☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שבועות ביינאכט

שבועות ביינאכט

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #632

שמיטה » דינסטאג מאי 15, 2012 4:13 pm

· #12360
שבועות ביינאכט
וויאזוי פארברענגט איר ליל א דשבועות?

איר זענט אויף א גאנצע נאכט? אין ביהמ"ד צו אינדערהיים?

איר לערנט א גאנצע נאכט, אדער א געמשאקע זמן אויסצולופטערן אקטועלע טעמעס מיט חברים? (אדער רעדט איר גארניט אויס ביז כתר)

וואס איז די אטמאפערע ביי אייך אין ביהמ"ד? שטילע ברומערייען פון אידן וואס זאגן תיקון ליל שבועות? א שטילקייט צוליב א גרויסע ציבור וואס האלט אינמיטן איינהאנדלן א כולל פלעק אויפן שטערן? אדער גאר לעבעדיג, מ'טיילט סעלצער, קאווע....וכו'

איך האב געעפענט דעם אשכול אין "פארברענגן אפטיילונג", ווייל איך וויל נישט ווידמען די אשכול איבער די גרויסקייט און הייליגקייט פונעם נאכט כמבואר בספרי קודש.

זר זהב » דינסטאג מאי 15, 2012 4:16 pm

· #12361
ווען איז שבועות בד"וו ?

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 4:19 pm

· #12363
זר זהב
ווען איז שבועות בד"וו ?

נעקסטע וואך שבת איז ערב שבועות, זונטאג און מאנטאג איז שבועות (דריי טעג יו"ט).

וועט זיין גענוג צייט צו שלאפן שבת נאכמיטאג אויפצוזיין ביינאכט, מ'טאר אבער נישט אינזין האבן אז ס'איז פאר שבועות, נאר אז ס'איז לכבוד שבת.

זר זהב » דינסטאג מאי 15, 2012 4:22 pm

· #12364
WOW איך געדענק נישט אזאנס. ווען איז דאס לעצטע מאל געווען שבת ערב שבועות ?

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 4:28 pm

· #12367
שמיטה
וויאזוי פארברענגט איר ליל א דשבועות?

מ'פארברענגט נישט... ס'איז א הייליגע נאכט, מ'רעדט נישט קיין דברים בטלים, און מ'עסט נישט צופיל, כדי נישט מיד צו ווערן. ווי אויך גייט מען צום רבינ'ס טיש וואס איז אויך א ענין פון תיקון ליל שבועות ווי צדיקים האבן געזאגט אז ת'ערוך ל'פני ש'לחן מאכט אויך ת'יקון ל'יל ש'בועות.

איר זענט אויף א גאנצע נאכט?

אוודאי א גאנצע נאכט, ביז משיכיר צו ליינען קרי"ש בעפארן זיך לייגן

אין ביהמ"ד צו אינדערהיים?

וואס איז די שאלה? אוודאי אין ביהמ"ד ברוב עם הדרת מלך

איר לערנט א גאנצע נאכט

צו ממש לערנען א גאנצע נאכט? המממ.. מ'זאגט תיקון ליל שבועות, און מ'גייט צום רבינ'ס טיש, און מ'לערנט אויך אין די צייט וואס בלייבט.

אדער א געשמאקע זמן אויסצולופטערן אקטועלע טעמעס מיט חברים? (אדער רעדט איר גארניט אויס ביז כתר)

חלילה וחלילה, די וואס שמועסן זאלן ענדערש גיין שלאפן וועלן זיי מער אויפטוהן ווי איידער פארברענגען מיט חברים און רעדן דברים בטלים א גאנצע נאכט

וואס איז די אטמאפערע ביי אייך אין ביהמ"ד? שטילע ברומערייען פון אידן וואס זאגן תיקון ליל שבועות? א שטילקייט צוליב א גרויסע ציבור וואס האלט אינמיטן איינהאנדלן א כולל פלעק אויפן שטערן? אדער גאר לעבעדיג, מ'טיילט סעלצער, קאווע....וכו'

נישט שטיל און נישט לעבעדיג, די קול הערט זיך בערך ווי ביי א מנין אמירת תהלים.

ס'איז צוגעשטעלט קאווע און טיי, און אביסל מזונות, ווער ס'וויל נעמט פון צייט צו צייט, אבער ס'איז נישט קיין געכאפעכטס אדער לעבעדיגע שטיפעניש.

איך האב געעפענט דעם אשכול אין "פארברענגן אפטיילונג", ווייל איך וויל נישט ווידמען די אשכול איבער די גרויסקייט און הייליגקייט פונעם נאכט כמבואר בספרי קודש.

נאר איבער וואס יא?

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 4:28 pm

· #12368
זר זהב
WOW איך געדענק נישט אזאנס. ווען איז דאס לעצטע מאל געווען שבת ערב שבועות ?

תשנ"ח

זעלבע יאר ווען ס'איז לעצטע מאל געפאלן ערשטע טאג פסח שבת.

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 5:29 pm

· #12381
וואוו א לאנגע צייט צירוק

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 5:49 pm

· #12388
מ'קען שוין זיין א חתן בחור און נישט געדענקן (שוין דורך 14 יאר זינט דעמאלס, + עטליכע יאר פון ווען מ'הייבט אן געדענקן זאכן)

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 6:06 pm

· #12402
שמואל הלוי
זר זהב
WOW איך געדענק נישט אזאנס. ווען איז דאס לעצטע מאל געווען שבת ערב שבועות ?

תשנ"ח

ווען איז געווען איינמאל פאר דעים?

אבי גערעדט » דינסטאג מאי 15, 2012 11:13 pm

· #12495
תשס"ו איז אויך אזוי געווען

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 15, 2012 11:24 pm

· #12501
שמואל הלוי
שמיטה
וויאזוי פארברענגט איר ליל א דשבועות?

מ'פארברענגט נישט... ס'איז א הייליגע נאכט, מ'רעדט נישט קיין דברים בטלים,



דיבוק חבירים אידאך איינער פון די מ"ח דברים שהתורה ניקנית בהם, ווי קען זיין א בעסערע הכנה פאר קבלת התורה?

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 16, 2012 10:16 am

· #12564
געפילטע פיש
שמואל הלוי
שמיטה
וויאזוי פארברענגט איר ליל א דשבועות?

מ'פארברענגט נישט... ס'איז א הייליגע נאכט, מ'רעדט נישט קיין דברים בטלים,



דיבוק חבירים אידאך איינער פון די מ"ח דברים שהתורה ניקנית בהם, ווי קען זיין א בעסערע הכנה פאר קבלת התורה?

שתי תשובות בדבר: ערשטנס ס'שטייט נישט "דיבוק חברים, ס'שטייט "בדקדוק חברים", און צווייטנס אין די זעלבע משנה שטייט אויך איינע פון די קניני התורה "במיעוט שיחה".

א איד » מיטוואך מאי 16, 2012 3:34 pm

· #12658
איך רעד נישט אויס ביז כתר

איך זאג אין ביהמ"ד תיקון ליל שבועות אויב עס בלייבט איבער צייט לערנט מען
דערנאך גייט מען צום רבינס טיש, נאכן טיש ביים עלות גייט מען אין מקוה, דערנאך ליינט מען קריאת שמע, דערנאך רוהט מען זיך אפ ביז שחרית

א איד

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 16, 2012 3:43 pm

· #12663
א איד
דערנאך גייט מען צום רבינס טיש

וועלכע רבי?

א איד
:oops: 😳 😳 מיט גרויס בושה וחרפה מוז איך מודה זיין אז מ'האט מיר געפאקט ביי די מעשה
אז איך
😳
😳
😳
באלאנג נישט אין ערגעץ 😳 😳 😳

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/9195">viewtopic.php?p=9195#p9195</a><!-- l -->

א איד » מיטוואך מאי 16, 2012 3:47 pm

· #12667
דאס אז איך בין א רבי אליינס טראכסטו נישט?

א איד » מיטוואך מאי 16, 2012 4:57 pm

· #12693
אבי גערעדט
תשס"ו איז אויך אזוי געווען


קוק איבער די לוח

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 16, 2012 5:04 pm

· #12699
תשס"ו איז געווען פרייטאג און שבת.

העלא » מיטוואך מאי 16, 2012 10:47 pm

· #12816
איך געדענק אז די לעצטע מאל איז געווען נ"ח און נ"ה און נ"ב,

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:46 am

· #12865
העלא
איך געדענק אז די לעצטע מאל איז געווען נ"ח און נ"ה און נ"ב,

פאר נ"ב געדענקסטו נישט? נא, ווערסט שוין אלט...

זר זהב » דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:54 am

· #12867
איין זאך וואס איך האב באמערקט יאר נאך יאר איז אזוי, ווען דו זעהסט א מענטש קומט אריין ווילד הייליג אויפגעהייטערט מיט זיין תיקון און ער נעמט זיך שאקלען מיט א ברען ער זעצט זיך נישט אראפ, ער גייט שטיין! און פאנגט אן מיט א געשריי "בראשית ברא אלוקים את השמים ווייס הארץ, וועהאאאאאארעטס הייתה תוהו... אא"וו , --- קום צוריק א האלבע שעה שפעטער דער זעלבער מענטש שנארכעטסט אין זיבעטען הימל אויף זיין שפייעכטס נאסן דורכגעווייקטען תיקון אויפגעמישט ביי חיי שרה.

דער אנדערער מענטש קומט אריין באשיידן אן קיין גרויסע השגות ער זעצטסעך אראפ און ער ענדיגט זיין תיקון. בדוק ומנוסה.

לעמיל » דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:05 am

· #12900
א איד
דאס אז איך בין א רבי אליינס טראכסטו נישט?

א דיין האב איך געויסט מיר האבען דא אבער א רבי......... וועלכאם טא די כלאב

איך אויך » דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:08 pm

· #12948
אלע לייקערס זענען דעם רבין'ס חאסידים?

אשכולות אויפוועקער » זונטאג יוני 1, 2014 7:58 am

· #203748
אויפגעוועקט
שבועות באנאכט וועט מען נישט דארפן וועקן בעזהי''ת

דריידל » זונטאג יוני 1, 2014 9:32 am

· #203765
מ'דארף וויסן אז אויפזיין אגאנצע נאכט איז נישט קיין דאוריתא און מ'קען זיך לייגן ביים ערשטן זמן פון די עלות, וואס קען זיין א שעה פריער פונעם אנגענומענעם זמן.

און מקוה גיי איך נישט וויבאלט דאס איז נאר פאר די וואס דאווענען ותיקין, חוץ מזה איז נישט אויסגעהאלטן צי גיין ווען עס טיט זיך א שטיפעריי.

אז מ'לייגט זיך ביים ערשטן עלות, קען מען נאכדעם אויפשטיין פאר סוף זמן קרי"ש און דאווענען ווי א מענטש

משולם שטיינפעלד » זונטאג יוני 1, 2014 10:12 am

· #203769
דריידל
מ'דארף וויסן אז אויפזיין אגאנצע נאכט איז נישט קיין דאוריתא און מ'קען זיך לייגן ביים ערשטן זמן פון די עלות, וואס קען זיין א שעה פריער פונעם אנגענומענעם זמן.

עס איז טאקע נישט קיין דאורייתא, אבער וואס האט דאס מיטן פריערדיגן זמן? די וואס האבן מסדר געווען די סדר פאר שבועות ביינאכט (נישט מדאורייתא) האבן מסדר געווען ביזן עלות.

דריידל
און מקוה גיי איך נישט וויבאלט דאס איז נאר פאר די וואס דאווענען ותיקין, חוץ מזה איז נישט אויסגעהאלטן צי גיין ווען עס טיט זיך א שטיפעריי.

מקוה ביים עלות איז די גמר פונעם תיקון ליל שבועות, האט מיט תפילת שחרית קיין שייכות. עס האט נישט צו טוהן צו מען דאווענט וותיקין צו נישט.

וואס איז די אישו צו גיין ווען עס איז פול? אויפן סאבוועי ראשאוער זומער איז מיליאן מאל ערגער. מען גייט אין מקוה און מען פירט זיך אויף אפגעהיטן.


דריידל
אז מ'לייגט זיך ביים ערשטן עלות, קען מען נאכדעם אויפשטיין פאר סוף זמן קרי"ש און דאווענען ווי א מענטש

ביז מען ענדיגט די מקוה נאכן עלות און מען גייט אהיים זיך לייגן, קען מען שוין רואיג ליינען קריאת שמע. מען לייגט זיך און מען שטייט אויף דאווענען ווי א מענטש

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 6:55 am

· #277209
עניני דיומא

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:24 am

· #277607
שמיטה
וויאזוי פארברענגט איר ליל א דשבועות?

איר זענט אויף א גאנצע נאכט? אין ביהמ"ד צו אינדערהיים?

איר לערנט א גאנצע נאכט, אדער א געמשאקע זמן אויסצולופטערן אקטועלע טעמעס מיט חברים? (אדער רעדט איר גארניט אויס ביז כתר)

וואס איז די אטמאפערע ביי אייך אין ביהמ"ד? שטילע ברומערייען פון אידן וואס זאגן תיקון ליל שבועות? א שטילקייט צוליב א גרויסע ציבור וואס האלט אינמיטן איינהאנדלן א כולל פלעק אויפן שטערן? אדער גאר לעבעדיג, מ'טיילט סעלצער, קאווע....וכו'

איך האב געעפענט דעם אשכול אין "פארברענגן אפטיילונג", ווייל איך וויל נישט ווידמען די אשכול איבער די גרויסקייט און הייליגקייט פונעם נאכט כמבואר בספרי קודש.


מעג מען אויסזאגען דעם אמת? עס זענען דא נשים וועלעכע לייענען דאס און אויב זיי וועלען אויסגעפונען וואס גייט טאקע פאר שבועות ביינאכט....... אך און וויי