☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לאמיר מאכן א קידוש השם

לאמיר מאכן א קידוש השם

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #635
בלאט: 1 2

כוכב » מאנטאג יוני 4, 2018 8:20 pm

· #404904
כבין געווען אין גאז סטאנציע פאריגן פרייטאג. אריינגעקומען א בעסערע גוי מיט שיין געפרעסטע הויזן און א באקל פאסיג (משה מנהל איז גערעכט, א גוי גייט אזוי) און געוואלט קויפן א וואסער דרינק. געשטאנען אין ליניע ווען דער קעשעיר האט אים מבשר געווען אז ער קען נישט צאלן די 1.48 מיט א קרעדיט קארטל. דער בעסערער גוי האט נישט געהאט קיין געלט אויף זיך האט ער צוריק געלייגט די וואסער אין פריזש און ארויס בפחי נפש.
הייסע טאג געווען, פונקט געהאט א קעסטל וואסער געקויפט פאר ביליג אין וואלמארט, האב איך שנעל אהינגעגעבן צוויי פלעשער פאר'ן ערל, ער האט נישט געוואלט נעמען (א אידישע נשמה, וויל נישט נהנה זיין ממתנת בשר.) כהאב אים אבער נישט געגעבן קיין צוויי ברירות און דאס אריינגעשטעלט אין זיין אפענע פענסטער.
ער האט זיך באדאנקט און אוועקגעפארן.
קודם האב איך געגעבן פאר א דורשטיקן נפש חי ורוח ממלא עפעס צו טרינקען. אפשר האב איך אפילו געמאכט א קידוש ה'.

איסר האטלקי » דינסטאג יוני 5, 2018 12:04 am

· #404941
פארוואס האט דער גוי נישט געקענט צוקויפן נאך עטליכע פלעשער פאר איבערמארגן? וואסער שימלט דאך נישט.

#א גוי בלייבט א גוי.

בן ישי » מיטוואך יולי 25, 2018 3:33 am

· #409779
<a class="postlink" href="https://twitter.com/i/status/1021913493635784704">https://twitter.com/i/status/1021913493635784704</a>
<a class="postlink" href="https://twitter.com/i/status/1021917903753564161">https://twitter.com/i/status/1021917903753564161</a>

בן ישי » מיטוואך יולי 25, 2018 3:42 am

· #409782
Orthodox Jewish comedian Ashley Blaker works in show business but he can't own a TV
<a class="postlink" href="http://www.foxnews.com/entertainment/2018/07/24/orthodox-jewish-comedian-ashley-blaker-works-in-show-business-but-cant-own-tv.amp.html?__twitter_impression=true">http://www.foxnews.com/entertainment/20 ... ssion=true</a>
בלאט: 1 2