☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » חסיד'ישער איד ארעסטירט אויף פארראט קלאגעס

חסיד'ישער איד ארעסטירט אויף פארראט קלאגעס

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6409

אפטעמיסט » מאנטאג מאי 12, 2014 3:41 pm

· #200160
חסיד'ישער איד ארעסטירט אויף פארראט קלאגעס
א שאקירענדע באריכט קומט אן פון ישראל, אז א חסיד'ישער איד, א פרימישלאנער חסיד מיט'ן נאמען אלי אריה כהן, איז ארעסטירט געווארן אויף פארראט קלאגעס אין בן גריון לופט-פעלד, ביים פראבירן צו פארלאזן דאס לאנד.

כהן, איז ארעסטירט געווארן אויפ'ן פארלאנג פון די אמעריקאנער פעדעראלע אינסטאנצן נאכ'ן ווערן אנגעקלאגט מיטן פארקויפן טיילן פון מיליטערישע פליגערס, פאר איראן, און נאך פאברעכן פון כשר'ן געלט פון יאר 2000 ביז יאר 2004.

כהן איז שוין אין דער פארגאנגענהייט געזעצן אין אן אמעריקאנער תפיסה אויף ענליכע קלאגעס.

פריער אין טאג ווען ער האט פראבירט ארויסצוגיין פון לאנד, מיט זיין פרוי, איז ער אראפגעהאלטן געווארן דורך מדינת ישראל אגענטן, און געפירט געווארן אין טורמע.

עס ווארט אים אפ צוואנציג יאר טורמע מיט א געלט שטראף ביז איין מיליאן דאללאר אויב זאל ער געפינען ווערן שולדיג אויף די קלאגעס.

אין בני ברק האט מען אויפגענומען די נייעס מיט שאק, און אנגעגעבן אז כהן, פינף און זעכציג-יאר-אלט, איז א באקאנטער איש צדקה און די קלאגעס קעגן אים מוזן זיין פאלש.
article1_bbc6c2434a2a4a54b863f916e2081322.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 12, 2014 8:33 pm

· #200198
[ציטאט אראפגענומען]

יא. זיכער אזוי. דער "משפחה" מאגאזין באטיטלט דעם באוואוסטן קרוק, וועלכער וואוינט אין לעיקוואוד מיטן שיינעם נאמען "הנגיד" ווען זיי האבן באריכטעט די נייעס איבער זיין ארעסט דורך די עף.בי.איי. האבן זיי געשריבן "האף.בי.איי. עצרו את הנגיד..." 😕 😎 🙄 😂 😠 🙄 😛 😳 😞 😢 😮

טיטאניק » מאנטאג מאי 12, 2014 8:50 pm

· #200201
ווען איינער טיילט ציפיל איז עס נישט קיין קשיא
ווייל געלט וואס מען הארעוועט דערויף נישט שווער קען מען גרינג אוועק געבען

כתר מלכות » דינסטאג מאי 13, 2014 10:04 am

· #200260
עס איז בלי שום ספק אמת! דער כהן איז א באטריגער. וויאזוי ווייס איך? פשוט ווייל ער איז א חסידישע איד. איז נאך דא אפילו מקום צו צווייפלען? איבערהויפט אז ער גיבט נאך צדקה אויכעט.
#השנאה מקלקלת השורה

טיטאניק » דינסטאג מאי 13, 2014 7:56 pm

· #200374
כתר מלכות
עס איז בלי שום ספק אמת! דער כהן איז א באטריגער. וויאזוי ווייס איך? פשוט ווייל ער איז א חסידישע איד. איז נאך דא אפילו מקום צו צווייפלען? איבערהויפט אז ער גיבט נאך צדקה אויכעט.
#השנאה מקלקלת השורה

אוודאי אזוי, די עף בי איי און די נאצישע פייער דעפארטמענט (בארא פארק) ארבעטען ציזאמען אויף א מיסיע אינטער צי ברענעגען כלל ישראל איבערהויפט די חסידישע אידען
יאפ ביסט גערעכט
ווייל מיר היימישע חסידישע טשאלענט עסער און מקוה ווייקערס און קניידלעך קייערס קענען פשוט נישט טין קיין עבירות
אין די רגע וואס די באקימסט שיריים פון דער רבי שליט"א ווערט מיסטיש פארברענט יעדע חשש יצר הרע

רחב רחב » מיטוואך מאי 14, 2014 2:13 am

· #200411
אפטעמיסט
כהן, איז ארעסטירט געווארן אויפ'ן פארלאנג פון די אמעריקאנער פעדעראלע אינסטאנצן נאכ'ן ווערן אנגעקלאגט מיטן פארקויפן טיילן פון מיליטערישע פליגערס, פאר איראן, און נאך פאברעכן פון כשר'ן געלט פון יאר 2000 ביז יאר 2004.


ווי אזוי קען מען איהם יעצט קלאגן פאר כשר'ן געלט פון 2000 ביז 2004, עס איז שוין צען יאר צוריק, די סטאטיו אף לימיטעשן'ס איז דאך שוין פאראיבער?