☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וויפיל אמערקאנער נעמען וואקאציע פון די ארבעט,

וויפיל אמערקאנער נעמען וואקאציע פון די ארבעט,

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6341

town1 » דאנערשטאג מאי 1, 2014 10:05 am

· #198404
וויפיל אמערקאנער נעמען וואקאציע פון די ארבעט,
א נארוואס ארויסגעקומענע סורוועי ווייזט אז די דורכשניטליכע אמערקאנער (ווער עס באקומט באצאלט פאר וואקאציע) נעמט %51 פון זיין וואקאציע צייט נאכמער ווער עס נעמט וואקאציע זאגן אז זיי טוען פארשידינע ארבעט

%75 זאגן אז זיי נעמען בכלל נישט וואקאציע
%25 זאגן אז זיי נעמען %100 פון זייערע וואקאציע
%11 זאגן אז זיי גייען צו אינטערוויון פאר א נייע דזשאב

פארוואס ארבעט מען ווען מען נעמט וואקאציע?

%33 זאגן קיינער א חוץ זיי קענען טון די ארבעט
%22 זאגן אז זיי זענען זייער איבערגעגעבן
%19 ווילן נישט זיין אויסגעשלאסן פון די קאמפעני
%18 ווילן מער באצאלט
%17 האבן מורא פון פארלירן זייער דזשׁאב
%16 גלייבן אז ארבעטן איז בעסער ווי נישט ארבעטן

און נישט יעדער איינער האט נישט מער קיין שייכות מיט די ארבעט

%24 זענען פארבינדן מיט זייער מיטארבעטער וועגן ארבעט
%20 זענען פארבינדן מיט זייער באלעבס וועגן ארבעט
%17 האבן געהאט א שווערע צייט נישט צו טראכטן פון ארבעטן

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 1, 2014 11:10 am

· #198411
זייער א וויכטיגע נושא.
איינע פון די משוגעת'ן פון די אמעריקאנער קולטור ווי אלעס דרייעט זיך ארום געלט און טיים איז מאני, אנדערש ווי אין אייראפע און א"י ווי מען נעמט אראפ עטליכע שעה א טאג! און אייראפע גייט מען אין דורכשניטליך בערך א חודש וואקאציע דורכאויס דעם יאר... איז אמעריקע פאראן קוים 2 וואכן א יאר, און א גרויס חלק נעמט דאס אויך נישט, און פון די וועלכע גייען יא, ארבעטן א שיינעם חלק דערפון מריחוק מקום וקירוב הלב.

דאנק גאט פאר די ימים טובים וואס לכה"פ דעמאלס איז אסור צו ארבעטן בכל אופן.
איי אתה בחרתנו... ורוממתנו.... ותתן לנו באהבה מועדים לשמחה חגים וזמנים לששון......