☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » פיר טויזענט יעריגע מיסטעריע געלייזט!

פיר טויזענט יעריגע מיסטעריע געלייזט!

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6350

יידל » דאנערשטאג מאי 1, 2014 8:15 pm

· #198539
פיר טויזענט יעריגע מיסטעריע געלייזט!
א מיסטעריע מיט וועלכע וויסנשאפטלער מיטשען זיך שוין יארן לאנג און האט שוין אויפגעברענגט צענדליגע טעאריעס, איינס מאדנער און צעדרייטער פון צווייטן איז ענדגילטיג געלעזט געווארן דורך א גרופע אינדזשענירן אין אמסטערדאמע אוניווערזיטעט. די רעדע איז איבער די מצרי'שע פיראמידן. די פיראמידן זענען געבויט מיט שטיינער וואס וועגן איטליכער אפאר טאן, און עס איז אוממעגליך צו פארשטיין וויאזוי די מצרים האבן געקענט שלעפן אזעלכע שווערע שטיינער פון דעם פלאץ ווי מ'האט זיי אויסגעגראבן ביז דארט ווי זיי זענען ענדגילטיג אראפגעלייגט געווארן. טייל קאנספיראציע טעארעטיקער האבן אפילו פארגעשלאגן אז די מצרים האבן זאגאר געהאט עלעקטעריציטעט אדער אנדערע מאדערנע טעכנעלאגיע מיט וואס זיי האבן זיך באנוצט צו שלעפן די שווערע שטיינער. א מער מיסטערישער טעאריע איז אז די מצרים האבן געהאט הילף פון טונקעלע בריאים ווי שדים אדער עליענס.

אבער יעצט טענה'ן אפאר וויסנשאפטלער אז זיי זענען אויפגעקומען מיט א פשוט'ן לעזונג צו די מיסטעריע. די וויסנשאפטלער לייגן אראפ די פראבלעם ווי פאלגנד. די שטיינער זענען דאך געשלעפט געווארן אויף מדבר זאמד. ווען מען שלעפט שווערע לאסט אויף זאמד טוען זיך בערגלעך פון זאמד פארמירן פארנט פון די שווערע לאסט, און אויב פוצט מען דאס נישט אוועק ווערן די בערגלעך גרעסער און גרעסער. די וויסנשאפטלער זענען אבער אויפגעקומען מיט א פאטענט וויאזוי צו פארמיידן די בערגלעך - א פשוט'ער פאטענט וואס נאכן הערן דערפון וואונדערט מען זיך וויאזוי מען האט נישט אליין געטראכט דערפון. נאר טרוקענע זאמד פארמירן בערגלעך, אבער נאסע זאמד קלעבן צוזאמען, אזוי אז זיי בלייבן אין איין פלאץ! דאס האט נאך אלץ נישט פארענטפערט די קושיא וויאזוי זיי האבן געקענט שלעפן אזעלכע שווערע שטיינער, עס האט אבער פארענטפערט וויאזוי די זאמד האט נישט געשטערט דאס שלעפן. אבער דאן האבן די וויסנשאפטלער אנטדעקט נאך א פרט וואס האט געטוישט דעם גאנצן בילד. זיי האבן אנדעקט אז ווי מער וואסער אין די זאמד, אלס גליטשיגער איז די זאמד, און ווי גליטשיגער די זאמד, אלס גרינגער איז דאס שלעפן שווערע לאסטן דערויף. (פארשטייט זיך אז צופיל וואסער מאכט שוין די זאמד מאראסטיג, אבער אביסל וואסער איז פונקט גענוג צו מאכן די זאמד קלעבעדיג און גליטשיג.)

די וויסנשאפטלער האבן אפילו אנטדעקט ארכעאלאגישע עדות צו זייער טעאריע. אט:

אז איר קוקט גוט וועט איר זען ווי אויפן 'סלעד' וואס שלעפט דעם סטאטוע שטייט א קנעכט און גיסט אריין וואסער אין די זאמד!

די איינציגסטע שוועריקייט וואס איז דא אויף די טעאריע איז וויאזוי די מצריים האבן געהאט צוטריט צו אזופיל קוואנטומען וואסער אין מדבר, און צו משפט'ן לויט דעם בילד, קוקט אויס ווי זיי האבן געגאסן גאר ווייניג וואסער, פיל ווייניגער פון וויפיל עס פארלאנגט זיך אז די וואסער זאל ווערן גליטשיג.

(מקור: <a class="postlink" href="http://physics.aps.org/synopsis-for/10.1103/PhysRevLett.112.175502">http://physics.aps.org/synopsis-for/10. ... 112.175502</a>)

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מאי 1, 2014 8:21 pm

· #198543
וואס איז נאכאלץ שווער איז, וויאזוי האבן זיי עס געשלעפט אויף ארויף.

מ'קען דאס אפשר צאמלייגן מיט וואס געוויסע אינזשענירען ווילן זאגן אז מ'האט געמאכט א שיפע בארג אדער רעמפ, וואס מיט יעדע שטאק העכער אין פיראמיד, האט מען עס געמאכט העכער און העכער דורך צולייגן זאמד. לפי"ז האט מען אויף ארויף אויך געניצט נאסע זאמד.

מאטי » דאנערשטאג מאי 1, 2014 9:39 pm

· #198568
שלום עליכם יידל ... ווער האט גליטשיג געמאכט דיין וועג אהער צו קאווע שטיבל?

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 2, 2014 12:40 am

· #198613
יידל סאיז שוין בעסער צי זאגן זיי האבן געהאט א הענט טראק ווי שלעפן אויף נאסע זאמד, אויך מיר אן אויסטרעף.
מרעד דא פון שטיינער וואס מדארף א קרעין, אין די טראנק פון א אדעסי וואלט די אדעסי אינטערגעבראכן, האט מען געשלעפט אויף נאסע זאמד?!

די שטיינער זענען געשניטען מיט א מוראדיגע פונקטלעכקייט וואס איז משמע זיי האבן געהאט לעזער.

יידל » פרייטאג מאי 2, 2014 1:53 am

· #198627
נולד, א קרעין איז געמאכט אויפצוהייבן אין די הייעך. די נאסע זאמד איז געווען צו שלעפן פאראויס. כ'כאפ נישט די פארגלייך. וויאזוי מ'האט עס ארויפגעשלעפט אין די הייעך האט שוין רויטע וואנצעס ערקלערט, מיט א לאנגען רעמפ פון זאמד.

ווער האט דיך איינגערעדט אז דאס איז גאר פונקטליך געשניטן, אזש נאר א לעיזער וואלט געקענט טון אזא ארבעט?

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 2, 2014 2:18 am

· #198631
גערעכט נישט א קרעין נאר א פלעטבעד מיד צוועלעף דאבעל רעדלעך.
יידל
ווער האט דיך איינגערעדט אז דאס איז גאר פונקטליך געשניטן, אזש נאר א לעיזער וואלט געקענט טון אזא ארבעט?

כהאב עס דא געהערט

כהאב יעצט געליינט דיין לינק ער דערמאנט נישט די פירמידס, וועמענס צישטעל איז דאס ?

איך אויך » מאנטאג מאי 5, 2014 7:20 pm

· #199076
[ציטאט אראפגענומען]

אין די מערות הכותל האבען זיי א גאנצע הסבר ווי אזוי דאס האט געארבייט. אויך איז דא וואס האלטן אז די חכמה פון היידראלישע קראפט האט שוין עקזיסטירט דעמאלטס ,און איינער האט שוין דא אמאל געברענגט די שיטה (פונעם מנחת אלעזר?) אז בימי חז''ל האט מען שוין גענוצט עלעקטריק נאר עס איז שפעטער פארגעסן געווארן ביז מען האט עס מחדש געווען.

געפילטע פיש » מאנטאג מאי 5, 2014 7:32 pm

· #199080
און דו גלייבסט עס?

איך אויך » מאנטאג מאי 5, 2014 7:33 pm

· #199081
וועלכע חלק?

געפילטע פיש » מאנטאג מאי 5, 2014 8:35 pm

· #199090
איך אויך
וועלכע חלק?

אז בימי חז''ל האט מען שוין גענוצט עלעקטריק נאר עס איז שפעטער פארגעסן געווארן.

ביבער » מאנטאג מאי 5, 2014 9:34 pm

· #199100
עפעס רמזים פון עלעקטריק באנוץ בימים ההם האט מען געטראפן ווי למשל די דענדערע ליכט אדער די בבל'ישע באטערי איז אבער מסתבר אז זיי האבן קיין אנונג נישט געהאט וואס דאס איז, אוודאי האבן זיי קיין מאשינען נישט געקענט מאכן דערפון.

לבונה זכה » מאנטאג מאי 5, 2014 10:46 pm

· #199106
איך אויך
[ציטאט אראפגענומען]

אין די מערות הכותל האבען זיי א גאנצע הסבר ווי אזוי דאס האט געארבייט. אויך איז דא וואס האלטן אז די חכמה פון היידראלישע קראפט האט שוין עקזיסטירט דעמאלטס ,און איינער האט שוין דא אמאל געברענגט די שיטה (פונעם מנחת אלעזר?) אז בימי חז''ל האט מען שוין גענוצט עלעקטריק נאר עס איז שפעטער פארגעסן געווארן ביז מען האט עס מחדש געווען.


א פראגע צו די וועלכע זענען דוגל אין די שיטה פון "שכחום וחזרו ויסדום" (מנחת אלעזר?), צו איז דאס גילטיג בלויז פאר אומות וועלכע זענען געקומען אין קאנטאקט מיט אידן (יוונים, רומיים, בבליים) אדער אויך פאר די Inca וועלכע האבן געלעבט אין די אפגעזונדערטע אמעריקע? זייער קונץ איז נאך מער צו באוואונדערן ווייל זיי האבן אפילו נישט געהאט א געשריבענע שפראך וואס די אנדערע האבן יא פארמאגט, ד.ה. זיי האבן ניטאמאל געקענט איבערגעבן זייערע ידיעות אדער פלענער בכתב.