☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קידני דרייוו

קידני דרייוו

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6417

שמואלי » דינסטאג מאי 13, 2014 5:01 pm

· #200343
קידני דרייוו
טייערע אידין רחמנים בני רחמנים עס מוז דרינגענד געשאפען ווערען א דאנער צו מנדב זיין א ניר פאר א אידישע מאמע פין וויליאסבורג. בלוט טייפ 0 וואס צוליב די קאפלעצירטע פאל איז זייער זעלטען צו געפינען א פאסיגע נדבן. אפשר זענט איר גאר דער איינציגסטער פאסיגער שליח. עס ליגט אין אייערע מעגליכקייט צו ראטעווען א אידיש נפש כל המקיים נפש אחת מישראל כאולי קיים עולם מלא לייגט עס נישט עס אפ רופט היינט אריין צו רינועל 9831 431 718 עקס 311 קעיס נומער 757ר
📎 Kidny sign.png

בר דעת » דינסטאג מאי 13, 2014 5:13 pm

· #200347
ווי ווייס איך מיין בלוט טייפ? צו וויסן אויב איך קען זיין ראוי?

שמואלי » דינסטאג מאי 13, 2014 5:18 pm

· #200348
בר דעת
ווי ווייס איך מיין בלוט טייפ? צו וויסן אויב איך קען זיין ראוי?

איעדע בלוט טעסט מדארף נאר בעטן דעם דאקטער

בר דעת » דינסטאג מאי 13, 2014 5:36 pm

· #200349
געוואלדיג, איך וועל טשעקן און רופן רינועל

קליגער אינגערמאן » מיטוואך מאי 14, 2014 1:44 am

· #200410
דאס הייסט א @בר דעת.

smartinof » מיטוואך מאי 14, 2014 2:09 pm

· #200466
דאס געבן א ניר האט א הלכ'ישער דעקונג?, דער געפיל פאר איז גרעסער פון גרויס, איך קען זיצען און טראכטען טיפער און טיפער פון דער רגשות'דיגער שטאנדפונקט, און איך ווער צומאל אזאנס איבערגענומען אז עס גיסען זיך פון מיר די טרערן נישט פון רחמנות, נאר פון התפעלות וואס דער מענטש איז אלס ביכולת צוטוהן, מיין פראגע איז נאר וואס זאגט דער הלכה דערצו, וואס איז מיט'ן זיך מחבל זיין? זיך אריינלייגען און א סכנה? לאבין אויף איינס פון זיינע אוינטערוויאס, געט א מורמעל בהבלעה אז עס איז נישט קיין פראבלעם אן אנדייטען א סיבה פארוואס, טרעפט מען ערגעץ און חז"ל אזא מושג וואו חסד בגוף? איך מיין ח"ו נישט אפצוקילען נאר דורכטון בדיבוק חברים, איך האב נאך פראגען אויף דעם ממבט תורני, נתחיל בזה

שמואלי » מיטוואך מאי 14, 2014 2:43 pm

· #200473
סאיז דא א תשובה להלכה פין הרב שטערנבוך חתן הרב טויבער מבאבאוו איבער דע גרויסע חשיבות
גם שמעתי מנדבן אחד ששאל כק אדמור מפשווארסק אם יש חשש להלכה ואמר אדרבה זה הצדקה הכי גדולה שיוכלים לקיים

smartinof » מיטוואך מאי 14, 2014 2:48 pm

· #200475
איך בעט דיך, פאר אזאנע אינפארמעשין האב איך שוין געקענט בלייבען ביי לאבינ'ס געמורמאל'עראציע...

שמואלי » מיטוואך מאי 14, 2014 3:09 pm

· #200482
smartinof
איך בעט דיך, פאר אזאנע אינפארמעשין האב איך שוין געקענט בלייבען ביי לאבינ'ס געמורמאל'עראציע...

איך ווייס נישט וואס די ווילסט הרב שטערנבוך תשובה איז צי געפינען בל"נ וועל איך עס ברענגען
אין אוצר החכמה איז דא א ספר כליות יועצת וואס רעד אויך איבער חשיבות המצוה בהלכה איך האף אז יעצט ביסטו ציפרידען אין ווארטסט נישט איך זאל מעתיק זיין די גאנצע ספר

smartinof » מיטוואך מאי 14, 2014 3:14 pm

· #200485
אויב גייסטו מיר ברענגען שטערנבוך'ס תשובה, זע איך אז די ווייסט יא וואס איך וויל.. סתם פלעפעלן איז נישט אינטערעסאנט..
יא און מיר וועלן דן זיין צו די וואס ווערט געברעגנט און די מראי מקומות ,איז ריכטיג אדער נישט, להבהיר הדברים על בוריין, ואולי נאכדעם זיך שטעלן אונטערן מעסער...

יעלה ויבא » דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:21 pm

· #200738
וואס איז מיט לא תעמוד על דם רעיך

גאלד » פרייטאג מאי 16, 2014 10:07 am

· #200809
אלס לא תעמוד וואלט מען געדארפט ניתוח זיין מתים און דאנעטן זייערע ארגענס,
די רעגירונג פרעגט אלעמאל רשות צו מ'ערלויבט מ'זאל ניצן די אברים לאחר מותו, דאכצעך אויף די מאטאר וויהעקל אפליקאציע פרעגן זיי עס,
נאר דארט פארשטייסטו אז מ'טאר נישט ווייל די הלכה לאזט נישט צוליב ניוול המת, טראץ לא תעמוד, די זעלביגע לענינינו,

שמואלי » מאנטאג מאי 19, 2014 8:04 pm

· #201194
smartinof
אויב גייסטו מיר ברענגען שטערנבוך'ס תשובה, זע איך אז די ווייסט יא וואס איך וויל.. סתם פלעפעלן איז נישט אינטערעסאנט..
יא און מיר וועלן דן זיין צו די וואס ווערט געברעגנט און די מראי מקומות ,איז ריכטיג אדער נישט, להבהיר הדברים על בוריין, ואולי נאכדעם זיך שטעלן אונטערן מעסער...

איך האב די תשובה אויף א PDF
אין איך ווייס נישט וויאזוי עס ארויף צי לייגן געב מיר דיין אימעל וועל איך דיר עס שיקן

פישלע העררינג » מאנטאג מאי 19, 2014 9:38 pm

· #201216
/

smartinof » דינסטאג מאי 20, 2014 11:24 am

· #201289
שמואלי
smartinof
אויב גייסטו מיר ברענגען שטערנבוך'ס תשובה, זע איך אז די ווייסט יא וואס איך וויל.. סתם פלעפעלן איז נישט אינטערעסאנט..
יא און מיר וועלן דן זיין צו די וואס ווערט געברעגנט און די מראי מקומות ,איז ריכטיג אדער נישט, להבהיר הדברים על בוריין, ואולי נאכדעם זיך שטעלן אונטערן מעסער...

איך האב די תשובה אויף א PDF
אין איך ווייס נישט וויאזוי עס ארויף צי לייגן געב מיר דיין אימעל וועל איך דיר עס שיקן

איך זע נישט וואס עס אזוי שווער, דריק דעם רעאגיר קנעפל, און אונטען וועסטו זען אן אפציע 'צולייגען א פייל'

שמואלי » דינסטאג מאי 20, 2014 2:41 pm

· #201346
נאדיר
📎 SHAALA.pdf

שמואלי » דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:08 pm

· #201929
ב' נשא
📎 4 pgr 8.5x11 Kidney Drive_Page_1.png

שמואלי » דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:08 pm

· #201930
המשך
📎 4 pgr 8.5x11 Kidney Drive_Page_2.png

שמואלי » דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:09 pm

· #201931
המשך
📎 4 pgr 8.5x11 Kidney Drive_Page_3.png

שמואלי » דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:10 pm

· #201932
המשך
📎 4 pgr 8.5x11 Kidney Drive_Page_4.png

שמואלי » מאנטאג מאי 26, 2014 12:11 pm

· #202570
היום
📎 Dvar_Yoim_5_25_14_Page_1.jpg

דער שכן » מאנטאג מאי 26, 2014 1:39 pm

· #202597
שמואלי
המשך


מ׳קען עכט נישט לייענען די נישט קלארע רעקלאמע.

א כהן מעג זיך גיין לאזן מאכן צו ווערן א בעל-מום ביים זיך לאזן ארויסשניידן א ניר?