געריכט באשטעטיג נייע חינוך געזעץ אין אנטווערפען
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6382
געריכט באשטעטיג נייע חינוך געזעץ אין אנטווערפען
די העכסטע געריכט האט היינט ארויסגעגעבן זייער אורטייל ווי זיי טוען קאטאגאריש אפווארפן די טענות פון טייל חרדישע מוסדות און באשטעטיגן די נייע רעגולאציעס אז חרדישע קינדער מוזן נאכקומען די זעלבע לערן פראגראם ווי די אלגעמיינע שולעס, די אורטייל איז 64 זייטן.
עס איז א היסטארישע פרעצעדענט און עס בלייבט איבער צו זעהן וויאזוי די חרדישע אידן וועלן זיך פארמעסטן מיט די נייע געזעץ [אדער גזירה אויב איר ווילט שטארק] צו זיי וועלן עפענען א קאמפ אדער גיין מיט שכל אונטערן טיש.
אינטרעסאנט אז נעכטן נאכט איז פארגעקומען א גרויסע מגבית ביי די אנטווערפענע רב אינדערהיים צו איינקאסירן געלט פאר די מערכה ווייזט אויס אז די עסקנים האבן שוין געוויסט אז היינט קומט א פסק.
ווארט נאר אויף שלום וברכה/מיילעך זאל קומען מיט זיינע אינערליכע אינפארמאציע
מיינסט צו זאגען מיט זיין אינערליכע מסירה.
ברעיקינג - גזירת החינוך באשטעטיגט - מ.א. פרידמן פייערט זיג
פארשטייט זיך אז אנטווערפען קאכט און מען קען אפילו זאגען אז ס'ברענט זייער, איך וועל בלי נדר ארויפלייגען אינטערעסאנטע אינפארמאציע איבער דעים עניין און ארום און ארום. עס אנטוויקעלען זיך יעצט זאכען מיט א גרויסע שנעלקייט מען דארף זיין געשפאנט.
בכל אופן, דא פאלגענד די ארטיקעל יעצט ערשינען אין בחדרי חרדים:
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=68034">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=68034</a>
"כל בתי הספר יחויבו ללמוד מתמטיקה ושפות"
העיר אנטוורפן נבוכה: בית המשפט העליון בבריסל הכריע כל בתי הספר ילמדו מקצועות • תלמיד שלא יעמוד במבחנים - יחוייב לעבור בית ספר • הקהילה היהודית מאשימה את משה אריה פרידמן • אך פרידמן מרוצה: "אין ספק שזהו צעד יוצא דופן ותקדימי" • "זהו פסק סופי שלא ניתן לערער עליו" • אמש כונסה אסיפה דחופה בבית המרא דאתרא
בצעד חסר תקדים פרסם היום בצהרים שופט בית המשפט העליון בבריסל, גרונד ווטרלי הוף, כי כל בתי הספר הפרטיים – בתי הספר החרדיים, מחוייבים בלימוד ליב"ה.
כמו כן סירב בית המשפט לדרישה לבטל את מינוי של משה אריה פרידמן כמייצג של הציבור החרדי הכללי וקבע כי משה אריה פרידמן ימשיך בתפקידו.
משה אריה פרידמן שנמצא בריסל, אמר לבחדרי חרדים כי הצעד שבו נקט בית המשפט היה יוצא דופן ותקדימי. "בדרך כלל השופט מזמין את שני הצדדים, להשמעת פסק הדין, והשופט עצמו מסביר את הסיבות שהביאו אותו לפסוק כפי שפסק.
"במקרה הזה החליט השופט באופן תקדימי שלא לזמן את הצדדים בגלל מה שהיה בשימוע האחרון שנערך לפני מספר שבועות, שבו הגיעו עשרות תושבים מאנטוורפן לבית המשפט כדי להפגין נוכחות ולהפעיל לחץ על השופט", אומר פרידמן.
בתום הדיון לפני שבועיים אמר השופט כי בעוד זמן מה יפרסם את החלטתו אך לא יערוך דיון. "איש לא ידע שהיום יפרסם בית המשפט את פסק הדין", אומר פרידמן, "לי הודיעו בבקר, כל יתר הצדדים קבלו את פסק הדין במייל".
"פסק הדין נחרץ ביותר וקובע כי לא ניתן יהיה לערער על הענין", מוסיף פרידמן.
השופט אישר את החלטת שר החינוך שלא לאכוף בסוף שנת לימודים של השנה, את החוק, בשל טענת מנהלי המוסדות כי אין מספיק זמן להכין את הילדים למבחני הליב"ה, אבל בשנת הלימודים הקרובה יאלצו המוסדות באנטוורפן להכניס את לימודי הליב"ה.
באנטוורפן עדין לומדים את הפסיקה ואת משמעותה לגבי מערכת החינוך. אחד מוותיקי התושבים באנטוורפן אמר לנו: "הפסיקה היום היא תוצאה ישירה של המאבק שניהלו ראשי המוסדות החרדיים נגד פרידמן, מעורבותו של פרידמן במשפט היא שהכריע את הכף, השופט בעצמו אמר בדיון הקודם כי פרידמן ופרשיית סירוב המוסדות להכניס את ילדיו לבית הספר, הופכים את פרידמן לנציג אמיתי בפני בית המשפט.
חשוב לציין כי ילדיו של פרידמן לומדים בבית ספר חרדי שמלמד לימודי ליבה, והשופטים לקחו את ילדיו של פרידמן כדוגמה לעובדה שאין כל סתירה דתית בלימוד לימודי ליבה.
באנטוורפן עצמה התכנסו אמש (ד') רבני העיר בבית המרא דאתרא הגאון רבי אהרן שיף גאב"ד אנטוורפן לישיבה תחת הכותרת: "למען עתיד ילדינו בעירנו" באסיפה הוחלט על גיוס כספים והוצאות המשפט הגדולות על פי הדיווחים גוייסו באסיפה מאתיים אלף אירו.
סתם א שאלה שלא מן הענין,
מיט וועם פייערט מא"פ זיין אזוי געריפענע 'זיג'?
חוץ מיט זיין ווייב און קינדער האט ער דען אויסגעטוישט א ווארט מיט א איד די לעצטע חדשים??
מא''פ א מסור א רשע א מנוול א ממזר.... וואס ווער עס קען זאל איהם הרגענען ווי דער דין איז
שוין יארן אזא מסור נישט געוועהן
איך זיך נאך אין מיין לעקגיסון דער פאסיגע קללה צו זאגן אויף איהם ווער עס קען ווערט געבעטן צו העלפן צו שעלטן איהם
א שוואכע לעקגיסון האסטו, מער ווייניגער נאר אזאנע ווערטער ווי הרגנ'ן, מנוול, מסור און אזוי ווייטער, משה אריה פרידמאן איז א געמיינע יונג און א פראוואקאטער, אבער מעגסט אויסוואקסן די נידריגע שפראך
אקעי נא פראבלעם..
מיין הארץ עס וויינט און פילט מיט מיט צער הרבים, אבער איך וויל פארשטיין מה כל הרעש? ס"ה גייט מען יעצט דארפן לערנען מיט קינדער אביסל מער שפראכן מיט מאטעמאטיקס, אביסל מער עניני העולם, נו ווער האלט דען אז עס איז נישט וויכטיג? הלוואי ווען מ'טוט עס דאהי מיט אלע מוסדות (וואס לדעתי גייט עס נאך קומען).
משה אריה פרידמאן איז טאקע אן אומזיניגער, גערירטער חסר דעה, וואס איז איין טאג אין איראן, א צווייטער טאג אין שומרון און אויפ'ן מינוט אין אנטווערפען, אבער ווי אנדערע האבן שוין געשריבן פארשטיי איך באמת נישט מה כל הרעש. ער איז טאקע נישט דער וואס זאל האבן א ווארט אין די אידישע אנגעלעגנהייטן, אבער וואס האט שוין פאסירט? אביסעלע מאטאמאטיקס און שפראך? ביטע. דאס מיינט דער פסוק מגלגלין זכות ע"י חייב.
די עיקר פראבלעם איז נישט די חדרים נאר די ישיבות קטנות וואס וועלן דארפן לערנען 5-6 שעה א טאג לימודי חול, און פרידמאן האט נישט קיין שום שייכות צו די גאנצע עניין ער מאכט זיך סתם וויכטיג, ער איז געווען סתם א פינפטע ראד אין געריכט זאל.
ביבערמיין הארץ עס וויינט און פילט מיט מיט צער הרבים, אבער איך וויל פארשטיין מה כל הרעש? ס"ה גייט מען יעצט דארפן לערנען מיט קינדער אביסל מער שפראכן מיט מאטעמאטיקס, אביסל מער עניני העולם,
נו ווער האלט דען אז עס איז נישט וויכטיג?
הלוואי ווען מ'טוט עס דאהי מיט אלע מוסדות (וואס לדעתי גייט עס נאך קומען).
איך
אוודאי נישט, קענסט נאך ח"ו ווערן א בר נש.
@איש עברי 5-6 שעה איז לכאורה אביסל איבערגעטריבן, דער גוישער אקטיווער שול יאר איז נישט מער ווי זעקס חדשים א יאר (אראפגענומען וויקענדס און וועקעישען) א נארמאלע טאג איז 7 שעה, דער ישיבה קטנה בחור האט 10 חדשים און 16 שעה א טאג, מיט 2 שעה לימודי חול א טאג איז עס רואיג געמאכט, און די חשבון איז פשוט לימודי קודש + לימודי חול = תורה וגדולה במקום אחד.
מיין עיקר זארג איז אז די פרומע וועלן יעצט שובר זיין את הכלים, עס פעהלט נאר אויס אז עפעס א אלטע האלב-טויבע-שטומע גדול זאל זאגן זיין חוות דעת אז סאיז ביהרוג ואל יעבור און ס'וועט אויסברעכן א סומאטוכע אז די בעלגישע וועלן שוין וועלן גיין וואוינען אין בית שמש
לדעתי איז עס אן זעלטענער געלעגנהייט פאר היימישע מוסדות, שוין יארן וואס מזעהט די בראך פאר די אויגן ווי אינגעלייט רייסן זיך די האר פון קאפ פאר א שטיקל ברויט אבער מוועט ח"ו נישט געבן קיין געלעגנהייט פאר די קינדער צו זיין א מענטש וועגן עפעס א טיילונג אין אונגארן מיט 150 יאר צוריק, יעצט איז דאך דא א תירוץ שעת חירום דארף מען עס כאפן מיט ביידע הענט.!
@איש עברי אינטערסאנט אז די האסט מכוון געווען צו דעם וואס די רבנים האבען שוין געזאגט ברבים אין די לעצטערע וואכען
איך זעה די האסט עפעס אן אינטער'ן טיש פלאן, אפשר לייגסטו עס ארויף דא אויפען טיש, וואטש נאר אז די קאוועס זאלען זיך נישט איסגיסען.
לית דין בר נשביבערמיין הארץ עס וויינט און פילט מיט מיט צער הרבים, אבער איך וויל פארשטיין מה כל הרעש? ס"ה גייט מען יעצט דארפן לערנען מיט קינדער אביסל מער שפראכן מיט מאטעמאטיקס, אביסל מער עניני העולם,
נו ווער האלט דען אז עס איז נישט וויכטיג?
הלוואי ווען מ'טוט עס דאהי מיט אלע מוסדות (וואס לדעתי גייט עס נאך קומען).
איך
שמך נאה לך ואתה נאה לשמך
איך מיין איך מוף שוין קיין אנטווערפן.
על המחיהחוץ מיט זיין ווייב און קינדער האט ער דען אויסגעטוישט א ווארט מיט א איד די לעצטע חדשים??
מיט וועם זאל ער רעדן? מיט די אלפאבעטניקעס וואס האבן גארנישט געלערנט אין זייער יוגנט? וואס האבן זיי צו פארקויפן? שמועסן פאליטיק ביי די קאווע?
משה אריה פרידמאן איז מיין היראו. ירבו כמותו בישראל. און טאקע וועגן דעם, ווייל ער האט גארנישט פון דעם, ווי איש עברי טענה'ט, און דאך איז עס אים געגאנגען אזוי אין לעבן. טאקע דערפאר בין איך אים אזוי מחשיב.
איש ,אוודאי איז דער מא''פ(א) א פארשטינקענע פיפטער ראד אבער דאס מאכט עם נישט ווייניגער א מסור און מנוול ווייל ער האט גע'מסרט רעכטס און לינקס די מוסדות ווי און וואס ער האט נאר געקענט.
מיילעך ,דארפסט נישט יעדעס מאל עקסטער ברענגען די 'בפירושע בחדרי' יעדער מיט א טראפקעלע שכל באמערקט גלייך אז די אלע באריכטן שרייבט דער מא''פ(א) אליינס (מיט אלע זיינע נייע ניקס מנחם שטיין ,נחום טובל ,תנחום וכו).
טאמבי ,איך ווייס נישט צו דו ביסט סארקאסטיש צו וואס אבער איך וואונטש דיך זאלסט איינמאל האבען צוטוהן מיט דיין 'היראו' און דאן עמער הערן וואס פארא שבחים דו האסט צו זינגן אויף עם.
איש עברי - קענסט ווייטער שרייבען כרצונך, אפילו ס'איז לכאורה היפך המציאות.
איך האב געהערט פון אסאך מענטשען וואס זענען געווען ביים 'קאסטיטושינעל קארט' און זיי האבען מיר אללע געזאגט אז בשעת די געריכט האט בשום אופן נישט צוגעלאזט קיין איינעם פון די רבנים אדער פון די מוסדות צום ווארט האבען זיי נאר אים צוגעלאזט און אפילו מיט גרויס כבוד.
אויך האב איך היינט געליינט דעים פסק פון די 12 ריכטער און זיי שרייבען קלאר אז זיי זענען אים מקבל אלס צד אינ'ם תיק און אז ער איז די עיקר חלק המכריע וואס האט מכריע געווען זייער פסק, און נעמען אן זיינע טענות, און אויך זיינע אללע דאקומענטען און באווייזען זענען געווארען א חלק בלתי נפרד פון די קעיס.
קען זיין אז די אללע מענטשן האבען נישט גוט געזען אדער נישט געהערט?
האב איך אפשר נישט גוט געליינט דעים פסק? געראדע האב איך גוט שטודירט און יא געלערנט ליב"ה און איך מיין אז איך קען א גוטע פלעמיש.
עס איז אויך שוין באקאנט אין די גאנצע וועלט די אנטוויקלונגען און די ראלע אדער ווי מאנכע רופען עס די 'הויפטראלע' פון משה אריה פרידמאן אין דעי פיילס פון אנהייב אן. איז די גאנצע וועלט זיך טועה? איז טאקע די גאנצע וועלט משוגע, און זיך סתם אנגעטשעפעט און פארדרייט די פאקטען?
טאמבל, ווען די וואלסט זיך געפינען אין מיין געגענווארט, וואלט איך דיר אראפגעלאזט אזא קלינגעדיגע פראסק אז דיינע אויגען וואלטן וואלטן דיר ארויסגעפלויגן פין די לעכער. אמין גערעדאכטס! די האסט א ברעקל השגה וואספארא רשעות דער עוכר ישראל האט שוין אפגעטוהן מיט אחינו בני ישראל? גיי פרעג דיר נאך אין די גאסן פין וויען ווי ער האט געואוינט אפאר יאהר צוריק, וואספארא פעקל צרות ער האו אויסגעטיילט אין שטאט פאר ווער עס איז איהם געשטאנען אין וועג. אויב האט זיך איינער פארטשעפעט מיט זיינס א קינד, גאט באהיט וואס דאס האט געברענגט, מסירות מיט בלבולים איז קליין געלט ביי איהם. סיז פרייטיג ערב שבת קודש, סענישט מעגליך אראפצילייגן די יסורים וואס יודישע קינדער זענען אדארעך מיט איהם, איך וועל קיינמאהל נישט ענדיגן, אפשר אין אן אנרע געלעגענהייט, אזויפיהל קען איך דיר יא זאגן רעגארדלעס צי די ליב״ה לימודים איז א גוטע זאך אדער נישט, דער אותו האיש איז א שורש פורה ראש ולענה, מען וואלט איהם געדארפט די הויט אפשינדען אין ווארפן צו די הינט , ער איז נישט ראוי צי קומען לקבר ישראל.
קריינא דאיגרתא איהו להוי פרונקא.
סמבטיון, די אנפאנג וואס דו שרייבסט גלייב איך דיך געראדע, אז ביים עולם איז שפיכות דמים און רציחה און געוואלט א דבר שבשיגרה און ס׳איז מעשים בכל יום... והדברים ידועים...
בכל אופן, ברענגסט אפילו נישט קיין איין איינציגע קאנקרעטע פאקט, די איינציגסטע קאנקרעטע זאך וואס דו זאגסט איז אז ס׳איז ערב שבת און די האסט נישט קיין צייט (אפשר האסטו היינט זונטיג מעהר צייט?...).
סך הכל זאגט טעמבל סאס דאס וואס א גרויס ציבור אין כלל ישראל זאגט, וואס זענען אים שטארק דאנקבאר אז ער האט דורך געבראכען זאכען וואס אנדערע זענען געווען איםבאהאלפען און האבען אפילו נישט גע׳חלומ׳ט אז מען קען דאס בכלל אנהייבען.
ס׳וואלט כדאי געווען זאלסט מפייס זיין טעמבל סאס, פארוואס האסטו זיך אנגעטשעפיט אין אים על לא דבר?
דיין גאנצע אויפפירונג איז ליידער אינגאנצען נישט אין ארדענונג, און עס איז נישט קיין שום חידוש נאכדעים וואס עטס האטס ניטאמאל געלערנט ליבה בנוסף צו דעם שלעכטען חינוך וואס עטס האטס באקומען.....
ליידער...
דא האט איר אן ארטיקעל וואס איך האב יעצט געטראפען אין בחדרי:
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=67434">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=67434</a>
אנטוורפן בבית המשפט: נעזוב את המדינה
דיון מכריע בבית המשפט לחוקה בבריסל על לימודי ליב"ה • הגאב"ד הגר"א שיף הגיע לדיון וגרם לתקרית מביכה • צפו
מנהיגי הקהילה החרדית באנטוורפן, הופיעו אמש בבית המשפט לחוקה בבריסל לדיון מכריע בנושא לימודי ליב"ה. לראשונה הגיע לדיון גם גאב"ד מחזיקי הדת הרה"ג אהרון שיף.
אתמול (רביעי) אחרי הצהריים, נערך דיון מסכם ומכריע בבית המשפט לחוקה בבריסל אודות החוק המחייב לימודי ליב"ה בבתי הספר החרדים באנטוורפן.
"אולם בית המשפט מעולם לא ראה נוף אנושי כזה", מספר אחד הנוכחים, "האולם היה דחוס ומלא ברבני ודייני חסידויות בעלזא, סאטמר, ויז'ניץ, פשווארסק, ובראשם הרב שיף".
הגאב"ד שהגיע באיחור נכנס לאולם כשהוא חבוש בכובעו, בניגוד לנוהל המקומי המחייב הסרת כובעים בעת נוכחות באירועים רשמיים. המשתתפים אכן נכנסו אל אולם הדיונים כשהם מותירים כובעיהם מחוץ לאולם. אך הגאב"ד שהגיע באיחור בגלל לוויה שבה השתתף נכנס חבוש בכובעו וסירב להסירו למרות פניות סדרני אולם בית המשפט.
המתח באלם היה גדול כאשר איש מהנוכחים לא ידע מי יורשה לשאת דברים לקראת הכרעת הדין.
בסופו של דבר ניתנה רשות הדיבור לארבעת עורכי הדין המייצגים את מוסדות הקהילה באנטוורפן, שטענו כי החוק המחייב לימודי ליב"ה, פוגע בחופש הדת
אחד מעורכי הדין הקדיש את נאום הסיכום שלו לדרישת הקהילה לבטל את קבלתו של משה אריה פרידמן, התומך בחוק, כמשיב בעתירה.
בתגובה הזמין השופט את פרידמן לשאת את דברים והוא אמר: "יש לנו אינטרס בפסק הדין של התיק הזה. יש לי שמונה ילדים, מתוכם ששה שכעת בגיל בית הספר הלומדים בבית ספר באנטוורפן.
פרידמן זעזע את הנוכחים מהקהילה החרדית כאשר אמר: "אנו תומכים נלהבים בחינוך עולמי לילדים, גם לילדים שלנו, על מנת לתת להם את מרבית הסיכויים והאפשרויות להתפתח ברמה המקצועית וברמה האישית בתוך החברה שלנו.
"אין סתירה בין חופש הדת ובין הזכות לכל ילד לקבל ולהנות מחינוך מתאים. יש מספיק בתי ספר שמהווים דוגמה למופת של השילוב של לקיים את חוק החינוך חובה, ללמד לימודי ליב״ה הנדרשים ממשרד החינוך הפלמי ונתינת חינוך דתי לילדים.
"הקהילה החרדית באנטוורפן חלוקה בדעותיה בעניי וחלקה כן תומך בלימודי הליב"ה ורק הציבור החסידי מתנגד".
בדיון גייסו עורכי הדין את כת 'לב טהור' בקנדה', טענו כי למעשה הללו עזבו את קוויבק בגלל כפיית לימודי הליב"ה. "זה מה שתעשה הקהילה החסידית באנטוורפן", התריעו, "ננטוש את המדינה אם יכופו את לימודי ליב"ה".
לפי חוק חינוך החובה הפלמי על ילדי בתי הספר החרדים להיבחן בסוף שנת הלימודים על לימודי בסיס, ומי שלא יעמוד במבחנים ישובץ לבית ספר ממלכתי, ילדים שלא יגיעו לבתי הספר הממלכתיים יוצאו מחזקת הוריהם ויועברו למשפחות אומנה.
המאבק נגד החוק מתנהל זה מספר חודשים, והגיע לישורת האחרונה בבית המשפט לחוקה, אשר יכריע בסוגיה בעוד מספר שבועות.
איך ווייס נישט וועלכע חלק פין כלל ישראל איז איהם דאנקבאר, איך ווייס נישט ווי די דרייסט זיך, אבער ווי איך דריי זיך הערשט א געפערליכע שנאה צי דעם עוכר ישראל, סע נישט קיין דעת עצמי.
ווילסט הערן מעשיות? גיי פרעג דיר נאך, סע דא געניג אין נאך, אבער אויב די זיכסט אן אדרעססע, וואלט איך דיר מציע געוועהן אנציהייבן דיין שפאציר אין וויענע חדר , כאפ זיך אריבער אהין אין פרעג פין די מלמדים דארטן ווער איז נישט אויסגעשטאנען קיין צרות צרורות פין דעם פינסטערען עלימענט, אויב די הערסט עס פין איינעם פליז לאמיר וויסען.
איך האב גארנישט פרעזענליך קעגן טאמבל, איך גלייך זייער זיינע מאמרים, אבער אזוי צי רעדען איז נישט אויסגעהאלטן.
סמבטיון,
הוצאות שם רע און דברים כהווייתן איבער משה אריה פרידמן וויען עסטרייך!
איך וועל מקדים זיין אז די הוצאות שם רע אין דעם נוסח וואס דו ברענגסט פון די מלמדים א.ד.ג. איז נישט קיין נייע זאך און האט שוין אפגעקאסט פאר אנטווערפען דמים תרתי משמע מיט אסאך צרות און מיט גאר אסאך בזיונות נאכדעים וואס מען האט אנגערופען קיין אמעריקע און מברר געווען אז נישט נאר אז עס איז קיינמאל נישט געווען די מינדעסטע פראבלעים צווישען די מוסדות און דעם טאטען, נאר די מוסדות האבען עס געהאלטען פאר וויכטיג צו באשטעטיגען אז ס'איז אללעס געגאנגען מיטען טאטען על דרך המלך. און זיי האבען מתקן געווען אז הלוואי וואלט אזוי געגאנגען מיט אנדערע עלטערן.
ווי געזאגט האט דאס אפגעקאסט פאר אנטווערפענע מנהלי המוסדות און עסקנים גרויסע בזיונות ווען זיי האבען דאס געדארפט באשטעטיגען און זיך ענטשולדיגען און דאס האט אויך די פרעזידענט פון די בית יעקב מוסדות באשטעטיגט אין אן אינטערוויו מיט א יידישע צייטונג.
איך האב הנאה אז דו ברענגסט אויף וועגען די חדר אין די שטאט וויען, איך האב געראדע א שוואגער אין וויען וואס איז זעהר באקאנט און בתוך העניינים וועגען משה אריה פריעדמאן אין וויען, איך האב אים פריער אנגערופען און דא געב איך אייך דעם באריכט דברים כהווייתן:
מיין שוואגער זאגט מיר אז כל זמן זיינע קינדער זענען געווען אין די מוסדות איז געווען פון זיי גרויס נחת אין אללע הינזיכטען, און מיטען טאטען איז נישט געווען די מינדעסטע פראבלעים, איך האב געבעטען מיין שוואגער אז איך וויל זייער קענען רעדען דירעקט מיט די מלמדים, איך האב באקומען א רשימה מיט די פריוואטע פרטים פון אללע מלמדים אויף זיך צו קענען דירעקט מתקשר זיין מיט זיי, און ס'רעדט זיך פון אללע מלמדים פון זיין זון וואס רופט זיך אויפ'ן יידישען נאמען יחזקאל. צום סוף האט מיך מיין שוואגער ארויפגעלייגט אויף א קאנפערענטץ קאלל מיט איינער פון די מלמדים (און ווי איך האב מברר געווען רעדט זיך עס באמת פון א חשוב'ן יוד). ער האט קודם גערומט זיין זון יחזקאל עד לב השמיים, און האט צוגעגעבן אז ער איז געווען בקשרי ידידות מיט'ן פאטער, און צו מיין פראגע צו ס'איז אמאל דאך געוועאן א פראבלעים מיט'ן טאטען איז זיין ענטפער געווען "חס ושלום, קיינמאל, און אז דאס וועלען מיר אויך אללע אנדערע מלמדים באשטעטיגען"
איך האב געבעטען מיין שוואגער זיך מתקשר זיין מיט לכל הפחות נאך איין מלמד, וואס איז אבער נישט געווען אין שטוב אבער א בני בית וואס געדענקט גוט האט באשטעטיגט דעם אינהאלט פונ'ם ערשטען מלמד.
פאלגענד איז די רשימה פון די מלמדים:
- הרב פנחס ווייסבערגער חסיד צאנז-קלויזענבורג
- הרב דוד יהודה הירש, תלמיד פון הגאון ר' שמואל הלוי וואזנער אב"ד זכרון מאיר ב"ב
- הרב פאללאק חסיד בעלז
- הרב חיים צבי אייזענבאך, איש ירושלים ומלמד תשב"ר כעת אין לאס אנדזעלעס
- הרב משה אהרן פאגעל, חסיד סאטמאר מלפנים מלמד תשב"ר בתלמוד תורה רמ"א אין בית שמש
- הרב אברהם הובנער, בן תורה ליטאי מגרמניה
- הרב הערשקאוויץ, חסיד מאכנובקא וחתן אצל מש' רייכמאן אנטווערפען
דאס אללעס האב איך ענדגילטיג מברר געווען, אז דאס איז די אמת לאמיתו. איך בין גרייט אז טאמער איינער פון די מלמדים באשטעטיגט אייך אנדערש באקומט איר פון מיר 5 אלפים יירא מזומנים.
אז דו ווילסט האבען די פריוואטע פרטים זיך מיט זיי צו מתקשר זיין, קענסט זיך קאנטאקטירען מיט מיר אין אישי, איך וועל עס דיך געבען בתשואת חן.
מיילעך וואס דרייסטו א קאשע? און וועם מיינסטו אז דו פאפסט??
די שמועס וואס איך האב פערזענליך געהאט מיט ר' נחום קליין דער מנהל פון די מיידל סקול האב איך געשריבן אויבן תקחנו משם.
מה כל הרעש? מען וועט לערנען אביסעל מער לימודי חול וואס קען שוין געשעהן, פון די גאנצע רעש וואס מען מאכט קוקט אויס ווי מען וועט שמד,ן יעדעם
צו איך אויך
טענו בחיטין והודו לו בשעורים
דו רעד'סט פאר פייער און פאר וואסער
די מדובר איז געווען יעצט נאר פון וויען און פון די מלמדים פון וויען און נישט פון ניו יארק, און פארשטייט זיך אז דו ווילסט זיך פון דעים ארויסדרייען
און ווער פארדרייט יעצט דא די קאשע?
איך ווייס נישט וואס עס מאכט דיך מיינען אז די לעזער פון קאווע שטיבעל זענען דיינע נעראנים און דיינע בהמות
קיינער קען זיך נישט אזויפיל שלעכטס טון ווי א מענטש פאר זיך אליין, און דאס איז געזאגט געווארען און זייער פאסיג פאר די פארשוין וואס באהאלט זיך אינטער דעם ניק 'איך אויך'
סמבטיוןטאמבל, ווען די וואלסט זיך געפינען אין מיין געגענווארט, וואלט איך דיר אראפגעלאזט אזא קלינגעדיגע פראסק אז דיינע אויגען וואלטן וואלטן דיר ארויסגעפלויגן פין די לעכער. אמין גערעדאכטס!
@טאמבל סאס, כ׳האב פאר דיר אן עצה טובה, אויב דו דארפסט זיך וויכטיג געפונען אין די געגנווארט פון
@סמבטיון, שבכל יום רץ ונמהר, טוה עס אין שבת ווייל דעמאלס איז ער רוהיג.
וויפיל ניקס האט דער פריעדמאן דא און קאווע שטיבעל
@מיילעך @טאמבל סאס@פארוואסצדיק'ל שוין ווידער מיט דיינע סטראשוניקעס. ווען וועסטו דיך שוין אויסלערנן אז קיינער גיבט נישט קיין אויסגעבלאזענע נפיחה פאר דיר און נישט קיין נפק''מ וויפיל ניקס דו וועסט דיר עפענען און וויפיל גאבעלעס סטייל שקרים דו וועסט באקן ווייסט יעדער פונקליך וואס טוהט זיך.
אפשר קען איך נישט קיין יודיש צו וואס אבער ווען ווען חז''ל האבען געזאגט 'כל הפוסל במומו פוסל' האבען זיי גוט געוויסט וואס זיי רעדן, דו מיט דער אנדערע מנוול ארז ענפערן קיינמאל נישט צום דבר און וועלן אייביג פראבירן צו פארדרייען דעם שמועס.
עס איז זייער אבוויעס למי החותמת ולמי הפתולים ,סמבטיון האט געלארמעט (ובצדק) היתכן מען שרייבט א גוט ווארט אויף דיר ווען אין וויען לעקט מען נאך די פצעים פון דיינע מסרות וגניבות (די 3 ספרי תורה וואס דו האט געגנבט פון די שוהל דארט און מען האט זיי געטראפן אין דיין דירה מושלכים על הארץ בבזיון ווען דו האסט געמאכט פליטה רינגס עי בעל?) האסטו פראבירט צו האקן אין טשייניק מיט מלמדים אין ניו יארק. יעצט אז איך האב געברענגט בשם דעם מנהל פון די סקול אין ניו יארק פראבירסטו צו פארדרייען צוריק קיין וויען אבער איך בין דיר מבטיח די אלע טאקטיקן גייען דיר העלפן א הויקער.
אגב ,דו ווייסט אפשר צו זאגן פון א קנס פון 3 מיליאן יורא וואס די ווינער מוסדות האבען געדארפט צאלן ווייל ער האט זיי פר'מסרט?
איינגעמיירעטוויפיל ניקס האט דער פריעדמאן דא און קאווע שטיבעל
@מיילעך @טאמבל סאס@פארוואס
פון די אויסגערעכענטע איז נאר מיילעך ער ,אבער נישט געזארגט ער האט א טוץ אנדערע ניקס פאר זיינע גאבעלעס שקרים.
איך אויך, נאכאמאל קיינער האט דא נישט גערעדט קיין איין איינציגע ווארט פון קיין ספרי תורה מעשיות אדער פון קיין נחום קליין באבע-מעשעס...
ס׳רעדט זיך פשוט נאר וואס סמבטיון האט געברענגט וועגען מלמדים אין וויען, ווי דו זעהסט אויבען.
ביזט מכובד אויף דעם צו רעאגירען, פארשייט זיך מיט דיינע שקרים כדרכך, אבער דאס איז די איינציגסטע מדובר דא.
און צו דיר משה אריה/מיילעך מיט אלע דיינע ניקס וויל איך נאכאמאל זאגן וואס איך האב שוין אמאל באטאהנט ,איך ווייס גענוג און נאך מעשות אויף דיר אבער דיין משפחה בעהט מיר ברחמים איך זאל נישט שרייבן פון דיינע גניבות און סכסוכים ווייל זיי ווייסן נעבעך זייער גוט וואס פארא נוקם ונוטר כנחש דו ביסט און זיי ליידן זיך שוין אן פון דיר די מאקסימום וואס זיי קענען אויסהאלטן ,אבער אויב וועסטו מיר אויפרייצן קען זיין אז איך וועל מיך נישט קענען איינהאלטן ראה הוזהרת!
איך אויך: איך האב דיר שוין געזאגט אזויפיל מאל אז איך בין נישט משה אריה
ומי פתי יאמין אז משה אריה פרידמאן שטערט אז דו ווערסט אנגערייצט, און איך וועל דיר זאגען אפען איך קען אויך באשטיין אז דו זאלסט ווערען אנגערייצט, און די עולם האט אויך אן אינטערעסע אז דו זאלסט ווערען אנגערייצט און דו טוסט באמת נישט קיין טובה פאר קיינעם אז דו זאגסט נישט וואס דו האסט צו זאגען.
און אגב, ביזטו אויכעט פון די משפחה פון וואס דו רעדסט......
איז ממילא איז עס דאך א מצב וואס כולם נהנים וכולם מרוויחים און בעיקר אויך דו אלליין וועסטיך קענען ארויסגעבען און זאגען וואס דו האסט צו זאגען.
מיילעךדא האט איר אן ארטיקעל וואס איך האב יעצט געטראפען אין בחדרי:
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=67434">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=67434</a>
[b]אנטוורפן בבית המשפט: נעזוב את המדינה....
בדיון גייסו עורכי הדין את כת 'לב טהור' בקנדה', טענו כי למעשה הללו עזבו את קוויבק בגלל כפיית לימודי הליב"ה. "זה מה שתעשה הקהילה החסידית באנטוורפן", התריעו, "ננטוש את המדינה אם יכופו את לימודי ליב"ה".
לפי חוק חינוך החובה הפלמי על ילדי בתי הספר החרדים להיבחן בסוף שנת הלימודים על לימודי בסיס, ומי שלא יעמוד במבחנים ישובץ לבית ספר ממלכתי, ילדים שלא יגיעו לבתי הספר הממלכתיים יוצאו מחזקת הוריהם ויועברו למשפחות אומנה.
לב טהור איז א לייכט טורעם פאר כלל ישראל!
ננטוש את המדינה אם יכופו את לימודי ליב"ה.
לב טהור האט דאס שוין געטוהן!
איך אויך: דו רעדסט פון א קנס פון 3 מיליאן יורא בשעת ווען עס איז א דבר ידוע אז וויען האט טאקע נישט געדארפט צאלען די 3 מיליון יורא, נאכדעים וואס מען איז דורכגעקומען מיט משה אריה פרידמאן... דאס איז די דאנק?
ווען וויען וואלט ווען געדארפט צאלען די 3 מיליאן יורא וואלט עס אנדערש אויסגעזעהן און דו וואלסט נישט דא געשריבען ווי דו שרייבסט יעצט דא אין קאווע שטיבעל.
איך אויך, דאס אז די 3 מיליאן יורא קנס איז געקומען ערשט נאך וואס מען האט ארויסגעווארפען זיינע קינדער פון די מוסדות, קלינגט אפשט ביי דיר די בעל???
טיפש, דו כאפסט אפילו נישט אז דיינע צוויי לעצטע הודעות זענען זיך סותר מניה וביה? אבער דער עיקר איז אז דו ווייסט נישט פון קיין שום סיי וועלכע פראבלעם מען האט געהאט מיט דיר אין וויען!! און דו ווילסט נאך מען זאל לערנען ליבה ווען קיין פשוטע עברי טייטש קענסטו נישט. גיי צוריק קיין איראן ובא לבני ישראל גואל.
איך אויך,
ער האט טאקע געטון לפנים משורת הדין און זיך געשטעלט אין די לענג און אין די ברייט אז די עסטרייכישע יוסטיץ זאל מבטל זיין די אללע קנסות, אסאך גוטע פריינד פון אים האבען טענות אויף אים אז ער האט עס נישט געדארפט טון, מיר פערזעהנליך האט א ייד אין וויען געזאגט אז ער איז א צדיק אז ער האט עס געטון.
איבעריג איבערצו'חזר'ן דאס וואס יעדער איינער ווייסט אז ביז דעם טאג פון ארויסווארפען די קינדער איז אללעס געגאנגען על דרך המלך, ראה תגובות המלמדים למעלה...
איך אויך, איך בעט דיך ברחמים, פארוואס ענטפערסטו דעם שטאקיגן פערד. יעדער וואס האט נאר א שטיקל השגה אין מענטשליכע אויפפירונג זעהט גלייך זיין קראנקהאפיגטע סארט טראכטן. אלעס גרייט ווי גרויס ער איז, און ווי ערהאבן ער איז, און ווי יעדער איז אים דאנקבאר, און ווי יעדער פרייט זיך, ער איז דער אויבערראבינער... דער זאגט ער איז א צדיק דער אנדערער זאגט ער איז א חסיד, דאס איז נארמאלע טראכטונג פון א וואנזיניגן פארשוין.
עס דערמאנט מיך פון סאדאם כוסעין וועלכער איז געזעסן און געשריבן נאוועלעס איבער ווי אזוי ער קעניגט אויף די גאנצע וועלט און אלע אונטערטאנען בוקן זיך צו אים בשעת ווען די אמעריקאנער מיליטער איז געווען עטליכע גאסן אוועק פון אים. דער איז ל"ע א חולה נפש און עס איז באמת א שאד זיך אויפצועסן מיט אים.
נאר וואס יא. אסאך אזעלכע פון וועמען כלל ישראל האט געהאט צרות אויסצושטיין במשך די יארן זענען געווען אומסטאבילע קראנקע מענטשן מיט גראנדיעזע פאנטאזיעס. דאס וואס זיי זענען קראנק מאכט זיי נישט אומשעדליך, און עס מאכט זיי אויך נישט אומפאראנטוואטליך אויף זייערע מעשים. כלל ישראל האט אין אלע דורות זיך צאמגעליטן פון כל ערליי מוסרים ומלשינים, פונקט ווי אין אונזער דור ליידט מען נעבעך פון דעם באוואוסטן מסור ומלשין דמתא דער באוואוסטער גיפטיגער שלאנג, וועמענס אייציגער הנאה אין לעבן איז איינשפארן אידישע קינדער אין תפיסה און זיי אויסטיילן צרות צרורות. דאס איז נישט קיין נייעס ביי כלל ישראל. משה מיילעך פרידמאן איז ס"ה נאך איינער אין די ליין וועלכער וועט פארשריבן ווערן אין די היסטאריע ביכער פון כלל ישראל לחרפה ולדראון עולם (אדער וועט ער טיילן דעם גורל מיט די מוסרים וועלכע היסטאריע געדענק ניטאמאל שמם נמחה מן העולם, זייער נאמען איז פארמעקט געווארן פון די וועלט, עס ווערט נאר געדענקט אין שאול תחתית און ביי די מלאכי חבלה וועלכע זענען ממונה קער צו נעמען פון זיי).
איך וואלט נישט געשפענדעט קיין האלבען מינוט אים ענטפערן אויף זיינע וואונדערליכע פאנטאזיעס. זאל ער ווייטער פאנטאזירן.
לגבי דעם געזעץ אין אנטווערפען נעם איך נישט קיין שטעלונג, איך האב נישט קיין אנונג פון וואס מען רעדט, יא גוט נישט גוט, איך ווייס נישט, ליידער אינטערעסירט עס מיך נישט צופיל, אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט דעם משוגע'נעם טמא נפש פרידמאן.
הדד - איך אויך
ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס ווען ס'איז נתגלה קלונו פון איך אויך אז ער שיקט הדד בן הדד (וואס איז לכאורה ער אלליין אויף דעם פראנט)
אין קץ לדברי רוח,
עס איז אפילו נישט קיין התחלה פון אן ענטפער לגופו של עניין, ס'איז ניטאמאל דא מעין פון א פאקט אדער א קאנקרעטע זאך בנוגע דעם עניין, ס'איז נישט מעהר ווי מלא קללות און שמות של גינויים של גנאי אויף מ.א. פריעדמאן,
ס'פאסט פאר א בעל דרשן פאר א קבוצה פון גאסען יונגען וואס קענען נישט קיין צורת אלף בית, כדי זיי אנצוהעצען זיך צו באנוצען מיט געוואלט און אלימות קעגען יידישע קינדער פאר פאליטישע צוועקען קעגען איינעם וואס איז נישט בדעה אחת מיט דיינע שייגעץ שטיק...
און נאכאמאל, קענסטו אפשר דאך אויפקומען מיט עפעס א מעין אן אנהייב פון א קאנקרעטע פאקט אויף צו קענען אנהייבען אנשטאט תגובות וואס זענען ריק מתוכן.
על דרך המלך וואס?? איך האב געלערנט אין ווינער ישיבה פאר א שטיק צייט, גייסטו מיר פארקויפן חיטין אין שעורין? די פחד האט געהאנגען אויפן נאז ביים עולם, מעהאט געציטערט פין איהם/דיר אימת מוות, איך געדענק נאך ווען איך בין אנגעקימען אנהייב זמן האט מען מיר געזאגט ווען די זעסט דעם פארשוין גיי אריבער די גאס, איך וואלט דיר געזאגט א נאמען ביי וועם איך האב געלערנט, אבער ווער ווייסט וואס די קאנסעקווענסעס וועלען זיין , די ביזט דאך מסוגל איהם צי פארמאסערן וויייל ער האט גערעד קעגן דיר... די אכזר די נוכל די נידערטרעכטיגער וואגאבונד, טוה תשובה ווילאנג די לעבסט דיין פארשאלטענעם לעבן, אין לאז שוין כלל ישראל אטעמען.
צו סמבטיון: ווידער טענו בחיטין והודו לו בשעורין, זיין זון האט קיינמאל נישט געלערנט אין וויענער ישיבה און ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום שייכות מיט די וויענער ישיבה'לע פון וואס דו רעדסט,
דער איינציגסטע שייכות וואס ער האט געהאט מיט דעים, איז דורך די באקאנטע פרשה פון די 3 מילון יורא קנסות, האט די עסטרייכישע רעגירונג מעקל געווען און געוואלט צונעמען דעם גאנצען בניין פון די ישיבה
עס רעדט זיך טאקע פון א גרויסען בניין, און פון קוים א מניין בחורים, און ווי שוין געזאגט האט ער זיי דעמאלס געהאלפען און מציל געווען דעם בניין לטובתם, ולשבחו של מ.א. פריעדמאן ייאמר אז אדאנק דעם איז די ישיבה ארויס נקי מכל.
און נאכאמאל, דאס איז אללעס געווען נאכען ארויסווארפען די קינדער און פארשטייט זיך אלליין און דאס וועלען זיי שוין אויך מודה זיין אז זיי זענען געווען די רודפים און ער - זיינע קינדער די נרדפים וואס האבען זיך נאר פארטיידיגט.
סליחות היינט אין אנטוורפן
היינט איז פארגעקומען בהוראת ביד״צ מחזיקי הדת סליחות אין פארשידענע בתי מדרשים, וועגן די גזירות, עס איז געווען, התעוררות ב״ה.
סמבטיון:
איך ליין פינקט דיינע תגובות, אין ס׳ווינדערט מיך, ווייל ערשט הייבסטו אן מיט א זיכערהייט מיט מעשיות איבער מלמדים אין מ.א פרידמן, אין נאכדעם וואס עס ווערט לכאורה אויפגעוויזן פינקט דאס פארקערטע, הייבסטו אן מיט אן אנדערע מעשה אז די דערמאנסט דיך אז אמאהל ווען די ביזט געווען א יונגער בחור אין ווינה האט דיר א פלוני בן פלוני עפעס געזאגט לגבי עפעס אנדערש...
די ביזט דן דיני נפשות וואס איז באזירט אויף דברים בטלים אין חלומות, ביי אידן פירט מען זיך נישט אזוי אויף, ביי יודען איז דא א תורה, גביית עדות, א בי״ד אאוו.
אין עברית ריפט מען דיין ציגאנג: משפט שדה אדער: בית דין שדה.
ווען מען פירט זיך אביסל מער על פי תורה, אין מיט א אביסל מער מענטשליכקייט אין אחריות שפארט מען זיך א סאך צרות אין קאטאסטרופן,
אין זכות פין מלמד זכות זיין אויף יודען, זאל מען שוין אפגעהיטן ווערן אין געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב.
פשחהא דער מא''פ(א) איז א בדחן גאר אויך.
ארטיקל אין גרויסע בעלגישע צייטונג איבער דעם עניין!
<a class="postlink" href="http://www.gva.be/regio-antwerpen-stad/ook-joden-hebben-leerplicht.aspx">http://www.gva.be/regio-antwerpen-stad/ ... licht.aspx</a>
פאלגענד די איבערזעצונג אויף לשון הקודש.
גם ליהודים יש חובה ללמוד על פי החוק
בית המשפט לחוקה מאשר את החוק: כל מי שייכשל בבחינות יחוייב לעבור לבתי הספר הציבוריים
מספר מוסדות חרדיים שערערו נגד החוק בנוגע חינוך-ביתי, נחלו כישלון צורב בבית המשפט לחוקה. החוק הזה מחייב תלמידים שלא לומדים לימודים כלליים לעבור לבית ספר ציבורי.
הכל התחיל כאשר היהודי הרב משה פרידמן התחיל להפעיל מספר הליכים משפטיים אחרי שששה משמונה ילדיו לא התקבלו בבתי הספר היהודיים, גם לא בכאלו שמוכרים ע"י הממשלה. הדבר הזה הוא שגרם שבעיות בתי הספר התורניים (בפלמית 'ביבעל שולען' - כלומר בתי"ס שלומדים בהם רק תורה) עלו על סדר היום בתקשורת הכללית.
בתי הספר סירבו לקבל את ילדי פרידמן אך ורק בגלל האופי האנטי-ציוני של האבא. אחרי כמה טלטלות משפטיות הצליח פרידמן ביוני של שנה שעברה שילדיו יוכלו להירשם - באישור בית המשפט - בבית הספר יסודי התורה ובית יעקב שברחוב 'לאנגע וון רוסברוק'.
בחודש אוקטובר אשתקד בית המשפט לעניינים דחופים באנטוורפן אישר לפרידמן להוות צד שלישי בתיק. מדובר היה בעתירה ש-1269 הורים לילדים יהודים הגישו נגד שר החינוך פסקל סמט. בעתירה הם ביקשו מהשופט לקנוס את שר החינוך ב-6,345 מיליון יורו לכל יום שהוא לא מבטל את החוק בנוגע חינוך-ביתי, וזאת עד שבית המשפט לחוקה יחליט האם החוק החדש מנוגד לחופש הדת וחופש החינוך או לא. (כזכור העתירה נדחתה אז בתוקף ע"י ביהמ"ש)
לימודים כלליים
החוק הזה קובע שגם ילדים שלומדים בבית וילדים שרשומים בבתי ספר תורניים, חייבים בלימודים כלליים על פי החוק. במידה שהם לא לומדים, הם יחוייבו לעבור לבית ספר ציבורי. הפיקוח על זה יבוצע ע"י בחינות במשרד החינוך לילדים בני 11 ו-15.
פרידמן טען בבית המשפט שקיום בתי ספר המיוחדים רק ללימוד תורה או לשעריה המוסלמית, רק יוביל לעוני ומצוקה ולפשע בחברה, מפני שלילדים האלה לא יהיה אפשרות להגיע לשוק העבודה.
"החוק לא מהווה בשום פנים ואופן הפרה כלשהי של חופש הדת או של חופש החינוך, אלא היא אך ורק אמצעי לפיקוח על חוק חינוך החובה" טען פרידמן.
בית המשפט לחוקה קיבל את טענות פרידמן וכתוצאה מזאת הוא לא ביטל את החוק.
שר החינוך הפלמי פסקל סמט הגיב על פסק הדין לסוכנות הידיעות 'פאגיה', ואמר: "אני מאד מרוצה שבית המשפט לחוקה אישר באופן סופי את הדאגה שלי לילדים ולהבטיח חינוך איכותי גם לילדים שלומדים במסגרת ביתית או פרטית".