☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אמעריקאנער

אמעריקאנער

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6321

סקאטש טעיפ » מאנטאג אפריל 28, 2014 5:46 am

· #197674
אמעריקאנער
איך זעה אז מען האט געהעריג אוועגענומען מיין נעכטיגע אשכול קען זיין אז עס איז נישט געווען געשריבן כראוי וועל איך עס יעצט שרייבן מיט א שענערע לשון
מיין שאלה איז ס'איז א פאקט אז אמעריקאנער האבן א שענערע אויסקיק און א שענערע הדרת פנים, איז מיין שאלה צו איז דאס א טבע אין די בריאה אז ווען מען ווערט געבוירן אין א פלאץ קיקט מען אויס אזוי אין א אמעריקאנער אינגעל באקימט זיין חן פשוט ווייל ער איז געבארן דארט אדער האט עס צוטון וועגן אנדערע סובות צו ווייל א אמעריקאנער ווייסט זיך בעסער צו באפיצען אויסציקוקען שענער אדער אולי וועגן עפס אנדערש
לאמור הערן וואס עטס האטס צוזאגן ווייל איך האב שוין לאנג אריינגעטראכט און דעם און איך האב נאכאלס נישט קיין נאמאלע תשובה

איש עברי » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:08 am

· #197703
איך פערזענליך האלט אז כינעזער זענען שענער, איך האב א חבר וואס גייט פאר אינדיאנער, איטס ע מעטטער אפ טעיסט

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:18 am

· #197706
סקאטש טעיפ
ס'איז א פאקט אז אמעריקאנער האבן א שענערע אויסקיק און א שענערע הדרת פנים

חוץ מזה וואס דו האסט מיט איין וויש מיטן האנט אפגע'פסל'ט די הדרת פנים פון א דריי-פערטל וועלט, איז דיין פאקט בכלל נישט קיין פאקט. אבי גערעדט. וכמ"ש איש עברי.
עס פעלט עפעס שיינע צורות אין ארץ ישראל? אין אייראפע? איך קען הערן אז דו ביסט נישט געוואוינט צו די שיפע כינעזער/יאפאנעזער אויגן; אבער אמעריקאנער האבן ביידע, שיינע און עקלדיגע צורות.

לענ"ד איז דער אשכול נישט פאסיג. אפשר קענסטו פרעגן ווי אזוי עס ארבעט אין יעדע מדינה האט מען אנדערע סארט פרצופים, אבער פסק'ען נישט אפ ווער איז שענער......

סקאטש טעיפ » מאנטאג אפריל 28, 2014 1:33 pm

· #197751
ענק וויסען גאנץ גוט וואס איך מיין איך רעד נישט פון די גויים איך רעד פון די היימישע יונגלעך מיט בחורים מיט די געקראזעלטע בלאנדע פיאות די באחנטע אמעריקאנער שטעלט און שאטן א יעדעם אנדערשט

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 28, 2014 1:57 pm

· #197758
די ירושלימ'ער יונגלאך מיט זייער אייגנארטיגן חן זענען עניטיים אזוי שיין אויב נישט שענער.

ישמעאל הכהן » מאנטאג אפריל 28, 2014 1:57 pm

· #197759
סקאטש טעיפ
ענק וויסען גאנץ גוט וואס איך מיין איך רעד נישט פון די גויים איך רעד פון די היימישע יונגלעך מיט בחורים מיט די געקראזעלטע בלאנדע פיאות די באחנטע אמעריקאנער שטעלט און שאטן א יעדעם אנדערשט

דאס איז ווייל דו ביזט אויפגעוואקסן דא איז עס געווארן דיין טעיסט. מיינסטו אז יעדער האלט אזוי ווי דיר?

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 28, 2014 2:01 pm

· #197760
די אמריקאנע אינגלעך זענען שיין אנגעגעסן, ממילא זענען די בעקעלעך אפשר אביסל גרעסער און מער שמן פון בשר גלאט. איך האף אז די סקאטש טעיפ וועט שוין אנהייבן קלעבן מיט די הסבר.

סקאטש טעיפ » מאנטאג אפריל 28, 2014 4:43 pm

· #197792
איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז מ'זאל זאגן אויף א ירושלימער יונגעל אז ער איז שיין. אויף אמעריקאנער בחורים הערט מען עס כסדר

סלינקי » מאנטאג אפריל 28, 2014 4:46 pm

· #197793
איך האב שוין יא געהערט

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 28, 2014 4:56 pm

· #197796
נחום? ס'פליען דא פייגלעך

ביבער » מאנטאג אפריל 28, 2014 5:11 pm

· #197804
מידיע רעספאנד.

איש עברי » מאנטאג אפריל 28, 2014 6:24 pm

· #197818
פעטיש אלערט

elter-zeide » מאנטאג אפריל 28, 2014 7:19 pm

· #197823
דע מאנטריאלער יונגלעך מיט זייערע שיינע פיאות'לעך זענען שענער א ווי דע אמעריקנער, אין פון ירושלים נאך שענער

שטילע אינגערמאן » מאנטאג אפריל 28, 2014 7:26 pm

· #197824
וואס וויל סקאטש טעיפ? א מין צודרייטען אשכול, די צענזור האט געכאפט א נעפ?
שוין אט אט ענדיגט זיך בין הזמנים אין די בחורים וועלען אפטראגען פון דא אין צודרייט מאכן אביסעל די משגיח אין אונז לאזן צורוה ביז נעקסטע בין הזמנים.

לאליפאפ » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:29 pm

· #197864
שטילע, האלטסט ער קומט פרעגן פארוואס ער אליין איז שיין?


נחום. קאל קענסל.

סקאטש טעיפ » מאנטאג מאי 12, 2014 3:51 pm

· #200161
ok. אמתיג גערעדט ווען איך זע א בחור ווייס איך אויב ער איז אמעריקאנער אדער א אייארפיעישע אדער א ישראלדיגע אפילו אנע אים פרעגן, און איך מיין אז איך בין נישט די איינציגסטע
איז הערטס אויף מיט דו ליצנות ענפערסט מיך נארמאל פארוואס איז עס אזוי וואס מאכט אים אויסזען ווי א אמעריקאנער

George » מיטוואך מאי 14, 2014 2:43 am

· #200414
סקאטש,
האסט נאך נישט מסביר געווען אויף וואס די בעיסט די פאקט אז אמעריקאנער זענען שענער.

די רעדסט פון זכרים אדער נקבות?

איך זעה נישט מיט וואס -אויב בכלל- אמעריקאנער זענען שענער, נעם למשל א רוסקי/אוקריינישער, חוץ וואס די נאז איז זיי א משהו גרעסער זענען זיי היבש שיין.

איין זאך קען יא זיין, קען זיין אז די דרייסט דיך אין בעסערע געגנטער וואס דער עולם גייט מער אריסטאקראטישער אהנגעטוהן, קוקן זיי אויס געשמאקער, ווס. א ספאנישע קאר סערוויס דרייווער וואס האט נאר 10.99 צו קויפן א טי-שירט.

Yossy » מיטוואך מאי 14, 2014 5:30 am

· #200418
איך וואלט דיך געראטען צי מרחיב זיין אביסל די קשיא . ביי אמעריקאנער חסידישע בחורים איז דא א חיליק צווישען לדוגמא בארא פארק אדער אנדערע געגענטער? לאמר נעמען בארא פארק פילסטי אז עס איז דא א חיליק צווישען איין חסידות אין א צווייטע ? לדוגמא לאמיר קאמפערען א סאטמארע בחור צי א באבובער ?,איז עס מעגליך אז עס האט ציטון מיט די לבוש וואס כאפט דיך מער ? גראדע איז דא אסאך סאטמארע אידען וואס טיען אן שבת פאר זייערע בחורים א הויכע ביבער היט מיט א בעקיטשע אנשטאט די
סאטמערע פריסבי פלאטשיגע היט וואס איז נישט עפעס מוראדיג שיין אויף יעדען איינעם . סא ס"ה האט עס זיכער אסאך ציטין מיט די לבוש גלעזער היט וכו'. 😃

סקאטש טעיפ » מיטוואך יוני 11, 2014 8:31 am

· #205456
סקאטש טעיפ
ok. אמתיג גערעדט ווען איך זע א בחור ווייס איך אויב ער איז אמעריקאנער אדער א אייארפיעישע אדער א ישראלדיגע אפילו אנע אים פרעגן, און איך מיין אז איך בין נישט די איינציגסטע
איז הערטס אויף מיט דו ליצנות ענפערסט מיך נארמאל פארוואס איז עס אזוי וואס מאכט אים אויסזען ווי א אמעריקאנער