☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פרישע אסיפה - והיה מחנינו קדוש

פרישע אסיפה - והיה מחנינו קדוש

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #648

ידען » דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:12 am

· #12878
פרישע אסיפה - והיה מחנינו קדוש
קוים האט מען גענדיגט די נעכטיגע מסיבה און נייע פלאקאטן זענען דא אויף גאסן פון א פרישע אסיפה וואס גייט פארקומען אבער האט נאכנישט קיין פרטים.

גרויסע ווערטער ״והיה מחנינו קדוש״ זענען אויף די סיין און נאכדעם אין קליינע ווערטער פרטים יבואו.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:21 am

· #12879
דארט גייט מען האקן קעגן סעלפאנס מיט אינטערנעט... ס'איז נולד געווארן לאור דרשת אב"ד שארמאש פארגאנגענעם ל"ג בעומר, ווי ער האט צווישן אנדערע זייער שטארק געהאקט קעגן די סעלפאנס וואס האבן אדער קענען האבן קאנעקשאן צום אינטערנעט.

אין קרית יואל גייט זיין היינט נאכט אן אסיפה אינעם ביהמ"ד פון די בני יואל קהילה "קהל חרדים".

ידען » דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:24 am

· #12880
קען זיין אז סע איז די אסיפה וואס שאפראן׳ע רב האט גערעד פון?

קען זיין אז די וויקטים׳ס האבן נעכטן געזעהן זייער מעכטיגע סוקסעס, ווילן זיי מאכן א אייגענע אסיפה?...

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:28 am

· #12881
ידען; זעסט נישט מיין אויבערשטע תגובה?

ידען » דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:39 am

· #12882
שמואל הלוי
דארט גייט מען האקן קעגן סעלפאנס מיט אינטערנעט... ס'איז נולד געווארן לאור דרשת אב"ד שארמאש פארגאנגענעם ל"ג בעומר, ווי ער האט צווישן אנדערע זייער שטארק געהאקט קעגן די סעלפאנס וואס האבן אדער קענען האבן קאנעקשאן צום אינטערנעט.

אין קרית יואל גייט זיין היינט נאכט אן אסיפה אינעם ביהמ"ד פון די בני יואל קהילה "קהל חרדים".

זיכער גייט מען דארט סאך מער אויפטוהן ווי ביי די כינוס ווייל דא וועט מען דאך נישט זיצן צוזאמען מיט די פושעים פון לעיקוואד...

שמואל

יעצט זעה איך.

טאקע די זעלבע זאך?

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:53 am

· #12883
די אסיפה "והיה מחנינו קדוש" איז בעיקר קעגן סעלפאנס מיט אינטערנעט.
מסתמא וועט מען אבער אויך רעדן קעגן אינטערנעט בכלל.

לעמיל » דאנערשטאג מאי 17, 2012 9:49 am

· #12896
וי גייט עס זיין אויך אין קאנטינענטעל?