☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א באס קיין...גאט!

א באס קיין...גאט!

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6342

קלוג און יונג » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:17 am

· #198412
א באס קיין...גאט!
📎 IMG-20140501-WA0003.jpgאיך וואונדער זיך באמת , ווי אזוי גייט צו דאס באשטעלן אזא באס? עפעס אזוי מן הסתם:

?Dispatcher: Monsey tours, how can I help you
Bored Yingerman: I would like to order a bus
?Dispatcher: For what day
ליל שישי Bored Yingerman: For
?Dispatcher: What size bus
Bored Yingerman: The biggest, because we are gonna make 3 stops ברסלב, סאטמאר, ווייט הייוועי
Dispatcher: Where are you heading to
Bored Yingerman: A forest
?Dispatcher: Forest Road
!Bored Yingerman: No a real forest
?Dispatcher: Oh, ok. Which one
?Bored Yingerman: Any. You know of a good one
Dispatcher: Um...no.
!ווינקלעך Bored Yingerman: We need 1 with a lot of good
?Dispatcher: How long is gonna be the stop
!Bored Yingerman: Till everyone finishes talking to God
Dispatcher: That's $250 an hour waiting time. You know that?
Bored yingerman: Yes. No problem.
מ'גייט היינט נאך געלט פאר עס ביי שחרית אין אלע בתי מדרשים.

הערשי » דאנערשטאג מאי 1, 2014 12:23 pm

· #198418
איר זענט לכאורה טאקע יונג און קלוג, רעלאטיוו גערעדט, ווייל כל זמן שמזקינין דעתן מיטרפת.
וואס איז פשט פון אפחוזק'ן פון אידן וועלכע פראקטיצירן חסידות מיט אן ערנסטקייט? ווייל ביי אייער חסידות איז נישט געווען איינגעפירט אזא התנהגות? זיי טשעפען עמיצן? לעב און לאז לעבן.

פישלע העררינג » דאנערשטאג מאי 1, 2014 12:35 pm

· #198421
רעדן צום לאמפ... ארבעט שוין נישט.

רעדן צום וואנט... ארבעט שוין נישט.

רעדן צו זיך אליינס... ארבעט שוין נישט.

רעדן צום מגי"ש... ארבעט שוין נישט.

רעדן צום רבי'ן... ארבעט שוין נישט.

רעדן צום עסקן... ארבעט שוין נישט.


יעצט פרובירט מען נאך איין לעצטע מיטל:

רעדן מיט'ן שומע תפילת כל פה... ועונה לעמו ישראל בעת שועם אליו!

ברוך שאמר » דאנערשטאג מאי 1, 2014 1:09 pm

· #198426
אין וואס טיטזעך מיט רעדן צים בוים?

קלוג און יונג » דאנערשטאג מאי 1, 2014 1:52 pm

· #198431
הערשי
איר זענט לכאורה טאקע יונג און קלוג, רעלאטיוו גערעדט, ווייל כל זמן שמזקינין דעתן מיטרפת.
וואס איז פשט פון אפחוזק'ן פון אידן וועלכע פראקטיצירן חסידות מיט אן ערנסטקייט? ווייל ביי אייער חסידות איז נישט געווען איינגעפירט אזא התנהגות? זיי טשעפען עמיצן? לעב און לאז לעבן.

כ'וועל עלטער ווערן הערשי.
ביזט גערעכט. זיי טשעפען קיינעם און איך מיין נישט צו מצער זיין קיינעם.

איך קלער נאר אז אויב זיי האבן די פראבלעם אז טעכנאלאגיע איז זיי מכשיל, האבען זיי לכאורה א פלאץ ווי זיי זענען אליינס מיטן באשעפער און זיי קענען רעדן צו איהם! אבער ס'איז פארשטענדליך אז די טינקעלקייט און ביימעלעך מאכן זיי פילען נענטער צום באשעפער.

אבער פליז, א באס פארט ארום, מאכט סטאפס, טאטעס קומען ארויף און מ'פארט צום...וואלד! ס'איז מאדנע. געב איך א שמייכעל און די מעגסט אויך.

מ גפני » דאנערשטאג מאי 1, 2014 2:33 pm

· #198442
אין ירושלים זענען די ווענט פול מיט אזאלעכע מודעות, נא אין מאה שערים ד'אמעריקא מוז דאך אויך אזוי זיין, ניין?

איך אויך » דאנערשטאג מאי 1, 2014 8:08 pm

· #198536
חברה גיבט א שמייכעל און גייטס ווייטער.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 1, 2014 8:17 pm

· #198541
איין שטיק כפירה די גאנצע זאך!
נאר איין מאל א וואך, ליל שישי, 3:45, קען מען רעדן צום גאט?!
רח"ל!

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 2, 2014 12:50 am

· #198616
@קלוג און יונג איז דאס נישט בעסער ווי אריינגיין צים רבין דורך רעדן א נושא וואס קוים ער פארשטייט און נאך איבער לאזן א פדיון?

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 2, 2014 12:53 am

· #198618
הערשי
איר זענט לכאורה טאקע יונג און קלוג, רעלאטיוו גערעדט, ווייל כל זמן שמזקינין דעתן מיטרפת.
וואס איז פשט פון אפחוזק'ן פון אידן וועלכע פראקטיצירן חסידות מיט אן ערנסטקייט? ווייל ביי אייער חסידות איז נישט געווען איינגעפירט אזא התנהגות? זיי טשעפען עמיצן? לעב און לאז לעבן.

רוב פון די אידן חוזק'ן אפ פונעם עמך וואס מאכט נישט היתבודדת. אפשר נישט אויף קאוע שטיבעל אבער ביי זוך אין הארץ זענען זיי שטארקע מבטל אנדערע.

קלוג און יונג » פרייטאג מאי 2, 2014 1:07 am

· #198622
נולד מאוחר
@קלוג און יונג איז דאס נישט בעסער ווי אריינגיין צים רבין דורך רעדן א נושא וואס קוים ער פארשטייט און נאך איבער לאזן א פדיון?

אפשר, באט ס'איז נאך אלץ פאני.

מ'קען עס אפשר מאכען סתם געשמאק אויך. מ'קויפט זיך אן ארענדזשעיד סנעפעל מיט צוויי צוגארעטן און מ'גייט אין וואלד. מ'טוט עס נאר געווענדליך נישט מיט א באס פול מיט מענטשן

zurich » פרייטאג מאי 2, 2014 3:18 am

· #198633
ברוך שאמר
אין וואס טיטזעך מיט רעדן צים בוים?

מרעדט דאך צום אייבערשטען וואטס וויט יו??

איחוד פעלד » פרייטאג מאי 2, 2014 8:06 am

· #198642
קעןג איינער צוריקומען און זאגען וואס דער אויבערשטער האט גענטפערט?

פארשפארט אונז אלע צייט און געלט צו פארען אליין און וואלד.

ברוך שאמר » פרייטאג מאי 2, 2014 10:31 am

· #198661
zurich
ברוך שאמר
אין וואס טיטזעך מיט רעדן צים בוים?

מרעדט דאך צום אייבערשטען וואטס וויט יו??

ווען מען רעדט צים וואנט איז עס ציוועמען??

מ גפני » פרייטאג מאי 2, 2014 10:40 am

· #198663
איחוד פעלד
קעןג איינער צוריקומען און זאגען וואס דער אויבערשטער האט גענטפערט?

הרה"ח ר' מוטה פראנק פארציילט אז אלס יונגע בחור האט ער געלעערנט אין א ישיבה ווי ס'איז געווען נאך ברעסלאווע בחורים, זיי פלעגן כסדר ארויספארן צום וואלד מאכן התבודדות, איינמאל האט זיך מיט זיי מיטגעכאפט א בחור וואס האט געוואלט מאכן ליצנות, בשעת ווען ר' מוטה האט גערעדט צום אויבערשטן איז דער לץ געקומען פון אינטער אים און געפרעגט: "נא ער ענטפערט דיר?!?"
פארציילט ר' מוטה, איך בין דאך נישט קיין נאר, ווען מ'איז צוריקגעקומען אין ישיבה האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה, דער בחור שטעלט זיך שמונה עשרה, געב איך א גיי צו און זאג אים אריין אין אויער "נא ער ענטפערט דיר?!?"