☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » joke of the year סאטמאר מאנסי רח"י גייט מאכן א הדלקה

joke of the year סאטמאר מאנסי רח"י גייט מאכן א הדלקה

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6416

גאנצל » דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

· #200330
joke of the year סאטמאר מאנסי רח"י גייט מאכן א הדלקה
פון פארלעסליכע קוועלער הערט מען אז רח"י פון סאטמאר מאנסי גייט פראווען דעס יאר ל"ג בעומר אן הדלקה בחצר פון זיין ישיבה קטנה אויף מעיפל אזוי ווי די מנהג פון זיין שוואגער מהר"א מסאטמאר

ווי האט ר' אהרן געזגט אין אזא פאל (ביים ארוםרעדן בשבח פון חבורת תורתך שעשועי ) מ'הער מיר אז אנדערע קהלות האבן דאס נאכגעמאכט אונז זען מיר נישט ברוגז אדרבה זאל נתרבה ווערן די כח התורה די זעלבע דא זאלן ווי מער אידן נתחמם ווערן לאורו פונעם הייליגן רשב"י

ויקוים הפ' ברצות ד' דרכי איש גם אויביו ישלים אתו

sefish » דינסטאג מאי 13, 2014 5:51 pm

· #200352
וואס מהרא''ט מאכט הדלקה? ער האט געזאגט דאך אז מ'האט זיך נישט געפירט אזוי! נאר אין אנדערע פלעצער האט מען זיך אזוי געפירט זאגט ער אבער נישט אין סאטמאר, ווען האט ער געטוישט מיינד?




ויקוים הפ' ברצות ד' דרכי איש גם אויביו ישלים אתו

פלעין יודיש » דינסטאג מאי 13, 2014 5:53 pm

· #200353
sefish
וואס מהרא''ט מאכט הדלקה? ער האט געזאגט דאך אז מ'האט זיך נישט געפירט אזוי! נאר אין אנדערע פלעצער האט מען זיך אזוי געפירט זאגט ער אבער נישט אין סאטמאר, ווען האט ער געטוישט מיינד?


ויקוים הפ' ברצות ד' דרכי איש גם אויביו ישלים אתו

אזוי ווי די וועלט זאגט ס'איז נישטא קיין גרעסערע פיינט פאר א מענטש ווי די זיך אליינס

עפל סיידער » דינסטאג מאי 13, 2014 7:33 pm

· #200367
א געוואלדיגע נייעס !! אשרי לו פאר מאנסי סאטמארע רבי מען ברויך עפעס געבן פאר'ן ציבור קיין אר''י לאזט מען נישט גיין לכה''פ עפעס צושטעלן דא פאר'ן עולם.

signout » דינסטאג מאי 13, 2014 7:55 pm

· #200373
sefish
וואס מהרא''ט מאכט הדלקה? ער האט געזאגט דאך אז מ'האט זיך נישט געפירט אזוי! נאר אין אנדערע פלעצער האט מען זיך אזוי געפירט זאגט ער אבער נישט אין סאטמאר, ווען האט ער געטוישט מיינד?

httpA


ויקוים הפ' ברצות ד' דרכי איש גם אויביו ישלים אתו

ער רעדט פין דארט פין קליינע פייערלעך וואס די בחורים פלעגן מאכען, אין אגב דער ברך משה האט אים געזאגט צו אנהייבן מאכען די הדלקה אין איז היינט א הערליכע מעמד
📎 BnfkvA6CEAAInfP.jpg

צדיק נסתר » דינסטאג מאי 13, 2014 8:05 pm

· #200378
געהערט אז ר' חיים יושע'ס הדלקה איז געקענסלט

גאנצל » דינסטאג מאי 13, 2014 8:53 pm

· #200389
דוכט זיך מיר אז דעס איז שוין די דריטע זאך וואס רח"י מאכט נאך זיין שוואגער וואס פאר סאם פערסינעל ריזעןס האט ער זיך ארויסגעשטעלט קעגן אים און געטרייט איינצורעדן דעם עולם אז ער האלט אז זיין שוואגער מהר"א קען נישט זיין רבי אין סאטמאר מכלומרשט פאר הייליגע סיבות אבער סוף מעשה מאכט ער אים נאך מיט אלע זיינע הנהגות און נאכדעם קומט מהרז"ל און קאפיט ביידע ווי א קאפיקערער

1) ביליגע זאל פאר חתונות
2) חבורת אהבתי תורתך בן יסודי התורה
3) יעצט די הדלקה

ווי זאגט ר' אהרן אונז זען מיר נישט ברוגז אדרבה זאל נתרבה ווערן די כח התורה

sefish » דינסטאג מאי 13, 2014 9:25 pm

· #200392
signout
sefish
וואס מהרא''ט מאכט הדלקה? ער האט געזאגט דאך אז מ'האט זיך נישט געפירט אזוי! נאר אין אנדערע פלעצער האט מען זיך אזוי געפירט זאגט ער אבער נישט אין סאטמאר, ווען האט ער געטוישט מיינד?

httpA


ויקוים הפ' ברצות ד' דרכי איש גם אויביו ישלים אתו

ער רעדט פין דארט פין קליינע פייערלעך וואס די בחורים פלעגן מאכען, אין אגב דער ברך משה האט אים געזאגט צו אנהייבן מאכען די הדלקה אין איז היינט א הערליכע מעמד

ער רעדט פון דעם עצם מנהג פון מאכן פייער'ס אין אמעריקע. הער גוט צו אפילו ס'שמעקט נישט. ער איז אוועקגעפארן פון מנהג אבותיו אזוי ווי ער אליין שילדערט עס אלעס צוליב קאמפעטישען פון זיין ברודער פון וועם ער וויל זיין אנדערש און מער אינטערטענינג.

sefish » דינסטאג מאי 13, 2014 9:26 pm

· #200393
גאנצל
דוכט זיך מיר אז דעס איז שוין די דריטע זאך וואס רח"י מאכט נאך זיין שוואגער וואס פאר סאם פערסינעל ריזעןס האט ער זיך ארויסגעשטעלט קעגן אים און געטרייט איינצורעדן דעם עולם אז ער האלט אז זיין שוואגער מהר"א קען נישט זיין רבי אין סאטמאר מכלומרשט פאר הייליגע סיבות אבער סוף מעשה מאכט ער אים נאך מיט אלע זיינע הנהגות און נאכדעם קומט מהרז"ל און קאפיט ביידע ווי א קאפיקערער

1) ביליגע זאל פאר חתונות (האט ער געקאפיט פון אנדערע זאלן נאך פאר אים)
2) חבורת אהבתי תורתך בן יסודי התורה (געקאפיט פון דף היומי)
3) יעצט די הדלקה (געקאפיט פון די גאנצע וועלט)

ווי זאגט ר' אהרן ס'גוט צו זיין ווי יעדער איינער

sefish » דינסטאג מאי 13, 2014 9:28 pm

· #200394
צדיק נסתר
געהערט אז ר' חיים יושע'ס הדלקה איז געקענסלט

אוי גאנצל'ס חיזוק צופאלט! ווער וועט יעצט נאכמאכן רא''ט'ן ?

גאלד » דינסטאג מאי 13, 2014 9:37 pm

· #200396

sefish » דינסטאג מאי 13, 2014 9:42 pm

· #200397
זאגסט עפעס, נישט אוועקצומאכן. אבער לויט דעם דארף מען נישט אפ'חוזק'ן ווען א צווייטער וועקט זיך אויף אביסלע שפעטער. אפשר האט ר' חיים שיע (אויב ער מאכט יא) זיך יעצט מדבק געווען אין תורת ר' שמעון אדער איינגעזען דיינע אנדערע נקודות. איבערהויפט ווען ער האט קיינמאל נישט גערעדט דערקעגן. פארוואס דארף אלעס זיין א נאכמאכן פון ר' אהרן ביי אזעלכע בעיביס ווי גאנצל וחביריו

גאלד » דינסטאג מאי 13, 2014 9:52 pm

· #200398
וואסי דען אזוי שלעכט אז זיין מאטיוו איז צו נאכמאכן ר' אהרן,
קען זיין ער איז ענדליך געקומען צן די הכרה אז ר' אהרן איז א אדם גדול און כדאי הוא לסמוך עליו,
איך זאג נאר בדרך אפשר שטייצעך,

sefish » דינסטאג מאי 13, 2014 9:59 pm

· #200399
👍 😂

גאנצל » מיטוואך מאי 14, 2014 9:52 am

· #200433
sefish
גאנצל
דוכט זיך מיר אז דעס איז שוין די דריטע זאך וואס רח"י מאכט נאך זיין שוואגער וואס פאר סאם פערסינעל ריזעןס האט ער זיך ארויסגעשטעלט קעגן אים און געטרייט איינצורעדן דעם עולם אז ער האלט אז זיין שוואגער מהר"א קען נישט זיין רבי אין סאטמאר מכלומרשט פאר הייליגע סיבות אבער סוף מעשה מאכט ער אים נאך מיט אלע זיינע הנהגות און נאכדעם קומט מהרז"ל און קאפיט ביידע ווי א קאפיקערער

1) ביליגע זאל פאר חתונות (האט ער געקאפיט פון אנדערע זאלן נאך פאר אים)

יא אהא אינטערסאנט אז ביז ר' אהרן האט נישט געמאכט זיין זאל האט קיינער נישט געוואוסט פון קיין ביליגע זאלן און פלוצים נאכדעם וואס ער איז סוקסעספול אריין געשפרינגען אין דעם איז פלוצים געבוירן געווארן א זאל אין מאנסי עטרת חי' שרה און פרדס זאלן אין ווימ"ס אימפעריעל פעקעזש עטרת רבקה אין ב"פ ועוד

2) חבורת אהבתי תורתך בן יסודי התורה (געקאפיט פון דף היומי)

אהא אינטערסאנט אז ביז ר' אהרן האט נישט געמאכט זיינע חבורות האט קיינער נישט נאכגעמאכט דף היומי און פלוצים איז ארויסגעוואקסן א חבורה זכרו-זאלי צרופה בני יואל אהבתי רח"י און אזוי אויך ביידע באבוב'ס

3) יעצט די הדלקה (געקאפיט פון די גאנצע וועלט)



ווי זאגט ר' אהרן אונז זען מיר נישט ברוגז אדרבה


אבער דו געב נישט אויף דריי דיך ווידער אויס צום וואנט און שריי ווי א בת היענה נעבעך און ער טרייט נאך איינצורעדן הונדערטער ליינער אין קאווע שטיבל אז ער איז צופרידן און ר' אהרן איז גאר דער וואס ס'דארף חיזוק 😂

sefish » מיטוואך מאי 14, 2014 9:55 am

· #200434
איך זע ווער ס'דארף חיזוק, קוק ווער ס'האט געעפענט דעם אשכול דא זיך מחזק צו זיין אז איינער מאכט נאך רא''ט 😂 😂

signout » מיטוואך מאי 14, 2014 11:30 am

· #200443
צדיק נסתר
געהערט אז ר' חיים יושע'ס הדלקה איז געקענסלט
יא אויך געהערט איך מיין אז מיטן קענסלן איז ער א דאפעלטע ליצנות

signout » מיטוואך מאי 14, 2014 11:30 am

· #200444
גאלד

האסט א גוטע סתירה. ר' אהרן, מסכים, איך קען עס דערהערן, ער האט יארן צוריק גוט אפגע'חוזקט פון די הדלקות און יעצט איז "the joke on him", איך קען באמת נישט האבן קיין שום טענות וואס זיינע שונאים רייטן אויף דעם,

אבער ברויכסט דערהערן איין וויכטיגער זאך, אז אפי' דעמאלטס ווען ר' אהרן האט אזוי אפגעחוזק'ט פון הדלקות האט ער קיינמאל פארגעשלאגן אז דאס זאל זיין עפעס א פירצה אין יסודות יהדות ואמונה, ער האט קיינמאל געזאגט אז דאס איז עפעס א חשש איסור דאורייתא, א לאו, א איסור דרבנן, אדער ענין פון התרשלות אין שמירת המצות, סך הכל האט ער עס אפ'געחוזק'ט דערפון און עס אוועק געמאכט, ממילא אפי' ער האט יארן שפערן זיך געטוישט, איז באמת "no harm no foul",

בשלמא ווען איינער שרייבט פאר 10 יאר אז די סקול דיסטריקט איז א מצוה און די בני יואל עבריינים, און 10 יאר שפעטער וועקט ער זיך אז דאס האב איך געטאן מחמת הלחץ זו הדחק אבער לעולם האב איך אלס געוויסט אז דער סקול דיסטריקט האט א חשש כפירה, דאס איז דאך ממש יסודות פון אונזער דת, אבער מאכן הדלקות ל"ג בעומר, האט קיינער קיינעם עולה על הדעת געווען אז דאס פון די שלשה דברים שהעולם עומד, צו איינער זאל זיין דערפאר צו דערקעגן, דאס איז איינע פון די זאכן פון ר' אהרן, מ'קען חוזק מאכן וויפיל מ'וויל פון הדלקות, זינגען, טאנצן, אבער ווען ס'קומט צו יסודות'דיגע ענינים וואס האט מיטן שו"ע מיט הלכה מיט שיטת רבינו ז"ל, איז ער "אלס" געווען אויף די ריכטיגע זייט, איך ווייס די זאליס וויל עס נישט איינזעהן, אבער דאס די מציאות,

יעצט פארוואס ר' אהרן האט זיך געטוישט זיין שטעלונג בנוגע הדלקות, איז "up for speculation", ער האט קיינעם געזאגט, די זאליס וועלן זיך שווערן אז צוליב עטענשן, דארף מען פארשטיין פון ווי די זאליס קומען, זיי האלטן דאך אז ווען ר' אהרן טאנצט חסל סידור פסח, צו קידוש לבנה איז אלעס פאר עטענשן, זיי האבן קלאר געזאגט אז ווען ר' אהרן האט געוויינט ביי זיין אייגן טאטע און מאמעס לוי' אז ער האט עס געטאן פאר עטענשן און ער האט זיך געמאכט, איך מיין אז "דער איד" האט עס שוין אפאר מאל מרמז געווען, שטעלט אייך פאר א זוהן געזעגנט זיך לפני מטתו פון זיינע אייגענע עלטערן, קומען די פארדומטע בלינדע שונאים און זאגן מיט א בלעכן פנים אז ס'אלעס פאר עטענשן, ס'איז ממש אומגלויבליך, די זעלבע דא, ס'דא 100 טויזנט מער ראשינאלע סברות פארוואס ר' אהרן זאל מאכן ל"ג בעומר תשע"ג א הדלקה און טאנצן בר יוחאי, אז איך זאל מוזן צוקימען צו דעם אז ער איז ממש אויסגעהונגערט פאר עטענשן, איך וועל געבן אפאר השערות וואס איך קלער, איך ווייס נישט זיכער אבער איך בין פונקט אזוי ענטייטלד צו מאכן השערות ווי די זאליס,

1. קען זיין ס'א ענין פון צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם, דעמאלטס האט ער טאקע אפגעחוזקט, ווייל ס'געווען נאך א ל"ג בעומר פייער טראגעדיע ווי א בחור האט נעבעך פארלוירן א פינגער, איז לפי המצב האט ער געוואלט ארויסגיין בכל חומר,
2. קען זיין אז ווי נאר ער האט איבערגענומען א אחריות פון הנהגה איז ער געקומען צו די הכרה אז דאס וועט זיין לתועלת עדת מרעיתו, אויב מ'טוט עס באופן מיט די ריכטיגע כוונה ומחשבה, ולמעשה האט דאך זיין טאטע געגעבן די הסכמה די ערשטע יאר,
3. קען זיין ער טוט נאר לתועלת חסידיו תלמידי רבינו הק' זצ"ל צו מונע זיין סאטמארע אידן צו פארן אויף ארץ ישראל מיט בלויז חצוניות'דיגע הרגשים וואס קען זיי מעגליך אריינלייגן און נסיונות כידוע, ממילא וויל ער זיי געבן א טעם מירון דא און חוץ לארץ,
4. קען זיין אז לעצטנעס האט ער זיך מער מדבק בתורת ר' שמעון, ספר הזוהר ועוד, וואס איך פערזענליך האב א שטארקע חשש אז ער טוט דערין, ממילא אויף דער עלטער שפירט ער שטערקערע התקשרות צו ר' שמעון

פארשטייט זיך כל הנ"ל איז בלויז השערות, איך האב באמת קיין אהנונג, אבער אזויפיל האלט איך קלאר אז צו זאגן פונקט ער זאל זיין אויסגעהונגערט פאר עטענשן, דאס קען נאר גלויבן אזא איינער וואס האלט אז ער וויינט ביי זיין טאטנס לוי' פאר עטענשן,

גאנצל » מיטוואך מאי 14, 2014 11:43 am

· #200445
sefish
איך זע ווער ס'דארף חיזוק, קוק ווער ס'האט געעפענט דעם אשכול דא זיך מחזק צו זיין אז איינער מאכט נאך רא''ט 😂 😂



יא גערעכט אין דעם ענין אויפצו ווייזן ענקער בלאף אז ווען עטץ זענטץ מכלומרשט מוחה און עטץ מאכטס ענק ווי א תם און שטויסן ווי א מועד און שריט אז מ'טאר נישט און נאכדעם מאכט עטץ דאס אליין נאך מיט א קאלטע גלייכגילטיקייט דער ענין דארף אסאך חיזוק ווייל ענקער בלאף איז גאר גרויס

Ben-Shishim » מיטוואך מאי 14, 2014 12:48 pm

· #200453
@Sefish

)I believe that everyone in here knows that you dislike the rebbe (MHAR'O A Shlita).
I don't think you need to bring it up in every discussion.

sefish » מיטוואך מאי 14, 2014 3:41 pm

· #200488
first talk to gantzel etc. we know how much they dislike mahrz"l as well

sefish » מיטוואך מאי 14, 2014 3:41 pm

· #200489
and i happen to like aren, its just the aronim who are messed up

גאנצל » מיטוואך מאי 14, 2014 8:09 pm

· #200556
sefish
and i happen to like aren, its just the aronim who are messed up


👍

ווער געדענקט ווען @נאר פרייליך פלעגט אויך זינגען די נגון

אבער לאמיר נישט פארגעסן איך דארף חיזוק עם אהא שאר 🙂 😉 🙄

יין שרף » זונטאג מאי 18, 2014 3:10 pm

· #200938
<a class="postlink" href="http://vimeo.com/95655691">http://vimeo.com/95655691</a>
Bn7mbiHCYAEKCwy.jpg

דולה ומשקה » זונטאג מאי 18, 2014 4:37 pm

· #200957
דער אפציעלע ווערסיע פערצן יאר צוריק איז געוועהן היות ס'וואוינען אין קרית יואל בני ארץ ישראל וואס האבן געבעטן אז ווילן ווילן מאכען א הדלקה כמנהג ארץ ישראל. אויף דעם האט אנגעפרעגט כ"ק מהר"א שליט"א פון זיין פאטער אויב יא אדער נישט, אויף דעם האט דער 'ברך משה' גענפערט אויף יא.
איז ממילא אלעס בענין זה קודם שנת תש"ס איז נישט קיין נפק"מ, היות בשנת תש"ס האט מען באקומען דעם רשות/היתר אויף יא, האט זיך מיט דעם אנגהויבען א נייע הנהגה אין סאטמאר לגבי קרית יואל ווי עס וואוינען מלפנים תושבי ארץ ישראל.

לכבוד חג שבועות תש"ס לפ"ק איז ארויס א קונטרס בשם "דברי פתיחה" וואס אינהאלט דריי דרשות:
1) דברי פתיחה ממורינו הגה"צ אב"ד ור"מ [מהר"א ט"ב] שליט"א לתמלמידי ישיבה גדולה ד' אמור תש"ס
2) דברי פתיחה ג' בה"ב ל"ג בעומר שנת תש"ס
3) דרשת אור ליום ל"ג בעומר תש"ס, אצל מסיבת לחיים אחר ההדלקה בביהמ"ד הגדול בקרית יואל

נאך דער דרשה ביים מסיבת לחיים אחר ההדלקה, שטייט אזוי, איך וועל מעתיק זיין דעם גאנצן לשון (מ'דארף אינאכט נעמען, רבינו שליט"א מיינט דעם 'ברך משה', הגאב"ד שליט"א מיינט כ"ק מהר"א שליט"א) :

אור ליום ל"ג בעומר העעל"ט התקיים בחצר הבית המדרש הדלקה כמנהג ארה"ק, לע"נ התנא האלקי רשב"י, לבקשת הרבה יוצאי אה"ק תושבי קרית יואל יצ"ו
כל זאת נתקיים בהורמנא דמלכא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א כאשר ביום ב' לסדר בחקותי אחצה"ר [שנת תש"ס] שאל הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א את רבינו שליט"א בתוך שיחתו על ידי הטעלעפאן, שהיות שנזדמן לו היום שאלה עפ"י בקשת הרבה מתושבי העיר בני ארץ ישראל, שרצונם לעשות הדלקה כמנהג ארה"ק, ילמדינו רבינו כדת מה לעשות.
ענה רבינו שליט"א: נו וואס איז די שאלה?
שאל הגאב"ד שליט"א: היות שלא ראיתי כן אצל אאמו"ר שליט"א, ומה גם שאבותינו הק' לא נהגו כן, על כן לא היה נראה בעיני להנהיג מנהג זה במקומינו.
ענה רבינו שליט"א: "נו עס איז דאך נישט א הלכה, עס איז נישט קיין בל תוסיף".
שוב שאל הגאב"ד שליט"א: דאך עס איז א נייע מנהג, און איך האב דאס קיינמאהל נישט געזעהן ביי אונז.
ענה רבינו שליט"א: אם הם רוצים לעשות הדלקה יוכלו לעשות הדלקה "עס איז א שיינע זאך", ומן הטוב ומן הראוי שגם אתה תשתתף בזה, וגם תדליק בעצמך את המדורה.
ומן הראוי לציין מה שהעיד רבינו הקדוש זי"ע כמ"פ על עיר קרית יואל יע"א שיש בו מקדושת ארץ ישראל (עי' בצמח ה' לצבי פ' ראה שהביא שארץ ישראל יכול להתקפל, ומש"כ בענין זה בספה"ק ויואל משה מאמר ישוב א"י סי' קכ"ט).

עכ"ל פון יענעם קונטרס (הדגשים ממני). אויב דער צייט וועט מיר ערלויבען וועל איך ארויף שטעלן א קאפי.

signout » מאנטאג מאי 19, 2014 10:48 am

· #201066
עס איז געווען א הדלקה (אפציעל נאר פאר קינדער..) אבער רח''ש האט געפעלט, מ'האט געשמיסט אז נעקסטע יאר וועט ער אויך דארט זיין, אין א יאר שפעטער וועט ער שוין מוזן פארן אויף וומ''ס

sefish » מאנטאג מאי 19, 2014 10:56 am

· #201069
signout
אין א יאר שפעטער וועט ער שוין מוזן פארן אויף וומ''ס

יו וויש! דיר וועט עס נאר פרייליך מאכן ווען אדמו"ר מסאטמאר פון וויליאמסבורג וועט אויך מאכן א פייער, דאן וועסטו קענען שרייען אז דיין צד האט געווינען... אבער דאס גייט קיינמאל נישט פאסירן!

שרייבער » מאנטאג מאי 19, 2014 11:02 am

· #201076
sefish
signout
אין א יאר שפעטער וועט ער שוין מוזן פארן אויף וומ''ס

יו וויש! דיר וועט עס נאר פרייליך מאכן ווען אדמו"ר מסאטמאר פון וויליאמסבורג וועט אויך מאכן א פייער, דאן וועסטו קענען שרייען אז דיין צד האט געווינען... אבער דאס גייט קיינמאל נישט פאסירן!

איך קוואט דיך, ווייל צייטן בייטן זיך, תשס"ח האסטו אויך געשריגן אז ר' עזריאל גליק גייט ליגן נעבן רבינ'ס אהל

sefish » מאנטאג מאי 19, 2014 11:03 am

· #201078
איך האב עפעס געשריבן תשס"ח??

signout » מאנטאג מאי 19, 2014 11:03 am

· #201079
sefish
signout
אין א יאר שפעטער וועט ער שוין מוזן פארן אויף וומ''ס

יו וויש! דיר וועט עס נאר פרייליך מאכן ווען אדמו"ר מסאטמאר פון וויליאמסבורג וועט אויך מאכן א פייער, דאן וועסטו קענען שרייען אז דיין צד האט געווינען... אבער דאס גייט קיינמאל נישט פאסירן!
העי, מ'קען נישט וויסן היינט צו טאגס, ווען עס איז דא הכרח מאכט מען אלעס נאך, תקנות זאל, ביליגע שטריימעל, זכרו אא''וו

I'm back » מאנטאג מאי 19, 2014 11:05 am

· #201080
@sefish, געב אויף

sefish » מאנטאג מאי 19, 2014 11:06 am

· #201081
דא איז אבער אנדערש ווייל דער פייער האט דער ברך משה געהייסן ר' אהרן מאכן (...) ווען ער האט שוין גע'קאלעכ'ט, און על כגון דא טאר מען נישט נאכגעבן!

Ben-Shishim » מאנטאג מאי 19, 2014 11:42 am

· #201094
Ah well, Sefish is back with his rigmarole

keep it coming!!

גאלד » מאנטאג מאי 19, 2014 12:14 pm

· #201108
אמת, ער האט טאקע עטוואס געקאלעכט, אבער אזוי לאנג ס'נישטא קיין חשש אז ער האט עס מצוה געווען אויף א סמך פון א ליגנט, למשל א קאץ-אין-בויך אז זיין אייניקל ר' מענדל האט איהם געגנבעט זיין הויז, אדער אז זיין זוהן פירט א מרידה קעגן איהם, וכדומה, מוז מען בלית ברירה מחמיר זיין און איהם פאלגן,