☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אינטרעסאנסטע כשר'ע מעגעזינען

אינטרעסאנסטע כשר'ע מעגעזינען

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #646

kliger » מיטוואך מאי 16, 2012 6:39 pm

· #12731
אינטרעסאנסטע כשר'ע מעגעזינען
וואס איז די בעסטע אינטרעסאנסטע כשר'ע מעגעזינען צו באקומען אויף פאסט?
דערווייל באקום איך פון popular science

יידל » מיטוואך מאי 16, 2012 7:09 pm

· #12742
וואס איז ביי דיר "כשר"?

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 16, 2012 7:14 pm

· #12745
די קופת העיר מאגאזינען און די המספיק גאזעט זענען צוויי זייער אינטערעסאנטע אויסגאבעס, און זיי זענען פרי!

זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:11 am

· #53628
סארי כ'ווייס נישט.

(בערלבעלעגלה)

קליינער » זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:07 pm

· #53670
[ציטאט אראפגענומען]

ווארשיינליך מיינט ער אז דארט וועט ער נישט טרעפן קיין אויסגעלאסענע בילדער, ווי, צב"ש דעם טיים וכדו'.

אבער דאס מאכט עס נישט ווייניגער טריף, ווייל למשל עוואלוציע איז דארט אן אנגענומענער פאקט, דעריבער לאמיר אים לאזן קלאר מאכן וואס כשר מיינט אין זיין דיקשאנערי.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 21, 2012 1:36 pm

· #53707
יידל
וואס איז ביי דיר "כשר"?

ווען דער מאגאזין איז מסביר בריאת העולם פון'ם גויאישן שטאנדפונקט. "עוואלושן" וכדומה. 😳

קליינער » זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:09 pm

· #53714
[ציטאט אראפגענומען]


א דאנק פארן אויפנאמע.

״טיים״ און ״פאפולער סייענס״ האבן נישט קיין אנדערע גדרים בנוגע אויסגעלאסנקייט פון בילדער.


איך בין ארויף אויף "קלוגער'ס" ווערטער וואס וויל וויסן איבער די כשרות, און נישט איבער זייערע גדרים.

קיין שום סעקולערע אויסגאבע האט נישט גדרים וואס זאל עס מאכן כשר פאר איינעם וואס זוכט כשרות אין א גוי'אישע אויסגאבע.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 21, 2012 11:27 pm

· #53937
[ציטאט אראפגענומען]

גם אני בחלומי. נאך יארן צוריק האב איך געהאט א סובסקריפשן צו אט דעם מאגאזין. צו ערשט האב איך געמיינט אז זיי לייגן ארויף די אויסגעלאסענע בילדער בדרך אגב.ווען איך האב איינגעזען אז ס'איז א טייל פון זייער פראגראם האב איך געקענסלט דעם סובסקריפשן.