☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אינגערמאן ערענסט צוביסן דורך א הונט

אינגערמאן ערענסט צוביסן דורך א הונט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6410

town1 » מאנטאג מאי 12, 2014 3:53 pm

· #200162
אינגערמאן ערענסט צוביסן דורך א הונט
פאריגע וואך איז געווען באריכטעט אין דער בלאט איבער א היימישע אינגערמאן, א מלמד אין א תלמוד תורה אין וויליאמסבורג, וואס איז ערענסט צוביסן געווארן דורך א הונט.

די מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען דער אינגערמאן איז געגאנגען פארקויפן זיין אלטע קאר ביי א ריפער שאפ אין וויליאמסבורג, אינמיטן פארהאנדלען איז פלוצלינג א הונט אים באפאלן פון אונטער אים און אים געביסן און נישט אויפגעהערט. ארום אים זענען געשטאנען די ארבעטער און גארנישט געטון אים צו העלפן. ענדליך נאך א 15-20 מינוט איז א איד פונקט אדורכגעפארן און זיך אפגעשטעלט און גערופן הצלה, הצלה איז שנעל אנגעקומען און זיי האבן געזאגט אז אויב וואלט מען זיי גערופן אפאר מינוט שפעטער וואלט דער אינגערמאן געווען אינגאנצן אויסגעבלוטיגט ח"ו, הצלה האט גערופן פאליציי און זיי האבן קאנפיסקירט דעם הונט. אין שפיטאל האט דער דאקטאר באשטעטיגט אז דער הונט האט אים געביסן 40 מאל.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 12, 2014 4:38 pm

· #200166
שרייב שוין די גאנצע פשעטל מיט די מאגן ברענען און די טאמ'ס א גג על גג פשעט'ל...

מאטי » מאנטאג מאי 12, 2014 4:53 pm

· #200167
שמעקעדיג, ביסט אלרייט?

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 12, 2014 5:41 pm

· #200174
זעהט אויס דו קויפסט נישט דעם בלאט... איך האב די זעלבע זאך געפרעגט פון דעם בלאט שרייבער... איך האב זיך געראולט!

ישמעאל הכהן » מאנטאג מאי 12, 2014 6:59 pm

· #200186
פערצופאל געליינט ביי איינעם, און רחמנות געהאט אויפ'ן שרייבער מער ווי אויפ'ן געביסענעם אינגערמאן. אזוי נאריש צו מאכן א פשטעל, כדי צו צוקומען צו אן ענדע מאכט מען אזא פאני קשיא פארוואס באשעפער וויל דער מאגן זאל ברענען זונטאג. די קשיא איז אים נישט שווער געווען פאר די מעשה... איר כאפט? אזא קארני ארטיקל וואלט נישט אדורכגעלאזט געווארן דורכ'ן צייטונג אדער איד

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 12, 2014 8:14 pm

· #200197
שמעקעדיג
זעהט אויס דו קויפסט נישט דעם בלאט... איך האב די זעלבע זאך געפרעגט פון דעם בלאט שרייבער... איך האב זיך געראולט!

או.קעי. די מעשה איז א ביסל פאני און נאריש. אבער די עיקר פון די מעשה איז דאך אז א יונגערמאן איז צוביסן געווארן פון א כלב. ואין פוצה פה ומצפצף. די פאליציי וואלטן געדארפט האלטן די ארבייטערס אדער בעלי בתים פון דעים שאפ פאראנטווארטליך (אפילו קרימינאל) זיי האבן געלאזט דעם הונט הפקר. איך האף דער יונגערמאן וועט נעמען א גוטן לאיער און ר'וועט זיי אויסזעקלען כמו שכתוב... 😕 😎 🙄 😈 😈 😈 😈 😈 😈 😈 😈 😲