☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » "בעל מכשיר"

"בעל מכשיר"

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6317

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 27, 2014 6:11 pm

· #197513
"בעל מכשיר"
מיר אלע קענן גוט דער דין פון עד אחד נאמן באיסורין. מיר קויפן פרודאקטן פון יידישע קאמפאניס, אבער דאך וועל מיר פארלאנגן א "הכשר".
פארוואס?
ווייל די הלכה איז נישט בלינד, און מיר דארפין אויך קיין בלינדע נישט זיין.
ווען איינער האט א ביזנעס, איז דא א גרויסע רייץ צו 'קוטן קורנערס', ממילא מוזן מיר צוקומן צו אן אוטסאייד כשרות ארגנעזאציע אדער רב וואס זאל פעסטשטעלן די כשרות.
מיינן מיר אז לולא די השגחה וואלט א ייד פארקויפט חזיר במקום כשר-פלייש?
אוודאי נישט. אבער קולות און פארזעענישן יא.
אצינד, רבותי, לאמיר זיך מתבונן זיין איבער רבנים און דיינים. איך מיין קיינעם פארזענליך נישט ח"ו.
דו האסט א הארבע הלכות ריבית שאלה, און דו שטייסט צו פארלירן אסאך געלט. רופסט א רב, ער זאגט אז עס איז אסור - אין חכמה ואין תבונה נגד ה'.
דערמאנסט זיך אז דו האסט א חבר א גרויסער ת"ח, א למדן און א בעל הוראה. גייסט אריבער צו אים, פארציילסט אים דיין פרובלעם.
ער לייגט זיך אריין אין די שאלה און "טרעפט" תשובות ספרים, "ארבייט" אויס א היתר. און דו פארלירסט נישט אזויפיל.
כידוע דאס איז דער פאקט, הן לגבי ריבית, חושן משפט (פרוביר רעדן צו א דיין בנוגע א "טעות עכו"ם" שאלה), חמץ, הלכות שבת.
איצט, לאמיר צוריקקומען צו הכשרים.
דער רב באקומט א גרויסע סכום געלט פון מר. פלוני אלמוני.
מר פלוני אלמוני איז אויך א שטיצער פון דעם רב'ס שול אדער ישיבה.
עס מאכט זיך א גרויסע שאלה. מען קען מחמיר זיין אדער מקיל זיין. מחמיר זיין מיינט נישט אז דער פרודאקט וועט פשוט נישט זיין צו באקומן, אדער אז עס וועט דערפן גטוישט ווערן אן אינגרידיענט. מחמיר זיין איז פשט אז דער בעל הקאמפאני מר. פלוני אלמוני וועט פארלירן א סכום גדול. אז זיין קונקארענט וועט קענן צושטעלן א סאך א ביליגירע און בעסרע פרודאקט.
דער נסיון פון דער רב איז גרויס, כמובן.
וואס איז אונזער גאראנטי אז דער רב גייט נישט אוועקנויגן פון די הלכה?
עד אחד נאמן באיסורין?
דאס האב איך אן דעם רב אויך!

סמיילי » זונטאג אפריל 27, 2014 6:24 pm

· #197516
אז עס איז כשר להלכה ,וואס איז דיין פראבלעם?

הויזן טראגער » זונטאג אפריל 27, 2014 6:37 pm

· #197520
גוט מארגען ענד וועלקאם טו דע ווארלד !!
נישט נאר וואס די האסט ניט קיין גאראנטי אז דער רב צו דער משגיח צו ווער עס איז נאר פארמישט דארט גייט מקיל זיין נאר טאקע וכן נוהגין.
מען קען זיך ניט פארלאזן אויף קיין איין בעל מכשיר (חוץ אפשר רב לנדא פון בני ברק) נאר וואזשע דען מען האט ניט קיין ברירה די קענסט נאר קויפן פון דער וואס געט א הכשר, אין מען מיז לעבן פון וואס סיז דא אין אז דער בעל מכשיר איז דיר מכשיל וועט מען אים שמייסן פאר דעים...

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 27, 2014 8:18 pm

· #197547
וועגן דעם איז גוט זיך צו פארלאזען אויף א "הכשר" וואס באשטייט פון א גרופע רבנים, וואס איז שווערער אונטערצוקויפען. ווי למשל "בית דין צדק המיוחד לעניני כשרות שעל ידי התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנאדא"

בעל הבית » זונטאג אפריל 27, 2014 8:25 pm

· #197552
אדער בד''ץ קהל מחזיקי הדת

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 27, 2014 10:44 pm

· #197591
קאווע טרינקער
וועגן דעם איז גוט זיך צו פארלאזען אויף א "הכשר" וואס באשטייט פון א גרופע רבנים, וואס איז שווערער אונטערצוקויפען. ווי למשל "בית דין צדק המיוחד לעניני כשרות שעל ידי התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנאדא"

איך רעד נישט פון "אונטערקויפן", איך פרעג אייך, ווען דער רב המכשיר וואס ארבעט אין בד"ץ המיוחד לעניני כשרות שע"י ההדארצהבו"ק זעט א שווערע מצב; נישט פאר זיך - פאר זיין קלייענט, וועט ער זיך נישט באנוצן מיט זיין "כחא דהתירא עדיף" און דאס מתיר זיין?
קען איך דאך אויב אזוי קויפן פון א יידישע גשעפט אדער קאמפאני אן השגחה בכלל!

מה יעשה הבן » דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:03 am

· #200631
זייער א שיינע נושא היימישע (ליטוואק)

אמת,זיעיער מעגליך אז די בעל מכשיר האט נגיעות און אינטערעס אז זיין עושר וואס צאלט געלט פאר זיינע סערוויסעס זאל נישט האבן א הפסד, די וועג איז צו מאכן זיכער זיך פארלאזן נאר אויף א רב וואס איז א בקי אין כשרות, בקי אין הלכות, און מובן מאיליו אז ער מוז זיין א ערלעכע איד.

נאך א פשט » דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:59 pm

· #200670
דו מעלה פון א בעל מכשיר איז אז ער שטעלט איין א סיסטעם אויף ווי אזוי זיך צו פירן און וועלכע אינגרידיענס מען קען ניצן

די עסען אינדאסטרי איז היינט זייער קאמפלעצירט און א פשוטע באלעבאס איז גארינטירט ארייצופאלן אין ערענסטע כשרות פראבלעמען

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 16, 2014 7:50 am

· #200796
אלו ואלו, ביידע איז גערעכט. אן א רב איז זיכער ערגער, עס איז שוין געווען מכשולות, וויפיל מאל האט מען שוין געכאפט די קאמפאניס וואס זוכן אויסשפילן דען בעל מכשיר און משגיח, אדער טון זאכן אונטערן רוקן, ואכ"מ,

אבער דער רב באנוצט זיך מיטן כח ההיתרא בלי שום ספק, איך האב שוין כמ"פ געהערט פון דרשנים אז פילע "יאכלו ענוים וישבעו" פראדוקטן זענען בלויז מותר מיט א דיעבד שבדיעבד, מצורף מכמה קולות בנוסף צו הפסד מרובה, און ביי זיך אינדערהיים וואלטן רוב מענטשן קיינמאל נישט מקיל געווען ביי רובא דרובא פון די סארט שאלות.

עכ"פ טריפה איז עס נישט, אויב קען מען בדיעבד אויסארבעטן א היתר, טרעפן א קולא, ויש לו על מי לסמוך, איז נאך אלץ בעסער ווי א דעת בעלי בתים וואס ווייסט ניטעמאל די הלכות און ווייסט נישט די פארצווייגעטע מקורות פון די אלע אינגרידיענטס און פלעיווארס וכו', און האט א נגיעה אויסצושפילן דעם בעל מכשיר, נאך אלעם איז עס זיין געלט, און טראגט נישט אזא אחריות וי דער בעל מכשיר.

@קאווע טרינקער, ביזט א געזונטער לץ....

לאליפאפ » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:00 pm

· #218612
.
📎 IMG-20140826-WA0011.jpg

Chuchem » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 2:41 pm

· #218773
Lolly,
where was this paper published?

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 2:56 pm

· #218779
How-bored University

היימישער ליטוואק » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:51 pm

· #218816
וואס זענן די חששות אויף רב באבד'ס הכשר?
פ"וו ווייס איך אז דאס איז נישט פון זיינער א קאמפעטישנ'ס? (ועיין הודעתי בתחילת האשכול)

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:57 pm

· #218820
נישט קאמפעטישאן. פלעין פארלירערס ביי א דין תורה ממש לעצטענס...

לאליפאפ » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:29 pm

· #218907
Chuchem
Lolly,
where was this paper published?

איך וואלט נישט געוואוסט, עס איז פלעין אנגעקומען צו מיר.

בד"וו נעקסט טיים טעג מיר אזוי @Chuchem.

היימישער » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:04 pm

· #218917
איך האב שוין זייער אסאך מאל באגעגענט מענטשן וואס עסן נישט זיין הכשר

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:52 pm

· #218952
היימישער
איך האב שוין זייער אסאך מאל באגעגענט מענטשן וואס עסן נישט זיין הכשר

איך אויך. נישט נאר זיין הכשר נישט, נאר אפילו אנדערע הכשרים.