☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » תולדות אהרן באקומט שטיצע פון "דער בלאט"

תולדות אהרן באקומט שטיצע פון "דער בלאט"

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6453

עפל סיידער » דינסטאג מאי 20, 2014 1:47 pm

· #201332
תולדות אהרן באקומט שטיצע פון "דער בלאט"
אין די לעצטערע וואכען האט זיך גערידערט איבער די שטח פון די חסידישע הדלקות צו עס איז אסור אדער מותר צו הנאה האבען דערפון, היות די מדינה וואס האלט אינמיטען מפקיע זיין דעם שטח צו פארפיגען דערויף אלס פולקאמע בעלים טוען ספאנסערן דארט די הוצאות, עס זענען געווען מצדדים לכאן ולכאן.
אינטערסאנט אבער איז געווען צו הערן די "דעת תורה" פון די חשובע מערכת פון די בלאט וואס האט זיך דאסמאל שטארק געשטעלט לצידו פון קהילת תו"א, קוקענדיג בלויז אויפען אמת, ארויסגייענדיג פון זייער געווענליכע גאנג אין די מח' ביי משפחת בני הגה"צ רא"י קאהן זצ"ל.


סאטמר יוצאת להגנת חסידות תולדות אהרון:
במחלוקת שחצה את קהילת סאטמר, לאחר הסתלקותו של האדמו"ר הקודם, בעל ה'ברך משה', צידדה חסידות תולדות אהרן, שמרכזה בשכונת מאה שערים בירושלים, באדמו"ר מהרז"ל שמרכז החסידות שלו בשכונת ויליאמסבורג שבברוקלין. בשל כך, לא פרסמה החסידות הירושלמית מודעות בעיתון 'דער בלאט' ביטאון חסידות סאטמר שמרכזה בקרית יואל שבעיר מונרו. מערכת העיתון נהגה בהתאם ומעולם לא תמכה בחסידות. השבוע, לראשונה, פרסם העיתון מאמר מערכת, בו תוקף הכותב את אותם קיצונים שפרסמו, כי אסור לעלות על הפרענצ'עס במתחם של תולדות אהרן, ליד ציון הרשב"י במירון, משום שאלה הוקמו במימון המדינה הציונית. כותב המאמר מתמרמר על כך שבשנים האחרונות "הקיצונים חטפו את האדמו"ר מסאטמר בעל ה'דברי יואל' זצ"ל ומקצינים את דעתו אחרי פטירתו". בין השאר הוא מביא כדוגמא את דבריו של האדמו"ר מסאטמר, שאמר אחרי מלחמת ששת הימים בסעודה שלישית, כי אסור ללכת לכותל המערבי עד ביאת הגואל, וחזר על כך כמה פעמים. אבל, מזכיר הכותב, כשהוא כתב בספרו על הנושא – האדמו"ר זצ"ל כתב רק ש"ראוי להימנע מללכת". והסביר כי על ציבור חסידיו הוא יכול לאסור, אך לציבור הרחב הוא אינו אוסר ורק מבקש להימנע.
"היום מנסים הקיצונים לחטוף את האדמו"ר זצ"ל ולעשות אותו קיצוני יותר. למשל בבחירות לעירייה האדמו"ר זצ"ל לא אסר להשתתף. רק בירושלים אמר לשאול את הבית דין, וכיום הם יוצאים באיסורים גדולים כאילו האדמו"ר זצ"ל אסר זאת. גם במירון לא מדובר מתקציב לחינוך וכדומה. כותב המאמר מסביר כי בניית הפרענצ'עס היא בסך הכל שירות לאזרחים, כפי שהממשלה מממנת כבישים, מכבי אש, ומשטרה. "ובעיקר כפי הידוע האדמו"ר זצ"ל כאשר הוא הגיע לביקורים בארץ הקודש, והמדינה שילמה לשוטרים לשמור על הסדר – האם הוא יצא נגד זה? ובעיקר שכידוע הוא הודה אז לשוטרים ששמרו על הסדר, אפילו שזה הגיע מתקציב המדינה. האדמו"ר זצ"ל", מסיים כותב המאמר, "מעולם לא אסר להשתמש בשירותים אזרחיים של המדינה. גם הוא בעצמו השתמש בהם, וכיום הקיצונים מנסים להשחיר את פניו בשקרים".

זלמן זאפיר » דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm

· #201355
וואס האט דער איד געשריבן בנוגע דעם תולדות אהרן פארענטשע'ס סומטאכע ?

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 20, 2014 4:32 pm

· #201377
אז מען דארף דעם גנב נעמט מען אים פון די תלי'....
דער בלאט וועט נוצן כל טצדקי אנטקעגן די א.ג. סיקריקים (און מיט רעכט).

לפלא וואס טייל זאגן אז ביי די קברים גולובנציץ בבית שמש זענען מאנכע תו"א חסידים געווארן אנגעווייטאגט אויף צד מהרז"ל, הגם אנדערע לייקענען עס.
און דער איד האט נישט קיין שום פראבלעם מיטן צד שכנגד, תולדות אברהם יצחק, כאטש וואס זיי פלעגן נאר אריינשטעלן אין בלאט, און תוא"י רבי שליט"א איז שטענדיג איינגעשטאנען ביים ראש הקהל ר"י ראזענבערג'ס אכסניא און געפירט טיש אין זיין זאל ראוז קעסטל.

איך מיין אז די מחלוקה ווערט צעביסלעך בלורי, די רבי'ס הייבן אן מאכן שלום, אזוי אויך די חסידים, און אצינד די צייטונגען, לאמיר האפן פאר א שלום שלימה!

משולם שטיינפעלד » מיטוואך מאי 28, 2014 8:56 am

· #203150
דער בלאט האט נישט געהאט קיין בילדער פון תולדות אהרן הדלקה בכלל.

עפל סיידער » מיטוואך מאי 28, 2014 11:39 am

· #203172
עס אינטערסירט זיי נאר די נקודה וואס @שמעקעדיג האט ערווענט.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 30, 2014 11:31 am

· #203585
משולם שטיינפעלד
דער בלאט האט נישט געהאט קיין בילדער פון תולדות אהרן הדלקה בכלל.

איך האב נעכטן טאקע אדורכגעקוקט דעם בלאט פון לעצטע וואך, און עס איז אינטרעסאנט ווי טראץ וואס זיי דעקן יעדע קליינע הדלקה פון עטליכע צענדליג מענטשן, אפגערעדט פון די גרעסערע הדלקות אין מירון, אבער ניטעמאל קיין רמז קל פון די תו"א הדלקה.
נישט אז איך געב א DAMM, (כאטש איך פערזענליך האב גאר שטארק הנאה געהאט זייענדיג דארט עטליכע יאר צוריק), אבער עס איז מאדנע און אויפפאלענד ווי זיי פארהוילן זיך פון די גרעסטע הדלקה דארט, ווי זיי שטעקן אריין דעם קאפ ווי די בת היענה אין זאמד און מיינען אז אפשר אזוי וועלן זיי פארקלענערן דעם עולם און די אטענשאן דארט, און פארגרעסערן די אייגענע...
(איך וואלט ערווארטעט כאטש א דאנק פאר תו"א אז אין קרית יואל ביי די געהויבענע הדלקה קאפירט מען די ניגונים פון תו"א, קודם די ניגוני התעוררות ווי ד' בבות און נאכדעם די שנעלע, גענוי ווי אין מירון אין תו"א...)

אבער וואס קען איך דען ערווארטן פון דער בלאט, ווי יעדע שורה איז אויסגערעכנט מיט פאליטישע חשבונות.

signout » פרייטאג מאי 30, 2014 12:07 pm

· #203600
איך גלייב אז די האסט נישט געליינט די איד ווען יא וואלסטו באמערקט אז זיי האבען נישט געדעקט די הדלקה אין קרית יואל

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 30, 2014 12:09 pm

· #203601
פליז זאג מיר אז דו פארשטייסט דעם חילוק.....

און גערעכט ביסטו, דער איד קען אויך נוצן א תיקון. אבער דער איד האט נישט באשריבן אלע הדלקות בכל קצוי תבל, ממילא שטארט עס נישט ארויס; משא"כ דער בלאט באריכטעט אלע הדלקות און עס איז מער ניכר און אויפפאלענד אז זיי שפילן פאליטיק.

משולם שטיינפעלד » זונטאג יוני 1, 2014 11:34 am

· #203780
נאך א חילוק, דער איד דארף נישט דעקן די קרית יואלע הדלקה, עס איז זיין אפיציעלע שונא.

דער בלאט דארף נישט דעקן די זאליס מאורעות, אבער נישט דעקן תולדות אהרן הדלקה איז "קינדעריש און פיקאנטיש"....

עפל סיידער » זונטאג יוני 1, 2014 12:20 pm

· #203792
משולם שטיינפעלד
אבער נישט דעקן תולדות אהרן הדלקה איז "קינדעריש און פיקאנטיש"....

מילד גערעדט..

signout » מאנטאג יוני 2, 2014 3:00 pm

· #204225
שמעקעדיג

און גערעכט ביסטו, דער איד קען אויך נוצן א תיקון. אבער דער איד האט נישט באשריבן אלע הדלקות בכל קצוי תבל

פארוואס טאקע? וועלכע מיינסטו דעקן זיי יא אין וועלכע נישט?