☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » איז מעגליך צו פרינטן א פייל דירעקט פון א סעלפאן ?

איז מעגליך צו פרינטן א פייל דירעקט פון א סעלפאן ?

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6362

שכלדיג » מאנטאג מאי 5, 2014 9:37 am

· #198958
איז מעגליך צו פרינטן א פייל דירעקט פון א סעלפאן ?
איך דארף הילף!!!
איך האב א גאלעקסי פאן (ענדרויד) מיט אינטערנעט (פאר ביזנעס), איך באקום אי מעילס מיט PDF פיילס וואס איך דארף ארויס פרינטן, ווען איך בין אין די קאנטרי ווי איך האב נישט קיין וויי פיי און נישט קיין אינטערנעט (אויסער אויף מיין סעל) איז דאס מעגליך ארויס צו פרינטן?

שכלדיג » מאנטאג מאי 5, 2014 10:16 am

· #198964
יישר כח, אבער לויט ווי עס זעט אויס דארף דער פרינטער זיין מחובר צום אינטערנעט, און ווי געשריבן, איך האב דארט נישט קיין אינטערנעט און נישט קיין וויי פיי.

פישלע העררינג » מאנטאג מאי 5, 2014 11:01 am

· #198975
שכלדיג
יישר כח, אבער לויט ווי עס זעט אויס דארף דער פרינטער זיין מחובר צום אינטערנעט, און ווי געשריבן, איך האב דארט נישט קיין אינטערנעט און נישט קיין וויי פיי.

דו רעדסט דאך @שכלדיג, איז וויאזוי קלערסטו אז דער פרינטער זאל באקומען די דאטא פון דיין טעלעפאן צו זיך, אן אינטערנעט און אן וויי פיי?

עס זענען געראדע דא טעלעפאן'ס וואס האבן א אינפרארעד וואס קען שיקן דירעקט צו א עיטש פי פרינטער וואס פארשטייט זיך מיט אינפרארעדישע שפראך. זוך וועסטו טרעפן. אלטע מאדעלס.

מ גפני » מאנטאג מאי 5, 2014 11:36 am

· #198987
ס'איז אויך דא בלו-טוט ענעיבעלד פרינטערס

מצטמק ויפה » מאנטאג מאי 5, 2014 11:53 am

· #198990
אויב עס איז קליינע זאכן, וואלט געווען די גרינגסטע, צו מאכן א סקרי'ן שא'ט, און אזוי ארויס פרינטע'ן.

שכלדיג » מאנטאג מאי 5, 2014 1:37 pm

· #198999
איך ווייס אז עס זענען פארהאן עפפס וואס מאכן דעם סעל אלץ א HOT SPOT און מען ניצט דעם סעלל'ס אינטערנעט, איז מיין פראגע צו איך קען קאנעקטן צום פרינטער דורך דעם סעלל'ס אינטערנעט,

קליגער אינגערמאן » מאנטאג מאי 5, 2014 7:22 pm

· #199077
א ווייפיי פרינטער מיט א ווייפיי רויטער העט מאכן די זאך אפילו אנע אינטערנעיט.

איחוד פעלד » מאנטאג מאי 5, 2014 8:04 pm

· #199084
קליגער אינגערמאן
א ווייפיי פרינטער מיט א ווייפיי רויטער העט מאכן די זאך אפילו אנע אינטערנעיט.


דאס איז די וועג צו גיין.

א בראדער פרינטער קען געןועהליך פרינטען פין דער בראדער אפפ. עס פרינט אבער נישט אזוי קלאר.

קליגער אינגערמאן » מאנטאג מאי 5, 2014 8:56 pm

· #199095
וואס הייסט נישט קלאר ? @איחוד פעלד

שמערל » מאנטאג מאי 5, 2014 9:00 pm

· #199096
די פשוטסטע סאלושן איז א USB OTG.
די דארפסט דאונלוידן די עפפ Print hammermill, און די קענסט געהעריג פרינטן, דירעקט צום פרינטער.

שכלדיג » מאנטאג מאי 5, 2014 10:57 pm

· #199107
מיט די USB OTG און די print hammermill עפפ, וועט דאס נארמאל פרינטן ווי פון א קאמפיוטער?

איחוד פעלד » מאנטאג מאי 5, 2014 11:56 pm

· #199117
קליגער אינגערמאן
וואס הייסט נישט קלאר ? @איחוד פעלד



דער די פי איי איז נישט אזוי הויך ווי פין א קאמפיוטער.

שמערל » דינסטאג מאי 6, 2014 12:33 am

· #199125
יא

שכלדיג » זונטאג יוני 8, 2014 12:36 pm

· #204752
שמערל
די פשוטסטע סאלושן איז א USB OTG.
די דארפסט דאונלוידן די עפפ Print hammermill, און די קענסט געהעריג פרינטן, דירעקט צום פרינטער.


יישר כוחכם רבי שמערל, ס'האט זייער פיין געארבייט!!!

נאך א פשט » זונטאג יוני 8, 2014 4:56 pm

· #204811
קענסט אויך קענעקטן די פאון צו די קאמפיוטער דורך USB און ניאכדעם עפענען די פייל אויף די קאמפיאטער (אזוי ווי א פלעש דרייוו) און עס פרינטען. מען דארף נישט קיין שום עפפ פארדעם.

שמערל » זונטאג יוני 8, 2014 10:07 pm

· #204895
@שכלדיג
עס איז דא א פארמאלע וועג וויאזוי מען באדאנקט אין דעם שטיבל.

שכלדיג » זונטאג יוני 8, 2014 11:26 pm

· #204920
שמערל
@שכלדיג
עס איז דא א פארמאלע וועג וויאזוי מען באדאנקט אין דעם שטיבל.

וויאזוי?