☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פויבסט קימט באזיכען ארצינו הקדושה און מאכט אן א חאזעריי

פויבסט קימט באזיכען ארצינו הקדושה און מאכט אן א חאזעריי

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6474

טיטאניק » מוצ"ש מאי 24, 2014 10:57 pm

· #202131
פויבסט קימט באזיכען ארצינו הקדושה און מאכט אן א חאזעריי
דער נייער פויבסט פארנציסקא קימט צי פארען קיין ארץ ישראל און מאכט אן א חאזעריי און א מהומה
עס איז יודע אז ארץ ישראל ארצינו הקדושה אשר עיני ה' אלוקיך בה מראשית השנה ועד אחרית ציט צי זיך נישט נאר אידען, נאר אויך אסאך אנדערע רעליגיעס להבדיל ווי די מאסלימס און די קריסטען וועלכע ריפען דאס "האלי לענד"
יעדער פויבסט האט געצילט צי קימען באזיכען די הייליגע לאנד און איבער לאזען דארט עפעס מושב אדער א אחיזה כלשהו
ליידער ישראל כשיורדים פארגעסען זיי וואס זיי זענען און זענען שוין באלד ערגער ווי דער גוי, און יעדעס מאל באקימט נאך דער פויבט א הערליכע קענגיליכע אויפנאמע אין די מדינה, ווען די גאנצע מדינה ווערט איינגעשפאנט פאר דעם צערעמאניע ווער דער ראש הטמאים קימט צים הייליג לאנד
יעדעס מאל עסען זיך די ערליכע אידען דאס געזינטצי ציקיקען ווי אידען וואס זייערע זיידעס זענען געקוילעט געווארען דארעך די קירכע במשך אלפי שנות גלות נעמען אויף דעם ראש הקירכע מיט אזא כבוד
עס הייסט אז ציליב דער פויבסט האבען זיי געוואלט פארשפארען די כותל המערבי פאר מתפללים ציליב זיין באזיך
אזוי אויך קען מען נישט ארויף גיין אויפען ציון פון הצדיק ר' שלאמקע זוויהלער זצ"ל וועמענס יארצייט געפאלט אויס אין די טעג ווען דער טמא גייט זיין דארט אין געגענט, אין ציליב זיין זיכערהייטס פארשפארט מען הר הזיתים פאר מתפללים
נאכדעם הייסט אז די מדינה וויל שענקען די קבר פון דוד המלך פאר די קירכע און מיט דעם געבען רשות פאר די קירכע צי עפענען דארט א גאנצע בית תפלה פאר די נוצרים
עס טיט זיך א געטימל אין לאנד און ארים די וועלט היתכן אז אידען זאלען אזוי נידעריג זיין און אזוי אויפנעמען דער ראש הקריכע פארגעסענדיג זייער רוצחישע בליטיגע עבר מיט עם ישראל
נאכמער איז בכלל כסדר לעבעדיג מיט די קירכע ווייל גאנצטע שטחים אין ארץ ישראל באלאנג פאר די קירכע שוין פון אסאך יארען ציריק
בקיצור ווער עס קען זאל דאס פארברייטרען

קאווע טרינקער » מוצ"ש מאי 24, 2014 11:01 pm

· #202132
די חזיריי מאכן די פרומע אידן.

קאווע טרינקער » מוצ"ש מאי 24, 2014 11:05 pm

· #202134
ווער איז דער הרב?

טיטאניק » מוצ"ש מאי 24, 2014 11:08 pm

· #202135
קאווע טרינקער
די חזיריי מאכן די פרומע אידן.

הסבר?

רויטע וואנצעס » מוצ"ש מאי 24, 2014 11:13 pm

· #202138
Rabbi Avraham Skorka
ס'דא אויך א שיינע לאנגע אינטערוויו מיט אים אויף CNN איך קען עס יעצט אבער נישט טרעפן. 60 מינוט האט אויך געהאט מיט אים א אינטערוויו 2 חדשים צוריק.

קאווע טרינקער » מוצ"ש מאי 24, 2014 11:14 pm

· #202139
טיטאניק
קאווע טרינקער
די חזיריי מאכן די פרומע אידן.

הסבר?

מחאות און קולות.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 25, 2014 2:12 am

· #202188
קאוועלע,
השנאה מקלקלת את השורה מיינט מען נישט בכגון דא?

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 25, 2014 8:44 am

· #202211
שמעקעדיג
קאוועלע,
השנאה מקלקלת את השורה מיינט מען נישט בכגון דא?

האסט געזעהן די פראטעסטען וואס מאנכע מאכן אין ישראל?

ברסלבער » זונטאג מאי 25, 2014 1:00 pm

· #202265
טיטאניק
אזוי אויך קען מען נישט ארויף גיין אויפען ציון פון הצדיק ר' שלאמקע זוויהלער זצ"ל וועמענס יארצייט געפאלט אויס אין די טעג ווען דער טמא גייט זיין דארט אין געגענט, אין ציליב זיין זיכערהייטס פארשפארט מען הר הזיתים פאר מתפללים

נאר פאר קארס, נישט פאר פיסגייערס.

מ גפני » זונטאג מאי 25, 2014 2:40 pm

· #202302
🙂
📎 IMG-20140525-WA000.jpg

סאשי פיש » זונטאג מאי 25, 2014 2:42 pm

· #202304
גוט!!!!
image.jpg

berlbalaguleh » זונטאג מאי 25, 2014 9:53 pm

· #202444
אנאנים: אין בית לחם (פאלעסטינע טעריטאריע) האט מען באגריסט דעם פויפסט מיט גלחים. אין מדינת ישראל מיט מיליטער. ווייל זיי האבן נישט קיין אייגענע גלחים...!!! 😂 😂 😂 🙄 😠 😛 😮

לאליפאפ » מאנטאג מאי 26, 2014 9:38 am

· #202516
די ליכוד פארטיי האט שוין פארשפראכן עטליכע וואכן צוריק אז קבר דוד ווערט נישט איבערגעגעבן פאר קיינעם נישט. און ווי אועך האבן שוין מערערע פויפסטן באזוכט ישראל מיט גרויס פאמפע, לידיעת כבוד פותח האשכול.

סאשי פיש » מאנטאג מאי 26, 2014 9:44 am

· #202518
מיטן כותל רב.
image.jpg

טיטאניק » מאנטאג מאי 26, 2014 10:25 am

· #202527
לאליפאפ
די ליכוד פארטיי האט שוין פארשפראכן עטליכע וואכן צוריק אז קבר דוד ווערט נישט איבערגעגעבן פאר קיינעם נישט. און ווי אועך האבן שוין מערערע פויפסטן באזוכט ישראל מיט גרויס פאמפע, לידיעת כבוד פותח האשכול.

נישט קיין סוד
יעדעס מאל איז געווען יום טוב
און עס איז זייער נישט אויסגעהאלטען אזוי ווי דער ליבאוויטשער רבי האט געזאגט
אז דער פויבסט האט נישט קיין טענות אז דער אראבער איז עם נישט אזוי מכבד און האט נישט קיין טענות אז די אנדערע פראקציעס אין די קיסטליכע מחנה איז עם נישט אזוי מכבד, ער פארשטייט עס זייער גיט און קימט נישט מיט קיין טענות, און פארוואס דא ביי אינז אידען ווי אינז זעמער געשאכטען און געפייניגט געווארען דארעך זיינע שלוחים במשך דורי דורות זאלען מיר זיין דער וואס נעמט עם אזוי שיין אויף?
און יעצט איז געווען די זעלבע זאך, דער פויבסט איז געקימען צים כותל, מען האט אפגעליידיגט די כותל פון מתפללים לכבודו פון דער שיכור, און קיינער האט עם קיין ווארט נישט געזאגט וועגען די ציילעם וואס העגנט אראפ אויף זיין בויך, קיינער האט עם קיין פיפס נישט געזאגט "סליחה אבער זיי מכבד דעם מקום קדוש",
און אז מען לאזט זיך אזוי שיין פארוואס זאל ער דאס באהאלטען?
אבער ווען ער איז ארויף אויף די הר הבית האט מען עם קלאר געזאגט אז אויב קימט ער ארויף מיט דעם ציילעם גייט זיין לעבעדיג, די אראבער גייען עם מאכען גרויסע בזיונות, ער האט דאס געהערט האט ער שיינערהייט באהאלטען זיין ציילעמעל
סא פארוואס מיזען מיר אידען אייביג זיין די "מה יפית'ניקעס"? דער אראבער קימט אן אסאך שענער ווי אינז אלע כאטש ער האט נישט געזינגען דעם מה יפית, און מיר אידעלעך וואס זענען "אזוי מקפיד" צי זיין מענטשליך מיר באקימען אנשטאט הכרת הטוב באקימען מיר בריקעס?
אלא מאי אז עס איז שוין געקימען די צייט אז אידען זאלען זיך נישט אזוי שעמען מיט זייער היסטאריע און אנהייבען פארדערען אביסעל כבוד פאר זייער רעליגיע ווייל אויב די וועסט זיך נישט מכבד זיין פארוואס זאל דיר דיין שונא מכבד זיין? פאדער דיינע רעכטען וועט מען עס דיר געבען!

דברי האדמור מחבד:
<a class="postlink" href="http://www.ch10.co.il/news/24656/#.U4NNlfldVHU">http://www.ch10.co.il/news/24656/#.U4NNlfldVHU</a>

הדד בן בדד » מאנטאג מאי 26, 2014 11:24 am

· #202550

זייער גוט געזאגט טיטאניק, בשם דעם ליובאוויטשער רבי'ן. אן עקל צו זעהן ווי די מה יפית'ניקעס טאנצן דעם טאנץ פאר דעם מקור הטומאה פון די עבודה זרה.

נאר איין קשיא וואלט איך געוואלט פרעגן, ווער זענען געווען די וועלכע האבן געמאכט דעם קול ענות חלושה וועלכע מען האט משתיק געווען פון וועמען דער ליובאוויטשער רבי רעדט?

מבקר » מאנטאג מאי 26, 2014 11:51 am

· #202564
ווער איז מחשיב די קיצונית'דיגע אראבער פארן נישט לאזן פראקטאצירן רעליגיע???? וויאזוי וואלט מען אנגעקוקט עם ישראל ווען ס'דא איינער וואס וויל אנהייבן א פרישע בלאט, און מען לאזט אים נישט???
איין זאך צו וואס איך קען צוגלייכן די שיטה איז צו מיין זיידעס געפילן קעגען אונגארן, ער וויל נישט הערן פון זיי און וויל נישט וויסן פון זיי. אבער פארשטייט זיך אז איך און אלע ארימיגע לאכן אים אויס, ווי כאילו זיי ווערן עפעס אפגעטוהן 😉

סאשי פיש » מאנטאג מאי 26, 2014 12:11 pm

· #202571
דעם פויפסט...
image.jpg

טיטאניק » מאנטאג מאי 26, 2014 12:13 pm

· #202573
ווער רעדט דא פון מאכען א בהלה?
מען קען אלעס אלעדיגען היינט מיט דיפלאמאטיע, יא לאזען וויסען אז דאס קען יא גיין און דאס נישט
איך כאפ נישט פארוואס די זעלבע פרייע וואס לאכען אפ פון זייער אייגענע רעליגיע מיט אזא האס און שנאה און פרעכקייט קענען דא פליצלינג ווערען אזעלכע רעליגיע סימפאטיקער און פליצלינג נישט וועלען טשעפען די אפגעגאלטע האר פון דער פאפ?
ישראל כשיורדים אוי השם ישמרנו

לעיקוואד » מאנטאג מאי 26, 2014 6:24 pm

· #202668
ווי פאני צו זעהן ווי מענטשען פארלירען די גאנצע שכל הישר, פראסטע מענטשליכקייט, און סתם דיפלאמאטיע און נארמאלייט ווען עס קומט צו ענינים פון רעליגיע. למשל מען טענה'ט דא עפעס אז עס פאסט נישט דער פויבסט זאל קומען צו'ם כותל מיט זיין קרייץ, לאמיר צונעמען די טענה, דא פאדערט מען פון איינעם פון א צווייטער רעליגיע זאל מכבד זיין דער מקום קדוש ומנהגים פון אן אנדערער רעליגיע. ישמעו אזניך מה שפיך מדבר. ביי דער פויבסט איז דער קרייץ נישט קיין טמא'נער זאך, נאר אדרבה א חפץ של קדושה ועבודה. דער זעלבער הגיון בשם וואס דו פאדערסט ער זאל עס באהאלטען פאדערט אז דו זאלסט מכבד זיין זיין אמונות און עם לאזען מתפלל זיין צו וואס לפי אמונתו ודתו.

דאס איז אלץ אחוץ די עיקר נקודה, מ'קען מיינען ווען דער פויבסט טרעפט דער ראש ממשלה פון מדינת ישראל שמועסען זיי דורך וויפיל געטער זענען דא און זענען זיך מתווכח אין עפעס טיפע טעאלאגיע. דער פויבסט איז א מנהיג פון א ביליאן מענטשען, און זיין דעה האט א שטארקע השפעה אויף די גאנצע ווינט פון דעות און מחשבות אין דער וועלט. און א מדינה ווי ישראל, וואס טראגט אויף דיך איר רעליגעזער מסורה, און שטייט אויס צו פארשידענע פראבלעמען און השפעות פון דער וועלט. עס איז נאר קלוג און גוט פאר אלע צדדים אז עס זאל זיין רוהיגער פריינטליכע באציאונגען צווישען די גרופעס. דער פויבסט האט צוטוהן מיט די אינקוויזיציע וכדומה פיל ווייניגער ווי דער יוד האט צוטוהן מיט דעם וואס מען האט געהרג'ט יאשקע. זיך צו מאכען עפעס א רעש וועגן די סארט זאכען זיך עקשנ'ן מיר וואלטן געדארפט זיך עפעס קעגנשטעלן צו דער פויבסט, ווי כאילו די פראבלעם פון יהדות אדער מדינת ישראל היינט איז אין דעם וואס דער פויבסט גלייבט אין דער צלם, אדער אז זיין עלטער עלטער זיידע האט אמאל געהרג'ט א איד, איז קליינקעפיג און פלעין נאריש.

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 27, 2014 2:04 am

· #202772
איר זענט בארעכטיגט צו אייער מיינונג, און דער ליובאוויטשער רבי צו זיינס.

zurich » דינסטאג מאי 27, 2014 2:59 am

· #202773
אוי זאגסטו גיט טיטאניק, ווען איך האב געזעהן די צלם הענגן פון זיין בויך איז מיין בליט ארויף אין קאפ.

פון די אראבער האט יעדער מורא און מעשטעלט זיך צו, צו זיי ווייל מעווייסט אז זיי זענען "משוגע" און מיט משוגעים קען מען זיך נישט אויסרעכענען.

איך מיין אז די ישראלים דארפן אנפאנגן צו ווערן " משוגע" אוי וועט די וועלט מורא האבן פון זיי! אוי וועט זיין פאן!!!

לעיקוואד » דינסטאג מאי 27, 2014 7:35 am

· #202792
zurich
אוי זאגסטו גיט טיטאניק, ווען איך האב געזעהן די צלם הענגן פון זיין בויך איז מיין בליט ארויף אין קאפ.

פון די אראבער האט יעדער מורא און מעשטעלט זיך צו, צו זיי ווייל מעווייסט אז זיי זענען "משוגע" און מיט משוגעים קען מען זיך נישט אויסרעכענען.

איך מיין אז די ישראלים דארפן אנפאנגן צו ווערן " משוגע" אוי וועט די וועלט מורא האבן פון זיי! אוי וועט זיין פאן!!!

איך וואלט נישט געפילט גוט אז מען האט מורא פון מיין פאלק ווייל מיר זענען משוגע און מיר הרגנ'ען מענטשען פארען חוזק מאכען פון א רעליגיעזער פיגור. איך וואונדער מיך פון ווי קומט אז מחשבה בכלל. אשרינו אז מיר זענען נישט קיין אראבער און מיר מאכען נישט קיין אינטאפאדא ווייל איינער האט געטראטען מיט חוצפה אויף א מקום קדוש אונזערע. נאר מיר זענען מענטשען מיט וועם מען קען האנדלען נארמאל מיט שכל הישר. טראץ אונזערע רעליגעזער חילוקי דעות און אפילו אומבאקוועמליכקייט פון געוויסע ענינים און מעשים.

איטשע » דינסטאג מאי 27, 2014 9:43 am

· #202814
zurich
אוי זאגסטו גיט טיטאניק, ווען איך האב געזעהן די צלם הענגן פון זיין בויך איז מיין בליט ארויף אין קאפ.

פון די אראבער האט יעדער מורא און מעשטעלט זיך צו, צו זיי ווייל מעווייסט אז זיי זענען "משוגע" און מיט משוגעים קען מען זיך נישט אויסרעכענען.

איך מיין אז די ישראלים דארפן אנפאנגן צו ווערן " משוגע" אוי וועט די וועלט מורא האבן פון זיי! אוי וועט זיין פאן!!!

דער חילוק, פון 10 מיליאן משוגעים דארף מען טאקע מורא האבן.
פון 5 מיליאן משוגעים, לאכט מען זיך אויס.

חוץ מזה, ווייל די אראבער מאכן אן עסק, דארפן אונז אויך?
אונז דארפן זיך לערנען פון זיי? מכל מלמדי השכלתי, מיינט מען זיי?

אויב פארלאנגסטו פון די פויבסט צו קומען אן א צלם צום כותל.
זאלסטו נישט וויינען, ווען מען וועט די הייסן אויסטוען דיין קאפל אין די ווייסע הויז.

קוק אין די וועלט, די אראבער שטייען אויס געפעפערטע צרות אין אייראפע, מיט זייערע שלייערס
און אונז יודן ב״ה כמעט ווי נישט
יתכן ס׳קומט פון זייערע און אונזערע קאנטראסטישע התנהגות מיט׳ן פויבסט

היסטאריקער » דינסטאג מאי 27, 2014 12:23 pm

· #202849
איז נישט זיין עצם גיין צום כותל אסאך ערגער?

מבקר » דינסטאג מאי 27, 2014 12:42 pm

· #202860
היסטאריקער
איז נישט זיין עצם גיין צום כותל אסאך ערגער?

פארוואס?? האט ישעיהו הנביא נישט אים געמיינט, זאגנדיג
ונהרו אליו כל הגוים והלכו עמים רבים ואמרו לכו ונעלה אל הר יהוה אל בית אלהי יעקב וירנו מדרכיו ונלכה בארחתיו כי מציון תצא תורה ודבר יהוה מירושלם ??

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 27, 2014 1:19 pm

· #202874
עס איז א גרויסע חילוק צווישן די זאכן וואס מען רעדט דא. איך האלט נישט אז מען טאר אים נישט לאזן קומען צום כותל, יא צלם נישט צלם, איך האב נישט קיין קלארקייט אין דעם. אבער די משוגעת ווי די רע-בנים הרשעיים לויפן אים נאך דאס איז אויסדרוקליך חרפות און בושות, איך געדענק שוין נישט פונקטליך דעם יאר, אבער איך מיין עס איז געווען אין די כ' יארן, דאס ערשטע מאל א פויבסט איז געקומען באזוכן אין מדינת ישמאל האט טאקע דער ספרד'ישער רב הראשי נישט געוואלט גיין צו אים, ער האט געהאלטן אז עס איז קלאר א פארשעמונג פאר אידישקייט אז דער אידישער הויפט רב דארף גיין זיך לעקן צום קריסטליכן הויפט גלח. די מדינה האט דעמאלס געלייגט אויסטערלישע דרוק אויף אים ער זאל אים יא גיין טרעפן, און צום סוף האט ער געשטעלט א שיינע פאר תנאים לויט וועלכע ער איז גרייט געווען זיך צו טרעפן מיט אים, תנאים וועלכע וועלן אנהאלטן דעם כבוד פון דאס אידישע פאלק און רעליגיע.

איך ווייס נישט פונקטליך ווי מען קען דאס אויפזוכן, אבער אויב איינער קען טרעפן די אינפאו וואלט עס געווען אינטערעסאנט.

ברסלבער » דינסטאג מאי 27, 2014 1:35 pm

· #202880
הדד בן בדד
איך ווייס נישט פונקטליך ווי מען קען דאס אויפזוכן, אבער אויב איינער קען טרעפן די אינפאו וואלט עס געווען אינטערעסאנט.

<a class="postlink" href="http://www.inn.co.il/News/News.aspx/223633">http://www.inn.co.il/News/News.aspx/223633</a>
איך מיין אז זיין עיקר טענה איז געווען פארוואס מען נעמט אויף דעם פויבסט אין תל אביב, און נישט אין ירושלים וואס איז דער עיר הבירה פון מדינת ישראל. אויב דאס איז אמת האט דאס נישט אזוי שטארק געהאט צו טוהן מיט אידישקייט.

נאך א לינק <a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7%A6%D7%97%D7%A7_%D7%A0%D7%A1%D7%99%D7%9D#.D7.A4.D7.95.D7.A2.D7.9C.D7.95">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7.9C.D7.95</a>

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 27, 2014 1:47 pm

· #202883
לעיקוואד: ילמדינו רבינו. פארוואס טראגט דער פויפסט ווייניגער פאראנטווארטליכקייט און שולד פאר די גרויזאמקייטן און רציחות וואס די קירכע וועלכע ער רעפרעזענטירט האט אפגעטהון, און טוט נאך אלץ אפ. ווי איך אלס איד טראג פאראנטווארטליכקייט און שולד פא'ן טויט פון יאשקע. איך אין מיין טאג-טעגליכן לעבן האב נישט קיין דעה, און ס'אינטרעירט מיך נישט צו מ'האט געהרג'ט יאשקע. אדער ווער ס'איז פאראנטווארטליך דערפאר. איבער דעים איז דא שטארקע מיינונגס פארשידנהייטן (חילוקי דעות) ווער ס'האט איהם בכלל געהרג'ט . אידן צו רוימער. און די מאטיוון פאר זיין טויט.אבער די נאכווייען פון די שנאה וואס די קירכע האט ארויסגעגעיבן אקעיגן אידן האט איבערגעלאזט טראגישע רעזולטאטן אין אלע דורות פאר די לעצטע צוויי טויזנט יאר. און אויך היינט קומט עס צום אויסדרוק דורך די גויים, די נאכפאלגערס פונ'ם אותו האיש.... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😈 😈 😢 🙂 😉 😮

סאשי פיש » דינסטאג מאי 27, 2014 3:08 pm

· #202901
.
image.jpg

קאוועניק » דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:33 pm

· #203404
קדושה וטמאה (?) בפונדק אחד
<a class="postlink" href="http://www.totpi.com/2014/05/27/rabbi-amnon-yitzhak-criticizes-chief-rabbis-sinful-meeting-pope/">http://www.totpi.com/2014/05/27/rabbi-a ... ting-pope/</a>
ישראל כשיורדין וכו׳

smartinof » דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:35 pm

· #203405
מיינסט לכאורה צו זאגען פארקערט, הנוצרים כשיורדין וכ'