☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » חסידישע עובדות

חסידישע עובדות

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6294

מנשה לוסטיג » מיטוואך אפריל 23, 2014 4:49 pm

· #196800
חסידישע עובדות
היות איך וויל שרייבן שמועות והנהגות טובות וואס איך הער מזמן לזמן, און וואס איך געדענק פון אמאל, און פאר זיך אליינס האב איך נישט די שטופ קראפט, האב איך זיך באקלערט צוטון פונקט ווי ביי מיינע אנדערע מאמרים, צו משתף זיין דעם עולם מיט מיינע ווארע, און האפענטליך וועל איך קענען פארמערן גוטע סחורה.
אגב, נאר גוטע קאמפלימענטן וכדומה זענען ערווארטעט. קריטיק און אוודאי ליצנות וועלן איגנארירט ווערן.

ובכן, וויבאלד איך בין אויפגעוואקסן אין סקווער, וועלן רוב סיפורים זיין פון דארט, און א טייל פון נאך גוטע יודען.

גראף » מיטוואך אפריל 23, 2014 10:39 pm

· #196919
נא?! אזוי לאנג נעמט צו באקן? זדאסט קידינג 😃

דריידל » מיטוואך אפריל 23, 2014 10:53 pm

· #196924
גראד פאננגסטי מיט די לינקע פיס. וואסי פשט פונעם קעפל "חסידישע" עובדות? א מעשה וואס פאסירט ביי אן אשכנעזיש אידעל טאר מען נישט דערציילן דא?

איך דערמאן מיך א מעשה וואס האט פאסירט ווען סקווירא רבי איז געגאנגען באזיכען ר' חיים קניעווסקי אבער איך ווייס נישט אויב דאס ווערט פאררעכנט פאר א חסידישע אדער ליטווישע מעשה

מנשה לוסטיג » מוצ"ש אפריל 26, 2014 9:40 pm

· #197264
ווען דער אלטער סקווערע רבי האט געהערט אז מ'האט געוואונען דעם כותל, האט ער רעאגירט, 'די גאנצע אייננעמען די מדינה איז געווען א שטות גדול, אבער אז ס'איז שוין אזוי, איז שומר פתאים השם. וועט דער אייבירשטער העלפן אזוי.
[געהערט מפי ר' אברהם דוב טווערסקי שליט''א - חתן האדמו''ר מוויזשניץ מאנסי, וואס האט עס געהערט מפי קדשו]

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 27, 2014 11:49 am

· #197405
א יונגע חסיד האט אמאל געפרעגט דעם רבין זז''ג, צו ער זאל גיין אויף דייעט, האט דער רבי געענטפערט בצחות, מיר איז באמת נישט קיין נפקא מינא, צו די חסידים זענען אויף דייעטע צו נישט, אויב איר פילט אז איר ווילט גיין, איז דאך גוט, פון מיין זייט זענט איר בסדר וויאזוי איר זענט.

מנשה לוסטיג » זונטאג אפריל 27, 2014 1:48 pm

· #197448
אין פוילן פלעט מען זאגן, האסט גוט געזאגט, אבער צו שווייגן קומט עס נישט אן.
אין פוילן פלעגט מען זאגן, טוב ללכת אל בית האבל מלכת אל בית המשתה, נו, מ'דארף נישט אלץ דאס בעסטע, וועט זיין אל בית המשתה גוט..
אין פוילן פלעגט מען זאגן, שנה טובה ומתוקה, ווען מ'האט איינגעטונקן א רעטעך אין פעפער..
אין פוילן פלעגט מען זאגן, יוסיף דעת יוסיף מכאוב, אבער דאך לוינט עס, אבי נישט צו זיין קיין טיפש.

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 28, 2014 5:53 pm

· #197812
איינער האט געזאגט פארן רבין זז''ג, אז ער וויל נישט טון א געוויסע שידוך, ווייל יענער וויל נאר וואוינען איבערן ים, און משנה מקום משנה מזל, און מיין מזל איז זייער גוט אזוי יעצט.
זאגט עהם דער רבי בחכמתו הידועה, ווען עס איז באשערט א מזל 'טוב' איז עס אוודאי משנה לטוב..

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 28, 2014 6:08 pm

· #197816
איינער האט זיך באקלאגט פארן רבי'ן זז''ג, אז ער איז געווען ביי איינער וואס קוקט אין א תהילימ'ל, און זעט און זאגט וואס צוטון, און למעשה איז געווען אנדערש ווי יענער האט געזען און געזאגט.
[דער סקווערע רבי שליט''א, האלט זייער נישט פון די סארט סגולות און קונצן, יודע עתידות און אפשפרעכעריי, און מאכט חוזק פון די זאכן.]
האט עהם דער רבי געזאגט בצחות. 'קען זיין אז ס'געווען א טעות הדפוס אין יענעם תהילימ'ל..'

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 28, 2014 7:56 pm

· #197833
מנשה לוסטיג
א יונגע חסיד האט אמאל געפרעגט דעם רבין זז''ג, צו ער זאל גיין אויף דייעט, האט דער רבי געענטפערט בצחות, מיר איז באמת נישט קיין נפקא מינא, צו די חסידים זענען אויף דייעטע צו נישט, אויב איר פילט אז איר ווילט גיין, איז דאך גוט, פון מיין זייט זענט איר בסדר וויאזוי איר זענט.

אויב די חסידים זענען אויף דייעט 'עט די רעבע שליטע מוזן טעילן שירעייעם פון דעייעטעטיק מאכאלעם. למשל דעיעט פערפל, דעיעט יועך, דעיעט פיש און דעיעט קאוק... 😂 🙄 😠 😛 😛 😛 😛 😛 😳 😮

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 28, 2014 8:00 pm

· #197834
מנשה לוסטיג
איינער האט געזאגט פארן רבין זז''ג, אז ער וויל נישט טון א געוויסע שידוך, ווייל יענער וויל נאר וואוינען איבערן ים, און משנה מקום משנה מזל, און מיין מזל איז זייער גוט אזוי יעצט.
זאגט עהם דער רבי בחכמתו הידועה, ווען עס איז באשערט א מזל 'טוב' איז עס אוודאי משנה לטוב..

פסססס. בחכמתו הידועה....פססססססססססססס! 😛 😛 😛 😛 😛 😛 🙄 😂 😂 🙄 😮

ביבער » מאנטאג אפריל 28, 2014 8:26 pm

· #197842
מנשה לוסטיג

[דער סקווערע רבי שליט''א, האלט זייער נישט פון די סארט סגולות און קונצן, יודע עתידות און אפשפרעכעריי, און מאכט חוזק פון די זאכן.]

זיינע מופתים גייען אים אזוי גוט אז ער קען שוין חוזק'ן פון אנדערע?

אי איתמר » מאנטאג אפריל 28, 2014 9:36 pm

· #197855
מנשה לוסטיג
א יונגע חסיד האט אמאל געפרעגט דעם רבין זז''ג, צו ער זאל גיין אויף דייעט, האט דער רבי געענטפערט בצחות, מיר איז באמת נישט קיין נפקא מינא, צו די חסידים זענען אויף דייעטע צו נישט, אויב איר פילט אז איר ווילט גיין, איז דאך גוט, פון מיין זייט זענט איר בסדר וויאזוי איר זענט.

נו.. סתם ליצנות געמאכט פון רבין זזג און זיינע חסידים,
איך גלייב נישט אז די חסידים און די רבי זזג זענען פשוט צוריקגעבליבענע אפגעפלוקטע פערזאנען,
האט דען די חסיד געמיינט צופרעגען צו עס שטערט פארן קדוש פערזענליך?

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 28, 2014 9:58 pm

· #197859
על כל קרבנך תקריב מלח, טייטשט דער רבי זז''ג, אויף יעדע מצוה אויף יעדע עבודה זאל עס זיין מיט טעם.

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 28, 2014 11:32 pm

· #197881
פארוואס זעה איך די זעלבע בארינג עובדא אזויפיל מאל?

.
📎 _20140428_233119.JPG

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 28, 2014 11:41 pm

· #197884
זייענדיג א יונג בחור'ל פון קוים פערצן יאר, האב איך דאס ערשטע מאל געזען ר' זיידל קרעטשניפער שליט''א, ווען כ'בין געווען אין וויליאמסבורג אויף שבת און כ'בין פונקט אריינגעגאנגן צום באטע און אינעם האלב טונקעלע היכל באקומען אין די רייהע א שטיקל קוגל.
צוואנציג יאר שפעטער, אין לאנדאן, האב איך געהערט אז ער איז אין שטאט אויף שבת, און כ'בין געגאנגען צום טיש זיינע.
נאכן טיש ווען ער איז אהייגעגאנגען, האב איך אויסגעשטרעקט די האנט צו געבן שלום, און ער האט מיר געזאגט באלד, אה! אבי מ'זעט זיך.. און מ'האט זיך דערמאנט יענע שבת וואס כ'בין געווען ביים באטע..

יין שרף » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:14 am

· #197888
און מ'דערציילט עס נאך ווייטער...
2014-03-29_21-37-14_767 - Copy.jpg

מנשה לוסטיג » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:29 am

· #197891
געווען א מתנגד וואס זיין טאכטער איז געווארן משותק, זיין חבר א שטארקע חסיד פונעם הייליגן בעל שם, האט עהם געמוטשעט צו קומען צום הייליגן צדיק און ער וועט זיכער זען א ישועה.
נאכן זיך עקשנ'ן, האט ער אבער דאך געוואלט די טובה פון זיין טאכטער, האט ער געזאגט דעם חבר, אז ער וויל נישט האבן שייכות מיטן רבי'ן נאר ער דארף דאך א ישועה.
דער חסיד האט געגלייבט אז דער רבי קען תופס מחשבה זיין וואס דא גייט פאר, האט ער עהם פארשפראכן, אז ער זאל נאר קומען קיין מעזיבוש, און ער וועט שוין זען וואונדער.
דער מתנגד איז געקומען מיטן טאכטער צו פארן, און אט שטייט דער הייליגער בעל שם אויפן טאראסע און ווארפט אראפ א מטבע, די טאכטער'ל וואס איז ביז יעצט געזיצן פארליימט, איז פלוצלינג אויפגעשפרונגען און געלאפן כאפן דעם מטבע.. און צוריק אויפן וואגן.
דער מתנגד שרייעט צום בעל עגלה, שנעל געב א שמייס די פערד, און צי ארויס פון שטאט, ווייל באלד וועלן די חסידים דאס באמערקן און נאך מאכן דערפון א מופת.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 1, 2014 5:50 pm

· #198481
דער הייליגער קאצקער - ר' מענדעלע זי''ע האט געזאגט פאר איינער וואס האט געוואלט רייזן קיין ישראל.
ליבערשט זאלסטו פארן צום יוד פון לאנד, איידער צום לאנד פון יוד..

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מאי 1, 2014 5:59 pm

· #198485
אגב, די לעצטע נעמען פון די אמאליגע צדיקים, פאר ווער ס'ווייסט נישט.
ר' לוי יצחק דערבארעמדיגער מבארדיטשוב, ר' מנחם נחום טבריא מטשערנאביל, ר' אלימלך ווייסבלום מליזענסק, ר' זושא ווייסבלום מאניפאלי, ר' קלונימוס קלמן עפשטיין מקראקא, ר' ישראל האפשטיין מקאזניץ, ר' מנחם מענדל מארגנשטערן מקאצק, ר' יצחק מאיר היילפרין מגור, ר' ישראל פרידמאן מריזשין, ר' צבי אלימלך שפירא מדינוב, זיעועכי''א

I'm back » דאנערשטאג מאי 1, 2014 8:23 pm

· #198545
מנשה לוסטיג
אגב, די לעצטע נעמען פון די אמאליגע צדיקים, פאר ווער ס'ווייסט נישט.
ר' יצחק מאיר היילפרין מגור,


פון ווי נעמסטו דאס?

מנשה לוסטיג » מוצ"ש מאי 3, 2014 10:16 pm

· #198745
I'm back
מנשה לוסטיג
אגב, די לעצטע נעמען פון די אמאליגע צדיקים, פאר ווער ס'ווייסט נישט.
ר' יצחק מאיר היילפרין מגור,


פון ווי נעמסטו דאס?

טעות לעולם חוזר.
דער קאצקער האט לכתחילה געהייסן האלפערין, און דער חידושי הרי''ם ראטנבערג. ווען ס'האט זיך געמאכט צרות און זיי האבן געדארפט זיך פארשטעלן מיט אנדערע נעמען, האבן זיי געטוישט. דער קאצקער צו מארגנשטערן און דער חידושי הרי''ם צו אלטער.

נעמ-טא-דאם » זונטאג מאי 4, 2014 12:19 am

· #198768
די היימישע ליטוואקעס טענה׳ן דאך בנוגע דעם ענין פון חסידים וואס מאכן א גאנצע עסק פון דערציילן סיפורי צדיקים מוצאי שבת.
אין משנה מס׳ פאה שטייט אז אפילו אן עם הארץ זאגט נישט קיין שקר אום שב״ק, דערפאר ווען ס׳קומט מוצאי שבת, קאנען די חסידים זיך שוין נישט איינהאלטן און פארציילן סיפורים נפלאים וואס זענען אבער נישט אמת.

פון סאקמערע רבי ר׳ יואל זי״ע זאגט מען נאך -וואס כידוע פלעגט ער מכחיש זיין רוב פון די אותות ומופתים פון פריערדיגן דור- אז איין מעשה פון אן איש חסיד איז שוין יא מקובל און ווערט געברענגט מיט א מקור אמת. און דאך ענדיגט זיך דער עובדא מיט ׳ופרח לו איש האמת׳. ודו״ק.

מנשה לוסטיג » זונטאג מאי 4, 2014 4:14 pm

· #198854
ס'האט מיר פארציילט א יוד אין באסטאן, וואס ער איז אפשטאמיג פון גערע חסידים, און ער דינט היינט אינעם ריזן קליניק אין פאסטן אלץ ציין דאקטאר.
די משפחה איז היבש פארמעגליך און אלע זענען אויסגעצייכענט מיט דאקטאראט, אבער גייען מיט בארד און היימישע לבוש.
דער דאקטאר פארציילט מיר, אז ער האט א ברודער וואס איז היינט שוין איבער פופציג, און האט נישט געהאט קיין קינדער, די מאמע זייערע איז שוין געווען ביי אסאך גרויסע, און האט איינמאל אין די זומער געמאכט א רייזע צו די מזרח יוראפעיאישע לענדער, אויפן זומער אויספלוג, און פונקט אויפן פלוגער איז געזעצן דער רבי זאל זיין געזונט, אויפן וועג קיין פרעשבורג אויף צוויי שבתים ווי יעדעס יאר.
זי האט געבעטן רשות צוצוגיין, און האט מזכיר געווען איר זוהן וואס איז נאכנישט נפקד געווארן מיט זרע של קימא.
דער רבי רופט זיך אן, אז איר זון זאל קומען אויף שבת קיין פרעשבורג!
וואס הייסט? דער רבי פארשטייט נישט אז פון באסטאן ווי מיר וואוינען ביז שיכון סקווירא איז פיר שעה, וועט ער קומען אהין..
אמת - זאגט דער רבי, אבער אין פרעשבורג איז שטיל און רואיג, איז בעסער ער זאל קומען אהער.
זי איז דאך א גערע א חסידישע אין די בלוט, האט זי אין די ערשטע געלעגנהייט געקלונגען אין זון און געזאגט אז זי באשטעלט א טיקעט פאר עהם, ער זאל קומען צו פליען אויף שבת קיין פרעשבורג צום סקווערן רבין.
דער דאקטאר אין באסטאן זאגט מיר, מיין ברודער איז געפארן.. און האט מיר נישט פארציילט גארנישט ביז דעם יאר מיט צוויי חדשים צוריק! אז ער האט געבוירן א צווילינג.

איציק » זונטאג מאי 4, 2014 7:37 pm

· #198885
יין שרף
און מ'דערציילט עס נאך ווייטער...

און אז יענער דערציילט דארפסטו שוין גלייבן?
מיר זעהט אויס אז די מעשה האט א משכיל געשריבן אפצוחוזק'ן פון חסידים און רבי'ס. (זעה דאס קעפל "כי נפל פחד מרדכי...")

מנשה לוסטיג » זונטאג מאי 4, 2014 8:55 pm

· #198892
עס דערציילט מרת לאה פארסטער, אז איר טאטע האט שטארק געמוטשעט אז דער רבי זאל עהם צואווייזן אוואו צו טרעפן א פאסיגע שידוך פאר זיין טאכטער, דער רבי האט געגעבן זיין ברכה, און געזאגט וואס צוטון און עס האט מצליח געווען, און זייער פאסיג פאר איר.
נאכן זיין חתונה געהאט אפאר יאר, און האט נישט געקענט האבן קיין קינדער גרינג.
איז זי געקומען צום רבין און געזאגט, אז אזויווי דער רבי האט איר אנגעוויזן אויף א וועג צו טרעפן די ריכטיגע שידוך, יעצט וויל זי דער רבי זאל איר פועל'ן א קינד אויך.
זי האט מיר פארציילט, אז נאכן מוטשענען א שטיק צייט, האט דער רבי געגעבן א זאג, גוט! איר וועט האבן איין קינד, אבער מער מוטשעט נישט אויף נאך.
איין טאכטערל האט זי.

George » מאנטאג מאי 5, 2014 2:26 am

· #198950
מנשה לוסטיג
איינער האט געזאגט פארן רבין זז''ג, אז ער וויל נישט טון א געוויסע שידוך, ווייל יענער וויל נאר וואוינען איבערן ים, און משנה מקום משנה מזל, און מיין מזל איז זייער גוט אזוי יעצט.
זאגט עהם דער רבי בחכמתו הידועה, ווען עס איז באשערט א מזל 'טוב' איז עס אוודאי משנה לטוב..



איינער איז אמאהל געקומען צום רבין וועגן א שידוך אז מ'זאגט אז דאס מיידל איז נישט אזוי קלוג, האט דער רבי אוועקגעמאכט "בחכמתו הידועה..." בזה"ל: זי איז גענוג קלוג נישט אריינצולייגן צוויי פוס אין איין שיך? און געהייסן טוהן דעם שידוך...

טעפל » מאנטאג מאי 5, 2014 1:55 pm

· #199009
איציק
יין שרף
און מ'דערציילט עס נאך ווייטער...

און אז יענער דערציילט דארפסטו שוין גלייבן?
מיר זעהט אויס אז די מעשה האט א משכיל געשריבן אפצוחוזק'ן פון חסידים און רבי'ס. (זעה דאס קעפל "כי נפל פחד מרדכי...")

דוקא אין נאדבערנא איז דא אסאך אזאלכע מאדענע מעשיות, ואשרי המאמין..

יין שרף » מאנטאג מאי 5, 2014 2:06 pm

· #199012
איציק
יין שרף
און מ'דערציילט עס נאך ווייטער...

און אז יענער דערציילט דארפסטו שוין גלייבן?
מיר זעהט אויס אז די מעשה האט א משכיל געשריבן אפצוחוזק'ן פון חסידים און רבי'ס. (זעה דאס קעפל "כי נפל פחד מרדכי...")

גענומען פון די "מעלות".

מנשה לוסטיג » מאנטאג מאי 5, 2014 5:44 pm

· #199055
אבא ווינקלער איז אמאל געקומען צום רבי'ן זז''ג, און געזאגט אז זיין מאמע האט עהם געשיקט פרעגן, צו דער רבי האלט אז לכתחילה האלטן א פיש טאנק מיט פישעלעך איז א גלייכע זאך.
דער רבי האט אלץ די ריכטיגע תשובה. און האט געענטפערט צוויי ענטפערס.
איינס, אז ע''פ הלכה איז גארנישט אזוי פשוט די נושא פון האדעווען בעלי חיים, וואס מ'דארף וויסן ווען און וויאזוי זיי געבן צו עסן און נישט עובר זיין אויף פארשידענע לאווין ועשין, כידוע ליודעי ספר.
און אלץ נימוס וד''א, פאסט נישט אז א מענטש וואס איז א מדריגה גדולה פון א 'מדבר' וואס איז העכער פון דומם צומח און אויך פון חי, זאל זיך פאטשקענען מיט עפעס וואס איז נידריגער פון זיין מדריגה.
ממילא אז מ'האט עס שוין, אדער מ'ווייסט נישט צו פרעגן, אבער אז מ'פרעגט שוין, איז עס נישט לכתחילה.

I'm back » מאנטאג מאי 5, 2014 6:19 pm

· #199065
מען זעט טאקע אז די זזג פארשטייט בעסער ווי די אידישע קעניג.

מנשה לוסטיג » זונטאג מאי 11, 2014 12:50 pm

· #199920
אמאל איז דער הייליגע שינאווער רב ז''ל געקומען אין שול מיטן ימים נוראים בעקיטשע, אין א וואכן טאג. און איז באלד ארויף אויפן בימה און אויסגעקלאפט, מ'זאל נישט מיינען אז איך בין אין א ספעציעלע מדריגה יעצט, און דערפאר גיי איך מיטן דאזיגן מלבוש, ניין, פשוט איך קען נישט טראגן יעצט מיין געווענליכע קאפטן, און ממילא האב איך דאס אנגעטון אנשטאט.

מנשה לוסטיג » זונטאג מאי 11, 2014 12:53 pm

· #199921
א גוטע יוד האט אויסגעהערט א צעבראכענעם יודל, ווי ער זאגט אז אלע קוקן אויף עהם, און ער קוקט אויס זייער אפגעשליסן, גראב, און מאדנע.
זאגט עהם דער גוטע יוד, אויך אויף מיר קוקן אלע, און עס שטערט מיר.
זאגט יענער, אוודאי קוקן אלע, ווייל דו ביסט א גוטע יוד! אבער איך בין פעט און אויסגעפלאצט, און כ'שטארב פון בושה.
זאגט עהם דער גוטע יוד, פונקט פארקערט, דו האסט דיך נישט וואס צו שעמען באמת, ווייל נישט דו ביסט שולדיג דערין, אבער מיר קוקן אלע אן, און קלערן אז וויפיל חוצפה דארף איך האבן זיך צו פירן ווי א גוטע יוד, און איך פארמאג גארנישט דערצו.