☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » הילף מיט מייקראסאפט ווארד

הילף מיט מייקראסאפט ווארד

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6447

שכלדיג » מאנטאג מאי 19, 2014 5:31 pm

· #201149
הילף מיט מייקראסאפט ווארד
איך דארף הילף מיט מייקראסאפט ווארד, ווען טייפ לשון קודש און איך וויל אריין לייגן א ווארט אויף ענגליש לויפט די ענגליש צו אנהייב שורה, סיי ווען איך מאך קעפס לאק, און סיי ווען איך טויש צו ענגליש, קען מיר איינער העלפן צו קענען אריינלייגן א ענגליש דארט ווי איך האלט?

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 19, 2014 6:02 pm

· #201155
ביטע זיי זיך מסביר בעסער,
קודם, וועלכע יאר אפיס האסטו? און וואס פרובירסטו צו טאן?
אפשר א סקרינשאט קען העלפן מסביר זיין דעם פראבלעם.

שכלדיג » דינסטאג מאי 20, 2014 9:54 am

· #201260
איך האב MICROSOFT OFFICE 2010 און אין WORD ווען איך טייפ HEBREW און טויש אינמיטן אויף ענגלישע ווערטער (אזוי ווי איך שרייב יעצט) שפרינגן די ענגלישע FONTS צו אנהייב שורה, נישט דארט ווי איך טייפ עס, און דאס איז דווקא ביי WORD, דא ארבייט עס יא גיט.

ברסלבער » דינסטאג מאי 20, 2014 9:59 am

· #201263
דאס איז אויך ווען דו שרייבסט דערנאך ווייטער אידיש אין די זעלבע שורה?

האסט פרובירט צו מאכן די רעכטע ctrl+shift?

שכלדיג » דינסטאג מאי 20, 2014 10:30 am

· #201272
ווען איך שרייב ווייטער אידיש גייט די אידיש ווייטער נאך אידיש אבער די ענגליש בלייבט ביי אנהייב שורה.

ברסלבער » דינסטאג מאי 20, 2014 10:36 am

· #201274
ברסלבער
האסט פרובירט צו מאכן די רעכטע ctrl+shift?

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 20, 2014 10:40 am

· #201277
ווי אזוי טוישטו פון אידיש צו ענגליש?

שכלדיג » דינסטאג מאי 20, 2014 10:46 am

· #201278
דאס פאסירט סיי וען איך טויש בכלל פון HE צו ENG און סיי אויב איך דריק CAPS LOCK,
ביטע זיי מסביר וואס איך זאל טין מיט CTR. SHIFT

ברסלבער » דינסטאג מאי 20, 2014 10:48 am

· #201279
שטעל אן אויבן ביי די סעטינגס כזה:
📎 99.JPG

פישלע העררינג » דינסטאג מאי 20, 2014 10:51 am

· #201280
ברסלבער
שטעל אן אויבן ביי די סעטינגס כזה:
📎 99.JPG

קודם זאל ער מאכן קאנטראל A אזוי אז עס איז אטאמאטיש גילטיג אויף דער גאנצע דאקומענט.

שכלדיג » דינסטאג מאי 20, 2014 11:00 am

· #201283
יישר כוחכם, ברעסלעווער האט ארויס געהאלפן,

חכם עתיק » דינסטאג מאי 20, 2014 4:31 pm

· #201376
צו דריקן ALT און דערנאך שיפט דארף אויך זיין א גוטע מהלך צו סוויטשען פון יודיש צו ענגליש און וייס ווערסא

פארוואס? » מיטוואך מאי 21, 2014 8:23 am

· #201499
@שכלדיג, מאך זיכער אז עס איז אנגעשטעלט צוויי זאכן:
Right to left text direction
Align text right
אין דעם פיקטשער:
📎 image.jpg
די בלויע און די רויטע. 

פארוואס? » מיטוואך מאי 21, 2014 6:15 pm

· #201666
מאכן נקודות
איך זעה אז שכלדיג איז שוין געהאלפן געווארן.
מיין פראבלעם איז, איך קען נישט מאכן קיין נקודות.
דהיינו די נקודות גייען נאר נאכן אות און נישט אויפן אות.
ווער קען העלפן???

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 21, 2014 7:24 pm

· #201683
דו נוצט 2013 ??

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:14 am

· #201748
פארוואס?
איך זעה אז שכלדיג איז שוין געהאלפן געווארן.
מיין פראבלעם איז, איך קען נישט מאכן קיין נקודות.
דהיינו די נקודות גייען נאר נאכן אות און נישט אויפן אות.
ווער קען העלפן???

פראביר אן אנדערע פאנט.

פארוואס? » דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:10 am

· #201772
קאווע טרינקער
פארוואס?
איך זעה אז שכלדיג איז שוין געהאלפן געווארן.
מיין פראבלעם איז, איך קען נישט מאכן קיין נקודות.
דהיינו די נקודות גייען נאר נאכן אות און נישט אויפן אות.
ווער קען העלפן???

פראביר אן אנדערע פאנט.

איך נוץ א פאנט ספעציעל פאר נקודות, ווייסטו פון עפעס א פאנט וואס ס׳ארבעט זיכער?

פארוואס? » דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:11 am

· #201773
שמעקעדיג
דו נוצט 2013 ??

איך נוץ 2010

ברסלבער » דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:28 am

· #201775
רוב פאנטס פארשטייען זיך נישט מיט נקודות.
האסט דעם פראבלעם אויך ביי די פשוטע דיפאלט פאנטס ווי למשל Calibri אדער Times New Roman ?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 5:44 pm

· #308148
איך ווייס נישט צו ס'איז נאך נוגע אבער מ'קען מאכען נקודות אין סיי וועלכע פאנ"ט אין וואר"ד כפי מיטב ידיעתי.
מ'דרוקט די caps lock און דערנאך האלט אראפ די SHIFT קנעפל און די נומער'ן אויפ'ן קיבאר"ד ווערען פארוואנדעלט אין נקודות.

געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 9, 2015 10:57 am

· #308195
קענען קען מען, אבער געוויסע פאנטס וועלן זיך נישט פארשטיין דערמיט, ווי למשל מען קען נישט מאכן סיי א דגוש און סיי א נקודה פון אונטער די אות, אדער מאכט מען א שי"ן שמאלית און די נקודה ווערט אינמיטן אנשטאט לינקס וכדו'.