ליפא זינגט מיט פרוי 131 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6312
ליפא זינגט מיט פרוי
כאב מיך געווינדערט אז כאב נישט געזעהן קיינעם שרייבען דא וועגען ליפא שמעלצער האט געשפיעלט און געזינגען צוזאמען מיט א פרוי. ליפא האט געשפיעלט די fidler on the roof און ער איז טויביה און א פרוי זינגט דארט צוזאמען מיט איהם אלץ זיין ווייב און זיי פרעגען זיך אויב זיי האבען זיך ליעב און נאך זאכן. וואס זאגט מען דא צו עס? מעג מען זינגען מיט א פרוי? מעג א חסידישע זינגער זינגען מיט א פרוי? ווער איז יענע פרוי וואס זינגט העכער און שטארקער ווי איהם? ווער גייט איהם יעצט נעמען פאר א שמחה?
ידען ווער גייט איהם יעצט נעמען פאר א שמחה?
די זעלבע וואס האבן אים גענומען ביז איצטערט...
וואו איז דאס געוועהן?
מעגליך ער טוט דאס מקרב צו זיין נדחי ישראל לעצטענס הערט מען פילע היתירים בנוגע צו מקרב זיין שוואכערע...
איך מיין אז ס'איז באמת נישט קיין פרוי נאר א זכר, בבחינת איד איד ווי איז דיין בארד
עס איז זיין ווייב
[ציטאט אראפגענומען]
יא. כאב עס אויף whatsapp
סיז נישט זיין פפרוי.
עס איז געווען און אר סי סי, קען זיין עס איז געווען א האוםווארק...
ליפא האט געשפילט "טוביה דער מיליכיגער" אין א "פידלער אויף די ראף" פערפארמענס ביי RCC קאמיוניטי קאלעדזש ארט פערפארמענס סטודענטען, ווי ליפא איז אויך א סטודענט. די מוזיקעל האט אסך ניגונים געזינגן מיט פרויען. אנדערש פון די אריגינעלע שפיל, איז אונזער היימישע טוביה זייער נזהר געווען נישט אנצורירן קיין פרוי, און ס'איז געווען זייער מערקבאר. ס'האט אויך צוגעגעבן צו די אוטענטישקייט. ס'איז פילייכעט איראניש ווי ליפא האט געשפילט טוביה די קערעקטער וואס זעהט זיינע דריי טעכטער "גליטשן" פון טראדיציע וואס ער האלט אזוי טייער און אינטעגראל צו זיין עקזיסטענץ. ווי באקאנט, קודם האט איין טאכטער חתונה מיט א דארפסמאן א שניידער אן א שדכן, טוביה אז בדיעבד מסכים. א צווייטע טאכטער האט חתונה מיט א רוסישע מאדערענע רעוועלוציענער, אבער פארט א איד, און טוביה איז ווייטער קוים אין צרות מסכים. די דריטע טאכטער האט חתונה מיט א גוי און א קאנפליקטע טוביה איז נישט מסכים אפי' בדיעבד און באטראכט איר אלס א געשטארבענע אין די משפחה, הגם די מוטער, פאר וועם טוביה האט דאס קדחת, איז פיל ווארימער און איר באנעמונג מיט די לעצטע טאכטער. ליפא האט נארוואס געענדיגט זיין דריטע און לעצטע פערפארמענס, אין וואס ער האט אין א פארפלייצונג פון טרערן דערקלערט אז מ'קען נאר אזויפיל בייגן די טראדיציע איידער מ'ווערט גענצליך צובראכן, און ער האט געצויגן א שטרייך אין דער ערד ביי אסימילאציע (דאס איז די סקריפט פון די שפיל, נישט זיינע ווערטער). אנדערש פון זיין בראדוועי שאוי, איז ליפא דא נישט געווען די דירעקטאר און האט נאכגעפאלגט א טראדציאנאלע שפיל מיט א טראדיציאנאלע סקריפט און מסתם אסך קאוטישינג און פראקטיצירונג. די חילוק איז געווען הימעל און ערד. ליפא האט אראפגעברענגט די דאך פונעם געפאקטע זאל. ער האט באקומען די געלעכטער און די געוויינעריי פון די ביישאויער. פאר א חסיד ווי מיר איז נישט געווען שווער צו אידענטיפיצירן די חסיד אויפן סטעידזש, פון זיין זיך שאקלן ביים דאווענען און צינדן שבת לעכט, ביז זיין קלאטשן ביים מזרז זיין די טעכטער לקראת שבת. ווי אויך איז אריינגעפאלן די חסידיש-ענגליש גראמאטיק געציילטע מאל. פארענט פון מיר איז געזיצן א סאטמאר'ע מאמע מיט איר טאכטער און האבן זיך געשאנקן בליקען יעדעס מאל וואס דער חסיד האט זיך אריינגע'גנב'ט אין זיין שפראך. די טאטעל פערפארמענס איז געווען א היט.
זיך אונטערזינגענ'דיג 'sunrise sunset' זאגט מיר א בחור מיט ds אז ער קען דאס פון ליפא, זינגט ער דאס אויף איינע פון זיינע רעקארדס אדער האט ער געזעהן א וידיאו פון די פערפארמענס?
ווער איז געוועהן דער רב וואס טאנצט מצוה טאנץ? בדרך אגב, עס איז כדאי צו זעהן דער אריגינאלער טעביע אויף אידיש.
ונבנתה העיר זיך אונטערזינגענ'דיג 'sunrise sunset' זאגט מיר א בחור מיט ds אז ער קען דאס פון ליפא, זינגט ער דאס אויף איינע פון זיינע רעקארדס אדער האט ער געזעהן א וידיאו פון די פערפארמענס?
די אורה אודיאו פסח שנת קידוש החמה האט געהאט דעם ניגון פון ליפא, sunrise sunset, צוגעפאסט צו נייע ענגלישע ווערטער. זייער שיין.
קען איינער פילייכט ארויף לייגען א ווידאו?
נאדיר,
@ונבנתה , די Oorah ניגון פון קידוש החמה.
<a class="postlink" href="http://www.oorah.org/vsk2/audio/626/sunrise-sunset.aspx">http://www.oorah.org/vsk2/audio/626/sunrise-sunset.aspx</a>
איך האב אמאל געזינגען די sunrise, sunset ניגון אויף ממקומך סגעווען א היט, די אינגעלייט האבן מיטגעזינגען בהתלהבות און די עלטערע האבן זיך געווישט די טרערן פאר נחת.
ביבער איך האב אמאל געזינגען די sunrise, sunset ניגון אויף ממקומך סגעווען א היט, די אינגעלייט האבן מיטגעזינגען בהתלהבות און די עלטערע האבן זיך געווישט די טרערן פאר נחת.
ס'ניגון זיצט זייער אומגעדולדיג אויפן ריטעם. שווער צו האבן א עמך עולם מיטזינגן און ארויסבאקומען די שיינקייט פונעם ניגון. א חלק פון די שיינקייט איז אויך די ווארעמע חופה, די געפיל פון עלטערן פון ובא השמה וזרח השמש וואס ווערט ארויסגעברענגט ביים שפיל, מיט וואס דאס ניגון איז געקניפט און געבינדן.
פאר אומוויסענדע ווי מיר, נאדיר די היסטוריה פון די מעשה/שפיל
דער פידלער אויפן דאך איז גאר א פאפולערער מוזיקאלישע פארשטעלונג און פילם געשפילט אויף דער ענגלישער שפראך, וואס איז פעסטגעשטעלט אויפן בוך טעוויע דער מילכיקער , געשריבן געווארן דורך שלום עליכם . דער ערשטער באשטראל פון דער פארשטעלונג איז געווען 1964 אין בראדוועי. דער העלד פון די מעשה איז חיים טאפאל וועלכער שפילט אלס טעוויע (טביה). ער וואוינט אין אנאטעווקע, רוסלאנד, מיט זיין ווייב גאלדא און פינף טעכטער. טעוויע שפיגלט אפ א תמימות'דיגער טראדיציאנאלער גא-ט'ס פארכטיגער יוד. דער עיקר וואס די מעשה ברענגט ארויס איז די טויש אין דעם לעצטן יארהונדערט, אז אנשטאט גיין צום שדכן (אין דעם פאל יענטע די שדכנ'טע - מאלי פיקאן) און דער טאטע זאל מאכן דער באשלוס וועמען די קינדער זאלן הייראטן, באשלוסן זיי דאס אליינס לויט זייער געפיל און וועם זיי גלייכן. ביים ערשטן קינד, צייטל, וועלכע פארליבט זיך אין מאטל דער שניידער, גיט איר עס דער טאטע נאך נאכדעם וואס זי בעט זיך ביי אים אז זי וויל נישט הייראטן לייזער וואלף דער קצב ווי ער האט אפגעשמועסט. אזוי אויך ביי דער צווייטער טאכטער האדל וואס וויל הייראטן מיט פידשיק, א רעוואלוציאנער, גיט ער איר אויך נאך. אפילו זי וויל פארן קיין סיביר אים באזוכן און ער ווייסט אז מעגליך וועט ער זי מער נישט זען און זי וועט לכאו' נישט האבן קיין טראדיציאנעלע חתונה. אבער ביי דער דריטער און זיין געליבטסטע טאכטער, חוה'לע, וואס פארליבט זיך אין פעטריק א גוי, קען ער שוין נישט איינשטימען מיט דעם און ער האקט אפ מיט איר. די פילם ענדיגט זיך ווי מען פארטרייבט די יודן פון אנאטעווקע, און טעוויע פארט קיין ניו יארק, אמעריקע. לייזער וואלף קיין שיקאגא און יענטע קיין א"י.דער פילם האט אסאך ווערטער וואס אן ערליכער יוד טאר נישט ארויסזאגן פון מויל, ווייל עס גרעניצט זיך מיט חוזק און חוצפה כלפי מעלה . דער נאמען "אַ פֿידלער אױפֿן דאַך" איז באשיינט געווארן פון מארק שאגאלס געמעל.
אמת סגעווען מער אז איך בין געווען סאלא און דער עולם (היודעים) האבן מיטגעברומט, ממש ווי ביי די חופה.
די אריגינאל.
VIDEO
פלעין יודיש איך מיין אז ס'איז באמת נישט קיין פרוי נאר א זכר, בבחינת איד איד ווי איז דיין בארד
ביז יעצט איז נאר געווען ווי די בארד יעצט איז אויך ווי די איד
בבחינת לקינו בכפלים
<a class="postlink" href="https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%A0%D7%90%D7%98%D7%99%D7%95%D7%95%D7%A7%D7%90">https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... 7%A7%D7%90</a>
מאלי פיקון, איז די שדכנ'טע, און ס'איז אינטערעסאנט ווי גוט זי טוט אויסשפילן אלץ אין יעדע מאווי ווי זי שפילט, איר ראלע דאס בעסטע. ווי א שטייגער יידל מיטן פידל
ידען מעג מען זינגען מיט א פרוי?
אויב מ'האט מתיר געווען אינטערנעט, וואס איז ביהרג ואל יעבור, לצורך פרנסה, מיינסטו נישט אז די זעלבע וועט זיין לגבי זינגן מיט א פרוי, בצירוף מיט תרי קלא לא משתמעי, קומט אויס מדין ערבות, כדי די אידן אינעם אודיענס זאלן נישט הערן קיין קול אשה, איז ער מחוייב צו זינגן.
ידען מעג א חסידישע זינגער זינגען מיט א פרוי?
נישט געוויסט אז חסידים אדער זינגערס האבן אנדערע הלכות.
קאווע טרינקער: ייש"כ פאר ברענגען דעם "רעוויו" און בעקגראונד פון "פידלער", פאר די וועלכע זענען נישט באקאנט מיט דעם אריגינאלן בראדוועי פלעי. נאר איין קליינע הערה וואס איז כדאי ארויסצוברענגען: ביי דעם שידוך פון צייטל און מאטל, איז ביי דעם אריגינאלן שידוך מיט לייזער וואלף דער בוטשער, געוועהן די שדכנ'טע "יענטע"/מאללי פיקאן. און ס'איז געווען א "געלט'ס שידוך". און טוביה האט שוין אפילו געשיכור'ט מיט לייזער וואלף א גאנצע נאכט אלס זיין איידעם. נאר צייטל האט נישט מסכים געווהן צום שידוך... 😕 😎 😂 🙄 😳 😢 😞 😮
מנשה לוסטיג https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%A0%D7%90%D7%98%D7%99%D7%95%D7%95%D7%A7%D7%90
לויט דעים פשט איז ליפא א "קרוב" מיט שלום עליכם. הגם ליפא שטאמט פון אונגארן און אנאטעווקע איז אין אוקריינא. אבער ביידע שטאמען פון טשערנאבלער חסידים...איך מיין ברוחניות האבן זיי אויכעט עפעס א שטיקל שייכות. ואידך פירושא , זיל גמור... 😎 😂 😎 😕 🙄 😈 😈 😛 😳 😢 😞 😈 😮
ער האט זיכער געהאט אוירען שטאפערס נישט צו הערען די קול אשה פין דער פרוי וואס זינגט. אבער אי קשיא הא קשיא, ווי וואגט ער זיך צו פרעגען א פרעמדע פרוי צו זי האט אים ליב? און זי ענטפערט אים נאך אז זי וואשט זיינע וועש און קאכט און באקט פאר אים, הייסט עס ער האט זיך פארליבט אין זיין משרת?
און ווי אזוי קען דער גלח אויף סליחות נאכט אין קיעוו זאגן "מיר קריסטן האבן דעם אמת'ן גלויבן, די זשידעס האבן א פאלשן גלויבן ".
עס איז א חרפה און א בושה וואו א היימישע אינגערמאן קען זיך אויפשטעלן ברבים, און טרעטן אויף א אפענע הלכה פסוקה אין רמב"ם, און אין שו"ע. עס שרייט זיך דעם; אוי לדור שכך עלתה בימיו. נב. חוץ אם היתה פנויה .
מצטמק ויפה עס איז א חרפה און א בושה וואו א היימישע אינגערמאן קען זיך אויפשטעלן ברבים, און טרעטן אויף א אפענע הלכה פסוקה אין רמב"ם, און אין שו"ע. עס שרייט זיך דעם; אוי לדור שכך עלתה בימיו. נב. חוץ אם היתה פנויה .
און חוץ אז אינז זענען נישט גורס דעם חרם דרבינו גרשום. אדער אז אינז האמיר א היתר מאה רבנים... 😕 😎 🙄 😂 😠 😛 😳 😉 😮
די קליפ ביטע?
מצטמק ויפה עס איז א חרפה און א בושה וואו א היימישע אינגערמאן קען זיך אויפשטעלן ברבים, און טרעטן אויף א אפענע הלכה פסוקה אין רמב"ם, און אין שו"ע. עס שרייט זיך דעם; אוי לדור שכך עלתה בימיו. נב. חוץ אם היתה פנויה .
אהא
אין קראקא איז בעסער געוועהן?
אין בודאפעסט איז בעסער געוועהן?
שאל זקניך ויאמרו לך
חרם דרבינו גרשום?!
ליפא איז נישט "היימיש" זייט די רבנים האבען אים ג'אסר'ט.
מצטמק ויפה חרם דרבינו גרשום?!
יא! ביסט עפשער אן אינגערישער? וועסטו עס כאפן אין צוויי וואכן ארום! 🙄
היינט זענען פנויות נדות, איז עס ממילא אסור.
איחוד פעלד היינט זענען פנויות נדות, איז עס ממילא אסור.
לאז עס צו ראביי אבי ווייס שליט"א פון ריווערדעיל. ער'ט שוין טרעפן עפעס א היתר! 😂 🙄 😮
קרעדיט:
@גנדי ליפא זינגט מיט פרוי VIDEO
פשט פון דעם זמר איז, נאכדעם וואס טוביה ברעכט די נייעס פאר זיין פרוי גאלדא אז זייער צווייטע טאכטער האט "באשלאסן" חתונה צו האבן מיטן רעועלוציענער און לערער פערטשיק, און זיי חוזק'ן אפ פון די נייער אינגע דורות וועלכע האב באשאפן א נייע באגריף, "ליבע," קלערן זיי צווישן זיך, וואס טוט זיך מיט אונז, מיר, עלטערן וועלכע רעדן נישט שטענדיג פון ליבע, האבן זיך עפעס ווייניגער ליעב פון זיי די אינגע דורות וועלכע רעדן כסדר דערפון? אבער גאלדע איז איבעראשט איבער דאס עצם פראגע, קיינמאל בעפאר אויפגעברענגט אויף די ליפן, "דא יוא לאוו מי?" דאס איז נוגע נאך היינט ווי אמאל. כשהאומות העולם מונין את חרידים איבער זייער באשיידענע לעבן אפגעטיילט פון די סעקולערע שטייגער, און פון די שידוך סיסטעם ווי מ'טרעפט זיך צום ערשט ביי די חתונה, קען זיך דאכטן אז ביי אונז וואקסט נישט ארויס ליעבע כשאיש ואשה זכו. דער אמת איז אונז און אונזער עלטערן האבן פונקט אזוי די מעגליכקייט זיך ליעב צו האבן, נאר ס'ווערט אויסגעדריקט אויף אנדערע אופנים. נישט ווער ס'איז שגור בפיו "איי לאו יוא" האט באמת ליבע. נאדיר די ווערטער: (Tevye) "Golde, I have decided to give Perchik permission to become engaged to our daughter, Hodel." (Golde) "What??? He's poor! He has nothing, absolutely nothing!" (Tevye) "He's a good man, Golde. I like him. And what's more important, Hodel likes him. Hodel loves him. So what can we do? It's a new world... A new world. Love. Golde..." Do you love me? (Golde) Do I what? (Tevye) Do you love me? (Golde) Do I love you? With our daughters getting married And this trouble in the town You're upset, you're worn out Go inside, go lie down! Maybe it's indigestion (Tevye) "Golde I'm asking you a question..." Do you love me? (Golde) You're a fool (Tevye) "I know..." But do you love me? (Golde) Do I love you? For twenty-five years I've washed your clothes Cooked your meals, cleaned your house Given you children, milked the cow After twenty-five years, why talk about love right now? (Tevye) Golde, The first time I met you Was on our wedding day I was scared (Golde) I was shy (Tevye) I was nervous (Golde) So was I (Tevye) But my father and my mother Said we'd learn to love each other And now I'm asking, Golde Do you love me? (Golde) I'm your wife (Tevye) "I know..." But do you love me? (Golde) Do I love him? For twenty-five years I've lived with him Fought him, starved with him Twenty-five years my bed is his If that's not love, what is? (Tevye) Then you love me? (Golde) I suppose I do (Tevye) And I suppose I love you too (Both) It doesn't change a thing But even so After twenty-five years It's nice to know
איך זעי נישט די פראבלעים מיט ליפא, ער האט דאך אן זיינע אריגינעילע שטיוול, עס איז זיכער נחע סרוח
מצטמק ויפה חרם דרבינו גרשום?!
חדר"ג קאי רק על חיתון, ולא על ביאת פנויה.
איחוד פעלד היינט זענען פנויות נדות, איז עס ממילא אסור.
אסור וואס? צו זינגען מיט זיי? ביי אסור לאדם שיקדש וכו' שטייט נישט ובלבד שתהא טהורה.
די בעסטע איז די ארגינאלע פילם 'טעוויע די מיליכיגער' וואס איז אין יודיש, טייכן טרערן זענען געפלאסן פין מיינע אויגן, ווי דע מאמע זינגט דעם גאט פין אברהם, אוי סעלעכערט דאס הארץ...
סמבטיון די בעסטע איז די ארגינאלע פילם 'טעוויע די מיליכיגער' וואס איז אין יודיש, טייכן טרערן זענען געפלאסן פין מיינע אויגן, ווי דע מאמע זינגט דעם גאט פין אברהם, אוי סעלעכערט דאס הארץ...
ווי קען מען עס זעהן?
מרדכי סמבטיון די בעסטע איז די ארגינאלע פילם 'טעוויע די מיליכיגער' וואס איז אין יודיש, טייכן טרערן זענען געפלאסן פין מיינע אויגן, ווי דע מאמע זינגט דעם גאט פין אברהם, אוי סעלעכערט דאס הארץ...
ווי קען מען עס זעהן?
@מרדכי VIDEO
האלאקאסט וועגען ליפא?
😲 😲
📎 image.jpg
ווער איז די נישט מאראן וואס שרייבט עס? און האט ניט קיין שום פראגע אז ליפא איז שילדיג אין די האלאקאסט?
אלע וואס האבן עני קריטיק אויף ליפא, זאלן וויסן, אז ווער ס'זיצט אויף אינטערנעט להנאתו, איז נאך מצד הגדול גאר א גרעסערע עבריין.
מנשה לאמיר הערן פון אינטער די קוליסן, וואסהגייט פאר מיט איהם? האט ער טאקע נישט קיין פראבלעם מיט די תורה?
וואס גייט פאר מיט אונז? האבן מיר נישט קיין פראבלעם מיט אינטערנעט ואביזרייהו?
מנשה לוסטיג אלע וואס האבן עני קריטיק אויף ליפא, זאלן וויסן, אז ווער ס'זיצט אויף אינטערנעט להנאתו, איז נאך מצד הגדול גאר א גרעסערע עבריין.
און דער וואס איז בועל א נדה אום יום כיפור איז נאך א גרעסערע עבריין ........ הער אויף מיט די שטותים, ער האט געטוען א געוואלדיגע פארברעך וואס טאר נישט פארשוויגען ווערן, און קום נישט מיט קיין לאקשן אז ווען מען זיצט אויפ'ן געוועב טוט מען אויך א עבירה, אדער אז אין קראלע האט מען עס אויך געטוען..... בלא בלא בלא ... דאס אלעס פארענטפערט גארנישט.
ובזה נשלם דברי מחאה של מצטמק ויפה, למען כבוד שמים, פה קאווע שטיבל.