הלכות עירוב על פי חכמי לעיקוואוד
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6358
הלכות עירוב על פי חכמי לעיקוואוד
אמאל האט מען געוואוסט אז א פסק פון א רב האט צוטוהן מיט וואס ער האלט די הלכה איז, און עס האט זיך געטוהן פון מאל צו מאל גרויסע מחלוקת'ער דער האט געשריבען תשובות אזוי דער אזוי יעדער לויט ווי ער האט מברר געווען די הלכה.
לעצטנס איז דא א נייער מושג. אז די הלכה ווערט נקבע לויט וויפיל מענטשען ווילען עס זאל זיין די הלכה אזוי. און אז א רב האלט אז אן עירוב איז כשר, אבער אנדערע רבנים אדער סתם מענטשען ווילען נישט עס זאל זיין אן עירוב מאיזה סיבה שיהיה, ווערט דער עירוב ממילא פסול, ע"פ הלכות טעראר ושליטה, אדער אויף לשון הקודש "השקפה".
אויך ביי די ליטווישע אין לעיקוואד איז די זעלבע זאך. די ראשי ישיבות האבען עפעס א מנהג אז "מען מאכט נישט אן עירוב". זיי ווייסען אליינס נישט פונקט פארוואס, אבער אזוי. און אז זיי ווילען אזוי, האט קיינער נישט קיין רעכט זיך צו דינגען. לעצטנס האט עפעס ר שטיקל געגנט זיך געמאכט אן עירוב בהכשר איינער פון די מערסטע אנגענומענע פוסקים אין לעיקוואד, אבער נאך דרוק פון די משתלטים על הציבור איז זיין הכשר בטל. קוקטס גוט די נוסח וויאזוי רבנים פסקנען הלכות היינטיגע טעג.

נאך א מזל אז דער הרב ש.מ.כץ הייסט נישט קליין אדער קרויס אויפ'ן לעצטן נאמען..ווייל דאן וואלט איך געהאט א מורא'דיגע ראשי תיבות. נאר אינז לערן מיר ווי רש"י הק' אין פר' חיי שרה. "בת ק' כבת כ'". והנה. הרב ש.מ.ק. שליט"א האט געאסר'ט די עירוב... 😕 😂 🙄 😠 😛 😳 😈 😈 😢 😞 😉 😮
ווען חסידים האבען אויפגעהערט עסען געבראקס, איז עס געוועהן ווייל מען האט אנגעשריבען תשובות און מברר געוועהן די חשש, אדער ווייל מען האט געוואלט פארמירען א עדה, מאכען א הבדל, צו ווייזען אז חסידים זענען נישט אין אלעס מקיל, נאר זיי זענען גאר מחמיר אויף עפעס וואס זיי האבען געוויסט דער חדר הגר"א וועט קיינמאל נישט טוהן.
וכן הדבר עד ימינו ועד ביאת הגואל. ווען די זאלונים אסר'ן אריזאנא ווייץ, און די אהרונים אסר'ן צומת הגידין. וכו'.
📎 no+eiriv05032014232017.jpeg
לעיקוואוד האט אים נישט בשלימות געפאוסט, איך זעה ער האט מכוון געווען בדעתו צום בעל ה'בעולמם של חרדים.
במח"כ לעיקוואד דו ווייסט דאך גאנץ גוט אז ישיבה לייט זענן מחמיר, ובפרט בהלכות שבת. דא איז פאראן דער משכנות יעקב און דער משנ"ב און ר' משה, איז דאס נישט גנוג א סיבה זיך אפצוזאגן פון גיבן א הכשר אויף דעם עירוב?
ער זאגט נישט אז מטאר נישט, ער זאגט אז כדי צו פארמיידן מחלוקת גיבט ער מער נישט זיין השגחה. וואס איז שלעכט? כמותו ירבו!
וואלט נישט גווען מער שלום אין ברוקלין לולא דאס וואס זיי האלטן אן דעם עירוב?
איז נישט דאס דער טעם פארוואס אל ישנה מן המנהג, כדי שלא לעשות מחלוקת?
ישיבה לייט זענען מחמיר, פאר זיך. נישט זיי מאכען א מחלוקת אויב א צווייטער רב וויל מאכען אן עירוב.
לעיקוואדישיבה לייט זענען מחמיר, פאר זיך. נישט זיי מאכען א מחלוקת אויב א צווייטער רב וויל מאכען אן עירוב.
ווער קומט יעדעס יאר קיין וויליאמסבורג האלטען שארפע רעדעס
קעגן רבנים וואס האבען געמאכט אן עירוב?אין ''לאנדאן'' 'מאנטשעסטער' און ווי נישט זענען בעיקר די פארפירער די ליטווישע ישיבה לייט וואס זענען חושש לרה''ר דאורייתא.
הגם אז די מעשה אין לעיקוואוד איז באמת עקעלהאפטיג, מ׳׳מ איז דער מציאות נישט ממש ווי דו זאגסט.
א. הרב אהרן קאטלער האט געהאלטען ווי דער משכנות יעקב. יעצט די היינטיגע קטלא קניא׳ס )ראש ישיבות בלע׳׳ז( ווייסען נישט בחייכון וביומיכון, מ׳׳מ ס׳איז געבויט אויף עפעס.
ב. די היינטיגע התנגדות צו די גרויסע עירוב איז געבויט אויף עפעס וואס האט א נאמען ׳השקפה׳. דער פונקטליכע טייטש פון דאס ווארט ווייס איך נישט. וועלכע השקפה איז דאס? אבער ס׳איז עפ׳׳י רוב נישט מענטשען וואס קענען הלכה.
ג. גערעכט אז הלכה דארף תשובות אבער קהלה זאכען זענען אנדעריש. ווען ס׳איז דא א מחלוקת אין א שטאט וויאזוי דער קהלה זאל זיך פיהרען, איז נישט מעגליך צוויי דעות. א קאר האט נאר איין דרייווער. ווען די יחידים אין לאנדאן וואלטען געהאט די מידנעסטע דרך ארץ פאר רוב מנין ובנין פון רבנים אין שטאט וואלטען זיי פארש5אנען אז5 קהלה זאך מעג נישט געפיהרט ווערען פון א יחיד. הרב ש.מ.כ. איז נישט רב אין שטאט און ער וווינטמנישט דארט אין געגענט און ער וואלט געמעגט אויסקומען מיט די לאקאלע מענטשען פאר ער גיבט א הכשר.
ד. לויט ווי איך האב געהערט איז די טענה דארט אז קינדער שפילען אין גאס שבת נאך מיטאג. I saw kids on a rip-stick on shabbos afternoon !!. איך פרעג זיי ׳נו, איז וואס׳ און איך הער נישט קיין תירוץ, אבער בכל אופן דאס איז די מעשה.
ה. ווען הרב כ׳׳ץ וועט ארויסלאזען זיין תשובות אויף זיין מצה בעקעריי און זיך פאר׳ענטפערען פארוואס ער האט באהאלטען זיין קולות דארטען, וועט ער מעגען פאדערען פון זיין קעגענער צו שרייבען תשובות להלכה.
ו. לעיקוואוד איז נישט קיין חסידות ווי מ׳קען דינגען יונגעלייט צו שרייבען א תשובה און מ׳דארף נישט נעמען קיין אחריות דערויף. ווי איז אהרן ט׳׳ב׳ס תשובה וועגען ווייץ? לעיקוואוד האט נישט קיין א. סיימאן און נישט קיין י.מ.אינדיג פאר די זאכען.
שכויעח ר ליטוואק, הגם אויף די סברות קען מען זיך דינגען, בעיקר האב איך גיעפענט דער אשכול צו הערען מער אינפארמאציע און צדדדים. איך וויל אייך אבער פרעגען אביסעל מער.
הרב כץ איז נישט אן אנגענומענע רב אין שטאט? וויפיל איך ווייס הייסט ער פון די וואס מען פרעגט שאלות בהלכה אין שטאט, נישט ווייניגער פון אלע אנדערע רבנים. די מעשה מיט די מצה בעקעריי ווייס איך נישט. אפשר פארציילסטו?
איז עס טאקע די לאקאלע מענטשען וואס לאזן נישט, אדער אפאר מאכערס וואס האבען מחליט געווען זיך מתנגד זיין? איך פארשטיי אז די תושבים האבען עס געמאכט, זיי האבן נאר געזוכט א בעל מכשיר. און די לעיקוואד עסטעבלישמענט לייגט טעראר אויף רבנים זאלן נישט געבן קיין הכשר אויף עירובין.
לעיקוואד איז א גרויסער שטאט מיט אסאך מענטשען זיי מעגן זיך פירען ווי זיי פארשטיין, און מרעדט נישט בכלל פון אן עירוב אויף די גאנצע שטאט נאר איין געגנט.
איתא בכתבי אריז"ל דלא יבא בן דוד עד שישתוו לייקווד ווילאמסבורג ויעשו כאגודין זה בזה וזה בזה, והוא יהיה מפלאי ימות המשיח.
מענין לענין פארציילט מיר איינער א געשיכטע אז הרב כ"ץ האט זיך אמאל איינגעבעטן ביי ר משה מנחם ווייס ער זאל אים געבן די שליסל צו דער מקוה, אז א פרוי זאל זיך קענען טובלען פרייטאג בייטאג ווייל אין די קאנטרי איז נישטא קיין מקוה פאר פרייטאג צונאכטס און דער מאן פארט שוין אוועק זונטאג אינדערפרי.
פרעגט אים ר' משה מנחם, זי קען דאך גיין מוצאי און מאיז נישט מתיר א טבילה ביום נאר בדוחק גדול ובדיעבד גדול.
ענטפערט ער אים cause one time is not enough ודפח"ח.
ר' משה מנחם האט אים נישט געגעבן די שליסל.
כוכבמענין לענין פארציילט מיר איינער א געשיכטע אז הרב כ"ץ האט זיך אמאל איינגעבעטן ביי ר משה מנחם ווייס ער זאל אים געבן די שליסל צו דער מקוה, אז א פרוי זאל זיך קענען טובלען פרייטאג בייטאג ווייל אין די קאנטרי איז נישטא קיין מקוה פאר פרייטאג צונאכטס און דער מאן פארט שוין אוועק זונטאג אינדערפרי.
פרעגט אים ר' משה מנחם, זי קען דאך גיין מוצאי און מאיז נישט מתיר א טבילה ביום נאר בדוחק גדול ובדיעבד גדול.
ענטפערט ער אים cause one time is not enough ודפח"ח.
ר' משה מנחם האט אים נישט געגעבן די שליסל.
ר' כוכב: זיי נישט ברויגז. אבער א טבילה אום מוצאי שבת העלפט נישט ווען מ'דארף גיין פרייטיג צו נאכטס. און סתם אזוי טאר מען דאך נישט אפשטופן דעם זמן טבילה. נאר ווער ביניך דען (חוץ א פשוט'ע בעל עגלה) מחליט צו זיין וואס איז בעסער . גיין טבילה בייטאג אדער אפשטופן דעם זמן טבילה... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😮
ר' ליטוואק פון בודאפעסט: דיין מאמר איז זייער פיין און וואויל. אבער אויף נקודה "ב" האב איך א שטארקע טענה. אינז האמיר א תורה און הלכה. וואס צו טון נעמט מען פון שו"ע. נישט פון יענעמ'ס בויך ווייטאג וואס מ'רופט "השקפה". ס'איז פונקט אזוי ווי "הרב" ישראל מ. סופר, שהוא פאוני ושמו פאוני. ער האט געטענה'ט אז מ'טאר נישט מאכן אן עירוב אין וויליאמסבורג, און בארא פארק ווייל ער האט זיך געדרייט ביים רעבי'ן זי"ע אין שטוב, און ר'האט קיינמאל נישט געהערט אז דער רעבע זכוסע יאגן אליינע זאל האבן געזאגט אז מען מעיג מאכן אן עירוב... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😈 😈 😉 😮
רבי בערל און הרב לעיקוואוד- איך זאג נישט מיין מיינונג. די זיינען די נקודות וואס מענטשען זאגען און זייערע טענות. איך האב אביסל חוזק געמאכט פונ׳ם השקפה טענה, ווייל ס׳איז לופט און נערישקייטען.
הרב כ׳׳ץ איז נאר איין מו׳׳צ אין שטאט, ער איז נישט שטאט׳ס רב, און דעריבער, הגם זיין מיינונג איז אפשר נישט אוועקצומאכען, מ׳׳מ טאר ער נישט טוהן אליינס. אנדערע קענען אויך, און זאכען וואס זענען נוגע א ציבור טאר נישט בלייבען אין די הענט פון אן אומערוועלטע יחיד.
ביטע דערמאנט מיר נישט י.מ.סופר ביים קאווע טרינקען. ס׳קען אפשר פלאצען קאווע פון אלע זייטען. אבער לגופו של ענין, איך האב גערעדט אמאל מיט א איד וואס איז געווען א רב אין א שטאט, נישט קיין שטיבעל רב נאר אויפגענומען פון׳ם ציבור צו פירען דער שטאט. איך האב איהם געפרעגט הלמאי מאכט ער נישט קיין עירוב אין שטאט. האט ער מיר געגעבען צו פארשטיין אז ס׳איז א גרויס שטאט אבער דער אידישע חלק איז זייער קליין. ממילא טאמער ער וועט מאכען אן עירוב נאר ביים אידישע׳ן געגענט, וועט מען נישט וויסען קלאר ווי ס׳ענדיגט זיך און ס׳וועט זיכער ארויסקומען חילול שבת. ארום די גאנצע שטאט איז נישט געווען מעגליך צו מאכען עירוב. דאס איז א רב׳ס א חשבון, וואס אפילו ווען איינער וועט זיך דינגען, מ׳׳מ איז דאס נישט קיין בויכוויי נאר אחריות פאר׳ן ציבור. למעשה איז דער רב דער מכריע אין די זאכען. היינט אין אמעריקא איז נישט דא קיין עכטע קהלות, ממילא פאסט נישט אזעלכע חשבונות, אבער בכל אופן עקזיסטירען זיי, און מיין שכל זאגט אז רוב דעות פונ׳ם רבנים אין געגענט זאלען מכריע זיין, נישט א מו׳׳צ פון אן אנדערען שטאט, נישט יונגעלייט מיט זייערע אוצר החכמה, נישט דער מיקל ווער ס׳זאל נאר זיין, נאר רוב אויפגענומענע רבנים וואס האבען די לאסט פונ׳ם ציבור אויף זיך.
ר' ליטוואק פון בודאפעסט שליט"א" ייש"כ פאר ענטפערן אזוי שיין. על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר. (קרעדיט בערל בעל העגלה.) . נאר אויף די טענה פונ'ם מו"ץ ומרא ד'אתרא פונ'ם קליין שטעטעלע פארוואס ער מאכט נישט קיין עירוב אין זיין שטאט. מחשש אז דער עוילעם וועט טראגן מחוץ לעירוב. אויף דעים איז דא אן עצה. מ'קען לייגן סיינס וואו דער עירוב ענדיגט זיך. "עד כאן העירוב". מיט אדער אן די מאפע פונ'ם עירוב. אויך לייגן אין די היימישע פאון בוק. אויב ס'איז דא. ווען נישט קענמען דאס אריינלייגן אין "ווערייזאן" פאון בוק. (פאר באצאלט, שטייצעך... אויך ארויפלייגן אויפ'ן טמא'נעם אינטערנעט, רח"ל. אויפ'ן וועבסייט פון די קהילה קדושה... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😃 🙂 😉 😮
נאך אלעס, זענן די ראשי ישיבה שליט"א דאס נענסטע וואס איז שייך צו א רב.
איך גלויב אז דער קאנטראל און אחריות פון זיי צו די שטאט איז בערך דאס וואס עס איז גווען פון א פארצייטישע רב צו זיין קהילה. (מיינוס פסק'ן שאלות אויף למעשה, וועלכע אסאך רבנים אין די לעצטערע דורות האבן אויך שוין נישט גטוהן, כידוע.)
berlbalagulehכוכבמענין לענין פארציילט מיר איינער א געשיכטע אז הרב כ"ץ האט זיך אמאל איינגעבעטן ביי ר משה מנחם ווייס ער זאל אים געבן די שליסל צו דער מקוה, אז א פרוי זאל זיך קענען טובלען פרייטאג בייטאג ווייל אין די קאנטרי איז נישטא קיין מקוה פאר פרייטאג צונאכטס און דער מאן פארט שוין אוועק זונטאג אינדערפרי.
פרעגט אים ר' משה מנחם, זי קען דאך גיין מוצאי און מאיז נישט מתיר א טבילה ביום נאר בדוחק גדול ובדיעבד גדול.
ענטפערט ער אים cause one time is not enough ודפח"ח.
ר' משה מנחם האט אים נישט געגעבן די שליסל.
ר' כוכב: זיי נישט ברויגז. אבער א טבילה אום מוצאי שבת העלפט נישט ווען מ'דארף גיין פרייטיג צו נאכטס. און סתם אזוי טאר מען דאך נישט אפשטופן דעם זמן טבילה. נאר ווער ביניך דען (חוץ א פשוט'ע בעל עגלה) מחליט צו זיין וואס איז בעסער . גיין טבילה בייטאג אדער אפשטופן דעם זמן טבילה... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😮
בערעל
מיינסט אוודאי צוזאגען אז פרייטאג בייטאג קען מען נישט גיין נאר אויב די טבילה פאלט דאנערשטאג ביינאכט, אוןנאויב אזוי האט זי געקענט גיין דאנערשטאג. ודו"ק.
רבי בערל- דו האסט רעכט זיך צו דינגען פריוואט, אבער למעשה האף איך אז דו ביסט מסכים אז די הכרעה דארף בלייבען אין די הענט פונ׳ם אויפגענומענעם רב, ניין?
און להיות משיב כהלכה, דיין עצות זענען ריכטיג אפשר אין דיין אומשטענדען, אבער די מעשה איז געשען מיט א רב וואס איז אינ׳ם עלמא דקשוט שוין באלד עלעף יאר. ס׳איז דעמאלס נאך נישט געווען קיין סמארטפרונ׳ס און ממילא דער צוטריט צום אינטערנעט איז געווען באגרעניצט און מ׳האט זיך נישט געקענט פארלאזען דערויף. אפילו היינט איז יענער שטאט א פארפרומטע מיט ווייניג אינטערנעט באנוצערס. עד כאן העירוב שילדען איז נישט פראקטיש אין יענער גויישע שטאט. איך ווייס אז ס׳איז שווער פאר אן אמעריקאנער, ובפרט פון א זייער היימישע שטאט ווי ב.פ. אדער וומסב׳׳ג, אנערצוקענען א מציאות וואס איז גאנץ אנדעריש פון וואס דו ביסט איינגעוואוינט, אבער דאס איז א שטאט ווי מ׳מאכט הכנסת ספר תורות אויפ׳ן סיידוואל׳׳ק. איך וויל נאר ארויסברענגען אז יעדער שטאט האט איהר מצב און אן אויסגעהאלטענע רב דארף וויסען וויאזוי זיך צו פארען דערמיט, און די מגפה פון יונגעלייט מיט קונטריסים איז א צרה פון ביידע זייטען.
היימישע ליטוואק - Let's not go there.
ליטוואק פון בודאפעסט
היימישע ליטוואק - Let's not go there.
דאס זעלבע איז גזאגט גווארן אויף יעדע רב פון א שטאדט בכל דור ודור.
היימישער ליטוואקנאך אלעס, זענן די ראשי ישיבה שליט"א דאס נענסטע וואס איז שייך צו א רב.
איך גלויב אז דער קאנטראל און אחריות פון זיי צו די שטאט איז בערך דאס וואס עס איז גווען פון א פארצייטישע רב צו זיין קהילה. (מיינוס פסק'ן שאלות אויף למעשה, וועלכע אסאך רבנים אין די לעצטערע דורות האבן אויך שוין נישט גטוהן, כידוע.)
נאר זיי האבן געלאזט די דיינים פון שטאט פסק'נען. כעין די באקאנטע מעשה מיט'ן רעבין און בעל עגלה וועלכע האבן זיך געטוישט די בגדים פאר זיי זענען אריין געקומען אין שטאט. דער בעל עגלה האט געשפילט די ראלע פון רעבע. און דער רעבע האט געשפילט די ראלע פון בעל עגלה. נאר דער "רעבע" האט אייביג מקפיד געווען אז זיין בעל עגלה זאל זיצן לידו.. ווען ס'איז אונטערגעקומען א שאלה האטציך די "רעבע" צולאכט, און געזאגט. "אזא גרינגע שאלה פרעיגט איר? דאס קען דאך מיין בעל עגלה אויך פסק'נען"... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😳 😮
ליטוואק, פארוואס איז א הכשר אויף אן עירוב פון אפאר גאסען אין א שטאט (וואס דאס איז מער ווייניגער סתם א פארמאלער זאך, עס איז נישט דער רב וואס מאכט עס, נאר געווענטליך אינגעלייט וואס זענען בקי אין עירובין, דער רב לייגט נאר צו זיין נאמען) עפעס א 'שטאטישע ת זאך, וואס עס מעג נישט זיין אין דעם קיין מחלוקת צווישען צוויי מו''צ'ן אין שטאט, מער פון א מחלוקה אויב א פרוי מעג שוין גיין אין מקווה למשל?
דאס איז פונקט די 'השקפה' טענה וואס איר זענט מסכים אז ס'שטותים.
כוכבמענין לענין פארציילט מיר איינער א געשיכטע אז הרב כ"ץ האט זיך אמאל איינגעבעטן ביי ר משה מנחם ווייס ער זאל אים געבן די שליסל צו דער מקוה, אז א פרוי זאל זיך קענען טובלען פרייטאג בייטאג ווייל אין די קאנטרי איז נישטא קיין מקוה פאר פרייטאג צונאכטס און דער מאן פארט שוין אוועק זונטאג אינדערפרי.
פרעגט אים ר' משה מנחם, זי קען דאך גיין מוצאי און מאיז נישט מתיר א טבילה ביום נאר בדוחק גדול ובדיעבד גדול.
ענטפערט ער אים cause one time is not enough ודפח"ח.
ר' משה מנחם האט אים נישט געגעבן די שליסל.
ליל טבילה איז געווען פרייטאג צו נאכטס.
דעם אכטן בייטאג איז דא א רבי משה וואס איז מתיר בדיעבד גדול. דעם זיבעטן בייטאג האט כמעט נישט קיין היתר להלכה.
ר' ליטוואק פון בודאפעסט: ס'איז גוט אז "בודאפעסט" איז א טייל פון דיין חתימה. ס'וואונדערט מיך אז דו האסט נישט באמערקט אז די דאזיגע תגובה מיינע איז געווען "טאנג-אין-טשיעק"... 🙄 😂 😮
לעיקוואדליטוואק, פארוואס איז א הכשר אויף אן עירוב פון אפאר גאסען אין א שטאט (וואס דאס איז מער ווייניגער סתם א פארמאלער זאך, עס איז נישט דער רב וואס מאכט עס, נאר געווענטליך אינגעלייט וואס זענען בקי אין עירובין, דער רב לייגט נאר צו זיין נאמען) עפעס א 'שטאטישע ת זאך, וואס עס מעג נישט זיין אין דעם קיין מחלוקת צווישען צוויי מו''צ'ן אין שטאט, מער פון א מחלוקה אויב א פרוי מעג שוין גיין אין מקווה למשל?
דאס איז פונקט די 'השקפה' טענה וואס איר זענט מסכים אז ס'שטותים.
צוויי מוצים אין איין שטאט איז בל תתגודדו. צוויי בתי דין איז מותר. דערווייל איז נאך דא איין בית דין, דהיינו איין צענטרעלא כח אין שטאט.
היימישע - אז דו ווילסט עפענען אן אשכול וועגען די לעיקוואוד ראש ישיבות און זייער טעטיגקייטען לתורה ולתעודה, ביסטו מכובד, נאר ס׳איז נישט אזוי גלאט ווייל רוב לעיקוואוד קען נישט ליינען און זיכער נישט שרייבען קיין אידיש. אבער למעשה קען איך נישט קיין איין קהלה צורך וואס זיי האבען געהאלפען, אחוץ פון זיך מישען אין מחלוקת. יא, יעדער עסקן וואס מאכט אן ארגאניזאציע און וויל נישט קיין טראבעל פון זיי מאכט רישעל׳ס זוהן פאר דער ראש המוסד וחסל. מ׳גיבט איהם צו דרשנ׳ן ביים דינער און פטור אן עסק. למעשה, אבער האבען זיי קיין שום אחריות אין שטאט, נישט גע׳עפענט קיין איין חדר און נישט קיין מיידעל סקול, נישט געבויט קיין מקוה, נישט געפסקענט קקיין סכסוך אן פערזענליכע אינטערעס וכדו׳. דטס איז נישט מענטשען מיט אן אחריות פאר א שטאט. און טאמער דו מיינסטאז דאס זענען אלעמאל געווען רבנים, מעגסטו אזוי טראכטען, נאר איך האב געזען עכטע רבנים אין מיין לעבען. הן אמת, נישט אלע זענען רשכבה׳׳ג׳ס און נישט אלע אזןי טיכטיג, אבער דער ארבעט פון א רב און די אחריות פון א רב איז ווייט פון דעם.
די געסער ווי מ׳האט געמאכט דער נייע עירוב האט בתי מדרשים מיט רבנים. די רבנים פון יענער געגענטער זאלען פסקנ׳ן צווישען זיך. אזוי אויך אין יעדער שטאט אין דער וועלט. נאר א א גדול הדור מעג זיך אפשר אריינמישען אומעט
אום, אבער נארמאל באלאנגט עס צו די איינוואוינער און זייערע רבנים. אזוי דארף זיין אין לאנדאן (אגב, דארט איז די מחלוקת נישט פון ליטווישע ישבה׳לייט. רבי חנה האלפערן האט נאך מער פיינט ליטוואקע׳ס ווי נאר, ,פרייליך און מנשה לוסטיג צוזאמען, און ער איז א שארפער קעגענער. ווידער הרב חנוך עהרענטרייא איז געווען א ראש ישיבה אין א ליטווישע ישיבה יארען לאנג און איז א יעקע פון אפשטאם. ס׳האט גארנישט מיט ליטווישע ישיבה׳לייט) ווען כמעט אלע רבנים זענען געווען קעגען, און אזוי וואלטען זיי געמעגט טוהן אין וויליאמסבורג, צוזאמען נעמען די רבנים און ארויסקומען מיט א ציבור אפמאך, א דבר של רבים דארף בלייבען אין די הענט פונ׳ם רבים.
און דאס גופא אז א יונגערמאן מאכט דער עירוב און דער רב שטימט צו איז אליינס א חרבן. אוודאי דארף דער רב אנקומען צו א צווייטען פאר׳ן פראקטישער חלק, אבער דער אחריות פון די הלכה און די השגחה דארף בלייבען ביי איהם.
..
נארישקייטן, עס זענען דא צענדליגע קהילות און מוצים אין לעיקוואד און זיי האבען צענדליגע מחלוקתער להלכה. און עס שטערט פאר קיינער נישט. עס איז אויך דא צענדליגע פריוואטע עירובין מיט די הסכמה פון לאקאלע רבנים און עס שטערט נישט פאר קיינעם.
א פריוואטע עירוב, מיט די הסכמה פון די רבנים וועמען ס׳איז נוגע, איז נישט פריוואט. ווען איינער מאכט אן עירוב פאר זיך און רעכענט זיך נישט מיט די התנגדות פון זיין שכנים איז ער טאקע א פוסע על ראשי עם קדוש.
דאס איז פשוט מענטשלעכקייט וואס איז ליידער פארגעסען געווארען אין די וואלקען פון אלערליי מחלוקת׳ן און פאליטיק.
[ציטאט אראפגענומען]
איין נקודה וואס איך פארשטיי נישט מיט יענעם בריוו
פינעם בית הוראה ד'לעיקוואד וואסארא זכות האט די ארטיגע בית הוראה ''דלעיקוואד'' צו פסק'נען אז די ''בד''ץ ד'לעיקוואד'' איז נישט אויסגעהאלטען?
איך פרעג נאר ווייל לעצטענס האב איך געהאט א לענגערע דיני ממונות געפעכט וואס די חכמי הבי''ד פון
בד''ץ ד'לעיקוואד האבען זייער שיין געהאנדעלט און ביידע צדדים זענען ב''ה אקעי מיט זיי, סא וואסארא פשט האט דאס מחרים זיין דעם ב''ד?
ווער זאגט זיי האבען א זכות דאס צו טוהן?
זיי זענען בוליס און האבען פערצופאל אויף זייער זייט די ראשי ישיבות וואס האלטען זיך באלבוס אויפען שטאט
דער בי"ד דארף ווען צוריקשרייבען אז ער לאזט זיך זיי נישט רופען בית הוראה
אז מ׳רעדט שוין וועגען דער בד׳׳צ דלעיקוואוד-
א. א יונגערמאן, אהן סמיכה אהן קיין שום דעקונג פון דערויסען אדער פון אינעווייניג, קומט אין שטאט און א יאר שפעטער עפענט א בד׳׳צ ד׳לעיקוואוד. איז דאס דען נישט קיין שקר? לעיקוואוד האט איהם נישט געבעטען און ער רעפרעזענטירט נאר זיך. דאס הייסט אויף ענגליש attempted power-grab. ס׳וואלט איהם מסתמא קיינמאל נישט געלונגען, אבער א חוצפה איז עס פארט.
ב. דער בית הוראה האט פאקטיש כמעט אלע מו׳׳צים אין שטאט. ט׳פארוואס זענען זיי נישט דער ׳בית הוראה ד׳לעיקוואוד׳? (איך בין א קנאפע חסיד פון יענער בית הוראה. זיי האבען א פראבלעם מ׳עט קיינמאל נישט הערען פון זיי ׳איך ווייס נישט׳ אפילו מ׳עט פרעגען א יונגערמאן מיט א פרישע סמיכה אויף הלכות מומי בכור). אויך פארשטיי איך אז א רב וואס קען דער שואל קען פסקנ׳ן ווי ס׳דארף צו זיין, לויט פערזענליכע אומשטענדען. א קאמערשע׳׳ל פסק איז נישט דער זעלבע)
ג. דער בד׳׳צ דלעיקוואוד כמעט עקזיסטירט נישט היינט. טאמער זיי הענגען אויף אן עיקול אדער א סירוב לאכט יעדע. אפשר בהסכמת שניהם האבען זיי א פאר דיני תורה, אבער למעשה האבען זיי נישט קיין legitimacy
ליטוואק פון בודאפעסטאז מ׳רעדט שוין וועגען דער בד׳׳צ דלעיקוואוד-
ג. דער בד׳׳צ דלעיקוואוד כמעט עקזיסטירט נישט היינט. טאמער זיי הענגען אויף אן עיקול אדער א סירוב לאכט יעדע. אפשר בהסכמת שניהם האבען זיי א פאר דיני תורה, אבער למעשה האבען זיי נישט קיין legitimacy
ס'איז אינטערסאנט וויאזוי די בויעסט מסקנות אין לעיקוואד
גענוי אויף דעם אופן מיט וואס די ביסט מאשים א חסיד פון וומ"ס ב"פ מאנסיא. זינט ווען אז ס'געלונגט מיט כח צו מאכען יעדן לאכען ווערן דיינים אפגעפרעגט
ב. ווי אין די תורה שטייט אז א ב"ד בויעט זיך אויף וויפיל דיני תורה'ס מ'קען ארויסדערווישען פון המון בכח
ג. גראדע בין איך נישט "מרצון" אנגעקומען אהין נאר מהכרח האב איך אויפען ראט פון גדולי תורה בעיר ב"פ זיך סומך געווען אויפען חשיבות פון עטליכע פון זייערע דייניםד. דא אין מאנסי רופען זיך פילע חברה אויפען שם "מאנסי" כוללים, בתי אופה, בתי דינים, זינט ווען איז דא דינים והלכות איבער פארכאפען א שם העיר מיטן אנדרייען רוב פירער,
א נאמען פון א שטאט איז
בלויז pr עס האט קיין שייכות צו הלכה.
א. איך בין נאנט צום בד"צ לעיקוואוד מיום הוולדו און איך ווייס וואס ס'האט זיך דארט אפגעטוהן. ס'איז געווען פון אנהייב צוויי דיינים און דער מייסד. איין דיין (דער וואס איז נפטר געווארען יענער שבת) איז געזעסען ביי איין איינציגסטער דין תורה. דער צווייטער איז נאך היינט מיט איהם. ער איז דער דן יחידי דארט, ווייל ער איז דער איינציגסטער דארט וואס קען (זיין טאטע איז אויך א חשוב'ער דיין) און מ'רופט א יונגערמאן צו זיין דער דריטער. דער מייסד איז נישט קיין מ"ד און יעדער וואס קען איהם האט איהם אין בוידעם. וואס מער מ'קען איהם וואס ווייניגער דרך ארץ מ'האט פאר איהם.
ב. איך האב נישט געמיינט לויט וויפיל דיני תורה מ'האט. איך האב געמיינט ווי מענטשען קוקען איהם אן. למעשה די תלמידי חכמים אזוי ווי הגאון ר' אליהו לוין שליט"א, וואס איז ווייט פון א חסיד פון ב.מ.ג. האבען זיך אפגעלאזט פון איהם, און די גדולי תורה אין ב.פ.(אהן נעמען) זענען מיר נישט באקאנט.
ד. וואס טוט זיך אין מאנסי איז נישט וויכטיג. פראקטיש איז דער ציל פון זיך רופען בד"צ דלעיקוואוד איז געוען א power grab און ער האט אליינס אזוי געזאגט ביים גרינדונג, און יעדער האט אזוי פארשטאנען. היינט פאר א וויץ רופט מען איהם דער 'גאב"ד לעיקוואוד', אבער ער האט געמיינט אז ער קומט מאכען א מהפכה און ער וועט זיין דער דיין פון לעיקוואוד, און יעדער וועט איהם פאלגען.
לענין דער פאשקעוויל איז אויך דא אסאך צו רעדען. קודם זאגען זיי אז ער האט נישט געפרעגט זקני העיר. נאך דעם קוקט מען די חתימות און מ'זעט אז די זקני העיר זענען די חותמים. הייסט עס אז זיי זענען מוחה אז מ'האט זיי נישט געפרעגט?!
נאכדעם האבען זיי מאריך געווען אין הלכות גיטין, א זאך וואס כמעט אלע חותמים האבען נישט קיין אהנונג. ווי האבען זיי א רעכט צו זאגען א דעה אין א זאך וואס זיי האבען קיינמאל נישט געלערנט. איינער פון די חותמים איז נאך א גרעסערע פארברעכער. ער אליינס זאגט שוין יארען אז די סיסטעם פון שרייבען גיטין אין לעיקוואוד טויג נישט. ט'ווי חתמ'ט ער היינט א זאך וואס ער ווייסט אז ס'איז א שקר?
אדרבא, לערן מיר אויס וויאזוי ארויפצולייגען א PDF פון מער ווי 256KB וועל איך לייגען וואס איך האב אויף דער נושא.
ליטוואק פון בודאפעסט קודם זאגען זיי אז ער האט נישט געפרעגט זקני העיר. נאך דעם קוקט מען די חתימות און מ'זעט אז די זקני העיר זענען די חותמים. הייסט עס אז זיי זענען מוחה אז מ'האט זיי נישט געפרעגט?!
נאכדעם האבען זיי מאריך געווען אין הלכות גיטין, א זאך וואס כמעט אלע חותמים האבען נישט קיין אהנונג. ווי האבען זיי א רעכט צו זאגען א דעה אין א זאך וואס זיי האבען קיינמאל נישט געלערנט. איינער פון די חותמים איז נאך א גרעסערע פארברעכער. ער אליינס זאגט שוין יארען אז די סיסטעם פון שרייבען גיטין אין לעיקוואוד טויג נישט. ט'ווי חתמ'ט ער היינט א זאך וואס ער ווייסט אז ס'איז א שקר?
וויאזוי האט מען ארויסגענארט פאלשע חתימות נגד בד"ץ ד'לעיקוואד, אין א צייט ווען עס איז אזוי ברור אז עס איז א פאלנע גארניש מיט ניקס
צו וואס האט מען זיך געפארכטען אז מען זאל שרייבען בריוו, וואס האט נאכגעפאלגט מיט דעם
📎 בדץ דלעיקוואוד.jpgאנטשולדיגט, אבער דער בריוו איז א זיוף. דער גאב"ד האט געטענה'ט אז ער איז נישט דער זייפן, אבער ס'איז קלאר אז ס'איז א זיוף.
נא דיר איינער פון די בריווען בנוגע דער ענין.
📎 Knopfler havhoro small.pdf
נאך איינס
📎 simcha bunim knopfler retraction.jpg
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך קען נישט צוקומען צו דער פלאץ אליינס, אבער דא האט איהר א לינק <a class="postlink" href="http://www.thelakewoodscoop.com/news/2012/01/dozens-of-rabbonim-sign-letter-against-those-questioning-get-issue-in-lakewood.html">http://www.thelakewoodscoop.com/news/20 ... ewood.html</a>
וועגען ר' שמחה בונם כהן'ס בריוו ווייס איך נישט צו ס'איז קראנט, ס'איז נישט געווען גענוג נוגע מברר צו זיין.
זיין טאטע איז א רב אין א שול, נישט קיין דיין אין חו׳׳מ און לויט ווי איך ווייס האט ער קיינמאל נישט געפיהרט קיין דין תורה און נישט קיין גיטין.
[ציטאט אראפגענומען]
איך זייענדיג באקאנט פון די נאנט מיט די דיינים הנ''ל מחמת א מסובך'דיגע ד''ת וואס ליידער אין געוויסע סיסטעם בתי דינים איז ביי דער ספעציפישער פאל דא א היבשע פארנאכלעסיגקייט אז דער 'אמת' יושר 'וצדק' זאל דיקטירען, און דייקא ביי די הנ''ל איז יא דא גאר שטארקע כוחות פון צדק ויושר ( אגב לטובתי וואלט בעסער געווען ווען זיי בייטען אביסעל זייער פסק אין דעם ספעציפישער פאל)
אבער אין מיינע אויגען איז די שטארקסטע ראי' אז דער ב''ד האט עפעס אין זיך ווייל געט א קוק וויאזוי די באנדיטען, רויבער'ס, וואס טוען אין דעי ליין רעדן פון אים,
יעדער אהן אויסנאם
אין דעם פעלד וואס האט נאר אביסעל געפייט פאר אמת וצדק פון די באקריוועדעטע פון די רויבערישע חיות אין דעם פעלד האט געהאט אויסצושטיין די אטאקעס וואס דעי הנ''ל גייען דורך דערפאר איז מיינע טיפע ווינטשען צום ב''ד האלט אייך צום צדק ויושר וועט דאס זיין מכרזת עליכם בחוץ אז איר זענט נישט פון דעי כוחות הטומאה וואס לייגען צוגרינד היינט די כוח הפסק דין
ריכטיג - דאס איז א ריזיגע סוגיא פאר זיך. אבער צו דעם דארף מען פארשטיין לונדון און איהר געזעלשאפט, וואס מיינט עס א קהלה און ווי שטייט א מענטש אדער א שול וואס איז נישט קיין מעמבער פונ׳ם אלגעמיינע קהלה, וויאזוי יענער סומאטוכע האט זיך אנטוויקלט ועוד ועוד, אבער מיט פראמינענטשאפט האט עס נישט. ס׳איז נישט כדאי יעצט אריינצוגייען אינ׳ם אויסגעדראשענע סוגיא, און ס׳איז מסתמא שוין דא אשכולות דערוועגען. נאר איין זאך, כמעט אלע מענטשען מיט וועמען איך האב גערעדט וואס גלייבען נישט יענער מעשה, איז עס ווייל ער איז געחתמ׳ט דערויף.
איך וויל ארויפברענגען נאך א נקודה וועגען עירובין אין לעיקוואוד ובהקדם אז איך בין איינמאל געווען שבת אין ב.פ. אין מיין לעבען און קיינמאל נישט אין וומסב׳׳ג און ממילא האב איך נישט קיין שום נגיעה אין זייער פרשיות.
אסאך ליטווישע יונגעלייט ואני הקטן בתוכם, זענען נוהג סלסול בעצמם נישט זיך צו פארלאזען אויף עירובין בכלל. ס׳הייבט זיך אן מיט א שיטת הרמב׳׳ם והסמ׳׳ג וואס דער מ׳׳ב זאגט בעל נפש יחמיר, אבער ס׳איז דא נאך כמה סיבות וואס בין כולם האלט מען אז ס׳איז ראוי ונכון להחמיר. מיין טאטע און זיידע פיהרען זיך אויך אזוי. אבער ווייבער און קינדער לאזט מען טראגען. דעריבער ווערט א גרויסע נאכלעסיגקייט אין די סוגיא. וויבאלד למעשה די עירוב איז נישט אין די הענט פון א רב מיט אחריות און די יונגעלייט שטייען נישט על המשמר ווייל ס׳איז זיי נישט נוגע, קען מען נישט באמערקען וואכען לאנג טאמער א לחי איז געווראען שיף, אדער מ׳האט לכתחלה געשטעלט דער לחי אין א רשות היחיד (וואס דער מקור חיים המובא במ׳׳ב פסל׳ט) אדער מ׳האט זיך פארלאזט אויף א וואנט וואס איז אראפגעפאלען וכהנה. צו האלטען א עירוב כשר ובפרט א גרויסע דארף מען אדער א גרויסע בעל אחריות וואס ווערט באצאלט געהעריג, אדער אז אלע איינוואוינער זאלען האלטען אן אפענע אויג, וואס איז נישט דא.
און וואס איז די גדר ? ווי יא און ווי נישט?
איך הער אז טייל האבען מצדד געווען אז נאר ווי עס איז פארהאן א שטאט'ס רב אויף וועמען מען קען זיך סומך זיין אז א בעל אחראי האלט אן אויג.
איך פארשטיי נישט פונקט דיין שאלה. איך האב גארנישט מסיק געווען. טאמער דו פרעגסט ווען פארלאז׳ט מען זיך יא אויף אן עירוב, דאס איז כמעט נישט בנמצא אן עירוב כשיטת הרמב׳׳ם אחוץ סאראצקין אין ירושלים ווי איך האב טאקע מקפיד געווען צו טראגען נישט צו זיין אן אינו מודה בעירוב.
דאס וואס דו זאגסט איז א שטארקע סברא, און טאקע ווען איך האב געמוזט וויילען עטליכע וואכען אין עדיסאן נ.דזש. האב איך באמערקט אז די רבנים דארט גיבען זיך שטארק איבער צום עירוב. איך האב דעמאלס געקלינגען הרב שלמה מילר שליט׳׳א וואס האט לכתחלה געמאכט דער עירוב און ער האט מיר פערזעמליך, אלס כולל יונגערמאן, געהייסען נישט זיך פארלאזען אויפ׳ן עירוב. אבער אין דעם ביסטו גערעכט אז מיט שטארקער קהלה איינשטאלטען קען מען מאכען אן עירוב.
און אגב,
@היימישער ליטוואק וועגען דעם זענען די ארבעה פרצופים בראש לעיקוואוד נישט גערעכענט אלס רבנים אין שטאט. ס׳איז נישט מעגליך במציאות אז זאלען נעמען אזא זאך ווי אן עירוב אין די הענט אריין.
ליטוואק פון בודאפעסטאז מ׳רעדט שוין וועגען דער בד׳׳צ דלעיקוואוד-
א. א יונגערמאן, אהן סמיכה אהן קיין שום דעקונג פון דערויסען אדער פון אינעווייניג, קומט אין שטאט און א יאר שפעטער עפענט א בד׳׳צ ד׳לעיקוואוד. איז דאס דען נישט קיין שקר? לעיקוואוד האט איהם נישט געבעטען און ער רעפרעזענטירט נאר זיך. דאס הייסט אויף ענגליש attempted power-grab. ס׳וואלט איהם מסתמא קיינמאל נישט געלונגען, אבער א חוצפה איז עס פארט.
ב. דער בית הוראה האט פאקטיש כמעט אלע מו׳׳צים אין שטאט. ט׳פארוואס זענען זיי נישט דער ׳בית הוראה ד׳לעיקוואוד׳? (איך בין א קנאפע חסיד פון יענער בית הוראה. זיי האבען א פראבלעם מ׳עט קיינמאל נישט הערען פון זיי ׳איך ווייס נישט׳ אפילו מ׳עט פרעגען א יונגערמאן מיט א פרישע סמיכה אויף הלכות מומי בכור). אויך פארשטיי איך אז א רב וואס קען דער שואל קען פסקנ׳ן ווי ס׳דארף צו זיין, לויט פערזענליכע אומשטענדען. א קאמערשע׳׳ל פסק איז נישט דער זעלבע)
ג. דער בד׳׳צ דלעיקוואוד כמעט עקזיסטירט נישט היינט. טאמער זיי הענגען אויף אן עיקול אדער א סירוב לאכט יעדע. אפשר בהסכמת שניהם האבען זיי א פאר דיני תורה, אבער למעשה האבען זיי נישט קיין legitimacy
עפל סיידער[ציטאט אראפגענומען]
איין נקודה וואס איך פארשטיי נישט מיט יענעם בריוו
פינעם בית הוראה ד'לעיקוואד וואסארא זכות האט די ארטיגע בית הוראה ''דלעיקוואד'' צו פסק'נען אז די ''בד''ץ ד'לעיקוואד'' איז נישט אויסגעהאלטען?
איך פרעג נאר ווייל לעצטענס האב איך געהאט א לענגערע דיני ממונות געפעכט וואס די חכמי הבי''ד פון
בד''ץ ד'לעיקוואד האבען זייער שיין געהאנדעלט און ביידע צדדים זענען ב''ה אקעי מיט זיי, סא וואסארא פשט האט דאס מחרים זיין דעם ב''ד?
@ליטוואק פון בודאפעסט @אנאנים כ'קען ענק איין זאך זאגען עס לאזט זיך נישט גלייבען די קארופטירטע סיסטעם היינט פינעם בית דין בכלל, די די''ת אין וואס איך בין געווען אינוואלווד איז שוין מער ווייניגער פאריבער, עס איז לא יאומן כי יסופר ווי סך הכל ווייל די אפאר אויסווארפען פון היינט די רשעות'דיגע טוענים וואס שטאפען זיך מיט מיליאנען אויפען חשבון פון אידיש בלוט, האבען איינגעזעהן אז דער בד'ץ ד'לעיקוואד איז א שטייפער בי''ד און האט די אלע טוענים פארפאקט און צוליב דעם איז געווארען נחרץ דינו אז אזא ליטוואק ווי דער בודאפעסטער שעמט זיך ניטאמאל בריש גלי צו אויספויקען דא די פארקרומטע דעה פון די טוענים סיסטעם, אז כאילו דאס איז דער צדק ויושר, צו מקיז דם זיין פינעם בד''ץ אין לעיקוואד, און די וואס שרעקן זיך נישט פאר דעי מאפיאנערישע אינטערוועלט די עולם הטוענים די זענען גאר די וואס טוען עוולות.
תחזקנה ידיכם הרב שווארץ בן הרב הגאון רבי קאפיל והרב קנאפללער, איר זענט היינט צוטאגס די הירא'ס פון כלל ישראל, ווען די גמרא זאגט אין שבת קל''ט ע''ב דאס פאלגענדע...
תניא רבי יוסי בן אלישע אומר אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל שנאמר (מיכה ג, ט) שמעו נא זאת ראשי בית יעקב וקציני בית ישראל המתעבים משפט ואת כל הישרה יעקשו בונה ציון בדמים וירושלים בעולה ראשיה בשוחד ישפוטו וכהניה במחיר יורו ונביאיה בכסף יקסומו ועל ה' ישענו וגו' .
מיינט עס אט דער סימבאל ווי אזעלכע וואס רופען זיך מורי הוראה ודיינים טרויען זיך צו געבן דעקונג פאר מאפיאנערישע טוענים, און אזוינע חשובע דיינים וואס שרעקן זיך נישט פאר זיי ווערן גאר געדריקט צום וואנט.
עס וואלט זיך ווען געמעגט יאווען דא אפאר ניק'ס צו מגלה זיין פרצופם פון די געמיינע יונגען בדורינו וואס צאפען דאס בלוט פון ערליכע רבנים און שטופען פאראויס אלע ענגע אינטערעסן פון די מאני מעקינג ביזנעס די''ת.
יעדער האט זיין ווינקעל פון ווי ער קוקט אן דער וועלט. אמת, דער סיסטעם פון טוענים איז געפעהרליך, אסאך דיינים הייבען נישט אן צו פארשטייען לערנען און אסאך האבען אנדערע חשבונות אחוץ די סוגיא וואס ס׳האנדעלט זיך. מ׳׳מ דער ישועה קומט נישט פון געשטעטנער און נישט פון בד׳׳ץ דליקוואוד. טאמער איהר האלט אנדעריש, פיין. אבער דערמיט מיר צו באשולדיגען אז איך שטיץ די קארופציע איז נישט אויסגעהאלטען. חילוקי דעות אויפ׳ן טאקטיק איז נישט חילוקי דעות אויפ׳ן ציל
ליטוואק פון בודאפעסטיעדער האט זיין ווינקעל פון ווי ער קוקט אן דער וועלט. אמת, דער סיסטעם פון טוענים איז געפעהרליך, אסאך דיינים הייבען נישט אן צו פארשטייען לערנען און אסאך האבען אנדערע חשבונות אחוץ די סוגיא וואס ס׳האנדעלט זיך. מ׳׳מ דער ישועה קומט נישט פון געשטעטנער און נישט פון בד׳׳ץ דליקוואוד. טאמער איהר האלט אנדעריש, פיין. אבער דערמיט מיר צו באשולדיגען אז איך שטיץ די קארופציע איז נישט אויסגעהאלטען. חילוקי דעות אויפ׳ן טאקטיק איז נישט חילוקי דעות אויפ׳ן ציל
איך האב נישט גערעדט איבער ווער עס ברענגט די ישועה אין די פעלד.
אבער מיטצושטיין מיט די פראפאגאנדע פון די מחריבים,
ברענגט קלאר דעם חורבן.ליין איבער די ווערטער נאך איין מאל
חילוקי דעות אויפ׳ן טאקטיק איז נישט חילוקי דעות אויפ׳ן ציל
דאס אז מען האט חשבונות מיט איינעם איז איין זאך, אבער צוהעלפן מערכות וואס מאפיאנערן פירען צו מוצץ זיין דמים תרתי משמע פון כלל ישראל פאר זייער שוואוילטאג, איז אומאקצעפטירבאר.