☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » רבי ישראל יצחק רייזמאן, חביד"צ עדה החרדית - ז' אדר

רבי ישראל יצחק רייזמאן, חביד"צ עדה החרדית - ז' אדר

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #640

דולה ומשקה » מיטוואך מאי 16, 2012 7:28 am

· #12544
רבי ישראל יצחק רייזמאן, חביד"צ עדה החרדית - ז' אדר
הגאון הגדול דבי ישראל יצחק רײזמאן זצ׳׳ל איז געבוירען געווארען אין ירושלים עיה"ק בשנת תרמ"ט צו זיין פאטער הגאון החסיד ד׳ נתנאל הלוי מפראגה, וואז איז געוועהן מבאי ביתו פון הגה"ק בעל תורת חסד מלובלין, אויך פלעגט ער משמש זיין דעם בעל חידושי הרי׳׳מ, והגר׳׳א מטשבנוב, ורבי ישעי׳לע פראגר.

רבי ישראל יצחרק רייזמאן האט געלערנט אין ישיבת תודת חיים בעיר העתיקה ביי הגר׳׳י וויינוגראד, דערנאך איז געווארען שטארק דבוק צום 'תורת חסד', און צו רבי אברהם שמחה הורביץ מבארניב, אזוי אויך מיט כ"ק רד״ש בידערמאן מלעלוב. אין תורת הנסתר איז געוועהן א תלמיד פון רבי חיים שאול דויק.

אנהייב שנת תרצ"ה איז ער נתמנה געווארען צו דומ׳׳צ, מיט די השתדלות פון מרן הגאון רבי יוסף צבי דושינסקי זצ״ל, און פון דעמאלס אן ישב על מדין קרוב צו פערציג יאר. אויך פלעגט ער מרביץ תורה זיין בישיבות 'חיי עולם' ו'תורת חייט', ער איז ראויך געוויעהן פון די מייסדים פון ישיבת שפת אמת, ער פלעגט אויך פארלערנען טעגליכע שיעורים אין פארשידינע בתי מדרשים אין ירושלים עיה"ק.

כל ימיו פלעגט ער דאווענען ותיקין, הירבה והפליג בשינון וחזרה, זיין גרויסע ידיעות ובקיאות האט מפלא יעדער איינער וואס האט איהם נאר אמאל אנגעפרעגט אדער סתם אזוי געשמועסט אין לערנען, ש״ס און שו׳׳ע איז געוועזען שגורים אצלו בעל-פה, ועד היום די וואס האבען נאך אריין געכאפט צו נאשען פון איהם רעדן גאר אויסטערלישט פון איהם.

גודד גדד ועומד בפרץ, ווערט גערעכט פון די מייסדים פונעם ביד׳׳צ, ער האט זיך משתתף געוועהן און געוועהן גאר שטארק אריין געמישט און פארקאכט אין יעדע הינזיכט פון דער יהדות החרדית בעיה״ק. אסאך יארען האט ער משמש געוועהן כגבאי צדקה פאר ארימע תלמידי חכמים, א מצוה וואס ער האט נאך אנגעהויבען גאר יונג עפ"י ציווי פון זיין טאטע. יעדע ערב שבת קודש פלעגט ער זיך בטירחה יתירה ארום גיין די הייזער פאר געלט און שאר צרכי שבת אין דאס פארטיילען פאר די עניים.

בזיווג ראשון האט ער חתונה געהאט מיט בת רמ״מ ביבעװאלד מקורו צאנז, וואס פון איהר האט ער געהאט איין בת יחידה וואס איז ליידער נפטר געווארען בחייו.

בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הג״ר שלום ליב אייזנבאך מפעסט, בעל באר יצחק על קדשים, חתן הג"ר אברהם אבלי הראב׳׳ד הראשון לעדת אשכנזים בירושלים. פון וועמען ער האט געהאט א בת יחידה אשת כ"ק הגה׳׳צ רבי שלום סאפרין אדמו"ר מקומרנא זצ״ל.

נפטר ביום ז׳ אדר תשכ׳׳ט, אין זיין צוואה זאגט ער אן מ'זאל איהם נישט מספיד זיין, אין מ'זאל נישט שרייבען אויף זיין מציבה קיים שום תואר פון כבוד, אזוי אויך זאגט ער אן מ'זאל איהם מקבר זיין אויף הר הזיתים סמוך לקברו פון רבו בעל תורת חסד, און מ'זאל לייגען זיין מיטה פארן באערדיקען אויף דער קבר פון זיין רבי, וכך עשהו, ושם מנו"כ.

פערציג יאר שפעטער מפטירתו מטעמים בלתי ידועים איז נאך קיינער נישט גענומען דער מיה און דער טירחה מלקט צו זיין זיינע חידו"ת און שרייבען א 'תולדות' פון איבער דעם אדם גדול בענקים.

דולה ומשקה » מיטוואך מאי 16, 2012 7:38 am

· #12545
הסכמה געדריקט אין ספר 'סידור הגאונים והמקובלים' פון רבי משה יאיר וויינשטאק זצ"ל

תמצית מדברי הגאון הצדיק המפורסם רבי ישראל יצחק הלוי רייזמאן זצ״ל,
ששימש דיין ומו״צ בעדה החרדית בעיה״ק ירושלים ת״ו עשרות שנים.
והסכמתיעל ספר יוצר אור פירוש על ספר יצירה.

מה מאד תשמח נפשי לקראת הופעת חיבורו המופלא של רב ידידי ומחמדי
הגה״צ המקובל המפורסם בנש״ק רבי משה יאיר ווינשטאק שליט״א...

הספר מרחיב את אופק השכל בסגנון עדין וקליל, ובהסברות קולעות מחדירים לאט לאט המושגים הקשים לנפש המשכלת. . . הבה ונחזיק טובה להמחבר הנ״ל שכבר איתמחי גברא בספריו הקודמים שיצאו להם מוניטין בתוך שוחרי תורה. ובמטותא מינייכו לבוא לעזרתו שיוכל להשלים מפעלו הקדוש להוציא לאור הספרים המיוחדים -כדי להרבות האמונה בהשי״ת... וזכותא דאבדהם רחימא תגן על כל המסייעים להפיץ דבריו הקדושים בעולם, ולהוושע ברוב טוב וברכות עדי עד ונזכה לביאת משיח צדקנו בבי״א.

ישראל יצחק הלוי רייזמאן

דולה ומשקה » מיטוואך מאי 16, 2012 7:40 am

· #12546
כתב יד וחתימה,
איינער ווערט געבעטן דאס געהעריג ארויף שטעלן

<a class="postlink" href="http://kedem-auctions.com/Items/%D7%AA%D7%A2%D7%95%D7%93%D7%94-%D7%9E%D7%A8-%D7%99%D7%A9%D7%A8%D7%90%D7%9C-%D7%99%D7%A6%D7%97%D7%A7-%D7%94%D7%9C%D7%95%D7%99-%D7%A8%D7%99%D7%99%D7%96%D7%9E%D7%90%D7%9F#">http://kedem-auctions.com/Items/%D7%AA% ... %90%D7%9F#</a>

לאדיך אפ » מיטוואך מאי 16, 2012 8:50 am

· #12554
ארויפגעלייגט.
📎 Reisman.jpg

דולה ומשקה » זונטאג מאי 20, 2012 1:49 pm

· #13538
צאצאיו
רבי ישראל יצחק רייזמאן זצ"ל האט געהאט איין בת יחידה הרבנית גאלדע לאה אשת חבר כ"ק רבי שלום סאפרין מקאמארנא ירושלים זצ"ל

ואלו בניו ובנותיו:
א) רבי נתנאל מקאמארנא ארזי הבירה - זוגתו צפורה ב"ר יהודה אריה דייטש
1) מתתיהו
2) יהודה אריה
3) אברהם מרדכי
4) דוד אלכסנדער
5) חיים יעקב
6) נחמה אשת רבי יהושע אשכנזי
7) אסתר הענדל אשת רבי אליעזר יצחק דאנציגער
8) חוה סימא אשת רבי חיים יעקב פרענקל
9) יוכבד הינדא אשת רבי שמעון אהרן גאלדמאן
10) רויזא אשת רבי מיכאל אליהו אהרנסון
11) חנה אשת ?
12) חיה אשת רבי שאול ידידי' טויב
13) מרים יהודית ברכה

ב) רבי אברהם מרדכי מקאמארנא ירושלים - זוגתו גולדא שיינדל בת ר' נתן צבי בלום
1) ישראל יצחק
2) רות אשת רבי יעקב אלחנן בהרי"ר
3) צפורה אשת רבי שלום חיים פריעדלאנדער
4) איטע רחל אשת רבי רועי ראפפורט
5) אלכסנדר חיים
6) יעקב משה
7) אליעזר ברוך

ג) רבי אליעזר צבי מקאמארנא - זוגתו צפורה בת רבי שמואל עוזר קאפ
1) יעקב אשר
2) ישראל יצחק
3) שמעון נתן נטע
4) אלימלך
5) נתנאל
6) דוד
7) משה מרדכי

ד) חוה סימא אשת רבי ישכר שטאקהיימער מקאמארנא שועפט
1) ישראל יצחק
2) חיים מאיר
3) צבי
4) מרדכי
5) אלכסנדער
6) פריידא רחל אשת רבי יהודה לייב אשלג
7) אסתר נחמה אשת רבי חיים אלעזר אלתר
8) שרה אשת ?

פון חידו"ת ותולדות אבער רבי שלום מקאמארנא זצ"ל חתן רבי ישראל יצחק רייזמאן זצ"ל ערשיינט א גליון מדאי שבוע, אזוי אויך מבנו רבי נתננאל מקאמארנא ערשיינט אויך א גליון, ביידע זענען צובאקומען אויף 'לדעת'.