אליקים געצילהיינט - כ"ח אייר ג"ם למטמוני"ם - איז די יארצייט פון הגה"ק בעל שו"ת מהר"י בן לב זי"ע.
דא ווערט געברענגט א מעשה נורא וואס האט פאסירט מיט איהם, און וואס עס האט נאכגעפאלגט 330 יאר שפעטער... אית דין ואית דיין!
האט מען מיך אנגעפרעגט אין פריוואט ווי עס איז דער מקור אז זיין יארצייט איז כ"ח אייר.
האב איך געענטפערט אז איך האב דאס געזען - נעכטן - אין א געוויסע טעגליכע בלעטעל.
למעשה זוכנדיג קען מען נאר טרעפן א שנת הפטירה ש"מ - טייל לייגן אפילו צו דאס ווארט "בערך" - אן קיין טאג און חודש.
אין די תשובות מהר"י בן לב אין די תולדות המחבר שטייט אויך בלויז ש"מ אן די יום הפטירה.
דארט אין יענעם בלעטל איז געשטאנען כ"ח אייר ש"ו, דאס נעמט איהם נאך צו בערך 34 יאר משנות חייו.
האב איך אנגעפרעגט ביי די מוציאים לאור פון יענעם בלעטל, און זיי זאגן אז זיי גנב'נען נעמען פון אלע צייטונג ליסטעס וכדו'. און זיי ווייסן נישט איצט פון וואו זיי האבן דאס אפירגעקראצט (סידאך א בפיירישע משנה: הגונב מן הגנב פטור מלתת מקור...)
--------
דערווייל זוכנדיג אביסל אין די ספרי התולדות האב איך א חשד וויאזוי דאס איז מעגליך צושטאנד געקומען:
א' אייר ש"ו איז די יום הפטירה פון ר' יעקב בי רב.
נו, פון ר"ח איז געווארען כ"ח, און פון מהר"י בי רב איז געווארן מהר"י בן לב...
--------
וואס זאגט דער עולם? איז דא א וועג דאס מברר צו זיין?