☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ה אייר והמסתעף בהלכה ואגדה

ה אייר והמסתעף בהלכה ואגדה

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6363
בלאט: 1 2

דריידל » מאנטאג מאי 5, 2014 10:42 am

· #198967
ה אייר והמסתעף בהלכה ואגדה
אזויווי היינט געפאלט די יום המר ועצמות, עפען איך דעם אשכול ווי דער עולם וועט קענען אויסגעבן זייערע געדאנקן און געפילן איבער'ן טאג. היינט צופרי ביי שמונה עשרה איז מיר איינגעפאלן ווי פאלגענט: ולירושלים עירך ברחמים תשו"ב - תשוב איז בגימטריה תש"ח. די ציונים האבן פון דא א שטיקל מקור אז די אויפקום פון די מדינה איז אתחלתא דגאולה, ח"ו. די סאטמערע וועלן דאס פארענטפערן מיט דעם וואס די סאטמאר רב ברענגט אין הקדמה צו ויואל משה אז נאכ'ן ביטערן חורבן איז געווען אן עת פקידה אז משיח זאל קומען נאר די ציונים האבן עס פארפאטשקעט מיט זייער מדינה.

עס איז באוויסט אז סאטמאר רב ז"ל האט געהייסן זאגן תחנון אין ה אייר אפילו אויב ס'איז געווען א ברית. זיין טעם אויף דעם איז געווען אז מ'זאל נישט זיך נישט ארויפכאפן אויף זיין נישט זאגן תחנון אלץ א שטיקל הסכמה צו די מדינה. און אלע סאטמארע בתי מדרשים פירט מען זיך אויך אזוי. מיין שאלה איז צו דאס איז אויסגעהאלטן צו טון קעגן א הלכה אין שו"ע נישט צו זאגן תחנון ווען ס'איז דא א ברית. ביים סאטמאר רב אליין וואלט נאך אפשר געקענט זיין איינער וואס עט מאכן אן עסק פון זיין נישט זאגן תחנון, אבער ביי סתם א מנין פון 10 - 15 מענטשן, פארוואס פעלט אויס צו זאגן תחנון?

אגב, די סטמורים פארציילן אז די חזון איש ז"ל האט אויך געזאגט תחנון ביי א ברית אום ה אייר. קען דאס איינער באשטעטיגן?

צום סיום, האב איך געהערט אן אונטרעסאנט זאך, אז די סטראפקעווע רב ז"ל וואס זיין יארצייט איז ו אייר, האט געזאגט, ווען ער איז שוין געווען זייער נישט געזינט אין געשפירט אז זיינע טעג זענען געציילט, האט ער געזאגט אז ער איז מתפלל אז ער זאל נישט שטארבן ה אייר ווייל ס'וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן נישט זאגן קיין תחנון צוליב די יארצייט. וכן הוי, ער איז טאקע נסתלק געווארן ו אייר

שרייבער » מאנטאג מאי 5, 2014 10:47 am

· #198968
דריידל

עס איז באוויסט אז סאטמאר רב ז"ל האט געהייסן זאגן תחנון אין ה אייר אפילו אויב ס'איז געווען א ברית.

ווי איז באוואוסט? ביי מיין מנין האט היינט איינער פארפירט אז די רבי האט קיינמאל נישט אזוי געזאגט, דאס האבן א פאר קנאים מתקן געווען, און פארשטייט זיך אז אין א מאנטאג'דיגן תחנון האט ער געהאט אסאך מיטהאלטער'ס
למעשה ווייסט איינער א מקור מוסמך אז די רבי האט טאקע געהייסן זאגן תחנון אפילו ביי א ברית?

ברסלבער » מאנטאג מאי 5, 2014 10:56 am

· #198971
אין ברסלב איז אויך דא א ה' אייר. רבי נחמן איז געפארן וואוינען סוף ימיו אויף אומאן און ער איז אנגעקומען דארט אום ה' אייר.
דאן האבן געוואוינט אין אומאן די גרעסטע משכילים, וואס פון זיי איז נשתלשל געווארן צום סוף דאס ציונות. די ברסלב-סאטמערע זאגן אז דאס וואס ער איז אנגעקומען דארט ה' אייר איז געווען זיי צו מכניע זיין.

עפל סיידער » מאנטאג מאי 5, 2014 10:56 am

· #198972
אזוי ווערט דא געברענגט
ס'א בפירושע קאווע

עפל סיידער » מאנטאג מאי 5, 2014 11:03 am

· #198976
עס האט נישט מיט סאטמאר ענדערש מיט די חזו"א
ק\פ פון אייוועלט
ביים חזון איש איז ידוע אז איינמאל האט איינער געמאכט א ברית ביי אים ה' אייר, איז ער ארויס און געהייסן זאגן תחנון. א יאר דערויף איז געווען אפאר ברית'ן ביי אים פון פרעמדע מענטשן, האט ער פארשטאנען אז די אנלויפעניש איז כדי ער זאל נישט זאגן קיין תחנון, איז ער געבליבן אין בית המדרש און געזאגט תחנון מיט יעדעם.

הגר"ח קאניבסקי שליט"א איז היינט געווען א סנדק אויף צוויי ברית'ן. איינס ביי זיך און זיין בית מדרש 'לדרמן', און איינס ביי אן אייניקעל זיינער
און דרום א"י. אעפ"כ, האט ער געהייסען ביי זיין מנין און 'לדרמן' אז מען זאל זאגען תחנון און ער האט אויך מיטגעזאגט.

שרייבער » מאנטאג מאי 5, 2014 11:06 am

· #198978
лпم iοوԴ
לויט ווי איך געדענק איז די מעשה אזוי. סאטמאר רב ז''ל האט ווי באקאנט געהאלטען אז אלע סאטמארע בתי מדרשים אין איין שטאט זענען ווי איין ביהמ''ד. און אז ס'איז געווען א ברית אין איין מנין פון איין ביהמ''ד האט מען נישט געזאגט קיין תחנון אין אלע מנינים פון אלע סאטמארער בתי מדרשים.

ה' אייר האט ער געהייסן אז נאר די מנין פון די ברית זאל נישט זאגן קיין תחנון, אבער אלע אנדערע מנינים זאלן יא.

א מקור ביטע אויף די מעשה

יתרו » מאנטאג מאי 5, 2014 11:13 am

· #198980
ס'איז א פלא אז סאטמארער רב האט חושש געווען אז איינער וועט אים האלטן פאר א ציוני אז ער זאגט נישט קיין תחנון אין ה' אייר ווייל ער האלט ה' אייר פאר א יו"ט. מילא דער חזון אי"ש נא, אבער סאטמאר רב ?

דריידל » מאנטאג מאי 5, 2014 11:15 am

· #198981
דעם שבת האב איך געהערט ווי איינער זאגט אז און פרשת אמור איז דאך אויסגערעכענט אלע ימים טובים און די רוקח זאגט אז די פרשת המנורה שטייט גראד נאך די ימים טובים אלץ א רמז אויף חנוכה. די בני יששכר לייגט צו אז נאך די פרשת המנורה שטייט וועגן די לחם הפנים וואס איז א רמז אויף פורים. עכ"פ פרעגט ער ווי איז מרומז ה אייר? ענטפערט ער אז סוף פרשה שטייט א מעשה מיט עפעס א "ישראלי בן הישראלית" רעדט מען דאך פון איזראעליס, שטייט דארט ויקב את השם ויקלל. אטעדא איז מרומז ה אייר. ודפח"ח

דריידל » מאנטאג מאי 5, 2014 11:17 am

· #198983
יתרו
ס'איז א פלא אז סאטמארער רב האט חושש געווען אז איינער וועט אים האלטן פאר א ציוני אז ער זאגט נישט קיין תחנון אין ה' אייר ווייל ער האלט ה' אייר פאר א יו"ט. מילא דער חזון אי"ש נא, אבער סאטמאר רב ?


ער האט נישט חושש געווען אז מ'וועט אים האלטן פאר א ציוני, ער האט מער מורא געהאט אז מ'וועט דאס ניצן אויף חוזק צו מאכן און אפשוואכן זיין מערכה קעגן ציונות.

יין שרף » מאנטאג מאי 5, 2014 12:54 pm

· #198996
דריידל
דעם שבת האב איך געהערט ווי איינער זאגט אז און פרשת אמור איז דאך אויסגערעכענט אלע ימים טובים און די רוקח זאגט אז די פרשת המנורה שטייט גראד נאך די ימים טובים אלץ א רמז אויף חנוכה. די בני יששכר לייגט צו אז נאך די פרשת המנורה שטייט וועגן די לחם הפנים וואס איז א רמז אויף פורים. עכ"פ פרעגט ער ווי איז מרומז ה אייר? ענטפערט ער אז סוף פרשה שטייט א מעשה מיט עפעס א "ישראלי בן הישראלית" רעדט מען דאך פון איזראעליס, שטייט דארט ויקב את השם ויקלל. אטעדא איז מרומז ה אייר. ודפח"ח

ס'איז מרומז גלייך פאר די פרשת המועדים. ויוסף חמישיתו, מ'דארף צולייגן א יו"ט אינעם פינף'טען...

יין שרף » מאנטאג מאי 5, 2014 1:00 pm

· #198997
גלייך נאך די פרשה פון יו"ט פסח, שטייט די יו"ט פון ה' אייר. כי תבואו אל הארץ אשר אני נותן לכם!!!



און ווי באקאנט איז די ווארט פון למנצח וואס איז שייך צום היינטיגן ספירה איז "ישמחו"...

טעפל » מאנטאג מאי 5, 2014 1:41 pm

· #199003
איינער דערציילט אז ער האט געזעהן א אינגערמאן מאכען א "מנגל" לכבוד היום, זיין ווייב מאכט די פלייש און ער זיצט מיט א "ויואל משה" פרעגט מען איהם מה זאת? זאגט ער א דאס איז די איינציגסטע ספר וואס רעדט פונעם טאג..

היימישער ליטוואק » מאנטאג מאי 5, 2014 1:45 pm

· #199004
קביעת המועדים
הסימנים לקביעת המועדים הם לפי סימן א"ת ב"ש:

א"ת, יום א' של פסח יהיה תשעה באב באותה השנה;
ב"ש, ב' של פסח יהיה א' שבועות;
ג"ר, ג' של פסח יהיה א' ראש השנה;
ד"ק, יום ד' של פסח יהיה קניין התורה והוא שמחת תורה;
ה"צ, ה' של פסח יהיה צום כפור;
ו"פ, ו' של פסח יהיה פורים שלפניו באותו השנה. ביום בו חל פורים יהיה ל"ג בעומר והסימן פל"ג
ז"ע, ז' של פסח יהיה יום העצמאות. (או"ח סי' תכ"ח א').

ומדהים לגלות שביום השביעי של פסח שבו אנו מציינים את נס קריעת ים סוף, והצלת בני ישראל מידי חיל פרעה הרודפים אחריהם, כך ביום העצמאות אנו מציינים את נס ניצחון חיילי צה"ל את כל הצבאות שצרו על מדינת ישראל ביומה הראשון לאחר אלפיים שנות גלות!
(באקומין היינט אין אי-מייל)

פלעין יודיש » מאנטאג מאי 5, 2014 2:24 pm

· #199017
דריידל
דעם שבת האב איך געהערט ווי איינער זאגט אז און פרשת אמור איז דאך אויסגערעכענט אלע ימים טובים און די רוקח זאגט אז די פרשת המנורה שטייט גראד נאך די ימים טובים אלץ א רמז אויף חנוכה. די בני יששכר לייגט צו אז נאך די פרשת המנורה שטייט וועגן די לחם הפנים וואס איז א רמז אויף פורים. עכ"פ פרעגט ער ווי איז מרומז ה אייר? ענטפערט ער אז סוף פרשה שטייט א מעשה מיט עפעס א "ישראלי בן הישראלית" רעדט מען דאך פון איזראעליס, שטייט דארט ויקב את השם ויקלל. אטעדא איז מרומז ה אייר. ודפח"ח

ודפח''ח
דעי חכם איז סאטמאר רב, וואס פון אים שטאמט די ווארט

פלעין יודיש » מאנטאג מאי 5, 2014 2:31 pm

· #199020
פאר די אלע וואס ווייסען נישט אין ארץ ישראל איז גראדע ה' אייר א שטיקעל טרויער טאג ווי זיי ריפען עס אהן יום הזיכרון, וואס דאן טרויערט מען להבדיל אויף די אלע חיילי צה''ל און די אלע יודיש בלוט וואס זענען נעבעך פארגאסן געווארן אויפן מזבח המדינה של שמד,
די אלע חגאות און פייערונגען ווערן געהאלטן ו' אייר און דאס ריפען זיי יום העצמאות
ס'איז מיר אינטערסאנט ס'קיקט אויס אז אין סאטמאר ווייסען זיי בכלל נישט פון דעם,
אדער איז דא א סיבה אויף די זאגן תחנון דווקא ה' אייר און נישט ו' אייר, ווייסט איינער?

מ גפני » מאנטאג מאי 5, 2014 3:58 pm

· #199029
טעפל
איינער דערציילט אז ער האט געזעהן א אינגערמאן מאכען א "מנגל" לכבוד היום, זיין ווייב מאכט די פלייש און ער זיצט מיט א "ויואל משה" פרעגט מען איהם מה זאת? זאגט ער א דאס איז די איינציגסטע ספר וואס רעדט פונעם טאג..

אז מ'רעדט שוין פונעם "מנגל" נאט אייך דאס:
📎 IMG-20140505-WA000.jpg

ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 5, 2014 4:09 pm

· #199031
פלעין יודיש
פאר די אלע וואס ווייסען נישט אין ארץ ישראל איז גראדע ה' אייר א שטיקעל טרויער טאג ווי זיי ריפען עס אהן יום הזיכרון, וואס דאן טרויערט מען להבדיל אויף די אלע חיילי צה''ל און די אלע יודיש בלוט וואס זענען נעבעך פארגאסן געווארן אויפן מזבח המדינה של שמד,
די אלע חגאות און פייערונגען ווערן געהאלטן ו' אייר און דאס ריפען זיי יום העצמאות
ס'איז מיר אינטערסאנט ס'קיקט אויס אז אין סאטמאר ווייסען זיי בכלל נישט פון דעם,
אדער איז דא א סיבה אויף די זאגן תחנון דווקא ה' אייר און נישט ו' אייר, ווייסט איינער?

יום העצמאות איז להבדיל ה' אייר, היי יאהר איז עס א נדחה מפני קדושת השבת.

דריידל » מאנטאג מאי 5, 2014 5:38 pm

· #199048
וואס מיינט "להבדיל ה' אייר"?
@ונבנתה העיר

ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 5, 2014 5:50 pm

· #199059
די זעלבע וואס 'דאן טרויערט מען להבדיל אויף די אלע חיילי צה''ל' מיינט.

מנשה לוסטיג » מאנטאג מאי 5, 2014 5:59 pm

· #199061
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=rA1dIRneiM8&feature=youtu.be">https://www.youtube.com/watch?v=rA1dIRn ... e=youtu.be</a>

יין שרף » מאנטאג מאי 5, 2014 11:08 pm

· #199110
פסק די פון מרן פוסק הדור הג"ר אלישיב זצ"ל...
1399343814.jpg

עפל סיידער » דינסטאג מאי 6, 2014 8:40 am

· #199147
for sale

📎 מען זיכט א קונה מיט לעכט.jpeg


update:
📎 אויך מיר א מדינה'לע.jpeg
📎 אויך מיר א מדינה'לע.jpeg

יין שרף » דינסטאג מאי 6, 2014 12:21 pm

· #199205
גלייך נאך ה' אייר, ציילט מען אין די ספירה "שלש שבועות"...

עפל סיידער » מיטוואך מאי 7, 2014 8:51 am

· #199362
א ערנסטער שאלה איז נולד געווארען ביי די חוגגי יום העצמות וואס מען טוט מיט די כלבים בעת'ן פראווען די חגא, דא האט איר א לעזונג.📎 די הינט פראווען אויכעט די חגא.jpeg

שרייבער » זונטאג מאי 11, 2014 11:20 am

· #199901
געהערט א גוט ווארט דעם שבת
סאטמאר האט שלש רגלים, כ"א כסלו, ה' אייר, און כ"ו אב

מנשה לוסטיג » זונטאג מאי 11, 2014 12:27 pm

· #199913
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=v0MvSR5xdnc">https://www.youtube.com/watch?v=v0MvSR5xdnc</a>

Ben-Shishim » זונטאג מאי 11, 2014 12:31 pm

· #199914
מנשה לוסטיג
https://www.youtube.com/watch?v=v0MvSR5xdnc


Did you also sing this by the Rebbes Tish?

עפל סיידער » זונטאג מאי 11, 2014 1:49 pm

· #199932
א פלא נישטא נאך איינע וואס זאל אזוי אפ'חוזק'ן פינעם ציוניסטישע מלכה ווי אינזער סקווירא'ר חסיד

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:38 pm

· #268965
.
📎 QuickMemo+_2015-04-23-13-36-34~2.jpg

שמעון וואלף » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:20 pm

· #269220
.
📎 IMG-20150423-WA0005.jpg

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:23 pm

· #269222
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4649846,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4649846,00.html</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:10 pm

· #269232
Re: ה אייר והמסתעף בהלכה ואגדה
ווער ווייסט, ווי שטייט ה' אייר אין שלחן ערוך? נישט זיך באנוצען מיט ע קאמפיוטער ביטע.

געוואלדיג » פרייטאג אפריל 24, 2015 12:58 am

· #269270
דאכט זיך מיר אין יו"ד ח"ב בייי חשבון הווסתות.

פאר הדור » מיטוואך אפריל 29, 2015 6:14 am

· #270813
על המדינה כראשית צמיחת גאולתנו:
<a class="postlink" href="http://maranharavkook.blogspot.co.il/2015/02/blog-post_50.html">http://maranharavkook.blogspot.co.il/20 ... st_50.html</a>

פאר הדור » מיטוואך אפריל 29, 2015 6:19 am

· #270814
היימישער ליטוואק
קביעת המועדים
הסימנים לקביעת המועדים הם לפי סימן א"ת ב"ש:

א"ת, יום א' של פסח יהיה תשעה באב באותה השנה;
ב"ש, ב' של פסח יהיה א' שבועות;
ג"ר, ג' של פסח יהיה א' ראש השנה;
ד"ק, יום ד' של פסח יהיה קניין התורה והוא שמחת תורה;
ה"צ, ה' של פסח יהיה צום כפור;
ו"פ, ו' של פסח יהיה פורים שלפניו באותו השנה. ביום בו חל פורים יהיה ל"ג בעומר והסימן פל"ג
ז"ע, ז' של פסח יהיה יום העצמאות. (או"ח סי' תכ"ח א').

ומדהים לגלות שביום השביעי של פסח שבו אנו מציינים את נס קריעת ים סוף, והצלת בני ישראל מידי חיל פרעה הרודפים אחריהם, כך ביום העצמאות אנו מציינים את נס ניצחון חיילי צה"ל את כל הצבאות שצרו על מדינת ישראל ביומה הראשון לאחר אלפיים שנות גלות!
(באקומין היינט אין אי-מייל)

יש להוסיף שיום שחרור ירושלים (כ"ח באייר) חל באותו יום בשבוע שבו חל ב' דפסח וזה מוסיף על "ב-ש".

פאר הדור » מיטוואך אפריל 29, 2015 6:21 am

· #270815
לגבי מה שהקנאים מכנים את יום העצמאות כיום העצמות, אכן זהו יום חזון העצמות היבשות של יחזקאל הנביא...

פאר הדור » מיטוואך אפריל 29, 2015 8:33 am

· #270827
ונבנתה העיר
יום העצמאות איז להבדיל ה' אייר, היי יאהר איז עס א נדחה מפני קדושת השבת.

השנה יום העצמאות הוקדם מפני קדושת השבת.

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 12, 2016 11:49 pm

· #332863
וויכטיגע דערמאנונג
📎 CiRu8tqUoAAPTb8.jpg

קל וחומר » פרייטאג מאי 13, 2016 12:00 am

· #332864
Re: ה אייר והמסתעף בהלכה ואגדה
עוקר הלכה?

איז דא א פסק דערויף, אדער סתם הרגשים?

אינטערסאנטער » פרייטאג מאי 13, 2016 12:27 am

· #332865
אויב עס באדערט דיך ווען מען איז עוקר אן הלכה, זאל זיך באדערן די מדינה וואס איז א פאבריק פון עוקר זיין הלכות

קל וחומר » פרייטאג מאי 13, 2016 12:30 am

· #332868
Re: ה אייר והמסתעף בהלכה ואגדה
אויב עס באדערט דיר מדינה, זאל דיך באדערן קרית יואל וואס זייעט אן די גרעסטע חילול ה' מאז הייתה ישראל לגוי.

קל וחומר » פרייטאג מאי 13, 2016 12:39 am

· #332872
Re: ה אייר והמסתעף בהלכה ואגדה


נאדיר
די צווייטע מערסטע טרענדינג סירטש אויף ספר פנים! נישט שטיינמאן, נישט מאנסי.

אינטערסאנטער » פרייטאג מאי 13, 2016 12:39 am

· #332873
קודם כל ווער זאגט עס באדערט מיך נישט.
אבער בכלל איז דאס טענו בחטים והודו לו בשעורים, אנשטאט צו זיך האלטן צו די פוינט, שרייסטו אריין טול קורה מבין עיניך, דאס מיינט בכלל נישט פארענטפערט מיין אפפרעג צו דיין תגובה, און א פרייליכן ערב קראצמעך

קל וחומר » פרייטאג מאי 13, 2016 12:40 am

· #332874
Re: ה אייר והמסתעף בהלכה ואגדה
ווער זאגט עס באדערט מיך נישט מדינה?

אינטערסאנטער » פרייטאג מאי 13, 2016 12:45 am

· #332875
קל וחומר
ווער זאגט עס באדערט מיך נישט מדינה?


אקעי דאס האב איך געוואלט הערן... איך קען שוין גיין שלאפן א גיטע נאכט

קל וחומר » פרייטאג מאי 13, 2016 12:48 am

· #332876
Re: ה אייר והמסתעף בהלכה ואגדה
כ'האב נישט געזאגט אז ס'באדערט מיך, כ'האב אבער אויך נישט געזאגט אז נישט.

אינטערסאנטער » פרייטאג מאי 13, 2016 1:07 am

· #332877
סאו ליין נאכאמאל איבער מיין ערשטע הערה

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 13, 2016 6:16 am

· #332883
Re: ה אייר והמסתעף בהלכה ואגדה
וואס האט איינס מיט'ן צווייטען? מ'מאכט אן עסק פון שטותים. ווען א איד טוט אן עבירה טויג נישט, און ווען ער טוט א מצוה טויג יא. ס'איז נישט דא קיין זאך ווי א 'מדינה' לגבי דעם. און ווען א סאטמארער איז מחליט צו זאגען תחנון אין א מנין וואס האט דארט א סנדק, האט ער פונקט אזוי אנגעפיפען א הלכה ווי דער ציוניסט ווען ער עסט וואס מ'טאר נישט צו וואס.
נאר דער סאטמארער איז א צבוע, נישט סתם א חוטא ווייל ער טוט עס אונטער א שלייער פון כלומרשט אידישקייט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

גר ותושב » פרייטאג מאי 13, 2016 9:27 am

· #332887
Re: ה אייר והמסתעף בהלכה ואגדה
איך האב געהערט פון א יוד א טעם נכון מאד פארוואס איז מען מקפיד אין סאטמער צו זאגן ה אייר תחנון ווייל אגאנץ יאר זאגן זיי אז מעשיהם גרמו און ווען נישט די ציונים וואלט דאך משיח געקומען וועיגן דעים זאגן זיי האנט אשמנו בגדנו זיי זענען זיך מודה אז מעשי ידיהם עצמו איז מעכב די גאולה.

שמעון וואלף » פרייטאג מאי 13, 2016 9:46 am

· #332889
אאה! די הנאה וואס האט זיך באוויזן אויפ'ן פנים פונעם יונגערמאן היינט ווען די חזן האט אויסגעלאזט המברך את עמו ישראל בשלום און ער האט אנגעהויבן אלקינו ואלקי אבותינו מיט א פרישקייט, פארזיכערענדיג אז די בעל תפילה זאגט נישט בטעות קדיש. קוים געקענט ווארטן פאר די געלעגענהייט אריינצופליקן פאר די ציונים אין זיבעטן ריפ.
א נקמה אין הרצל ימ"ש
בלאט: 1 2