☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » סעדאקא

סעדאקא

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6297

פליקער » מיטוואך אפריל 23, 2014 10:35 pm

· #196916
סעדאקא
סעדאקא

איך זעי נישט קיין אשכול וועיגן די באוויסטע געים סעדאקא, איך קלער אז עס וואלט כדי געוועין צי מאכן אזא אשכול, איך רעכן זיך פאר א גאנץ גיטע שפילער אינעם געים, דהיינו אז איך קען אויס רעכענען מיט א זיכערקייט וועלכע ציפער קימט אין וועלכע קעסטעלע, אבער איך נעם זיך אינטער זייער שווערע רעטענישן, און איך פלעטער זיך פיל מאל מיין של ראש, ביז איך דערגיי די קעסטעלע וועלכע איז די גיב עוועי.

אבער אז איך פאל אריין מיט א רעטעניש וואס איך קען נישט אויסרעכענען, ווען עס העלפט נישט קיין פודינו ומזילינו מיז איך זיך ווענדן צים גרויסארטיגן ציבור, אולי זענען דא פארהאן אין אינזער געמיינדע חברה וואס עס וועט שטערן דעים סעדאקא שפיל, און פריוון אויף ציקימען מיט א ציפער וואס מען קען מסדר זיין, אויך אנדערע סעדאקא לייט קענען דא אריין לייגען זייערע פראגעס און צינעזאם וועלן מיר אויף קימען מיט טאקטיקן ווי אזוי מען חשבון'ט אויס ווי עס קימט וועלכע נומער.

געדעינקט, מען קען נישט סתם אזוי אריין לייגן ציפערען, יעדע ציפער מיז האבן א בארעכטיגונג, פארוואס עס מיז דארט זיין, עס זענען פארהאן פילע טיפס, וואס מיר וועלן מגלה זיין איינמאל דער עולם וועט זיך משתתף זיין מיט פאזלעך, אויב וועט קיינער נישט זיין נייגעריג, דאן וועט דער אשכול אוועק שטארבן בתוך שאר געשטארבענע אשכול'עך.

ובזה החילו, די ערשטע רעטעניש, האט מיין עפפ מיר פאראויס געזאגט אז דאס געקליבן פינעם שווערסטן סארט, איך האב עס גענימען ביז ווי ווייט איך קען, אבער פון די פונקט און ווייטער האב איך נישט קיין לייזינג, איך האף דער עולם וועט נעמען דעים סעדאקא ערענסט און קימען צי הילף, אנדערע וועלן ארויף לייגן זייערע רעטענישן, מען וועט זיך טענה'ן אויף געוויסע לייזינגען אדער אנדערע מהלכים וועט דער עולם קענען נהנה זיין.
.
📎 Sedoko23659878.jpg

פישלע העררינג » מיטוואך אפריל 23, 2014 10:36 pm

· #196918
זייער שיין!

אגב, האסט א וואויסמעיל. ס'איז א שאד עס צו פארפאסן, ווער ווייסט, אולי איז עס א דזשאב אפפער...

פליקער » מיטוואך אפריל 23, 2014 10:41 pm

· #196921
ייש"כ פארן אנמערקן, עס איז געוועין מיין ווייב אז זי איז פארטיג מיט די וואלקין קלאזעט, איך זאל נישט מער דארט באהאלטן קיין חמץ

מאטי » מיטוואך אפריל 23, 2014 10:58 pm

· #196926
אויך, די טוילעט וואו דו ארבייטסט, האט לאו בארס ...

פליקער » מיטוואך אפריל 23, 2014 11:49 pm

· #196948
די לא בארס איז וועיל דעיס איז געשאסן געווארן און א טאנעל שבסאבוועי, משא"כ מיין סקיסע איז דא פיינע בארן

MickyMouse » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:43 am

· #197163
דא ווי דו האלטצט יעצט איז נישט דא קיין שום נומבער וואס ׳מיז׳ גיין אינערגעץ.
איך האב געמאכט א מענטל נאוט אויף איין סעיף געסס און איך בין געגאנגן ווי ווייט איך האב געקענט ביז איך האב עס געפארטיגט.
וויבאלט איך האב עס נישט אפיציעל אויסגעפיגערט ׳ביי רול׳ וועל איך נישט זאגן מיט וועלכע איך בין ווייטער געגאנגן פון דא, נאר אויב די פרעגסט.

פליקער » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:49 am

· #197165
קען זיין אז דאס איז א מהלך, אבער עד הנה האב איך נאך נישט באדארפן צי געסן, נאר אויספיגערן, על כן ברויך מען זעין צי עפעס א קארפן קאפ האט דעים נאגל אינעם שפיל.

MickyMouse » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:56 am

· #197170
איך האלט מיך אויך פאר זייער א גוטע שפילער, איך בין קווייט קאנפידענט אז מען קען דאס נישט אויספיגערן.

איך בין געווען יארן צוריק און א מעידזאר סעדאקא קאנטעסט אין די סיטי אנגעפירט דורך די דעילי נוז, ווי נאר קוואליפיצירטע שפילער האבן געקענט פארטיסיפעיטן. עניוועי.

נעמ-טא-דאם » זונטאג אפריל 27, 2014 2:16 am

· #197342
אין סאדאקא ׳מוז׳ מען קענען שפינען א פולקאמע געים? מיין שאלה איז, ווייל זייער אסאך מאל קום איך צו אן האסטיגע אפשטעל אין א געים און איך וועל דווקא ׳יא׳ נעמען א גע״ס. צום ביישפיל, נעמען א נומער וואס קען גיין נאר אויף צוויי קעסטליך. כ׳פרוביר איינס (מיט די קליינע נומבערס פארשטייט זיך) און שפין ווייטער די געים. אויב קראך איך ווידעראמאל אריין אין א תיקו/ווידערשפעניגע צפונית-מערבית ווינקל דאן וויס איך אז איז מוז לייגן די נומער אינעם אנדערן קעסטל.
צו שפיל איך נישט ריכטיג???
הערה: כ׳טו דאס אך ורק ביי די גאר שווערע עדווענס״ד געימס. כמובן.

פליקער » זונטאג אפריל 27, 2014 3:18 am

· #197351
זייער זעלטען וואס מען ווערט ג'תיקו'וועט, געוועינטליך איז דאס נאר חסרון און ידועה, דעיס איס דער ציעל פון דאזיגען אשכול, אז אויב עימעצער קומט צי אזא פונקט זאל ער דא ארויפלייגן דעים בארד, מיר בדיבוק חבירם זאלן א בליק טיען דערויף, און פריוון פארענטפערן, אזוי וועט יעדער הנאה האבן און זיך אויסלערנען ווי אזוי צי פארענטפערן שווערן סעדאקאלעך.

גאלד » זונטאג אפריל 27, 2014 4:53 pm

· #197497
the rest will fall in place
📎 Sedoko23659878.jpg

פליקער » זונטאג אפריל 27, 2014 7:03 pm

· #197526
בראווא גאלדי, ס'האט ג'ארבייט

איצט וועל איך לייגען א רעטעניש, וואס איך קען יא די מהלך, נאר איך לייג עס ווייל איך וויל דעים עולם לערנען א לעסען און סעדאקא, פאר די וואס ווייסן נישט די געים אזוי גיט.
📎 Screenshot_2014-04-27-18-29-14.png

גאלד » זונטאג אפריל 27, 2014 7:36 pm

· #197530
וועלכע עפפ האסטו?

פליקער » זונטאג אפריל 27, 2014 7:48 pm

· #197535
סופער סעדאקא

נאך א פשט » זונטאג אפריל 27, 2014 8:15 pm

· #197545
just a nitpick
that box can not be a 5
📎 S.jpg

פליקער » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:06 am

· #197624
וזה פשוט, עס איז דאך דא דארט א 5

פליקער » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:50 pm

· #197871
איך קען ענטשיידן א פיר, מחמת דעים האב איך געלאזט דעים פיר שטריילן.

וועלכע פיר?

די פיר אויפ די מיטעלסטע ליניע צי לינקס

נעמ-טא-דאם » דינסטאג אפריל 29, 2014 8:12 pm

· #198035
צום ביישפיל אטא דער באורד. וועלכע נומער קומט דא נעקסט ׳בהכרח׳?
📎 image.jpg

גאלד » זונטאג מאי 11, 2014 4:57 pm

· #199991
נעמ-טא-דאם
אין סאדאקא ׳מוז׳ מען קענען שפינען א פולקאמע געים? מיין שאלה איז, ווייל זייער אסאך מאל קום איך צו אן האסטיגע אפשטעל אין א געים און איך וועל דווקא ׳יא׳ נעמען א גע״ס. צום ביישפיל, נעמען א נומער וואס קען גיין נאר אויף צוויי קעסטליך. כ׳פרוביר איינס (מיט די קליינע נומבערס פארשטייט זיך) און שפין ווייטער די געים. אויב קראך איך ווידעראמאל אריין אין א תיקו/ווידערשפעניגע צפונית-מערבית ווינקל דאן וויס איך אז איז מוז לייגן די נומער אינעם אנדערן קעסטל.
צו שפיל איך נישט ריכטיג???
הערה: כ׳טו דאס אך ורק ביי די גאר שווערע עדווענס״ד געימס. כמובן.

יעדער שווערע סודאקו האט איין פארבארגענע קאמפליצירטע קעסטל וואס האט א קלארע ענטפער בהכרח מ'ברויך עס נאר טרעפן

גאלד » מוצ"ש מאי 24, 2014 11:54 pm

· #202148
נאכן זיך ברעכן קאפ פאר א שטיק צייט האב איך ענדליך געטראפן די ענטפער צו די ערשטע פאזל וואס @פליקער האט געברענגט

די ענטפער ליגט און די 6טע שורה,
מערקט אין די 6טע שורה די גאנץ לעצטע קעסטל גאנץ לינקס האט די מעגליכקייט פון 4,6,9
אין די זעלבע שורה צוויי קעסטלעך רעכטס, האט די מעגליכקייט פון 4,6
ווייטער אין די זעלבע 6טע שורה גיי נאך 3 קעסטעלעך רעכטס האט די מעגליכקייט פון 4,9
דא ליגט דער הונט באגראבן!
ווייל די פשט דערפין איז אז דער צד השוה פון די 3 קעסטליך איז אז "נאר" די 3 נומערן 4,6 און 9 קענען זיין אין די 3 קעסטלעך, אויב 3 נומערן קענען נאר זיין אין 3 קעסטלעך מיינט דאס אז די 3 נומערן ווערן בהכרח אויסגעשלאסן פון די איבעריגע קעסטליך אין די זעלבע שורה,
איינמאל מ'שליסט אויס דער 4,6 און 9 וועט אטאמאטיש די איבעריגע פאזל גרינג פאלן אין פלאץ

גאלד » זונטאג מאי 25, 2014 12:09 pm

· #202250
זעה די אנגעצייכנט אין רויט,
📎 sudoku.jpg

פליקער » זונטאג מאי 25, 2014 1:20 pm

· #202274
קודם פריי איך זיך צי זעין אז איינעם אינטערעסט די אשכול,

איך פראביר אויס וואס די זאגסט איך וועל עס שטאדירן און איבער רעדן מיט מיין טאכטער וואס איז אגב אויך א סעדאקא וויז...

פליקער » זונטאג מאי 25, 2014 3:03 pm

· #202312
@גאלד יא עס קיקט אויס ווי א אמת'ע מהלך, מיר וועלן דעיס אדאפטירן ביז ווילאנג מען וועט עס אפ-פרעיגן, עס האט האפט, לאנג לעיבן זאל גאלד.