טשולענט אין צימעס
איך גרויסע מן הארץ האב אסאך מאל קושיות און תמיהות בעניני צימעס, וואס איז נישט ווערט צו עפענען א אשכול דערוועגן.
(כמעט קיין איין אשכול דא אין צימעס איז נישט ווערט געווען צו עפענען...)
קען מען דא שטעלען אלע קלאץ קשיות, פון אלע חסידות'ן און אלע קהילות.
איך וועל אנפאנגען בעניני דיומא.
האט ר' עזריאל גליק ז"ל גענומען א אפיציעלן זייט צווישן די צוויי ברודער אין סאטמער ביים אנפאנג פון די חלוקה?
אין ווילכע ביה"ח ליגט ער?
איז ער געווען א פערזענליכקייט פאר זיך מיט יחוס עצמו, אדער נאר מצד משב"ק?
ס'איז דא א בריוו פון די ישועות משה זצ"ל צו זיינע איידעמער, אז עס טוט אים וויי און ער רעגט זיך אז זיי ווילן ער זאל מחזיר זיין ר' ישראל.
שרייבט ער דארט אז ער איז אינו שומע בקולו, ער פאלגט נישט, און טוט וואס ער וויל כהנה וכהנה.
וויל איך פארשטיין וויאזוי האט ער אים צוריקגענומען?
אנפאנג פון די חלוקה האט ער מער נוטה געווען צו צד מהרז"ל זייענדיג בבית הברך משה, אבער עכ"ז נאכאלץ געדאוונט אין ביהמ"ד און געקומען צו שמחות בבית מהר"א געזינגען יעדע וואך ידיד נפש, געהאט חזקות פון דאווענען פארן עמוד יו"כ עולה זיין תוכחה ועוד ביז תשס"ח
תשס"ח נאכן אונטערשרייבן פאר די בג"ץ קעגן מוסדות יטב לב אין בני ברק האט מען אים ענג געמאכט דאס פלאץ און דאן האט ער איבערגעלאזט דאס ביהמ"ד
זאגן זאגט די משפחה אז ער אליין האט בוחר געווען אז ער וויל ליגן אין נייעם ביה"ח, די שאלה איז נאר צו ער איז אפילו געווען דארט אמאל, צו מען האט אים נישט איינגערעדט אז ס'איז איין שטח אן א וואנט וכו' (איך ווייס נישט צו ווען ער וויל ליגן אין אלטן אז מען וואלט אים געגעבן זיין מקום מכובד, איך רעד נאר מציאות הדברים)
יחוס עצמו, א פיינער איד געווען, יארן געדינט אלס שו"ב און מוהל, א גוט הארץ געווען
יין שרף(כמעט קיין איין אשכול דא אין צימעס איז נישט ווערט געווען צו עפענען...)
פארוואס האסטו דאס געשריבן קליין???
דאס איז די שענסטע חלק פון דיין תגובה!!!
פארשטייט זיך אבער אז נאר ביז מיין רבי גייט זיך צופראסקענען מיט זיין ברידער קוזין פעטער!
שרייבעראנפאנג פון די חלוקה האט ער מער נוטה געווען צו צד מהרז"ל זייענדיג בבית הברך משה, אבער עכ"ז נאכאלץ געדאוונט אין ביהמ"ד און געקומען צו שמחות בבית מהר"א געזינגען יעדע וואך ידיד נפש, געהאט חזקות פון דאווענען פארן עמוד יו"כ עולה זיין תוכחה ועוד ביז תשס"ח
תשס"ח נאכן אונטערשרייבן פאר די בג"ץ קעגן מוסדות יטב לב אין בני ברק האט מען אים ענג געמאכט דאס פלאץ און דאן האט ער איבערגעלאזט דאס ביהמ"ד
זאגן זאגט די משפחה אז ער אליין האט בוחר געווען אז ער וויל ליגן אין נייעם ביה"ח, די שאלה איז נאר צו ער איז אפילו געווען דארט אמאל, צו מען האט אים נישט איינגערעדט אז ס'איז איין שטח אן א וואנט וכו' (איך ווייס נישט צו ווען ער וויל ליגן אין אלטן אז מען וואלט אים געגעבן זיין מקום מכובד, איך רעד נאר מציאות הדברים)
יחוס עצמו, א פיינער איד געווען, יארן געדינט אלס שו"ב און מוהל, א גוט הארץ געווען
שפעטער איז אויך ארויסגעקומען די מאחורי הפרגוד טעיפס ואכמ''ל
ווי איז די מקום להאריך אויב נישט דא?
וואס גייט פאר מיטן "סבא קדישא", רבי זיידל קרעטשניפער? צוקריגט מיט די גבאים?
קען מיר שוין איינער פאר א גוט יאר זאגען ווער איז ר' ארי יאקאבאוויטש נ"י???
מה טובו (...)
אז מ'רעדט שוין, קען עמיצער ערקלערן קלאר ווער און פון ווי שטאמט דער מישקאלצער?