☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אשכול אן א טיטל #6439

אשכול אן א טיטל #6439

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6439
בלאט: 1 2

געוואלדיג » דינסטאג פעברואר 2, 2016 11:57 pm

· #320066
וואס און ווען איז דאס געווען?

היסטאריקער » מיטוואך פעברואר 3, 2016 12:26 pm

· #320096
Satmar Headquarters ‏@HQSatmar · 24h24 hours ago
NYC Public Advocate @TishJames visiting Satmar's Central United Talmudical Academy (CUTA) School's in Williamsburg

שמעון וואלף » מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:03 pm

· #326375
מיט התרגשות גרייטן זיך חסידי סאטמאר צום "שיבסר טיש" וואס וועט געפראוועט ווערן מיט התרגשות כמנהג אבותינו ורבותינו. ווי די מסורה לויטעט פירט מען זיך אז די "שיבסר טיש" ווערט געפראוועט אין שטאט ווי מ'קומט זיך צאם פון די ארומיגע דערפער.

ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די "שיבסר טיש" ווערט נאר געפראוועט אין א יאר ווען פורים געפאלט אום דאנערשטאג.

שלום על ישראל » מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:09 pm

· #326377
אלפי חסידי סאטמאר אצל שולחן הטהור אצל כ״ק אדמור מהרז"ל שליטא
20160326190811 (1).jpg 20160326190811.jpg

שמעון וואלף » מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:21 pm

· #326378
@שלום על ישראל

האסט געשטעלט דיינע בילדער אין די ראונג אשכול.

שלום על ישראל » מוצ"ש מערץ 26, 2016 11:50 pm

· #326389
שמעון וואלף
@שלום על ישראל

האסט געשטעלט דיינע בילדער אין די ראונג אשכול.

אוי, ביזט גערעכט.

טמיר » זונטאג מערץ 27, 2016 11:37 am

· #326425
וואסע פשט ס'איז אזוי ליידיג??

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

מר. קלונימוס » זונטאג מערץ 27, 2016 11:53 am

· #326427
טמיר
וואסע פשט ס'איז אזוי ליידיג??

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

📎 IMG_20160327_115212.jpg

נעגעל וואסער » זונטאג מערץ 27, 2016 1:12 pm

· #326437

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 27, 2016 2:25 pm

· #326446
דא האט איר א לינק מיט א קליפ. www.kikar.co.il/mobile/app/#news.195953

אגב, ווייסט איינער אויב דאס איז געווען ביים פורים טיש אדער ביים שיבסר טיש?

קאמפיאטער » זונטאג מערץ 27, 2016 4:24 pm

· #326460
שמעון וואלף
דא האט איר א לינק מיט א קליפ. www.kikar.co.il/mobile/app/#news.195953

אגב, ווייסט איינער אויב דאס איז געווען ביים פורים טיש אדער ביים שיבסר טיש?

פורים

מר. קלונימוס » מאנטאג מערץ 28, 2016 12:41 pm

· #326551
אלפי חסידי סאטמאר אצל שולחן הטהור אצל כ״ק אדמור מהר''א שליטא
📎 IMG-20160328-WA0010.jpg

גאנצל » מאנטאג מערץ 28, 2016 3:34 pm

· #326587
נעבעך וואס ס'איז געשען פון סאטמאר סיי ביי מהר"א און סיי ביי מהרז"ל איז נישטא קיין מענטשן...........

מר. קלונימוס » מאנטאג מערץ 28, 2016 3:37 pm

· #326588
ס'דא ביי ביידע מענטשן. נאר בהמות שיקן בילדער פון די ערשטע 5 מינוט כאילו אזוי זען באמת אויס די טישן

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 28, 2016 7:59 pm

· #326633
מר. קלונימוס, כ'גלייב נישט דו זאגסט אויף דיר אליין אז ביסט א בהמה...

מר. קלונימוס » מאנטאג מערץ 28, 2016 8:06 pm

· #326636
ניין, איך האב נאר צו גענדיגט וואס שלום על ישראל האט אנגעהויבן

אדונינו » דינסטאג מערץ 29, 2016 12:35 am

· #326673
אזוי ווי טראמפ האט אנגעהויבן אן קיין מענטשן...

פרעזידענט-עלעקט » מוצ"ש דעצעמבער 3, 2016 11:10 pm

· #356110
שבת אהבת קדומים 60
ויהי אחר השבת האט איינער באריכטן בילדער פון שבת אים קאנעטיקעט??

שמעלקא'לע » זונטאג דעצעמבער 4, 2016 8:59 pm

· #356186
פרעזידענט-עלעקט
ויהי אחר השבת האט איינער באריכטן בילדער פון שבת אים קאנעטיקעט??

ווייל אזוי » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 5:52 pm

· #356277
ברעיקינג! (קאנפירמד) מהר״א מאכט א ריזיגע שבת אין מעזיבוז נאך פסח. מעגליך נאר פאר נדיבים בעם.

דולה ומשקה » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 11:20 am

· #356329
ווייל אזוי
ברעיקינג! (קאנפירמד) מהר״א מאכט א ריזיגע שבת אין מעזיבוז נאך פסח. מעגליך נאר פאר נדיבים בעם.


איך האף אז נישט, מיר איז בכלל נישט געוועהן אנגענעם צו זעהן ווי דער הייליגע ראחמיסטריווקא באנוצט נוצען מיט די סאמע העכסטע און הייליגסטע פון דער תנועת החסידות ובראשם האור שבעת הימים רבינו ישראל בעל שם טוב נבג"ם פאר שוואויל טאג און אויפרייסעריש מסיבות, אלע זיינע קנייטשען אויפן שטערן, אלע זיינע פאראגלייזטע אויגן, אלע קרימצען פון זיינע ליפן, אלע שפרינגעריי זיינע, גיבט איהם נישט דער רעכט צו מאכן דער הייליגע שטאט מעזיבוז ווי די חסידים הראשונים תלמידי בעש"ט האבן געלעבן בלויז פאר רוחניות'דיגע צוועקן, קומט ער און פראוועט דארט א גשמיות שבגשמיות'דיגע פארנעם אלעס מיט תירוץ אז עס איז פאר "צדקה" אדער "לטובת המוסדות", קען מען נישט דאס מאכן נאר הארט לעבן די ציון המציונת? נוצען די הייליגע קברים פאר פראפס און בעקדראונד דראפס? וואס פאר א סארט קינדער שפיל איז דאס?

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:00 pm

· #356768
לצים זאגן אז נעקסט קומט א שבת התוועדות פאר אלע סאטמערע אפגעפארענע

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 14, 2017 12:47 am

· #375030
ס'האט געדארפט פארקומען א רייכע דינער א' קרח פאר די וואס גיבן $1800 פאר די וומ"ס מוסדות, יעצט הער איך אז ס'איז געקענסעלט.
ווייסט איינער וואס גייט פאר?

גאנצל » מיטוואך יוני 14, 2017 2:15 am

· #375033
דער פלאן איז צו מאכן א גענעראל פארזאמלונג

signout » מיטוואך יוני 14, 2017 2:05 pm

· #375070
[ציטאט אראפגענומען]
אין מהרז''ל בויקאטירט עס

איש את רעהו » מיטוואך יוני 14, 2017 6:38 pm

· #375108
[ציטאט אראפגענומען]


פאר די הדלקה איז דען יא פארגעקומען ?

ליצנות אין א זייט
וואס גייט פאר, ווער איז יא פאר די אסיפה און ווער נישט
פארוואס קומען זיך נישט דורך די פירער'ס

signout » מיטוואך יוני 14, 2017 6:57 pm

· #375110
איש את רעהו
[ציטאט אראפגענומען]


פאר די הדלקה איז דען יא פארגעקומען ?

ליצנות אין א זייט
וואס גייט פאר, ווער איז יא פאר די אסיפה און ווער נישט
פארוואס קומען זיך נישט דורך די פירער'ס

קום אריין געהעריג באק נישט קיין האלבע זאכען ביזט דאך נייטראל.. וועלכע פירער קעגן וועלכע?

סאדאם חוסעין » דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:21 am

· #375222
ווי זעסטו צוויי זייטן אז דו פרעגסט ווער יא און ווער נישט?

גאנצל » דאנערשטאג יוני 15, 2017 1:31 pm

· #375247
גארנישט זיי זעין אין קר"י ווי מענדל שווימער מיט משה פרידמאן רייסן זיך מיט דאסקאל אז מ'האט געדארפט רופן דעם אמאליגן שוואכן רז"ל זאל קומען סטראשען זענען זיי נעבעך געבליגען מיט דעם

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 15, 2017 5:34 pm

· #375323
סאדאם חוסעין
ווי זעסטו צוויי זייטן אז דו פרעגסט ווער יא און ווער נישט?

דער ליל שישי כינוס איז נאר באשטעטיגט דורך איין פראקציע

סאדאם חוסעין » דאנערשטאג יוני 15, 2017 6:17 pm

· #375335
איש את רעהו
סאדאם חוסעין
ווי זעסטו צוויי זייטן אז דו פרעגסט ווער יא און ווער נישט?

דער ליל שישי כינוס איז נאר באשטעטיגט דורך איין פראקציע

איך בין זייער נאיוו וואו קומט פאר דעי כינוס און ווער מאכט עס?

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:58 pm

· #375366
ווילי

signout » פרייטאג יוני 16, 2017 3:39 pm

· #375509
איש את רעהו
סאדאם חוסעין
ווי זעסטו צוויי זייטן אז דו פרעגסט ווער יא און ווער נישט?

דער ליל שישי כינוס איז נאר באשטעטיגט דורך איין פראקציע

פארוואס דארף מען פין דיך שלעפן ווערטער, אז די ווייסט זאג אלעס, וועלכע פראקציע? פארטיג א גאנצע ספין

איש את רעהו » פרייטאג יוני 16, 2017 6:26 pm

· #375533
עס זענען פארהאנען מערערע שיכטן אינערהאלב די מהרא פראקציע

שמעון וואלף » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:14 am

· #385374
בעפאר ראש השנה האט קהילת מהר"א אפגעקויפט 14 הופער, די לאט ווי זיי האבן געבויט זייער ביהמ"ד הגדול, פאר 7.5 מיליאן דאללער. אויף די בילדער זעה איך די קינדער פונ'ם פאריגע ראש הקהל - יצחק רוזנברג. קוקט אויס אז פון זיין ירושה איז געגעבן געווארן א סכום הגון פאר'ן מקח.

signout » מיטוואך אקטאבער 18, 2017 7:32 pm

· #386992
<a class="postlink" href="https://t.co/AiyPf2udsx">https://t.co/AiyPf2udsx</a>

יחי המלך » זונטאג אקטאבער 29, 2017 5:54 pm

· #387828
די גאס שמיסט אז יצחק איז בכלל געווארן א אהרוני [ ער האט אסאך געליטן פון עם וד"ל]פשוט ביי מיסטעק ווייל משה גבאי האט בטעות עם נישט פארציילט אז מען גייט שלאגן כפרות מיט אהרן: ליידער איז עס געווען א ביטערע טעות אין צד ז"ל האט דערלייגט א גרוסער נדבן וחבל על.....

שמעון וואלף » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 10:37 pm

· #389052
ק/פ

גוטע וואך
עס טוט זיך ליהודים אין קרית יואל, די היפאקריט מרדכי לייב גליק פירט קהל בּיי די נאז, די עולם שטורעמט, די ביהמ״ד איז היינט בּיים ליינען געפארן אויף רעדער ווען א חתן און מחותנים וואס האבן חתונה געמאכט די וואך אין קרית יואל האבן געהאט ווידעאו בּיים חתונה
די מעשה גייט אזוי
בערך א יאר צוריק האָט חתונה געהאט איינער א אייניקל פון ר׳ יצחק מארקאוויטש די חתן און מחותנים האָט מען דעמאלטס פארשעמט ברבים, זיי נישט געגעבן א עלי׳ אינעם גרויסע שוהל, פארוואס?? ווייל זיי האבן געהאט ווידעאו בּיי די חתונה און עס איז קעגן די תקנות
היינט האָט די ביהמ״ד גערידערט און עס גייט ווייטער אָן די גערודער אין די גאנצע קהילה ווען ר׳ יצחק מארקאוויטש פלאנט אריינצוגיין צום רבין אז ער גייט מער נישט געבן קיין געלט צוליב די חוצפה און רשעות און דיסקרימינאציע ווען היינט האָט מען יא געגעבן א עלי׳ פאר א חתן וואס איז געווארן איידעם בּיי אשר ישעי הורוויץ אלעס ווייל ער איז פון די גרויסע קנאקערס דא, און פרענדס מיט גבאי פישער וכת דילי׳, טראץ וואס ער האָט באקומען א בריוו מיט א ווארענונג (פון מרדכי לייב גליק) מיט קהל׳ס לעטערהעד מיט סטראשונקעס - און ער האָט אויך געהאט ווידעאו בּיי די חתונה בפניו פונעם רבין שליט״א איז מען געשטאנען מיט ווידעאו קעמערעס בּיי די זייטן
ווער מעג יא האבן ווידעאו און באקומען א עלי׳ און ווער מעג נישט????
וויפיל טראגעדיעס דארף נאך פאסירן בּיי אונז אז די רשעות און שפיכת דמים זאלן זיך אפשטעלן???
קוקטס דא אויף די בילדער ווי מען שטייט פארנט פונעם רבי׳ן מיט ווידעאו קעמערעס
📎 IMG-20171112-WA0005.jpg

פיינע קאווע » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 11:54 am

· #389081
וואס טוט זיך דארט מיט די אלע קנאקערס אין שפיכת דמים זעמיר נישט אזוי באקאנט ווי איר זענט אבער די תקנה איז נישט קיין נייע תקנה. דער ברך משה האט נישט געגעבן אן עלי' פאר ר' יונה עסטרייכער ע"ה פון די גרויסע נגידים. ווייל ער האט געהאט ווידעאו
דאס אז מען לויפט נאך דעם רבין מיט ווידעאו איבעראל איז אביסל אנדערש ווי א מחותן באשטעלט ווידעאו ביי זיין חתונה כנגד די תקנות

ראש הכולל » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 12:47 pm

· #389092
אלא מאי וועט מען זאגען אז די פראבלעם פון יצחק מארקאוויטש איז נישט דער ווידעאו, נאר דער קאמפאני האט זיך געוואלט אפרעכענען מיט אים


Sent from my iPhone using Tapatalk

טשעסטער » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:31 pm

· #389105
ראש הכולל
אלא מאי וועט מען זאגען אז די פראבלעם פון יצחק מארקאוויטש איז נישט דער ווידעאו, נאר דער קאמפאני האט זיך געוואלט אפרעכענען מיט אים.

נישט מיט אים נאר מיט זיין איידעם.

טשעסטער » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:33 pm

· #389106
שמעון וואלף
ק/פ

גוטע וואך
עס טוט זיך ליהודים אין קרית יואל, די היפאקריט מרדכי לייב גליק פירט קהל בּיי די נאז, די עולם שטורעמט, די ביהמ״ד איז היינט בּיים ליינען געפארן אויף רעדער ווען א חתן און מחותנים וואס האבן חתונה געמאכט די וואך אין קרית יואל האבן געהאט ווידעאו בּיים חתונה
די מעשה גייט אזוי
בערך א יאר צוריק האָט חתונה געהאט איינער א אייניקל פון ר׳ יצחק מארקאוויטש די חתן און מחותנים האָט מען דעמאלטס פארשעמט ברבים, זיי נישט געגעבן א עלי׳ אינעם גרויסע שוהל, פארוואס?? ווייל זיי האבן געהאט ווידעאו בּיי די חתונה און עס איז קעגן די תקנות
היינט האָט די ביהמ״ד גערידערט און עס גייט ווייטער אָן די גערודער אין די גאנצע קהילה ווען ר׳ יצחק מארקאוויטש פלאנט אריינצוגיין צום רבין אז ער גייט מער נישט געבן קיין געלט צוליב די חוצפה און רשעות און דיסקרימינאציע ווען היינט האָט מען יא געגעבן א עלי׳ פאר א חתן וואס איז געווארן איידעם בּיי אשר ישעי הורוויץ אלעס ווייל ער איז פון די גרויסע קנאקערס דא, און פרענדס מיט גבאי פישער וכת דילי׳, טראץ וואס ער האָט באקומען א בריוו מיט א ווארענונג (פון מרדכי לייב גליק) מיט קהל׳ס לעטערהעד מיט סטראשונקעס - און ער האָט אויך געהאט ווידעאו בּיי די חתונה בפניו פונעם רבין שליט״א איז מען געשטאנען מיט ווידעאו קעמערעס בּיי די זייטן
ווער מעג יא האבן ווידעאו און באקומען א עלי׳ און ווער מעג נישט????
וויפיל טראגעדיעס דארף נאך פאסירן בּיי אונז אז די רשעות און שפיכת דמים זאלן זיך אפשטעלן???
קוקטס דא אויף די בילדער ווי מען שטייט פארנט פונעם רבי׳ן מיט ווידעאו קעמערעס


גראדע איז שא שטיל קיינער אין קרית יואל רעדט נישט דערפון, די טראגעדיע ל"ע וואס האט פארסירט פאריגע וואך פרייטאג האט אזוי צוטרייסלט די גאנצע קהלה אז אויב האט מען עפעס דעבאטירט איז עס געווען נאר דאס.

יהודי פשוט » מיטוואך אפריל 18, 2018 12:39 am

· #400089
קהילת מהר"א פלאנט א גרויסן עצרת רבתי ביום כ' סיון פארופן דורכ'ן שומר משמרת הקודש כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אינעם גיגאנטישן ניו יארק סטעיט ארמערי אין וויליאמסבורג בהשתתפות אלפי אלופי אנשי שלומינו זקנים עם נערים פון איבער גרעיטער ניו יארק, ווי מ'וועט איבער חזר'ן משנתו הטהורה פון רבינו הקדוש והטהור זי"ע בעניני אמונה ודיעת התבדלות מרשעים והתנגדות לקליפת הציונות, די אסיפה ווערט פארופן לכבוד דעם וואס עס ווערט יעצט אפגעצייכנט 70 יאר זינט דאס התייסדות פונעם מדינה.

דער אסיפה ווערט פארקומען פונקט פערציג יאר נאכדעם וואס אויף דעם זעלבן פלאץ האט רבינו הקדוש זי"ע מייסד געוועהן די הייליגע מוסד קרן הצלה. באותו מקום ובאותו זמן!
אין אדם עומד על דעת רבו עד ארבעים שנה!
ריזיגע אסיפת עסקנים ווערט געפלאנט אויף די קומענדיגע טעג...

געשיקט געווארן פון מיין סעמסאנג, זיך באנוצנדיג מיט טעפ-א-טאק

לחיים ולברכה » מיטוואך אפריל 18, 2018 9:37 am

· #400105
[ציטאט אראפגענומען]

צאמנעמען אלע סאטמארע חסידים זעסטו כא כסלו אז עס איז גענוג די ארמארי, פארוואס פעלט אויס מער?

גאנצל » מיטוואך אפריל 18, 2018 12:10 pm

· #400129
די מטרה פון די אסיפה איז בכלל נישט, אנצופולן א סאטדיום.

אונטער חכם » מיטוואך אפריל 18, 2018 4:51 pm

· #400144
אוודאי נישט , עס איז בלויז ווייל עס הערשט א געוואלדיגער בלבול המוחות צוליב די אמעריקאנער אמבאסאדע.

לחיים ולברכה » מיטוואך אפריל 18, 2018 4:51 pm

· #400145
אונטער חכם
אוודאי נישט , עס איז בלויז ווייל עס הערשט א געוואלדיגער בלבול המוחות צוליב די אמעריקאנער אמבאסאדע.

נאר וואס דען? וד"ל

שמעון וואלף » מיטוואך אפריל 18, 2018 10:49 pm

· #400178
לחיים ולברכה
אונטער חכם
אוודאי נישט , עס איז בלויז ווייל עס הערשט א געוואלדיגער בלבול המוחות צוליב די אמעריקאנער אמבאסאדע.

נאר וואס דען? וד"ל


דא איז נישט אייוועלט און ניטאמאל די אלגעמיינע קאווע שטיבל. דא איז צימעס פאר העווען סעיק! וואס וד"לסטי דא ארום? שרייב ארויס קלאר!
בלאט: 1 2