רביה''ק זי''עיעקב מענטששמעון וואלףלעצטענס איז די הייליגע ר' ישעי'לע זי"ע געווארן פון די הויפט קערעקטערס אויף וואטסעפפ ווי יעדע צווייטע שמויגער דערציילט אפענע מופתים וואס ער האט אליינס בייגעוואינט בזכות ר' ישעי' ב"ר משה - אדער וועסטיך בייגן אנישט וועט מען דיר איבערלייגן.
ס'ווינדערט מיר נאר פארוואס האט קיינער עס נישט געזאגט פאר היטלער'ן און אזוי וואלט מען פטור געווארן פון די גאנצע אוישוויץ?
ליצנות אהער ליצנות אהין, דער אינגערמאן מיט די אמאזאן מופת האט אויך אזוי אמאל גערעדט.
עיין כאן ותמצא נחת.
עיינתי שם ואין זה נוגע לכאן כלל.
איך רעד נישט פון קיין מעשיות געדרוקט אין א גליון ווי מ'שאפט געלט פאר א מוסד, איך רעד פון זאכן וואס איך האב געהערט פערזענליך פון די נושעים.
רבותי! ס'איז זייער שווער צו גלייבן מופתים ובפרט ווען מ'האלט זיך 'קלוג' אבער איינמאל מ'שפירט דאס אויף די אייגענע הויט טראכט מען גאר אנדערש, און יא! איך פערזענליך האב שוין בייגעוואוינט עפעס וואונדערליך.