוודאי האבען מיר פרומע אידען נישט קיין פלאץ און נישט קיין נוצען צו פיגורירען אויף אזעלכע פלעצער אדער אין יום טוב.
נאר ... די זעלבע נאכט ווי פרידמן האט אזוי שווער געארבעט אויף צו באקומען דיין צוטריט , און זיך געשטופט צו די קאמערא ,האבען די עסקנים געהאט, און ווי שטענדיג, ברייטע און גוטע און שטילע קאנטאקטען מיט וועמען מען דארף , און אזוי טאג טעגליך , לתועלת העניינים און ווייט פון די אויגען און די נאז פון מ. א. פרידמן !
שרגא דוד
איך מיין אז די מעשה גייט פינקט פארקערט אין משה א פרידמן ארבעט ערשט שטיל, דיסקרעיט אין בפירוש אינגאנצן אוועק פין ענקער אויג, מ׳ הערט פין אים בדרך כלל נאך די רעזאלטאטן...
בשעת מאכט׳ס אייביג בהלות ובקול רעש גדול,אין הבטחות שווא פאר׳ן עולם וואס ענדיגען זיך בדרך כלל מיט גרויסע מפלות!
שרגא דוד
שלום וצרה,
איך האב ביז היינט נאך נישט געזעהן קיין איין באווייז אז משה א פרידמן האט,חוץ פון אריין שטופען זיין נאז איבעראל, געהאט ערגענץ א ( געריכטליכע) הצלחה אין דעם עניין פון די מוסדות, איז טאקע זייער ריכטיג וואס דו זאגסט אצינד אז די רעזאלטאטן רעדן פאר זיך אליין, און נאר פאר זיך אליין טאקע !! און צו קיין אנדערע נישט !!
און קיין שום "עולם" פרעגט נישט קיין שום שאלות, אפשר אין דיין אונטערוועלט עולם אדער אין דיין חלום.
אוודאי האבען מיר פרומע אידען נישט קיין פלאץ און נישט קיין נוצען צו פיגורירען אויף אזעלכע פלעצער אדער אין יום טוב.
נאר ... די זעלבע נאכט ווי פרידמן האט אזוי שווער געארבעט אויף צו באקומען דיין צוטריט , און זיך געשטופט צו די קאמערא ,האבען די עסקנים געהאט, און ווי שטענדיג, ברייטע און גוטע און שטילע קאנטאקטען מיט וועמען מען דארף , און אזוי טאג טעגליך , לתועלת העניינים און ווייט פון די אויגען און די נאז פון מ. א. פרידמן !
הבנתי, מעניין
תודה.שלום-וברכהשרגא דוד
איך מיין אז די מעשה גייט פינקט פארקערט אין משה א פרידמן ארבעט ערשט שטיל, דיסקרעיט אין בפירוש אינגאנצן אוועק פין ענקער אויג, מ׳ הערט פין אים בדרך כלל נאך די רעזאלטאטן...
בשעת מאכט׳ס אייביג בהלות ובקול רעש גדול,אין הבטחות שווא פאר׳ן עולם וואס ענדיגען זיך בדרך כלל מיט גרויסע מפלות!
שלום ורשע טייערע,
איך האף אז דו גלייבסט נישט אז חוץ פון אפשר די משפחה פון מ.א. פרידמן און די שפיגעל אין זיין צימער איז דא נאך איינער וואס גלייבט די דעמאגאגישע ווערטער...
מען הערט פון עם נאר ווען ער קומט זיך ווייזען ,ווי עס איז מעגלעך, אין אן אולם המשפט אדער אין אן אפיס פון די פאליציי אדער אויף בילדער ביי אן אייגענעם צוזאם גערופען אינטערוויו , אדער מיט אראבער ביי א קאנפערענץ אין בריסל, אדער אן ארטיקעל וואס ער דיקטירט א תמימותדיגע צייטונג שרייבער, חוץ פון דעם איז ער איינגעשלאסען אין זיין מויזלאך.
אויב דאס זיינען זיינע רעזאלטאטן, מעג ער זיך טאקע שטאלצירען ווייטער...
ווען פונקט ארבעט ער שטיל און ווען "זעהט מען" זיין הצלחה ?
אויב הצלחה מעסט זיך וויפיל בילדער פון זיך אדער וויפיל בלאגס ער שרייבט אליין איבער זיין "הצלחה" ביזט דו גערעכט....
דער חוק החינוך האט נישט קיין שום שייכות לא מיניה ולא מקצתיה מיט זיין אנוועזענהייט אלץ
צווישען געקומען פארטיי, פונקט ווי אדם הראשון קען ווערען
צווישען געקומען פארטיי אין א משפט איבער די ביימער אין די וועלדער, און נישט די שופטים און נישט דעם פסק זיינען זיך מתייחס צו עם איין ווארט מער ווי אז : זיי באשטעטעגען אז דער שפילער איז אנוועזענד.
פון קיין
רעזולטאטן האבען מיר נאך קיינמאל אין אנטוורפן
נישט געהערט. הגם ער האט שוין געסטראשעט פילפאכיג צו מסר'ן איבער די שחיטה, די קינדערגעלט, קלאגעס איבער פארשידענע מענטשען ביי די פאליציי, ביי די באהערדען, א.א.וו. האט זיך אלעס אויסגעוויזען ווי די שפריכווארט זאגט: אז אז א הונט וואס בילט בייסט נישט, ב"ה.
נאר ווען ער פראקלאמירט זיך אליין אין די ביליגע בלאגס ווי כאילו : אנטורפן איז אין שוק פון די הצלחה פון מ.א. פרידמן, דאן "הערט" מען פון עם...
ניין, שלום ורשע, קיינער קויפט היינט שוין נישט מער די לאקשען דיינע, קיינער האט נישט געהאט קיין "מפלה" מיט דעם חוק, לכל הפחות נישט מער ווי ווען די חוק איז ארויס געקומען לכתחילה ( נישט וועגען פרידמן ) העכסטענס האט מען יא פארדינט 3 יאר אפשטופ און נאך אנדערע זאכען...
דער באשעפער זאל העלפען דעם "עולם" אנטוורפן ווייטער אזעלכע "מפלות" און פאר מ.א פרידמן ווייטער אזעלכע "ראזאלטאטן" ...
שרגא דוד
אלזאו שליס איך מיך אויך איין אין ענקערע גרויסע שמחה איבער די גרויסע געווינסן אין הצלחות!. אין גרויסע מפלות פין משה אריה פרידמאן.....!
אין בין מסיים מיט א שבח והודיה על העבר ותפילה על העתיד עטץ זאלטץ ווייטער האבען נאר אזאלעכע הצלחות, אין נאר אזעלעכע מפלות....
פאר משה אריה פרידמן!
נאכאמאהל:
מזל טוב, מזל טוב , ומזל טוב!
שלום-וברכהשרגא דוד
אלזאו שליס איך מיך אויך איין אין ענקערע גרויסע שמחה איבער די גרויסע געווינסן אין הצלחות!. אין גרויסע מפלות פין משה אריה פרידמאן.....!
אין בין מסיים מיט א שבח והודיה על העבר ותפילה על העתיד עטץ זאלטץ ווייטער האבען נאר אזאלעכע הצלחות, אין נאר אזעלעכע מפלות....
פאר משה אריה פרידמן!
נאכאמאהל:
מזל טוב, מזל טוב , ומזל טוב!
שלום וצרה,
ווען דו וואלסט טאקע שוין ענדליך איינגעזעהן - נאך וואס דו האסט נישט מער וואס צו ענטפערען ווען מען לייגט דיך פאר ריינע און קלארע מציאות, פון מענטשען וואס דו קענסט נישט ליגענען ,בבחינת הרוצה לשקר ירחיק עדותו - דעם אמת אז פרידמן האט סוף סוף גארנישט קיין הצלחות און די מוסדות גיין ווייטער אן וכו' וכו' - וואלט מען געשטאנען גוט.
ליידער האלט מען נאך נישט דא, און וועט אנטוורפן דעם פרידמן ווייטער פון צייט צו צייט מוזען דערטראגען ווען ער וועקט זיך אויף מיט א נייע פרשה...
המצב באנטוורפן היום
עס איז אין די לעצטע צייטן גאר שטיל אין מען הערט נישט גארנישט,
ווייסט איינער וואס גייט פאר?
פין משה אריה פריעדמאן הערט מען גארנישט לעצטענס, מה פשר הדברים?
אפשר איז דער עולם באשעפטיגט מיט ״מונדיאל״ כדורגל ווי בלגיה איז שטארק מצליח, נעכטן אויך קעגען אמעריקע.
בכל אופן היינט איז דא א גרויסער גאסט אין אנטווערפן דער בעלז ער ״רבי הצעיר״ הרה״צ רבי אהרון מרדכי רוקח שליט״א וואס איז ספעציעל געקומען צי פארן פין ארצינו הקדושה לכבוד די חתונה פין בת הנגיד מוה״ר יעקב פרידמן ני״ו אין וועט אי״ה וויילען נאר אויף איין טאג.
יהי בואו לברכה להרמת קרן התורה והחסידות בעירנו.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=GB8UqD65leM">https://www.youtube.com/watch?v=GB8UqD65leM</a>