☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ח רבי עזריאל גליק זכרונו לברכה

הרה"ח רבי עזריאל גליק זכרונו לברכה

84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6444
בלאט: 1 2

שעפטל » דינסטאג מאי 20, 2014 4:38 pm

· #201379
אנשטאט דא אפזיצן און פלאטעזירן און ציילן וויפיל מענטשן ס'זענען געווען ביי זיין לוי' און פארוואס און ווער ס'האט אפגעשפארט וואס און געווען, וועל איך ענדערשט אביסל באשרייבן דעם נפטר.

ר' עזריאל איז געבוירן אין יאר תרפ"ו אין שטאט קראלי. צו זיינע עלטערן ר' יושע אן זיין ווייב אסתר, געוויסע היסטאריקער לבית סאטמאר געבן איבער אז ר' עזריאל איז געוען די ערשטע סנדקאות וואס דער נייער קראלי'ר רב -דער שפעטעדיגער סאטמאר'ע רבי ז"ל- האט באקומען, ממש טעג נאכדעם וואס דער רב איז אנגעקומען אין שטאט.

ר' עזריאל האט געלערנט אין די ישיבה פון הגה"צ ר' שמואל גראס.

נאכן קריג האט ער חתונה געהאט מיט זיין ווייב (בזוו"ר) שיינדל, די טאכטער פון רבי אליעזר (דמילה) ליימזידער, וואס איז אגב אויך געווען די שווער פון זיין ברודער -יבלחט"א- ר' יחזקאל, און פון ר' יחזקאל משמש ווערצבערגער הי"ד.

ער האט געוואוינט בערך דריי יאר אין קאוועטשהאזע, דערנאך געקומען קיין ניו יארק

לויט ווי זיין אייניקל געט איבער פאר וואס-איז-נייעס, האבן אים מענטשן געאפערט צעהן אלפים אז ער זאל זיך אריבערציען קיין סינסינעטי, און דארט דינען אלס שוחט, אבער ר' עזריאל האט דאס אפגעזאגט וועלענדיג וואוינען נעבן זיין רבי.

רבי עזריאל האט געדינט אלס שוחט אין מיעל מארט, אבער אויך געווען פון "די רבי'ס שטוב מענטשן", וואס ער האט שוין אנגעהויבן פון נאך אלס קינד, (געדארפט זיין היפש אינג). ער האט זיך דארט געדרייט פון געווען פון די נאנסטע מקורבים, ווי מ'זעהט אויף די בילדער ספעציעל אויף די נסיעות, טאקע דא א מעשה אז זיין ווייב האט געהאט א קינד ווען ער איז געווען מיטן רבי'ן אין שווייץ נאך איינע פון די ארץ ישראל'דיגע נסיעות [איינער ווייסט וועלכע יאר? וועלכע קינד], אזוי אויך איז באקאנט אז ווען זיין זון האט חתונה געהאט אין בעלגיע, איז ר' עזריאל נאר דארט געווען אפאר טאג, נישט די גאנצע שבע ברכות, פשוט צו קענען ווייטער זיין מיטן רבי'ן.

אין שפעטער אין יאר תש-כ"ח ווען די רבי האט געליטן פונעם סטראוק איז ר' עזריאל געווארן די "אפיציעלער משמש" אדער ווי אנדערע האבן אים גערופן "דעם רבי'ןס פריוואטע דאקטער". פון דעמאלטס און ווייטער פאר די קימענדיגע 12 יאר האט ער זיך ממש נישט אפגעריקט א מינוט פונעם רבי'ן, ער איז דארט געווען און געשלאפן א גאנצע וואך -חוץ מיטוואך-.

איינע פון די באקאנסטע מאמרים פון ר' עזריאל'ן איז ווען ער האט איבערגעזאגט הויעך די דרשה פונעם רבי'ן ביים מעכטיגן מעמד התייסדות מוסד "קרן הצלה" ‏ווי ער האט אויסגעשריגן "משיח וועט ווייזן מיטן פינגער וכו'"

אגב, ווי זיין זון הג"ר דוד האט דערציילט ביים לוי', האט אים מיעל מארט ווייטער גאצאלט דאס געהאלט ווען ער איז אריבער פול-טיים צום רבי'ן.

בערך א יאר נאכן פטירה פונעם דברי יואל, ווי ביי די לוי' האט ר' עזריאל געשריגן "דא שטייט פאר אייך א איד וואס די רבי איז אויסגעגאנגן אין זיינע הענט" און האט געוויינט "ס'איז אויס וועלט!!!"‏ איז ר' עזריאל געווארן פון די משמשים בקודש ביים רבי'ן דער ברך משה ז"ל. ווי איינער האט מיר אמאל דערציילט, האט זיך ר' עזריאל לעצטענס אויסגעדריקט, "איך בין ביים ברך משה געווען ווי איך בין געווען ביים רבי'ן ז"ל די ערשטע פאר יאר, אבער איך זאג דיר אז זייער שווער איז מיר אנגעקומען זיך צוצוגעוויינען צום נארמאלען לעבן, נאך אלעמען האב איך צוועלעוו יאר ממש נאר געאטעמט מיטן רבי'ן! נישט קיין ווייב נישט קיין קינדער!" און טאקע ביים ברך משה איז ער געווען א שטייגער ווי ביז תשכ"ח, געווען ממש שטענדיג נעבן רבי'ן אין די עפענטליכקייטן ובפרט ביי די נסיעות און מקומות הקדושים.

ר' עזריאל האט אויך געדינט דורך זיינע יארן אלס די ז' טובי העיר פון קרית יואל, אלס יושב ראש חברה קדישא, אלס חבר הנהלת מוסדות יטב לב, אלס באורד מעמבער דשיכון קרית יואל בני ברק, אלס יושב ראש הנהלת המחנות רב טוב (נאכן פטירה פון ר' יודל ראזענבערג, דער מנהל המחנות), אלס יו"ר וועד החינוך דמוסדות קרית יואל, גבאי דבית המדרש הגדול אין קרית יואל, און אפשר נאך וואס איך געדענק נישט יעצט.

חוץ מזה איז ער באקאנט געווען אלס מוהל, ספעציעל ווען דער דברי יואל האט געלעבט, און נאך אביסל נאכדעם.

‏ר' עזריאל פלעגט אסאך ליינען בקריאת התורה, אזוי אויך געדינט אלס מנחה בעל תפילה ביום הקדוש אין ביהמ"ד הגדול בק"י.

ר' עזריאל האט אין די לעצטע 35 יאר אויפגעטרעטן מיט הונדערטע דרשות ווי ער האט אייביג דערציילט עבדות והנהגות פונעם דברי יואל, וואס די חסידים ומעריצים האבן געשלינגן מיט דארשט‏. ‎ספעציעל פאר די אינגערע דור, ובפרט אין די ימי השובבי"ם צו פארן יארצייט צו אפילו ל"ג בעומר איידער די קינדער זענען ארויף צום ציון הק'

רעדענדיג פון ל"ג בעומר, ר' עזריאל איז טאקע געווען דער וואס האט אויפגעברענגט פארן ברך משה צו גיין צום פעטער'ס ציון אום ל"ג בעומר, ווי ער פלעגט אסאך יארן פארזינגן בר יוחאי.

אזוי אויך איז ער על פי רוב ‏געווען דער שליח ציבור ביי איינע פון די קברים ווען ער איז געפארן למקומות הקדושים מיטן ברך משה ז"ל

עקסטער פון דעם קען מען באשרייבן איבער זיין "פארהערן" די קינדער, ממש יעדע וואך אין די קרית יואל'ע תלמוד תורה, און אסאך מאל אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק, ווי ער האט -לשביעת התלמידים תרתי משמע...- כמעט נישט פארהערט, נאר דערציילט און דערציילט און דערציילט פונעם רבי'ן.

זיין זיוו"ר איז אוועק אום שמיני עצרת תש"נ. און ער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט הרבנית לאה זיסל ע"ה (בזיוו"ר אשת הגה"צ ר' יוסף ישראל זעגעלבוים, אב"ד וויען) זי איז אוועק אפאר וואכן צוריק

ווי געשריבן איז ער נעכטן נפטר געווארן און איבערגעלאזט קינדער און איידעמער:
מו"ה יושע הי"ו, מ'מאנסי - מלפנים קרית יואל
הרה"ג ר' דוד שליט"א, ר"מ במבצר הישיבות מתיבתא ד'סאטמאר-קרית יואל
מו"ה שלמה הערש הי"ו, קרית יואל
מו"ה אלימלך‏ הי"ו, קרית יואל
מו"ה יעקב הי"ו, קרית יואל

איידעמער:
מו"ה הילל טייטלבוים הי"ו, קרית יואל
הרב נפתלי בלומענפעלד, מנהל ישיבה גדולה ב'קווינס
הרב משה הערש קליין, מנהל רוחני ב'ת"ת תו"י קרית יואל
הרב אברהם וואלף שטויבער, ר"מ בישיבה גדולה ב'קווינס
און פארלוירן א טאכטער, אשת מו"ה חיים הערש פרענקל

ס'נאך דא אסאך וואס צו שרייבן, אבער איך וועל מיך יעצט דא אפשטעלן.

מ גפני » דינסטאג מאי 20, 2014 5:15 pm

· #201390
שמעקעדיג
לעבן וועמען ליגט ר' עזריאל אויפן ביה"ח? ווער זענען זיינע שכנים?

רבי אליעזר חיים טייטלבוים ז"ל א מלמד תינוקות

שעפטל » דינסטאג מאי 20, 2014 5:45 pm

· #201408
אפאר חברה האבן געפרעגט וועגן די הספדים:

אין וויליאמסבורג - אינעם סאטמאר'ן בית המדרש אויף ראדני סט. האבן מספיד געווען:
ר' שאול פערלשטיין, ראה"ק (הגז"ל)
האדמו"ר הגז"ל
איידעם, הרב נפתלי בלומענפעלד, מנהל ישיבה גדולה ב'קווינס
הרב ר' חיים יושע האלבערשטאם, רב קהל ויואל משה ב'מאנסי
הרב ר׳ משה פאללאק אב״ד דערעטשקא (איידעם בזויג שני)
בנו, הרב ר' דוד, ר"מ במבצר הישיבות מתיבתא ד'סאטמאר-קרית יואל

אין קרית יואל - פארענט פון זיין הויז אויף גארפיעלד:
הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א
הרב ר' יואל'יש מארגענשטערן, אב"ד שארמאש
הרב ר' ארי' ראזענפעלד, דומ"ץ קהל ויואל משה קר"י
ר' דוד ראזענבערג, מנהל מחנות רב טוב (הגז"ל) בשם ההנהלה
א נעפיו, ר' שלמה (ב"ר יחזקאל'ע) גליק
איידעם, הרב משה הערש קליין, מנהל רוחני ב'ת"ת תו"י קרית יואל
א מחותן, הרב ר' ישעי' יעקב שטויבער
בנו, ר' אלימלך
בנו, ר' יעקב

שעפטל » דינסטאג מאי 20, 2014 5:48 pm

· #201409
[ציטאט אראפגענומען]

ניין, אבער כפי השמועה. האט א אייניקל שוין א כמעט פערטיגע דיקע ביכל מיט סיפורים.
אזוי אויך האלט דער באקאנטער שריפטשטעלער און היסטאריקער ר' שמואל שלמה טעללער אינמיטן שרייבן א ביכל (ר' שמואל שלמה געווענדליך גייט נאך יעדע מעשה צום ארגינעלן מקור, וואס ער וועט טוהן מיט די מעשיות פון אידן וואס לעבן שוין נישט ווייסעך נישטׂׂ)

גאלד » דינסטאג מאי 20, 2014 5:59 pm

· #201414
כאלט די מנהלים שיחי' זאלן מאכן א סעלעקציע, בורר זיין אוכל מתוך פסולת און אריינשליידערן די אלע דרעק תגובות אין צימעס אריין
אדער און אשפה אריין נאך בעסער,
איבערהויפט די גאר באלערנדע חקירה עמיקה צו יאסל וואלדמאן קומט זיך א "רבי" "שליט"א",
זוי זאל דער אשכול דא בלייבן זך ונקי אך ורק די רייכע לעבנסשאפן פון המנוח ז"ל

שעפטל » דינסטאג מאי 20, 2014 6:00 pm

· #201415
גם אני מצטרף להרב גאלד

צדיק נסתר » דינסטאג מאי 20, 2014 8:20 pm

· #201439
חתן ר' יושע אדער פון זוגתו? דהיינו איז דאס קינד א אייניקל פון ר' עזריאל אדער א שטיף אייניקל?

שעפטל » דינסטאג מאי 20, 2014 8:22 pm

· #201440
[ציטאט אראפגענומען]

די הסבר וואס איז באקאנט (ניין נישט די ספינס...) איז: אז זיי האבן געזאגט אז זיי ווילן האבן די זכי' צו באצאלן דעם רבינ'ס משמש.

שעפטל » דינסטאג מאי 20, 2014 8:22 pm

· #201441
צדיק נסתר
חתן ר' יושע אדער פון זוגתו? דהיינו איז דאס קינד א אייניקל פון ר' עזריאל אדער א שטיף אייניקל?

חתן ר' יהושע. ס'מיינט אן אייניקל

outspoken » דינסטאג מאי 20, 2014 8:24 pm

· #201442
[ציטאט אראפגענומען]

ממי שאמרו , דו מעקסט אינגרויסן און דא ווילסטו, נישט מיר און נישט דיר, עפענען א קענס אויף ווארמס...

מילמארט וויינשטאקס זענען געווען גרויסע חסידים פונם רביצן, האבן זיי אויסגעהאלטען די שטוב מענטש.

גאנצל » דינסטאג מאי 20, 2014 8:56 pm

· #201453
זייער שיין שעפטל האסט מיר אויסגעכאפט צו ענדיגן אבער האסט זייער שיין גענדיגט

שעפטל » דינסטאג מאי 20, 2014 9:02 pm

· #201457
גראדע האב איך ליב דיין התרגשות'דיגע באשרייבונג, אדרבה צונעם מיינס און לייג צו ספייס.
איך האב פלעין אפגעשריבן מאור-לעסס די פאקטן, גראדע היפש טריקן.

מיר וווארטן אויף דיינע קימענדיג חלקים

outspoken » מיטוואך מאי 21, 2014 10:02 am

· #201510
ר' עזריאל איז געווען שטערבלעך קראנק אלץ קינד, ווען ס'געווען לאחר יאוש האט זיך זיין טאטע ארויסגעריקט פון דער היים און געפארן איינרייעסן ביים רבין ז''ל לרופ''ש.
אין די נישט געזינטע יארן פלעגט די רבי ז''ל כסדר איבערבעטן ר' עזריאל פארן מטריח זיין, איינמאל ווען ער האט אים איבערגעבעטן האט ר' עזריאל געזאגט, איך בין דאך אן אויסגעבעטענע פונם רבין, און זייט דאמאלטס האט ער אים נישט איבערגעבעטן.

signout » מיטוואך מאי 21, 2014 11:59 am

· #201553


<a class="postlink" href="https://twitter.com/VeltsShtiper/status/468874379368349696/photo/1">https://twitter.com/VeltsShtiper/status ... 96/photo/1</a>

מ גפני » מיטוואך מאי 21, 2014 12:02 pm

· #201554
outspoken
[ציטאט אראפגענומען]

מילמארט וויינשטאקס זענען געווען גרויסע חסידים פונם רביצן, האבן זיי אויסגעהאלטען די שטוב מענטש.

וואו קומט די רביצין דא אריין אין בילד? ר' עזריאל ז"ל איז בכלל נישט געווען א "רביצין מענטש" וואו די אנדערע לעקערס/קאווע טרינקערס וואס האבן זיך געדרייט ביי די רביצין, ער איז געווען אן עבד נאמן לרבו און געטריי באדינט - און אלעמאל פרובירט צו פארגרינגערן - דעם רבי'ן ז"ל, פארדעם האבן זיי אים ווייטער געגעבן געהאלט, ווייל ער איז געווען דער שליח נאמן פון חסידי סאטמאר

outspoken » מיטוואך מאי 21, 2014 12:09 pm

· #201557
מ גפני
outspoken
[ציטאט אראפגענומען]

מילמארט וויינשטאקס זענען געווען גרויסע חסידים פונם רביצן, האבן זיי אויסגעהאלטען די שטוב מענטש.

וואו קומט די רביצין דא אריין אין בילד? ר' עזריאל ז"ל איז בכלל נישט געווען א "רביצין מענטש" וואו די אנדערע לעקערס/קאווע טרינקערס וואס האבן זיך געדרייט ביי די רביצין, ער איז געווען אן עבד נאמן לרבו און געטריי באדינט - און אלעמאל פרובירט צו פארגרינגערן - דעם רבי'ן ז"ל, פארדעם האבן זיי אים ווייטער געגעבן געהאלט, ווייל ער איז געווען דער שליח נאמן פון חסידי סאטמאר


טועני לו בחיטין , כ'רעדט פון וויינשטאק'ס נישט פון ר' עזריאל, הגם ער איז געווען ביזי ביים לווי' פונם אבידה פונם גדול הדור מיטן רביצין אהער רעבצין אהין. ואכמ''ל

מ גפני » מיטוואך מאי 21, 2014 12:13 pm

· #201560
כ'רעדט אויך פון וויינשטאק'ס זיי זענען קיינמאל נישט געווען קיין גרויסע חסידים פונם רביצן, זיי זענען אלעמאל נאנט געווען מיט'ן ברך משה ז"ל....

שעפטל » מיטוואך מאי 21, 2014 4:03 pm

· #201628
[ציטאט אראפגענומען]

ווי מיין קרעדיט...??? (ניטש אינגאנצן אבער היפש...)

גאלד » מיטוואך מאי 21, 2014 4:42 pm

· #201646
א טעות אין די צייטונג, ר' שמואל גראס איז נישט געווען קיין איידעם ביי ר' ישעי'לע קערעסטירער,
ר' ישעי'לע האט נאר געהאט איין בן יחיד ר' אברמ'לע ז"ל,
ר' שמואל גראס איז געווען א איידעם ביים דעם זוהן ר' אברמ'לע ז"ל,

היסטאריקער » מיטוואך מאי 21, 2014 4:48 pm

· #201651
די מאכסט א טעות, ר' ישעילע האט געהאט אפאר איידעמער, ר' שמואל איז געווען איינער פון זיי

גאלד » מיטוואך מאי 21, 2014 5:05 pm

· #201656
ר' אברמ'לע האט געהאט 2 איידעמער גראס און רובין,

שעפטל » מיטוואך מאי 21, 2014 5:11 pm

· #201658
ר' ישעי'לע האט געהאט 12 קינדער!
זיין טאכטער הרבנית קריינטשא, איז געווען די ווייב פון הגה"צ ר' שמואל גראס

גאלד
ר' אברמ'לע האט געהאט 2 איידעמער גראס און רובין,

דו מיינסט אודאי זיינע איידעמער הגה"צ נפתלי גראס, און הגה"צ ר' מאיר יוסף רובין

גאלד » מיטוואך מאי 21, 2014 5:30 pm

· #201659
יא יא כא'געמאכט א טעות, דער איידעם פון ר' אברמ'לע איז געווען ר' "נפתלי" גראס דאס איז א ברודער פון אונזער ר' שמואל'ן

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 21, 2014 6:38 pm

· #201672
עמי פארשטייט גוט צו ביזנעס, ער האט נישט געקענט אויסלאזן אזא געלעגענהייט צו ווייזן אז ער דעקט פראמינענט א סאטמארע פערזענליכקייט. און די באשרייבונג איז א איבערזעצונג פון עפעס א אידישע אויסגאבע, ס'נישט אייגענס.

גאנצל » דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:50 am

· #201790
וועל מיר אביסל ממשיך זיין אונזער הערכה פון ר' עזריא' ע"ה

ווי @שעפטל האט שוין געשריבן איז ר' עזריא' געבוירן געווארן בשנת תרפ"ו צו זיין טאטן הגה"ח ר' יושע ז"ל ר' יושע איז געווען באקאנט אלס גאר א געהויבענע איד אין זיין מקום ווי ער האט געווינט בעיר קראלי ער איז געווען א מורה ודאין און באקאנט אלס מתמיד בתורה און בקי בנגלה ובתורת הזוהר

ר' יושע און זיין משפחה זענען געווען שטארקע חסידים פונעם סאטמאר רב ז"ל פון ווען די רבי ז"ל איז געווען רב דארט אין קראלי און ס'האט אנגעהאלטן דאס אנהענגערשאפט אפי' נאכדעם וואס די רבי האט זיך געצויגן ווערן רב אין סאטמאר

ס'איז באקאנט אז די סאטמאר רב ז"ל האט געהאלטן אז ער איז דער וואס האט די ווארט איבערצוגעבן די רבנות פון קראלי ווייטער און ס'איז געווען אויף דעם גאר א ביטערע מחלוקה די רבי למעשה האט געשטעלט הרה"צ ר' שמואל גראס פון די קרעסטירע משפחה זאל זיין דארט רב ר' יושע מיט זיין משפחה זענען געשטאנען גאר שטארק לצדו אלס דעם וואס די רבי ז"ל האט אים געשטעלט

אויסער דעם איז ר' עזריא' מיט זיין משפחה אסאך געפארן קיין סאטמאר צום רבי'ן אויף ימים טובים וכדו' ס'איז דא א אינטערסאטע מעשה וואס האט פאסירט איינמאל אויפ'ן באן וואס ר' פייוויש גבאי איז אויך געווען אויפ'ן באן

בקוצר אזוי האבן זיי זיך נאנט געהאלטן צום רבי'ן ביז שנת תש"ד נאך פסח ווען די רשעים ימ"ש האבן דאמאלט אימפאטירט די גאנצע געגנט פון קראלי און ארום סיגוט סאטמאר די גרעסטע חלק פון אונגארן מ'האט זיי געפירט קיין אוישוויץ און צוריק געקומען פון די משפחה איז נאר ר' עזריא' ע"ה און להבח"לח זיין ברודער ר' יחזקא' זיי פארציילן אז די טאטע ר' יושע האט פארגעזאגט בעפאר דעם פסח ביים סדר אז אזוי גייט זיין

ר' עזריא' איז נאכ'ן קריג געגאנגען וואוינען אין שטאט קאוואטשהאזע ווי ער איז אויפגענומען געווארן אלס שוחט ביז ער האט זיך געצויגן קיין נוי יארק

המשך יבוא

מ גפני » דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:58 am

· #201792
איז ר' יושע נישט געווען קיין שוחט?

גוטע פינטעלך » דאנערשטאג מאי 22, 2014 4:18 pm

· #201870
ר' יושע האט געהאט א "ישיבה" פאר בחורים, דאס איז געווען (אזוי מייניך) פאר די וואס האבען געוואלט זיין לעבן סאטמער'ר רבי אבער נישט אין זיין ישיבה, אדער איז דאס געווען אזא ישיבה מכינה צום רבינ'ס ישיבה, עכ"פ איך האב געהערט פון כמה תלמידים וואספארע קלארע לערנער ר' יושע איז געווען, איינער פון די זקנים האט זיך מיר געסיירעט און נאכגעזאגט בעל פה די גמרא וואס ער האט דארטען געלערנט.

שעפסעלע » דאנערשטאג מאי 22, 2014 6:06 pm

· #201905
דער איד גיבט זייער שיינע קאוועריזש פאר די נפטר ז"ל, אבער אינעם בלאט איז נישטא בכלל קיין ווארט אז הרב עזריאל איז בכלל נפטר געווארן

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 22, 2014 6:08 pm

· #201907
שעפסעלע
דער איד גיבט זייער שיינע קאוועריזש פאר די נפטר ז"ל, אבער אינעם בלאט איז נישטא בכלל קיין ווארט אז הרב עזריאל איז בכלל נפטר געווארן

אומגלויבליך. ס'דא גענוג וואס צושרייבן אן אריינגיין אין געמויזעריי.

עפל סיידער » פרייטאג מאי 23, 2014 2:13 pm

· #202083
שוין מהר''א איז משלים וואס די בלאט האט פארפעלט
📎 BoVqkRRIgAADMRx.jpeg

פלעין יודיש » זונטאג מאי 25, 2014 9:10 am

· #202219

Ben-Shishim » זונטאג מאי 25, 2014 2:08 pm

· #202292
שעפסעלע
דער איד גיבט זייער שיינע קאוועריזש פאר די נפטר ז"ל, אבער אינעם בלאט איז נישטא בכלל קיין ווארט אז הרב עזריאל איז בכלל נפטר געווארן

How come that the Blatt didn't mention a word?
I don't think its right

שעפטל » דינסטאג מאי 27, 2014 4:41 pm

· #202947
זינטאג איז פארגעקומען א מעמד כלות השבעה אין ביהמ"ד ויואל משה אין קרית יואל,

ווי עס האבן אויפגעטרעטן:
ר' קלמן ווייס (דער שווארצער)
א איידעם הרב נפתלי בלומענפעלד, מנהל ישיבה גדולה ב'קווינס
הגה"צ ר' משה יודא מייזעלס, אב"ד אבני שלמה
און כ'הער ס'געווען א הוק אפ פון הגה"צ ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א, גאב"ד ירושלים

אזוי אויך האט מען געמאלדן אז מ'גייט פריש עפענען דעם כולל בוקר, אינטערן נאמען "כולל רבי עזריאל"

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 29, 2014 7:20 pm

· #203491
📎 IMAG0741.jpg
בלאט: 1 2