☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם

תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6374
בלאט: 1 2

פלעין יודיש » דינסטאג מאי 6, 2014 4:32 pm

· #199252
תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם
יארמער רב שליט''א האט אמאל געזאגט, ער האט א ראייה אז די עולם האט נישט אינזין די ווערטער וואס זיי זאגן ביים דאווענען, דאי לאו הכי מיר זאגען יעדן טאג תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם וכו', און קיינער שיסט נישט אויס פאר געלעכטער.
ס'איז ליידער א ביטערע געלעכטער, ווען מ'רעדט פון רבי'ס איז ליידער רוב מאל די מחשבה פאליטיק און מחלוקת, א רבי אהן א ציקריגטע ברודער איז קיין רבי נישט, און אויב די רבי האט קיין ברידער נישט ובא גואלו הקרוב אליו זיכט מען אפיר די נאנטסטע קרוב און מ'איז רעדי פאר די פייט,
פארפאלען ס'איז א זאך וואס ליגט אין די בלוט,
וויאזוי האט יענער רבי נאר געזאגט ווען ער האט זיך אנגעהויבן שלאגן מיט זיין ברידער וואס האט אים גערן פארגינען די גאנצע רעביסטעווע און איז אים בכלל נישט געשטאנען אין וועג, האט אים די ברידער געפרעגט מה פשעי ומה חטאתי כי דלקת אחרי לאמיר לעבן באחדות נעם דיר אלעס איך בין נכנע צו דיר ווי א חסיד צום רבין און שלום על ישראל, ענטפערט אים די ברידער וואס קען מען טון בליט איז נישט קיין וואסער....
וואס קען מען טון פאליטיק בויט חסידות און בויט יודישקייט (דאס איז די איינציגע היתר)
מימות עולם די ערשטע רגע פון ווען ס'איז נאר נולד געווארן די מושג פון ברידערס, קין און הבל זענען געבוירן געווארן, האט מען זיך שוין געהארגעט,
לעצטענס איז עפעס אריין א רוח טהרה און ס'איז געווארן א סטייל פון שלום, יעדער צוויי וואכן שרייען די פראנט פעידזשעס פון די היימישע אויסגאבעס און די בילדער מאגאזינען מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות און לעבערדיגע בילדער ווי צוויי רבי'ס זיצען ביי א טיש פון געשמאקע רויטע טרויבען וואס ווערט נישט ציגערירט, און מיט נאר צוויי דריי גבאים אינטער זיך וואס ס'איז געווען א תנאי קודם למעשה אז נאר דעי לאזט מען אריין און די אנדערע זאלן שיינערהייט בלייבן נייגעריגערהייט אינדרויסן, און די נייעס איז אז נאך צענדליגע יארן האט מען שלום געמאכט און די רבי'ס האבן גערעדט צווישען זיך ווי קיינמאל ביפאר, איינס ביי איינס בעטן זיך איבער, מ'פארדעקט אלטע וואונדען און די מחלוקת גייט אריין אין די היסטאריע ביכער.
די אשכול איז געווידמעד פשוט צו מודיע זיין ווער נאך האט זיך איבערגעבטן (נאר רבי'ס און חסידות וכדו')

לעצטענס איז געווען אין די נייעס אז די צוויי תולדות'ן ברידער תוא''י און תו''א האבן גערעדט צווישען זיך פאר 22 מינוט (וליתר דיוק האבן מאנכע ציגלייגט 22 מינוט און פערצן חלקים)
דאס האט זיך אפגעשפילט ווען די תוא''י רבי איז זיך אום ערווארטעט געקימען באטייליגען ביי א בר מצוה פון זיין ברידערס א אייניקעל בנו של ר' ישראל יוסף קאהן בן האדמו''ר מתו''א, ווי באוויסט איז דאס א זעלטענהייט, מ'האט שוין געהערט פארקערט אז תו''א רבי איז געקימען קיין תוא''י, אבער ביז יעצט איז תוא''י געווען זייער אנגעווייטאגט אויף תו''א און איז כמעט נישט געקימען צו זיינע שמחות, און בתוך השמועס האט אים תוא''י רבי געלאדענט צום חנוכת הבית פון א נייע בנין וואס ווערט יעצט געבויט פאר א מוסד זיינע צו א ביהמד''ר (כ'האב נישט פילע דיטעילס).
ווי די נייעס קוועלער ריפן עס אהן, ממש ימות המשיח!!!!!

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 6, 2014 4:55 pm

· #199258
פלעיןיודיש: ייש"כ. אבער דער קעפל פונ'ם אשכול דארף זיין "כ"ק הצדיקים לבית תו"א ותוא"י בסוד שיח"... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😈 😈 😢 😞 😉 😮

פלעין יודיש » דינסטאג מאי 6, 2014 5:02 pm

· #199260
berlbalaguleh
פלעיןיודיש: ייש"כ. אבער דער קעפל פונ'ם אשכול דארף זיין "כ"ק הצדיקים לבית תו"א ותוא"י בסוד שיח"... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😈 😈 😢 😞 😉 😮

די האסט געליינט די שורות שווארצע אותיות? צו האסט נאר געקיקט די ווידאו?

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 6, 2014 5:10 pm

· #199261
פלעין יודיש
berlbalaguleh
פלעיןיודיש: ייש"כ. אבער דער קעפל פונ'ם אשכול דארף זיין "כ"ק הצדיקים לבית תו"א ותוא"י בסוד שיח"... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😈 😈 😢 😞 😉 😮

די האסט געליינט די שורות שווארצע אותיות? צו האסט נאר געקיקט די ווידאו?

יא. כ'האב געטון ביידע זאכן. (ירא שמים יוצא ידי שניהם!). דער תו"א רעבע שליט"ע איז א מורא'דיג גוטער שפילער. ס'זעהט אויס ווי ער זאגט. "טייערע ברידער, אוואו ביסטו געוועין ביז איצט?!" אדער. "אי איברא מלכא אנא, אמאי לא אתית קמאי"?... (קרעדיט. אספסינוס קיסר לר' יוחנן בן זכאי, במס' גיטין דף נו: אצל סיפור קמצא ובר קמצא.)... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

מאטי » דינסטאג מאי 6, 2014 5:17 pm

· #199262
ווען איך האב אינזין דאס דאווענען זאג איך דאס בלשון בתמיה

יין שרף » דינסטאג מאי 6, 2014 7:42 pm

· #199286
איך גיי ניסלעך פאר די בעלזער'ס "גאטס"...
(נעמט אין באטראכט די מצב דעמאלס צווישן די צוויי ברודערס לאיו"ש)

יין שרף » דינסטאג מאי 6, 2014 7:48 pm

· #199289
האחים האדמורי"ם לבית ספינקא שליט"א

איך אויך » דינסטאג מאי 6, 2014 7:57 pm

· #199291
ישר כוח גדול פאר די קליפ. איך האב עס ביז היינט נאר געקענט פון די קערצערע קליפ וואס איז דא אויף יו טוב ,וואס פעלט פון דעם קליפ כדי עס זאל זיין א דבר השלם איז דער מאמענט וואס בעלזער רב שליט''א געבט זיך א רוק ארויס פון די רינג הדבוק און שטעלט צאם די צוויי ברידערס צו טאנצען אינאיינעם.

מען קען קלאר הערן דעם קענטליכן אמת'ן עקסטאז (להבדיל פון די נארישע איד/בלאט וואס באווארפן יעדע וואך צענדליגע אירועים ומעמעדים מיט 'גרויסע עקסטאז ביים עולם') פון די חסידים. איך וואלט עס מדמה געווען צום מאמענט ביים בעלזער בר מצוה ווען דער וויזניצער זיידע האט זיך אויפגעשטעלט און אפגענומען א מז''ט פון הרב שך וינועו אמות הסיפים.

יין שרף » דינסטאג מאי 6, 2014 8:12 pm

· #199293
מהרי"ד מבעלזא עם מהר"א מסטמר

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 6, 2014 8:21 pm

· #199296
יין שרף .וגם איך אויך. שליט"א (פאר מעורר זיין.). איך האב געזעען דעם לענגערן קליפ וואו מ'זעהט כ"ק אדמו"ר מ'בעלזא שליט"א ריקט צוזאם די צוויי ברידערס ביי די רקידה. א יעדעס מאל וואס איך זעה דעם מעמד ברענגט עס מיר טרערן. דא פאסט זיך דער מאמר חז"ל "מי מעכב, שאור שבעיסה". די גאנצע טרויעריגע פרשה פון ר' ישראל'טשע'ס פארלאזן זיין טאטנ'ס הויף געט מיר א שטאך אין הארצן ווען איך דערמאן מיך פון דעים... 😕 😎 🙄 😳 😞 😢 😞 😢 😢 😢 😮

משולם שטיינפעלד » מיטוואך מאי 7, 2014 2:39 pm

· #199426
איך אויך
ישר כוח גדול פאר די קליפ. איך האב עס ביז היינט נאר געקענט פון די קערצערע קליפ וואס איז דא אויף יו טוב ,וואס פעלט פון דעם קליפ כדי עס זאל זיין א דבר השלם איז דער מאמענט וואס בעלזער רב שליט''א געבט זיך א רוק ארויס פון די רינג הדבוק און שטעלט צאם די צוויי ברידערס צו טאנצען אינאיינעם.

מען קען קלאר הערן דעם קענטליכן אמת'ן עקסטאז (להבדיל פון די נארישע איד/בלאט וואס באווארפן יעדע וואך צענדליגע אירועים ומעמעדים מיט 'גרויסע עקסטאז ביים עולם') פון די חסידים. איך וואלט עס מדמה געווען צום מאמענט ביים בעלזער בר מצוה ווען דער וויזניצער זיידע האט זיך אויפגעשטעלט און אפגענומען א מז''ט פון הרב שך וינועו אמות הסיפים.

לערן דיר אויס, פארהאן מענטשן וואס די עקסטאז אין בעלז איז נאריש, און אין סאטמאר איז די עקסטאז בוקע רקיעים.

יעדער מיט זיינע אויגן ברילן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 7, 2014 5:27 pm

· #199467
איין עקסטאז איז דא, און היינט דארף מען גיין קיין קאלאראדא דאס צו באקומען לעגאל. אלע אנדערע זענען נישט וויכטיג.

איך אויך » מיטוואך מאי 7, 2014 9:54 pm

· #199511
משולם טייערע ,ווי קומט דא אריין בעלז ווס. סאטמאר? (אויב שוין יא רעדט מען דארט פון וויזניצע חסידים ,אבער כרגיל דיין סאטמארע שנאה מעבירה אותך על דעתך) איך רעד פון די וועכענטליכע נארישע באשרייבונגען ווי דער עולם איז ארויס פון באגייסטערונג פונעם האצענפלאצער רבי'ס דרשה און ווי יהדות נ.י. איז אויסער זיך פון עקסטאז אז כבוד קדושת ווערעצקי רבי שליט''א נעתר לבקשת חסידיו מעריציו בעל מופתיו וידידיו און גייט אפשטאטן א באזוך בעירינו.

איך בין זיכער דו פארשטייסט מיין פוינט.

משולם שטיינפעלד » מיטוואך מאי 7, 2014 10:26 pm

· #199517
ביי די בעלזא בר מצווה איז געווען עקסטאז?

די גאנצע גאס, נישט נאר סאטמאר, האט גע'רעש'ט מיט די חוצפה פון אזוי טשעפענען א זיידע מיטן רופן רב שך צום בר מצוה. ווי מען זעהט אויפן קליפ ווי אומבאקוועם דער זיידע ר' משה'לע פילט בשעת רב שך קומט אריין.

דאס איז געווען א המשך צום ברית ווען סנדקאות האט לויט יעדן נארמאלע שכל באלאנגט פאר די איינציגסטע זיידע וואס איז דא, אבער דער אבי הבן האט געטראפן וועמען מכבד צו זיין אבי נישט דעם שווער, דער גורער רבי.

לעניין, ווי לאנג עס איז בעלזא איז די עקסטאז אויף די העכסטע אקטאוועס, משא"כ אין סאטמאר איז קיין עקסטאז קיינמאל נישט פארהאן.

ביי סאטמאר מהר"א טאכטער חתונה איז געווען עקסטאז.
ביי סאטמאר מהרז"ל איז געווען עקסטאז ביי די נסיעה קיין ארץ ישראל.

און ביי בעלז איז געווען עקסטאז ביי כי לד' המלוכה סוף פון שלום'קעס חתונה

פארוואס? » מיטוואך מאי 7, 2014 10:29 pm

· #199518
עס זעהט אויס אז תוא״י רבי האט איינגעזעהן, אז עס איז שוין די צייט צו שלום מאכן.

עפל סיידער » פרייטאג מאי 16, 2014 1:44 am

· #200786
תולדות אהרן צוריק אויף א באזוך ביים ברודער.
📎 התולדות+אהרן+החזיר+ביקור+אצל+אחיו+התולדות+אברהם+יצחק.jpeg

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 16, 2014 1:54 am

· #200787
זייער שיין!
וואספארא מסיבה/מאורע איז דאס?

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 16, 2014 2:00 am

· #200788
קען איינער ביטע ארויפלייגן די קליפ פון רב שך ביים בר מצוה?

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 16, 2014 2:06 am

· #200789
די קעפל פון אשכול וואלט זייער געפאסט אלץ, תלמידי חכמים מריבים ושלום בעולם.

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 16, 2014 2:09 am

· #200790
רבי ישראל ביים זיך אומקערן צום טאטן

עפל סיידער » פרייטאג מאי 16, 2014 7:32 am

· #200795
שמעקעדיג
זייער שיין!
וואספארא מסיבה/מאורע איז דאס?

נעכטן האט קהילת תוא''י געפראוועט ברוב פאר זייער הרחבת גבולי הבית מדרש ווען זיי פלאנען צו פארברייטערן דעם שטח הביהמ''ד, די חסידי תוא''י זאגען אז זייער רבי האט געלאדענט דעם אדמט''ר מתוו'א ביים שמועס פון 22 מינוט.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 16, 2014 7:54 am

· #200797
אה דאס איז א חידוש. ער גייט נישט בלויז צו יענעמ'ס שמחה, נאר צום קאמפעטישאן'ס הרחבת גבולים!

כה לחי.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 16, 2014 8:01 am

· #200798
וואנצעס א דאנק פאר דעם וויזניצער קליפ.
עס איז זייער שיין און עמאציאנאל.

עפל סיידער » פרייטאג מאי 16, 2014 8:12 am

· #200802
שמעקעדיג
אה דאס איז א חידוש. ער גייט נישט בלויז צו יענעמ'ס שמחה, נאר צום קאמפעטישאן'ס הרחבת גבולים!

כה לחי.

זייער שיין שמעקעדיג פאר'ן ארויסברענגען אמאל די גרויסקייט פון די רבי'ס מען הערט דאך דא נאר אזויפיל קרעכצערייען אויף זיי און די שווערע מצב ביי די שטובער פון די רבנים אז ס'קען זעך דאכטען אז זיי זענען חלילה וויסעך ווער, שוין הער מיר אמאל א שיינע זאך אויכעט.
איך האב געהערט פון א מקורב להאדמו''ר רבי דוד קאהן שליט''א, אז ער האט ממש מיט א ספעציעלע טירחה שטייענדיג נאך ביי שמו''ע פון מעריב בעפאר תתקבל און ספירה ציילען און איז שנעל געלאפען צום שמחת בר מצוה פון זיין אייניקעל הערנדיג אז זיין עלטערע ברודער איז דא בכדי להרבות שלום ואחוה.

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 16, 2014 10:51 am

· #200821
רויטע וואנצעס: ייש"כ פאר ברענגען דעם הערליכן (עמאשיאנעל) קליפ. דער ערשטער ניגון וואס די עולם האט געזינגען אין אנהייב, איז א פאפא'ער ניגון בעצם. און פאסט נישט פאר ק"ק ויזניץ. כ'האב מיך געווינדערט. זיי האבן טאקע באלד אויפגעהערט. אעון אנגעהויבן זינגען אן עכט וויזניצער תנועה... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😞 😢 😮

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 16, 2014 11:01 am

· #200824
רויטע וואנצעס: ביי 13:59 מינוט קענמען זעין הרה"ח חיים ברוין הי"ו פון די בארא פארק שמורה מצה בעיקערי.. דער רבי ווינטשט איהם לחיים... 😎 😂 😃 🙂 😉 😮

איינגעמיירעט » זונטאג מאי 18, 2014 7:10 pm

· #200972
שמעקעדיג
אה דאס איז א חידוש. ער גייט נישט בלויז צו יענעמ'ס שמחה, נאר צום קאמפעטישאן'ס הרחבת גבולים!

כה לחי.


שמעק,
זיי מיר נישט קיין שוואנץ.
נאכען ארויסרוקען א גאנצע קהילה מיט בנינים, און נאכען צוזען וואו מטרינקט זיין ברידערס בלוט מיט רשעות וואס איז שוין לאנג נישט געזעען געווארען,גייסטו מיר פלוצלינג עם באחידושען, אז ער גייט זעען ווי זיין ברידער סטורוגעלט מיט עפעס א נייע בנין.
גיוו מי עי ברעיק.
אנטשולדיגט אז איך שריי, איך ווער פשוט ווילד פון בלינדע שוואנצנות.

דריידל » זונטאג מאי 18, 2014 8:37 pm

· #200973
האק נישט קיין טשייניק וועגן טרינקן די ברידערס בלוט. איך בין געווען אין א"י בשעת די תולדות חלוקה און מיטגעהאלטן פן נאנט. רוב עולם האט קלאר געוואלט ר' דוד זאל איבערנעמען און ביים דין תורה איז געבליבן אז למען השלום וועט תולדות אהרן אוועקגעבן א בנין פאר תוא"י. מ'דארף אינאכט נעמען אז גאנץ תולדות אהרן איז באשטאנען פן צוויי בנינים און אוועקצוגעבן איינס (אפילו די קלענערע) איז גאר א גרויסע פרייז. בי"ד האט טאקע ארויסגעגעבן א בריוו אז תו"א האט געטון לפנים משורת הדין למען השלום.

למעשה, איז תוא"י געבליבן אנגעווייטאגט אויף תו"א. א מענטש איז דאך נאר א מענטש, און ס'איז זייער ווייטאגליך צו זעהן ווי די יונגערע ברידער האט א מלוכה דריי - פיר מאל מער פונעם עלטערען ברידער. די ערשטע פאר יאר פלעגט תוא"י רבי אוועקפארן יעדעס מאל איינער פן די געשוויסטער האבן חתונה געמאכט, וויבאלט די חתונות פלעגן פארקומען אין ביהמ"ד תו"א און ס'איז געווען זייער שווער,עמאציאנאל, פארן תוא"י אהינצוגיין.

מ'האט דעמאלטס דערציילט אז איינער האט געטראפן תוא"י רבי אין לאס אנזשעלעס און געפרעגט פארוואס איז די רבי געקומען אהער? האט ער געענטפערט: וואס הייסט? ווייסט נישט אז מיין ברודער מאכט חתונה?

עכ"פ תוא"י איז געווען דער וואס איז נישט געקומען צו קיין שמחות און נישט געלאדענט די ברידער, צוליב אנגעווייטאגטקייט, און יעצט האט ער געזאגט: גענוג איז גענוג.

איך זוך בכלל נישט אוועקצומאכן אדער גרויסצומאכן קיינער פון די צוויי, נאר דא איז געווען אין ברידערליכע סכסוך ווי איין ברידער האט געכאפט א קלאפ און ס'האע געדארט באלד 20 יאר עס אויסצוהיילן. האפענטליך וועט ביי אנדערע מחלוקת'ן נישט נעמען אזוי לאנג.

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 18, 2014 8:56 pm

· #200975
berlbalaguleh
רויטע וואנצעס: ייש"כ פאר ברענגען דעם הערליכן (עמאשיאנעל) קליפ. דער ערשטער ניגון וואס די עולם האט געזינגען אין אנהייב, איז א פאפא'ער ניגון בעצם. און פאסט נישט פאר ק"ק ויזניץ. כ'האב מיך געווינדערט. זיי האבן טאקע באלד אויפגעהערט. אעון אנגעהויבן זינגען אן עכט וויזניצער תנועה... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😞 😢 😮


די חסדי ה' ניגון האט געמאכט די אלטע סקולענער רבי.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 18, 2014 11:04 pm

· #200990
איינגעמיירעט און דריידל, איך הער ענקערע ביידע צדדים, ביי מיר זענען ביידע פיינע וואוילע אידן, און וואטעווער עס איז געווען, האב איך הנאה אז עס הערשט שלום! וזהו.
ווי קומט אריין שוואנצנות?

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 19, 2014 12:57 am

· #201005
רויטע וואנצעס
berlbalaguleh
רויטע וואנצעס: ייש"כ פאר ברענגען דעם הערליכן (עמאשיאנעל) קליפ. דער ערשטער ניגון וואס די עולם האט געזינגען אין אנהייב, איז א פאפא'ער ניגון בעצם. און פאסט נישט פאר ק"ק ויזניץ. כ'האב מיך געווינדערט. זיי האבן טאקע באלד אויפגעהערט. אעון אנגעהויבן זינגען אן עכט וויזניצער תנועה... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😞 😢 😮


די חסדי ה' ניגון האט געמאכט די אלטע סקולענער רבי.

איך געדענק מ'האט עס געזינגען אין פאפא... 😕 😎 🙄 😂 🙄 😂 😃 🙂 😉 😛 😳 😮

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 19, 2014 1:07 am

· #201008
דריידל: יא. אבער וויאזוי איז צוגעקומען אז דער יונגערע ברודער זאל איבערנעמען די מוסדות און די נאמען פונ'ם טאטן. און דער עלטערער ברודער זאל זיך מוזן מאכן א נייע ביזנעס?. ס'איז הוא הדבר אין סאטמער מיט די ארונים/זאלונים מחלוקת. משה גבאי האט געזאגט פאר אהרן אז ער קען גיין דרייוון א יעללאו קעב אדער פאררעכטן שיך, אבער קיין סאטמערע רבי וועט ער נישט זיין. מיט די רעבעצין ע"ה'ס שטיצע. נאר ווען די ארונים האבן צוריק געפאשט זענען זיי געווארן די רויבער'ס... (או.קעי. זי האט געהאט אן אלטן חשבון מיט'ן ברך משה ז"ל(... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😞 😢 😉 😮

shem-tov » מאנטאג מאי 19, 2014 8:55 am

· #201021
פון די וויזשניץ בעלזא קליפ פעלט א וויכטיג שטיקל ווי דער בעלזער שטעלט צאם די צוויי ברידער און דער עולם שרייט גאר ווילד נוסח העעעעי... אזוי ווי למשל א בעסטע חבר וואס טאנצט מיט חתן און נאכדעם געט דער בעלזער צדיק אזא שלעפ מיט די פלייצע און קלאטשט מיט צופרידענהייט אזוי ווי מישאן אקאמפלישט. רח"ל לאן הגיאנו אז די מנהיגי ישראל פארעכנט מען צווישן זייערע מעשים טובים אז ער איז שוין נישט אינגאנצן צוקריגט מיט זיין ברודער נאר אביסל. אבער נישט פארגעסן אז די חברה האבן שטארקע טענות אויף די דברי אלקים חיים פונעם רבין הבדי"ל זי"ע אז דער דרך הבעש"ט איז נשתכח.

דריידל » מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 am

· #201026
berlbalaguleh
דריידל: יא. אבער וויאזוי איז צוגעקומען אז דער יונגערע ברודער זאל איבערנעמען די מוסדות און די נאמען פונ'ם טאטן. און דער עלטערער ברודער זאל זיך מוזן מאכן א נייע ביזנעס?. ס'איז הוא הדבר אין סאטמער מיט די ארונים/זאלונים מחלוקת. משה גבאי האט געזאגט פאר אהרן אז ער קען גיין דרייוון א יעללאו קעב אדער פאררעכטן שיך, אבער קיין סאטמערע רבי וועט ער נישט זיין. מיט די רעבעצין ע"ה'ס שטיצע. נאר ווען די ארונים האבן צוריק געפאשט זענען זיי געווארן די רויבער'ס... (או.קעי. זי האט געהאט אן אלטן חשבון מיט'ן ברך משה ז"ל(... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😞 😢 😉 😮


אין תו"א איז געווען בחירות. אנדערש ווי סאטמאר און באבוב, האט קיינער גארנישט געכאפט דארט. פאר עטליכע וואכן, ווילאנג די די"ת האט זיך געצויגן, האט בי"ד געהייסן אז ביידע רבי'ס זאלן אוועקפארן פון ירושלים.

פארוואס? » מאנטאג מאי 19, 2014 10:00 am

· #201046
דריידל

אין תו"א איז געווען בחירות. אנדערש ווי סאטמאר און באבוב, האט קיינער גארנישט געכאפט דארט. פאר עטליכע וואכן, ווילאנג די די"ת האט זיך געצויגן, האט בי"ד געהייסן אז ביידע רבי'ס זאלן אוועקפארן פון ירושלים.

איך מיין אז די בחירות איז דארטן געווען אזוי ווי - להבדיל - די בחירות וואס איז לעצטנס געווען אין קרים, אוקריינע.

דריידל » מאנטאג מאי 19, 2014 10:23 am

· #201052
איך קען דיר נישט זאגן אז ס'זענען נישט געווען אזעלכע וואס האבן געהאט פרעשור פאר וועם צו וועלן, אבער בי"ד האט אויסגעהערט יעדעמס טענות און אויב איז געווען עפעס ממשות האט מען קעיר גענומען. איך ווייסט אז תוא"י האט נאך די די"ת געטעהנט אז גבריאל שישא האט געסטראשעט אז אויב געווינט ער נישט טיילן זיי זיך אפ פון די עדה, און נאך אזעלכע הבלים. ס'גלייבט זיך אבער נישט אז ר' יעקב בלוי, למשל, זאל זיך דערשרעקן פון דעם.

חוץ מזה, אויב וואלט עס געווען א close split קען מען טעהנען אז עטליכע וואוטס זענען געווען געצווינגען. למעשה איז עס געווען 80/20 און איך האב גערעדט מיט אסאך ר' אהרעלעך און אלע זענען געווען גאר ווארעם פאר ר' דוד און גאר קאלט (מילד גערעדט) פאר רש"י.

פארוואס? » מאנטאג מאי 19, 2014 10:27 am

· #201054
הוא אשר דיברנו. דוכט זיך מיר אז אין קרים איז אויך געווען אזעלכע נומערן, ווייל די אוקראינער האבן מחרים געווען די בחירות, וה"ה בנידו"ד.
סתם פאר נייגער, זיי האבן דיר אויך געזאגט דער טעם פון זייער קאלטקייט צו רש"י?

דריידל » מאנטאג מאי 19, 2014 10:34 am

· #201060
אויב ס'איז אויסגעקומען אינעם שמועס. איך בין נישט ארומגעגאנגען פרעגן וואסארא לשון הרע מ'קען פארציילן. איך מוז קלארשטעלן אז קיינער האט נישט גערעדט פון עבירות ח"ו, נאר בלויז פארוואס זיי ווילן עים נישט אלץ מנהיג.

איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט וועגן מחרים זיין בחירות, דא איז דאך געווען א חלוקה און מ'זעט וויפול זענען געגאנגען קיין תוא"י. עס איז נישט קיין שאלה אז ס'געווען וואס זענען געבליבן ווייל ס'איז באקוועמער נישט צו דארפן וואנדערען, אבער די חילוק איז גענוג גרויס אז אפילו אויב מ'רעכענט דאס אראפ בלייבט נאך אלץ א איבערוויגענדע מערהייט וואס האבן דייקא געוואלט ר' דוד

פארוואס? » מאנטאג מאי 19, 2014 10:43 am

· #201063
איך בין נישט אזוי זיכער דערין. מיר לייגט זיך מער אויפן שכל, אז זייער א גרויסע פראצענט, האט נישט געבאדערט דוקא ווער ס׳זאל טיילן די קוגל, (נעמענדיג אין באטראכט די ירושלמ׳ער מענטאליטעיט), און זיי זענען געבליבן אוואו עס איז.
איך האב נישט קיין צוטריט צו די סטאטיסטיקס פון די בחירות, אבער איך בין זייער נייגעריג וויפיל מענטשן העכער די 30 האבן אפגעגעבן זייער שטימע.
יעצט לאמיר הערן פארוואס האבן זיי איהם נישט געוואלט פאר קיין מנהיג?

דריידל » מאנטאג מאי 19, 2014 10:55 am

· #201068
ווען מ'רעדט פון חסידות דארף מען לייגן די שכל אין א זייט....

די ירושלימער מענטאליטעט פון וואס די רעדסט, איז אינו דומה צו תולדות אהרן מענטאליטעט. די ר' אהרעלעך זענען געווען צוגעבינדען צו זייער רבי מיט אן אויסטערלישע קשר. למשל, אויב א קינד האט נישט גוט געפילט איז מען געגאנגען צום רבי'ן און די רבי האט געזאגט וואס מ'זאל נעמען אויסצוהיילן אדער אויב מ'זאל גיין צום דאקטאר. ווען ס'איז געווען די איראק מלחמה און סאדאם האט געשאסן סקאד מיסעלס אויף ישראל, פלעגט זיך אנצונדען א סיירין און יעדעס האט געדארפט לויפן אין בונקער. די ר' אהרעלעך זענען אבער געלאפן אין ביהמ"ד, זיין מיטן רבי'ן.

דיין לעצטע בקשה קען איך נישט ערפילן. ערשטענס, וויל איך נישט סתם בארעדן און חוזק מאכן פון אן ערליכע איד, ובפרט אז כ'האב נישט מברר געווען אויב די זאכן זענען אמת. צווייטענס, וויל איך נישט אז דאס זאל ווערן א צימעס שמועס.

פארוואס? » מאנטאג מאי 19, 2014 11:02 am

· #201077
איך מיין אז די רעדסט פון א געוויסע פראצענט וואס זענען געבליבן מיט די ווארעמע תמימות׳דיגע הונגערישע מענטאליטעיט צווישן די אייס-קאלטע ירושלימ׳ער מענטאליטעיט.
אבער איך מיין אז רוב מנין ובנין פון ביידע זייטן, טיף אין הארצן גייט זיי גאנץ ווייניג אן, ווער עס זאל שפילן די געים.
(אזוי האב איך ארויסגעהאט די בילד זייענדיג דארט, מעי בי איים ראנג).

דריידל » מאנטאג מאי 19, 2014 11:17 am

· #201083
קען זיין די רעדסט פון לעצטענס. איך ווייסט נישט וויאזוי ס'איז היינט און ס'איז מסתבר אז זאכן האבן זיך אפגעקיעלט און בכלל איז שוין דא א נייע דור וואס איז אויפגעוואקסן מיט מחלוקת, האט אלעס אן אנדערע טעם. אבער בשעת'ן חלוקה איז עס געווען זייער personal פאר יעדעם. איך געדענק אז ס'איז געווען איין מענטש (אפשר נאך געציילטע, אבער עים געדענק איך) וואס מ'האט געקענט זעהן גיין צו ביידע, דאס איז געווען ר' שמחה ברייער - א פרייליך אידל וואס פלעגט טוב קומען אפט קיין אמריקה משמח זיין ביי חתונות. נאך איינער דערמאן איך מיך, דאס איז ר' יוסל, די יונגסטע קינד פון תו"א רבי ז"ל. אבער אין אלגעמיין איז נישט געווען אזעלכע וואס זאלן גיין צו ביידע.

פלעין יודיש » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 8:14 am

· #232399
ענדליך נאך צען יאר

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:33 pm

· #232980
פארוואס?
דריידל

אין תו"א איז געווען בחירות. אנדערש ווי סאטמאר און באבוב, האט קיינער גארנישט געכאפט דארט. פאר עטליכע וואכן, ווילאנג די די"ת האט זיך געצויגן, האט בי"ד געהייסן אז ביידע רבי'ס זאלן אוועקפארן פון ירושלים.

איך מיין אז די בחירות איז דארטן געווען אזוי ווי - להבדיל - די בחירות וואס איז לעצטנס געווען אין קרים, אוקריינע.

דאס זענען געוועין די בחירות הטהורות. לעומת די בחירות הטמאות פון די מדינה הציונית...!

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:42 pm

· #232984
פלעין יודיש

זייער שיין. ב"ה.
אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו.
ס'איז דא א טייטש אויף דעם פסוק יום ליום יביע אומר ולילה ללילה יחווה דעת. טייטשט איינער פון די פריערדיגע צדיקים. אז ווען צוויי צדיקים קומען זיך צוזאם, איז א יעדער איינער פון זיי מכבד דעם צווייטן ער זאל קודם רעדן. אבער ביי רשעים איז פונקט פארקערט. זיי קריגן זיך ווער ס'זאל ערשט ארויסזאגן זיין מיינונג. יום ליום, צדיקים וואס זענען בבחינת יום, יביע אומר זאגט אז דער צווייטער זאל רעדן. אבער, ולילה ללילה, רשעים וואס זענען בבחינת לילה, יחווה דעת. וויל א יעדער פון זיי רעדן דער ערשטער...!

פלעין יודיש » מאנטאג יאנואר 19, 2015 5:29 pm

· #248916

ישראל קאפקע » מאנטאג יאנואר 19, 2015 5:37 pm

· #248920
איז די סאטמארע 'אזוי' (אזוי די מער מאדערנע אזוי....) די עקוויוועלענט צו די ענגלישע like (yea, he was so like SO cool like? 😂

פלעין יודיש » מאנטאג יאנואר 19, 2015 5:40 pm

· #248922
מתורגמן אלערט

יין שרף » מאנטאג יאנואר 19, 2015 7:21 pm

· #248944
פלעין יודיש
נאך א רינגעלע אינעם שלום
אבער דער האט נישט קיין טראפ שכל, "אין לעיקוואד גייען מער די מאדערנע"... האלט דיין פיסק

ער האט פארגעסן אז בעלזא בויט יעצט דארט א קריה? אדער טאקע דערפאר האט ער עס געזאגט...?

פלעין יודיש » דינסטאג פעברואר 17, 2015 6:46 pm

· #254317
בלאט: 1 2