☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער רוצח איז געטויטעט - אבער דער עקזיקיושן איז "גבאטשט"

דער רוצח איז געטויטעט - אבער דער עקזיקיושן איז "גבאטשט"

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6333

היימישער ליטוואק » דינסטאג אפריל 29, 2014 11:30 pm

· #198082
דער רוצח איז געטויטעט - אבער דער עקזיקיושן איז "גבאטשט"
אין אונזער פאליטיקלי קורעקט, ליבעראלע סוסייעטי דארף מען גאונישע דאקטארס און מומחים אויף צו קענן עקסזקיוטן א פארברעכער.
דא ווערט באריכטעט איבער אן אינטערסאנטע גשיכטע וועלכע האט זיך אפשגפילט היינט אין אקלעהומא. דער אדער פון דעם פאר'משפט'ן האט - - - גפלאצט!
מען האט אפגרופן דעם עקזיקיושן, אבער ער איז סייווי גפגר'ט א דריי פערטל שעה דערנאך. כן יאבדו אלע רוצחים און פארברעכער.
עס איז כדאי צו לייענן אלע קאממענטס אויף דעם ארטיקל. זייער באלערנד.

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 30, 2014 12:16 am

· #198090
ואהבת לרעך כמוך ברור לו מיתה יפה.

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 30, 2014 1:17 am

· #198110
למשל סקילה

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 30, 2014 8:22 pm

· #198314
סקילה איז די הלכה פון פסוק, מיתה יפה קומט לערנען אזנדער אופן הסקילה ושאר מיתות זאל מען טוהן אויף שי מערסטע הומאנישער אופן.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 30, 2014 9:22 pm

· #198328
לעיקוואד
סקילה איז די הלכה פון פסוק, מיתה יפה קומט לערנען אזנדער אופן הסקילה ושאר מיתות זאל מען טוהן אויף שי מערסטע הומאנישער אופן.

אמאל האט מען געהאלטן אז עלעקטראקיושן איז די מערסטע היומעניטעריען וועיג. היינט ווייסן זיי שוין בעסער... 😈 😈 😞 😢 😮

George » דאנערשטאג מאי 1, 2014 12:39 am

· #198367
CNN ווי אויך די גרויסע נייעס נעטווארקס ווי עי פי, געדרייווט ביי די ליביראלע "אנטי דעט פענעלטי מאוומענט" האבן געטראפן א גלענצעדיגע געלעגנהייט צו מאכן א טומל.

איך בין געווען נייגעריג מיט וואס מען באשולדיגט דעם באשולדיגטן וואס האט נעבעך מיטגעמאכט די לעצטע 45 מינוט פון זיין לעבן, האב איך מיך ארויס געלאזט זוכן די מעשה פון וואס קיינער רעדט נישט, געדארפט זוכן היבש ביז איך האב געטראפן אן אלטן ארטיקל.

To make the long story short
אום Jun 3, 1999 האט Clayton Lockett מיט נאך צוויי חברה געהאלטען אינמיטן א רויבעריי ביי א פריינד פון (Stephanie Neiman (19, זי (Stephanie) מיט נאך א (דריטע) פרוי זענען אריינגעקומען אינדערהיים פאר א וויזיט, Lockett האט צוגעבינדען די צוויי פרויען און זיי גערעיפט עטליכע מאהל, דערנאך האבן זיי גענוצט Stephanie's קאר צו טראגן די צוויי פרויען מיט זייער חבר מיט זיין 9 חדשים'דיג בעבי צו א דערנעבעדיגן ליידיגע פארק, ווען Stephanie האט זיי נישט געוואלט געבן די לאק קאוד פון איר קאר האבן זיי איר געשאסן צוויי מאהל, דערנאך איר באגראבן לעבעדיגערהייט, איר פריינד האט איר נאך געזעהן אטעמען בשעת די מערדער האבן איר צוגעדעקט, דערנאך האבן זיי געווארענט די צוויי פריינד אז זיי גייען זיי הארגענען אויב זיי גייען צו די פאליציי, וואס זיי האבן עניוועיס געטוהן. דריי טעג שפעטער האט מען זיי ארעסטירט.

נאכן אריינטראכטן מיט וואס פארא גרויזאמקייט ער האט ער האט גערעיפט און געהארגעט א שיין 19 יעריג מיידל ווייס איך שוין נישט וויפיל מיטגעפיל מען קען האבן מיט אזא רוצח, זי האט געשריגן פון איר גרוב לעבעדיגערהייט לענגער ווי ער האט זיך געפלאגט נעכטן צו שטארבען.

JUST TO HAVE THINGS IN PERSPECTIVE

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מאי 1, 2014 12:51 am

· #198372
איז קויל אין קאפ "קרועל ענד אניוזשאעל"? איך מיין אז נישט - עס איז סטאנדארט אין ניו יארק סיטי...

איחוד פעלד » דאנערשטאג מאי 1, 2014 8:21 am

· #198392
לעיקוואד
ואהבת לרעך כמוך ברור לו מיתה יפה.



כ'פארשטיי נישט, ער'ז דאך א גוי. נישט קיין רעך.

George » דאנערשטאג מאי 1, 2014 8:29 am

· #198393
היימישער ליטוואק
איז קויל אין קאפ "קרועל ענד אניוזשאעל"? איך מיין אז נישט - עס איז סטאנדארט אין ניו יארק סיטי...


די מיינסט צו זאגן מ'זאל זיי שיסן אנשטאט אינשעקטען?