☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » העי דו, וואס קוק'סטו אזוי?

העי דו, וואס קוק'סטו אזוי?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6433

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:47 pm

· #200720
העי דו, וואס קוק'סטו אזוי?
העי דו, וואס קוק'סטו אזוי,
איך בין נישט א שיינע פרוי,
העי דו, נייגעריגע פערד,
קוק אראפ אויף די ערד,
העי דו, זעסט א חידוש,
ס'נישט מידות ס'נישט אידיש.

קוק אויף דער וועלט'ס נאטור,
נישט יענעמס יעדע ריר און האר,
קוק אויף דיינע חסרונות,
מאכט נישט יענעם בזינות,
קוק אויף דיינע קינדער,
נישט יענעמס, מיט בייז וואונדער.

ווען הצלה צו א חולה גייט,
ער מיט די קאפ אהין געדרייט,
ווען די פאליציי שטעלט אפ,
קוקט יענעם די קישקעס אראפ,
ווען יענער א הענדיקעפט פראבלעם,
ער קוקט, שטודירט, וואט עי שעים.

קוקו, הער אויף צו קוקן,
העלפסט נישט קיינעם מיט דיינע בליקן,
האלט דיינע אויגן אין די לעכער,
נעבן די לאנגע נאז, נאר אביסל העכער,
ניץ דיינע אויגן מיט חכמה און דעת,
רעספעקט א צווייטן ווען אויפן גאס.

יואב » דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:56 pm

· #200731
👍
געוואלדיג!

אפטעמיסט » דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:14 pm

· #200735
וואס איז די קולות,
שלינג איין א פיל,
שנעל הער אויף שרייען,
און כאפ'זשע א טשיל,

דארפסט לערנען מוסר,
און אפשר אויך ש"ס,
פונקט ווי א געטשקע,
איז ווען מ'איז אין כעס,

בעסער דאנק גאט,
אז ער האט דיר באשאפן,
א פרי עץ הדר,
און א ברכה צו מאכן.

גלייב מיר מיין פריינד,
איך קרעציג געשלאגן,
וואו כ'קום נאר צוגיין,
הייבט מען אן יאגן.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:19 pm

· #200737
@אפטעמיסט ווי אלעמאל מאכסט מיר שרעקליך לאכן 😂

גראמען אין די זייט, וואסי טאקע פשט פון קוקן און סטירען אינעם פרצוף אריין???

אפטעמיסט » דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:23 pm

· #200740
לכאורה ביסטו אטראקטיוו

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:36 pm

· #200741
רויט איז די נייע בלאנד?

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:19 am

· #219816
געפארן נעכטן בייקן געשטאנען ביי א רויט לייט, שטייען צוויי אינגעלייט וואס שמועסן און קוקן מיר אין די קישקעס אריין. עטליס אויב זיי פארלירן די גלעזער, וועט מען עס זיי קענען אפגעבן דורך די פילע פינגער פרינטס אויפן גלאז, וואס פאסירט ביים אריינקוועטשן אין די אויגן, צוליב די אויסגעלאפענע נידריגע גלעזער נומערן.