☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אינטערסאנטע קאמישע מעשיות אין אמאליגע מעשה ביכלעך

אינטערסאנטע קאמישע מעשיות אין אמאליגע מעשה ביכלעך

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6366

צדיק נסתר » מאנטאג מאי 5, 2014 4:39 pm

· #199034
אינטערסאנטע קאמישע מעשיות אין אמאליגע מעשה ביכלעך
ס'איז אינטערסאנט צו זעהן וואס די אמאליגע קינדער האבן געליינט...

און אמאל מיין איך לאו דוקא צוויי הונדערט יאר צוריק, נאר אפילו נאך די צווייטע וועלט קריג.

אט איז א אויסצוג פון א ביכל מיטן נאמען "חסידישע מעשיות" ארויסגעגעבן דורך ר' אברהם ב"ר ישכר שטערן בשנת תש"כ, דאס הייסט פאר 54 יאר צוריק.

צווישן די מעשיות דארט ווערט פארציילט אז א רב איז געקומען אנקלאפן אין פענסטער פון א פארפאלק אז ער האט נישט גוט גע'פסק'נט די שאלה, און די טבילה פון די פרוי איז קיין טבילה נישט, האבן זיי געענטפערט אז ער האט שוין פארשפעטיגט "ווייל זיי זענען זיך שוין צוזאמענגעקומען".
📎 1.JPG

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 5, 2014 5:13 pm

· #199042
כ'האב געהערט אז אלע בית רחל מאמעס זענען זיך נעכטן צוזאמגעקומען פאר א מאסן צוזאמענקום.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 5, 2014 8:23 pm

· #199087
די מעשיות פון ב. שטרן. "שלושה אחים" איז געוועין אזוי סטופיד אז אפילו איך, אלס אכט יעריג אינגל האב געזעהן אז די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פוס. אויך די אנדערע מעשיות אין די סעריע, ווי למשל. "דער גריידיצער צדיק" איז אויכעט געוועין הוילע פאנטאזיע, וואס דער מחבר אדער מחברת האט אויספאנטאזירט. וכן "דער שפאלער זיידע".... 🙄 😕 😎 😂 😠 😛 😳 😈 😈 😞 😢 😮

הערשי » מאנטאג מאי 5, 2014 11:18 pm

· #199113
וואס מיט די מחניים ביכלעך, געמאלט ה. העכטקאפף? נעמט א שטייגער "די פאר'סמ'טע ברויט', ווי דער ביהודה האט געהאט פראג פייערן ניין טעג פסח. מקור? אפילו שייך א רב אין די ת"ק יארן לאלף החמישי זאלן זיך "האבן טועה געווען אין חשבון"? ער האט עפעס מקדש געווען על פי ראיה? א לצנות.

טיטאניק » מאנטאג מאי 5, 2014 11:46 pm

· #199114
די מעשה פון דער נודע ביהודא ווערט געברענגט פון פריעדיגע
מערווייניגער זענען די מחניים ביכלעך זייער אויסגעהאלטענע מעשיות

טיטאניק » מאנטאג מאי 5, 2014 11:47 pm

· #199115
די דיקע מנחם מענדל ביכער זענען גראד פון בעקעריי ארויס
פון די לעהמאן בעקעריי

מ גפני » דינסטאג מאי 6, 2014 10:36 am

· #199178
berlbalaguleh
די מעשיות פון ב. שטרן. "שלושה אחים" איז געוועין אזוי סטופיד אז אפילו איך, אלס אכט יעריג אינגל האב געזעהן אז די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פוס. אויך די אנדערע מעשיות אין די סעריע, ווי למשל. "דער גריידיצער צדיק" איז אויכעט געוועין הוילע פאנטאזיע, וואס דער מחבר אדער מחברת האט אויספאנטאזירט. וכן "דער שפאלער זיידע".... 🙄 😕 😎 😂 😠 😛 😳 😈 😈 😞 😢 😮

נישט דער הייליגער ראצפערטער האט ארויסגעגעבן "שלושה אחים"?

חכם עתיק » דינסטאג מאי 6, 2014 10:55 am

· #199184
אפשר איבערגעדריקט איינע פון די 10 מאל וואס עס איז ארויסגעקומען..

דאכט זיך ער האט עס געטיילט פאר די וואס האבן נישט געזאגט "פליס 'קראס' מיך...

אמת צו נישט, האבן זיך די קישקעס געדרייט ווען ער איז אריין אין הייל פונעם בוים און געטראפן דארט א רויבער...

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 6, 2014 11:16 am

· #199193
מ גפני
berlbalaguleh
די מעשיות פון ב. שטרן. "שלושה אחים" איז געוועין אזוי סטופיד אז אפילו איך, אלס אכט יעריג אינגל האב געזעהן אז די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פוס. אויך די אנדערע מעשיות אין די סעריע, ווי למשל. "דער גריידיצער צדיק" איז אויכעט געוועין הוילע פאנטאזיע, וואס דער מחבר אדער מחברת האט אויספאנטאזירט. וכן "דער שפאלער זיידע".... 🙄 😕 😎 😂 😠 😛 😳 😈 😈 😞 😢 😮

נישט דער הייליגער ראצפערטער האט ארויסגעגעבן "שלושה אחים"?

ס'קען זיין אז דער הייליגער ראצפערטער, זי"ע האט עס איבערגעדרוקט. אבער דער אריגינאלער מחבר אדער מחברת איז געווען ב. (ביילא אדער בילקע) שטערן, פון אר"י... 😕 😎 😂 🙄 😉 😳 😮

צדיק נסתר » דינסטאג מאי 6, 2014 4:11 pm

· #199247
וויאזוי קען איך דאונלאודן די דאזיגע ביכל פון גוגל בוקס?

איך האב געזעהן דארט נאך א גוטע זיסע מעשה.

היסטאריקער » דינסטאג מאי 6, 2014 4:52 pm

· #199257
ב. שטערן (מאמע פון ר׳ מאיר שטערן ואחיו) פלעגט ארומגיין אין שפיטעלער אינטערהאלטן די חולים מיט פארציילן די מעשיות צו פארגעסן אביסל זייערע יסורים
אידען האבן געקויפט אירע ביכער צו מחזק זיין איר הייליגע ארבעט

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 6, 2014 5:01 pm

· #199259
היסטאריקער
ב. שטערן (מאמע פון ר׳ מאיר שטערן ואחיו) פלעגט ארומגיין אין שפיטעלער אינטערהאלטן די חולים מיט פארציילן די מעשיות צו פארגעסן אביסל זייערע יסורים
אידען האבן געקויפט אירע ביכער צו מחזק זיין איר הייליגע ארבעט

ייש"כ. דאס לערנט מיר נאכאמאל דעם מאמר אין די משנה אין פרקי אבות. "אל תהי בז לכל אדם" לאך נישט אויס קיין שום מענטש. ווי מאדנע ס'זאל נאר קלינגען זיין (אדער איר) התנהגות. אייביג ליגט א גוטע פעולה אינטער דעים... 😕 😎 😂 🙄 😃 🙂 😮

צדיק נסתר » דינסטאג מאי 6, 2014 6:00 pm

· #199274
צדיק נסתר
וויאזוי קען איך דאונלאודן די דאזיגע ביכל פון גוגל בוקס?

איך האב געזעהן דארט נאך א גוטע זיסע מעשה.

נו קיינער ווייסט נישט?

ברסלבער » מיטוואך מאי 7, 2014 9:15 am

· #199366
@צדיק נסתר,
דא קען מען דאנלאודן דעם ספר. לכאורה איז עס דאס וואס דו זוכסט.

צדיק נסתר » מיטוואך מאי 7, 2014 11:16 am

· #199377
ברסלבער
@צדיק נסתר,
דא קען מען דאנלאודן דעם ספר. לכאורה איז עס דאס וואס דו זוכסט.

יאפס! אט דאס זוך איך, א ריזן יישר כח און א ברכה אויף דיין קעפעלע.

צדיק נסתר » מיטוואך מאי 7, 2014 11:25 am

· #199379
איר הערט א מעשה?

אן ארענדאר האט גענומען א מלמד צו לערנען מיט זיינע קינדער, און ער האט געלערענט מיט זיי ראשית חכמה ווי "א מענטש דארף זיך היטן אין קדושת הזיווג", און "זיך היטן פון בעילות אסורות", "מען זאל ח"ו נישט מזנה זיין מיט קיין נכריות".

אט דאס האט ער געלערענט מיט יונגע קינדער.
📎 untitled.JPG

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 7, 2014 12:33 pm

· #199398
ר' צדיק נסתר: וואס איז געווען דער סוף פון די מעשה. דער ארענדאר האט געפייערט דעם מלמד. (אדער געקאלט נחום ראזנבערג?(. 😕 😎 🙄 😂 😛 😳 😢 😉 😞 😮