☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » נייע חומש-לידער פון שלום בערגער אויף יידיש און ענגליש

נייע חומש-לידער פון שלום בערגער אויף יידיש און ענגליש

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6414

שלום בערגער » דינסטאג מאי 13, 2014 1:31 pm

· #200301
נייע חומש-לידער פון שלום בערגער אויף יידיש און ענגליש
טייערע חברה,

כ'האב אייך געוואלט געבן צו וויסן, אז אויף אמאזאן קען מען שוין קויפן א ניי ביכל פאעזיע אנגעשריבן פון מיין ווייניקייט בשם "איין פאלק ארויסגענומען פון צווייטן." ס'איז א בינטל לידער אויף מאמע-לשון און אמעריקע-לשון אויף נושאים און פיגורן, געדאנקען און מעשיות פון חומש. אזעלכע היינטיקע מדרשים זיינען אוודאי בתורת שעטנז, נאר כ'האלט אז דער מלאך דיכטיאל וועט דאס אלץ מתיר זיין.

טאמער ווילט איר כאפן א קוק (ס'איז ניט פון די טייערסטע זאכן) וואלט איך אייך געווען דאנקבאר.


www.amazon.com/One-Nation-Taken-Out-Another/dp/1627200142/

יין שרף » דינסטאג מאי 13, 2014 1:57 pm

· #200311
א צושטומונג פון א ארטאדאקסישע ראבינער האט עס?

שלום בערגער » דינסטאג מאי 13, 2014 2:06 pm

· #200313
הסכמה
ניין.

אפטעמיסט » דינסטאג מאי 13, 2014 3:13 pm

· #200327
@שלום בערגער קענט איר אפשר ברענגן א שטיקל פונעם בוך מען זאל קענען זעהן פון וואס ס'רעד זיך?

שלום בערגער » דינסטאג מאי 13, 2014 3:19 pm

· #200328
דאָס לעבן פֿון שׂרה אמנו
The Life of Sarah
דאָס לעבן פֿון שׂרה אמנו

The life of Sarah דאָס לעבן פֿון שׂרה אמנו זאָל איר זכות איר בײַשטיין במהירה בימינו אָמן was 120 years איז געווען הונדערט און זיבן און צוואַנציק יאָר איז געווען די צאָל פֿון שׂרהס טעג and she was mourned מע האָט זי באַוויינט מיט ביטערע טרערן זייער אַ לאַנגע צײַט. Whereupon it was decided that in all the history of Jewish liturgy love and literature there should be enough matriarchs to furnish a feminist room. האָט מען געזוכט צווישן אַלע ראשונות און אַחרונות צי איז ניטאָ קיין מאַמע וואָס קען געבוירן אַ נײַע חבֿרה פֿרײַע מיידלעך און לוסטיקע ייִנגלעך וואָס קענען זיך איינער דעם צווייטן ליבן און שטיצן and they all got together in a castle on the hill. Ruth ascended the spiral stairs and let her hair hang down as she sang songs of bloody speartips. שׂרה שענירער האָט געהייסן די מיידלעך לערנען פֿלײַסיק ווײַל נאָר זיי וואָלטן זיך אַליין דעראַרבט די מיצווה. But naming all women is like naming all men. תּעמוד תּעמוד תּעמוד אָן ענד. אַ לאַנג מגילה פֿון זיִען אין אַ בית-כּנסת פֿון ערן.

shevazucker.com/blog/?p=897