☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ואם החרש תחרישי....

ואם החרש תחרישי....

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6436

צמח אטליס » דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:13 pm

· #200762
ואם החרש תחרישי....
דער וואך איז פארגעקומען א היסטארישע אסיפה (בעיר מונסי) ווי דער פה מפיק מרגליות מרת לאה ווינסענט (פלימעניק פון ר׳ אביגדור מיללער ז״ל און פון די ראשי קהילות Footsteps) אין נאך עטליכע געוועזענע-ארטדאדאקסישע היימישע פרויען אין יוגעלייט האבען זיך צאםגעזעצט מיט אנדערע ערליכע רבנים אין עסקנים (כמו ר׳ אווי סאפראן פון Ami magazine און מראשי אגודת ישראל) ביי איין טיש דורך צישמיעסן דברים העומדים על הפרק בעולם היהדות בארה״ב.

איך מיין אזדאס איז א געבאלדיגע דורכברוך און אזא dialogue קען צוברענגען צו א בעסערע פארשטענדליכקייט.
הגם מרעדט דא וועגן רעדן מיט מענטשען וואס האבען אינגאנצען איבערגעלאסט אידישקייט, דאך זענען סיי אונזער אייגענע קינדער, ברידער אדער שוועסטער. איך האלט אז עס איז כדי אויסצוהערן, ווייל זייער ווייטאג איז פראדאקט פון אונזער חינוך סיסטעם. והמשכיל יבין.

איך האף אז אזא dialogue וועט ברענגען מענטשען נענטע איינער צום צווייטען. איך בין זיכער אז א חלק מענשען וועלען בילען אויף דעם געדאנק ווויבאלד ס'ליגט ביי זיי א שרעק (יראת שמים) אז אידישקייט פאלט באלד אינטער און די איינציגסטע וועגדאס צי ראטעווען איז צו שטיין ווייט פון די משכילים און בעלי תאווה.

פאר מער אימפארמאציע קוקט אין דעם לינקס:
<a class="postlink" href="http://finkorswim.com/2014/05/12/groundbreaking-meeting/">http://finkorswim.com/2014/05/12/ground ... g-meeting/</a>

<a class="postlink" href="http://blogs.forward.com/forward-thinking/198124/talking-to-the-rabbis-about-sex/">http://blogs.forward.com/forward-thinki ... about-sex/</a>

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:20 pm

· #200763
שאפרן האט צענדליגע ארטיקלן פארוואס ראביי מירוויס מעג נישט גיין צו "לימוד". וצ"ע.
בד"וו, נאר דורך בוך שרייבער און פעיסבוק פאסטער'ס קענען די פרומע זיך באקענען מיט די פראבלעמען?..... איך וויל רעדן מיט זיי, כ'וועל זיי פונקטליך מסביר'ן..

ממרום שלח אש » דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:27 pm

· #200765
נאך א שנעלע בליק קוקט מיר אויס ווי מען דארף זיין גאנץ פיל דערמיט צו באטיטלען א מיטינג וואו עטליכע נישטיגע פרומע פ"ב שרייבער זענען געזעצן מיט עטליכע נישטיגע נישט פרומע פ"ב שרייבער אלץ היסטאריש.

איך גלייב אז עס א דירעקטע סימפטאם פון פארברעגען צופיל אין די ווירטואלע וועלט פון סאציאלע מידיע.

נאך א פשט » פרייטאג מאי 16, 2014 1:05 am

· #200775
דאס זענען די חברי הועד

Rabbi Yitzchok Adlerstein
Ms. Avital Chizhik
Rabbi Ron Eisenman
Rabbi Aaron Fink
Ms. Adina Kadden
Mr. Ushy Katz
Rabbi Avi Shafran
Ms. Frieda Vizel
Ms. Leah Vincent
Anonymous

(Rabbi Yakov Hororwitz was instrumental in helping to facilitated the meeting. He was unable to attend simply because of a conflict. Rabbi Horowitz remains part of the team.)

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 16, 2014 11:22 am

· #200826
ממרום שלח אש
נאך א שנעלע בליק קוקט מיר אויס ווי מען דארף זיין גאנץ פיל דערמיט צו באטיטלען א מיטינג וואו עטליכע נישטיגע פרומע פ"ב שרייבער זענען געזעצן מיט עטליכע נישטיגע נישט פרומע פ"ב שרייבער אלץ היסטאריש.

איך גלייב אז עס א דירעקטע סימפטאם פון פארברעגען צופיל אין די ווירטואלע וועלט פון סאציאלע מידיע.

ממרום שלח אש: כ'האב געכאפט דעם חילוק פון "די נישטיגע, פרומע" און די "נישט פרומע" פ"ב שרייבער. פארוואס זענען נאר די פרומע "נישטיג"???!!... 😕 😎 😂 🙄 😛 😳 😉 😢 😮