☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » כל ישראל ערבים. אויף ווי ווייט?

כל ישראל ערבים. אויף ווי ווייט?

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6469

נאך א פשט » פרייטאג מאי 23, 2014 11:10 am

· #202038
כל ישראל ערבים. אויף ווי ווייט?
איך ארבעט אויסערען שטאט אין א נישט יודישע קאמפעני, מיט מיר ארבעט נאך איין היימישע יונגערמאן וואס פאהרט מיט מיר יעדען טאג (ער פארמאגט נישט א קאר).

איך פאהר יעדען טאג צו מנחה מיט מיין קאר צו א שוהל'עכל דארט אין געגענט. לעצטע וואך האב איך מחליט געווען אז עס איז נישט קיין תכלית און איך מוז אנהייבן מאכן עקסערסייז, האב איך אנגעהויבן וואקן צו מנחה און צוריק, דאס איז 15 מינוט יעדע וועג. מיין חבר האלט אבער נישט ביים וואקן און, נישט האבענדיג א קאר, גייט ער נישט צו מנחה. איך ווייס אויך פאר פאקט אז ער דאווענט נישט שפעטער ווען ער קומט אהיים.

מיין שאלה איז, בין איך מחויב אלץ ערבות צו פאהרן מיט מיין קאר צו מנחה כדי ער זאל קענען מיטפאהרן און דאווענען? אדער דארף איך אים אפשר לאזן דרייווען מיין קאר אליינס צו מנחה – וואס איך האב שטארק נישט קיין חשק צו טוהן?

פארוואס? » פרייטאג מאי 23, 2014 11:15 am

· #202039
איך בי נישט קיין פוסק.
אבער אלס וועלכער חיוב דארפסטו וויסן פאר א פאקט אז ער דאוונט נישט שפעטער?

נאך א פשט » פרייטאג מאי 23, 2014 11:49 am

· #202044
איך דארף נישט וויסן, אבער למעשה ווייס איך.
מיין נישט פאהרן מיט די קאר איז גורם אז ער זאל נישט דאווענען מנחה

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 23, 2014 12:00 pm

· #202050
ניטאמאל קיין הו"א אז ס'נישט דיין אחריות.
וילכו ענוים ויבראו.

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 23, 2014 12:05 pm

· #202053
און אויב וויל ער נאר פארן אויב דו האסט א לעקסוס, און דו האסט נאר אן אדעסי, ביזטו מחוייב אלס ערבות צו קויפן א לעקסוס? און אויב ביזטו שוין צוריק געקומען פון מנחה און איך קום אן און זאג דיר אז איך וויל דאווענען מנחה, נאר אויב איך האב א רייד, וואלסטו ארויסגעפארן נאכאמאל?

אויב עפעס האסטו א חיוב מחאה עם מעורר צו זיין צו גיין, (אויב מצד ההלכה איז ער מחוייב צו גיין אינמיטן די ארבעט, און ס'איז נישט ווייטער ווי הילוך מיל) און מסתמא איז ביי דעם פאל מצוה שלא לומר את שאינו נשמע.

בד"וו, ווער זאגט דיר ער דאווענט נישט אין די ארבעט ווען דו גייסט צו מנחה?

מבקר » פרייטאג מאי 23, 2014 2:58 pm

· #202086
איז די שליח ציבור נישט מוצא העם שבשדה???? אהה אפשר נאר ביי די אידן, אבער ביי אונז "חרדים" איז דאס קעגען אונזער גלויבונג 🙄

דריידל » פרייטאג מאי 23, 2014 3:57 pm

· #202091
שליח ציבור איז מוציא נאר דער וואס קען נישט אליינס דאווענען און אויך דארף מען אויסהערן יעדעס ווארט.

לגבי ערבות, זעה איך נישט קיין שום חיוב, ווי געפילטע האט עס גוט ארויסברענגען. נאר אויב נעמסטי אים יא מיט דיין קאר ביסטי מזכה א צווייטע איד מיט א מצוה

מאטי » פרייטאג מאי 23, 2014 7:18 pm

· #202115
אויב איז יענער א בחור איז דא א ספעציעלע נומבער וואו צו רופן מודיע זיין.

נאך א פשט » מוצ"ש מאי 24, 2014 10:39 pm

· #202123
איהר זענט אלע מן הסתם גערעכט. איך האב אבער אזא שטיקל גילטי קאנטשענס אז פאר א האלבע יאהר האט ער געדאווענט יעדען טאג און איך בין דער גורם פארוואס ער דאווענט יעצט נישט.

@געפילטע, איך ווייס דאס פאר א פאקט אז ער דאווענט נישט, ווען נישט פיהל איך נישט אזוי שלעכט.

דריידל » מוצ"ש מאי 24, 2014 11:28 pm

· #202146
די ביסט גארנישט גורם. סך הכל טיסטי לפנים משורת הדין ווען די נעמסט אים יא און ביסט אים מזכה מיט תפילה בציבור

יואליש » זונטאג מאי 25, 2014 1:21 am

· #202173
אם תמצי לומר אז דו ביסט יא מחיוב אים צו דרייווען, איז די שאלה אויב האט ער פארגעסן יעלה ויבא ביזטו מחיוב אים צו טראגן צו אן אנדערע שול ווי ער קען איבערדאווענען בציבור?

ברעט מענינג » זונטאג מאי 25, 2014 1:47 am

· #202178
אפשר הייבסטו אן צו עסן אביסל ווייניגער און פטור אן עסק?

נאך א פשט » זונטאג מאי 25, 2014 2:11 pm

· #202294
ברעט מענינג
אפשר הייבסטו אן צו עסן אביסל ווייניגער און פטור אן עסק?


דאס איז שוין א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בו