☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » די ליטווישע האבען שוין אויך געטראפע דעם וועג ארויס פון די"ת.

די ליטווישע האבען שוין אויך געטראפע דעם וועג ארויס פון די"ת.

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6401

עפל סיידער » זונטאג מאי 11, 2014 11:29 am

· #199903
די ליטווישע האבען שוין אויך געטראפע דעם וועג ארויס פון די"ת.
לעצטענס קומט פאר אן ערנסטער קאנפליקט אינערהאלב די דגה"ת פירערשאפט איבער געוויסע פאזיציעס, וואס טייל פירער קריגען זיך אויף שטעלעס און געלט, מער פרטים איבער די פרשה ברויך מען ווען הערן פון @היימישער ליטוואק @ליטוואק פון בודאפעסט

די עיקר וואס איז אינטערסאנט נאכצוברענגען איז דער אופן וויאזוי די פארשטייער דרייען זיך ארויס פון גיין צו דין תורה מיטן טענה אז מיר האבען אייגענע גדולים און מיר הערן נאר זייער פסק, אינעם זמן ווען עס איז ברור לכל אז די "אייגענע גדולים" ליגען ביי זיי אין טאש, עס איז לעצטענס געווארען היבש א גאנגבארע וועג ארויס ווען מענטשען וואס זיצען אויף הויכע שטעלעס דרייען זיך ארויס פון יושר און דזשאסטעס מיטן אנשמירען אז מיר האבען די גדו"י און אזוי ארום פארזיכערט מען אז די תובע ווענד זיך לדיני עכו"ם און דערנאך שרייט מען מיט קראקאדייל טרערן ביסט א מרים יד בתורת משה.

דאס פאלגענדע האט איינע פון די פירער אין דגל התורה גענטפערט פאר איינער וואס איז אים תובע לדין.

ח. לא מזמן נפסק בבית דינו של הגר"נ קרליץ שליט"א בתביעה שתבעו אותי מספר משפחות מגוש קטיף כי משלחנו הם גדולי הדור והמוסמכים לשפוט אותנו הם גדולי הדור, כב' ביה"ד העלה מספר נושאים באגב והם אינם רלוונטיים לענייננו ועל כן החליט ביה"ד כי מדובר בתביעת סרק.

ט. לאור האמור, ולאור הוראתו של מרן הגראי"ל שטינמן שליט"א לא נחתום על שטר בוררות וממילא לא יופיע הרב גולדברג או כל איש אחר מטעם דגה"ת לדיון זה.

הצפייה הייתה שבית הדין יבין שמדובר בנושא פוליטי ויבטל את הדיון. אך הדבר לא נעשה. יש שיאמרו, כי כאשר רב העיר מקבל את תקציב לשכתו מגוטרמן, אין מצב שיבטל דיון. מצד שני, הוקפד על-ידי בית הדין כי הדיינים שישתתפו בדיון יהיו כאלו שאינם מחויבים לאיש, ביניהם נציג בית הדין של רבי ניסים קרליץ מבני ברק.