☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #6286

אשכול אן א טיטל #6286

95 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6286
בלאט: 1 2

סאשי פיש » פרייטאג אפריל 25, 2014 1:52 pm

· #197222
נחום רעד צום די עי איבער די קעיס.

געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 25, 2014 4:06 pm

· #197239
ער איז דאך א האמאפאב, וואס גייט עם עס אן?

שמעקעדיג » מוצ"ש אפריל 26, 2014 9:49 pm

· #197265
א שוידער ווי דער סעלף העיטינג רשע רעדט צאם כל דבר אסור. אפילו נניח אז ער מיינט בלויז אונזער גוטס, איז ער פארט א רשע מרושע פארן רעדן אזא דרשה אין פובליק מלא שקרים וכזבים. אוי וועט עס אים נאך אמאל צוריקקומען. ער מיינט אז דער די.עי. מיט די פאליציי גייען אים באשיצן..... לעב ווייטער אין דריעמלענד.

מהרסיך ומחריבייך ממך יצאו.

חבקוק הנביא » מוצ"ש אפריל 26, 2014 10:34 pm

· #197272
כ'פארשטיי נישט, כ'האב געמיינט אז נחום קימערט זיך נאר מיט טשיילד סעקס אביוז, וואס מישט ער זיך דא אריין ? מה ענין שמיטה אצל הר סיני ?

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 26, 2014 11:10 pm

· #197277
געפילטע פיש
ער איז דאך א האמאפאב, וואס גייט עם עס אן?

ער איז אבער נאך א גרעסערער "האסידא-פאב"... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😢 😞 😮

דער שכן » מוצ"ש אפריל 26, 2014 11:17 pm

· #197280
App: tunein radio

Right now this story on Zev Brenner.

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 26, 2014 11:34 pm

· #197289
שמעקעדיג
א שוידער ווי דער סעלף העיטינג רשע רעדט צאם כל דבר אסור. אפילו נניח אז ער מיינט בלויז אונזער גוטס, איז ער פארט א רשע מרושע פארן רעדן אזא דרשה אין פובליק מלא שקרים וכזבים. אוי וועט עס אים נאך אמאל צוריקקומען. ער מיינט אז דער די.עי. מיט די פאליציי גייען אים באשיצן..... לעב ווייטער אין דריעמלענד.

מהרסיך ומחריבייך ממך יצאו.

ס'וועט זיין די גרעסטע איראניע, און שמחה וששון ליהודים ווען דער די.עי. אליינס וועט איהם ארעסטירן.
נ.ב.: נאך אויסהערן עטליכע פון זיינע טעיפס ביניך געקומען צו די מסקנא אז חוץ אלע מחלות אויף וואס. ער ליידט, איז ער אויכעט פאראנויד. לדוגמא. ער הייבט אן זיין טעיפ (לכאורה) מיט דברי תורה. א סעקונדע ארום הייבט ער אן צו שעלטן און רעדן ניבול פה. איך וועל זאגן אזוי ווי איינער פון די חשוב'ע חברי השטיבל האט שוין געזאגט. אז דברי תורה ווילן מיר נישט הערן פון דעם צודרייטן, פאררוקטן משוגע'נעם. איהם הערט מען נאר צו אינטערהאלטן זיך וויאזוי ער שעלט און רעדט צוזאם דברי נבלה אויף א יעדן איינעם... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😈 😢 😞 😮

פלעין יודיש » זונטאג אפריל 27, 2014 7:24 am

· #197366
פלעין יודיש
וואס גייט פאר מיט יאסעלע פריד
יא אדער ניין
איך האלט און איין באקימען מעסעדשעס אז איך בין שוין אינגאנצן צימישט

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 7:34 pm

· #206516
פרישע אנטוויקלונגען
קרעדיט בחרדי חרדים
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=69686">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=69686</a>
מבוכה בויליאמסבורג: הצעיר השחור שהותקף והוכה על ידי קבוצת אברכים, הגיש אתמול (שני) תביעה אזרחית נגד התוקפים.

טאג' פיטרסון אשר לפי החשד הוכה על ידי חמישה אברכים בעת שחזר לפנות בוקר לביתו, הגיש תביעה בבית המשפט בברוקלין תביעה נגד החמישה ונגד ארגון 'השומרים'.

חמשת הנתבעים הם: פנחס ברוור (19), יוסף פריד (25), מאיר הרשקוביץ (21), אהרון הולנדר (28) ואברהם וינקלר (39) שהואשמו בתקיפה.

בכתב האישום שהגישה המשטרה לפני מספר חודשים, נטען כי החמישה רדפו אחר פטרסון לאורך שדרות פלאשינג בויליאמסבורג בזמן שביקש לשוב לביתו.

האברכים טענו שפטרסון פגע במכוניות של תושבי השכונה והם ביקשו לעצור אותו.

איינער קען געבען מער פרטים????

שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 12:45 pm

· #300857
מ'האט געמאכט א ליין אפ פאר די געשלאגענער צו איידענטיפייען איינע פון די שומרים מעמבערס. ער האט גראד אויפגעגעבן זאגענדיג אז זיי אלע זעען אויס די זעלבע.

תחל שנה וברכותיה
📎 IMG-20150912-WA0001.jpg

ליפא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 1:16 pm

· #300865
דער צווייטער פון רעכטס איז דער שומרים מעמבער

ראוונע » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 1:23 pm

· #300867
נומבער צוויי אדער נומבער פינעף?

ליפא » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 1:26 pm

· #300869
5

ראוונע » זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 3:09 pm

· #300884
שכח

למדן » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 10:21 pm

· #300922
פרישע זאכן? שוין געווען א ליין אפ א צייט צוריק.

שצם_חנכל » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2015 11:07 pm

· #300926
כמדומה לי איז דאס שוין אלטע סחורה נאר סאם האו איז עס יעצט ארומגעפארן אויף וואצעפפ

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 10:38 am

· #301044
[ציטאט אראפגענומען]


ווער זענען די נאציס? זיכער מיינסטו די שומרים

שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 10:45 pm

· #301169
אז איינער שלאגט נישט קיין חילוק ווער ער איז זאל ער באקומען זיין פארדינטע שטראף! קיינער האט נישט קיין רעכט צו שלאגן אריינגערעכענט פאליציי און שומרים! שומרים האט א רעכט צו היטן און פאטראלן זייער געגענטער און איבערגעבן די חברה פאר פאליציי אבער שלאגן מאן דכאר שמיה? אויב איך וואלט געזעהן א היימישע שומרים אנהאקן א גוי אפילו ער איז א גנב צו כ׳ווייס וואס מעגט איר זיין זיכער אז איך גיי גייען מיט א גארטל בדחילו ורחימו און מסרן די שומרים מעמבער! יא @שבת אחים איז א מסור! ס׳גייט מיך בכלל נישט אן וואס איר האלט וועגן מיר! שומרים וועט נישט געוועלטיגן דא אזויווי די סנהדרין אין די צייטן פונעם ביהמ״ק, די צייטן ווען מ׳האט געטיילט מלקות איז לאנג over!

בעל מדות » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:04 pm

· #301172
שבת שונאים, אין וויליאמסבורג האט מען כסדר געטראפן כמעט טויטע מענטשן אויף די גאסן דאס אינטערסירט דיר נישט, די גרינדער פון שומרים זענען געווען אודים מוצלים מאש וואס האבן נישט געהאלטן ביים צוקוקן ווי נאך מענטשן שטארבן ווייל הפקר יונגען און כוליגאנעס האבן געהאט דעם פרייע וועג.


ווען די זעסט ווען ווי א יונגע שייגעצל ווארפט זיך ארויף אויף א איד וואלטסטו אים אויך פאר'מסר'ט?

צדיק דיין איינזייטיגע העיט איז אזוי מיאוס, אז זי איז צום ברעכן.

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 12:28 am

· #301182
בעל מדות
שבת שונאים, אין וויליאמסבורג האט מען כסדר געטראפן כמעט טויטע מענטשן אויף די גאסן דאס אינטערסירט דיר נישט, די גרינדער פון שומרים זענען געווען אודים מוצלים מאש וואס האבן נישט געהאלטן ביים צוקוקן ווי נאך מענטשן שטארבן ווייל הפקר יונגען און כוליגאנעס האבן געהאט דעם פרייע וועג.


ווען די זעסט ווען ווי א יונגע שייגעצל ווארפט זיך ארויף אויף א איד וואלטסטו אים אויך פאר'מסר'ט?

צדיק דיין איינזייטיגע העיט איז אזוי מיאוס, אז זי איז צום ברעכן.

בעל מידות, איך בין אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג אין די 1980 יארן, מ׳האט זיך צוויי מאל איינגבראכן אין מיינע עלטערינס הויז און גע׳גנבט אלע זילבער און ווערטפולע חפצים, מיט דעם אלעם האט קיינער נישט קיין רעכט צו שלאגן ווייל יאהרן צוריק האט מען כמעט געטראפן א אינגערמאן האלב טויט!

צדיק דיין איינזייטיגע העיט איז אזוי מיאוס, אז זי איז צום ברעכן. שבת שונאים,


אזוי רעדט א ״בעל מידות״???? אתמהה!!!

ירא שמים » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 1:19 am

· #301200
עם עקש תתפתל

שבת אחים » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 5:44 am

· #301205
שלאגן איז נישט קיין option מער און ס׳העלפט נישט פאר קיינעם נישט פאר די אידן און נישט פאר די גוים! סאיז זייער נישט גיט פאר אונזער פּי אַר, ספעציעל דער יעניגער אין די קעיס איז גאָר געוועהן אינגאנצן אומשולדיג און ער האט געכאפט געזונטע מכות לויט די בילדער וואס איז געוועהן אין די מידיע, שומרים איז נישט געמאכט פאר אינגערלייט וואס האבן פראבלעמען אינדערהיים און אין בעיסמעדרש און זוכן א פלאץ ווי זיך אויסגעבן זייער כעס! א שומרים מעמבער וואס הייבט א האנט נישט קיין חילוק אויף וועם דארף ווערן סוספּענדעד אויפן פלאץ! סאיז דא א נארמאלע וועג וויאזוי מ׳פאטראלט די גאסן אין די 21 סענטרי און מכות איז מעהר נישט קיין אַפּציע היינטיגע טעג.

פליקער » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 8:48 am

· #301209
אינטערעסאנט אז צי זיין אויף א ליין אפ ברויך מען אויך האבן א פאליס קאַפּל,

שאולדיספריםפאקער » זונטאג מאי 29, 2016 4:02 am

· #334971
למעשה איז דא א אפדעיט אין דעים קעיס,
אבא ווינקלער מיט די בחור בראווער האבן ביידע גענומען א פלי בארגען, דריי יאר פראבעשין מיט א שיין ביסל שעה קאמיוניטו סערוויס מיט א קליינע געלט שטראף דא איז היפש פיינע נייעס לויט וויפיעל מען האט גערעכנט אז עס ווארט זיי
די לעצט פארבליבענער אין די קעיס איז הערשקאוויטש וואס ווי עס הייסט יעצט גייט ער גיין צו טרייעל אין אוגוסט,איך ווייס נישט צו ווייל מען האט אים נישט געגעבן די אפציע פאר א דיעל אדער ווייל ער האט עס אפגעזאגט.

שמעון וואלף » זונטאג מאי 29, 2016 8:52 am

· #334975
ס'געווען באריכטעט אז ער האט עס אפגעזאגט. כ'האף אז ער וועט קענען אויפווייזן זיין אומשילד ווייל טאמער נישט וועט די פראסיקיוטער אויסגעבן זיין גאנצע כעס קעגן אים

שאולדיספריםפאקער » זונטאג מאי 29, 2016 9:04 am

· #334976
שמעון וואלף
ס'געווען באריכטעט אז ער האט עס אפגעזאגט. כ'האף אז ער וועט קענען אויפווייזן זיין אומשילד ווייל טאמער נישט וועט די פראסיקיוטער אויסגעבן זיין גאנצע כעס קעגן אים

אפגעזאגט ?
איז ער אינגאנצן משוגע אפי אויף איין פראצענט אז זיי געפונען אים שולדיג לוינט ענדערשט צו נעמען דאס דיעל, מענטשען האבן זיך דאס נאכנישט אויסגעלערנט ס׳איז כמעט אומעגליך צו געווינען א grand jury trial און ביי א חאסידישע יוד אקעגן א שווארצע געי האט מען זיראו טשענס,
ווער נעמט די אחריות אויף די יונגערמאן וועלכע פון די עסקנים האט אים מציע געוועהן דאס צוטהין ווער גייט שפייזן זיין ווייב מיט קינדער?

יואליש » זונטאג מאי 29, 2016 11:12 am

· #334989
ס'קען זיין אז ער ווארט אויף א בעסערע פלי אפפער. ס'קען אויך זיין אז נאכדעם וואס צוויי האבן שוין גענימען די שולד אויף זיך און ס'איז דא ווייניג באווייזן אויף הערשקאוויטש, ובפרט אז געוויסע עדות האבן באקומען קאלטע פוס, האפט ער צו קענען אריימברענגן געניג צווייפל אין די זשורי איבער זיין טייל אין די פארברעכן. ס'קען זיין ער איז באמת נישט שולדיג.

כ'האב שוין דא אנגעוויזן אמאל געניג פעלער ווי זשוריס האבן באפרייט חסידישע אידן אין ניו יארק. ס'איז א מיטאס אז דאס פאסירט נישט.

יעקב מענטש » זונטאג מאי 29, 2016 11:29 am

· #334990
וועלכע עדות האבן זיך אפגעזאגט ?

יואליש » זונטאג מאי 29, 2016 11:38 am

· #334992
יעקב מענטש
וועלכע עדות האבן זיך אפגעזאגט ?


כ'ווייס נישט קיין דעטאלן. די פראסעקיוטער האט געזאגט פאריגע וואך אז די סיבה פארוואס די צווי האבן באקומען א נישטיגע פלי אן קיין זשעיל טיים איז ווייל זיי האבן געצווייפעלט אויב זיי קענען פראסעקיוטן די קעיס נאכדעם וואס אן עדות האט עפעס צוריקגעצויגן פון פריערדיגע עדות'שאפט. און זיי פארשן יעצט די סיבה פארן פלוצים'דיגע ריקציג, אויב ס'איז נישט געווען אויסגעארבייט אינטערן טיש...

berlbalaguleh » זונטאג מאי 29, 2016 11:47 am

· #334994
יואליש
ס'קען זיין אז ער ווארט אויף א בעסערע פלי אפפער. ס'קען אויך זיין אז נאכדעם וואס צוויי האבן שוין גענימען די שולד אויף זיך און ס'איז דא ווייניג באווייזן אויף הערשקאוויטש, ובפרט אז געוויסע עדות האבן באקומען קאלטע פוס, האפט ער צו קענען אריימברענגן געניג צווייפל אין די זשורי איבער זיין טייל אין די פאקברעכן. ס'קען זיין ער איז באמת נישט שולדיג.

כ'האב שוין דא אנגעוויזן אמאל געניג פעלער ווי זשוריס האבן באפרייט חסידישע אידן אין ניו יארק. ס'איז א מיטאס אז דאס פאסירט נישט.

יואליש: קוק וואס דער ספרים פאקער (מיט א פא דגושה און א פתח) האט געשריבן מיט איין תגובה העכער דיינס. ווען די דזשורי ביי נחמיה וועבערמאן'ס קעיס איז צוריקגעקומען (שוליג אדער נישט שולדיג) האבן זיי געטון אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק ביי פרעה...וישכם פרעה בבוקר ויאסור את רכבו... זאגט רש"י הק' אז שנאה מקלקלת את השורה. ווייל פרעה האט אוזי שטארק פיינט געהאט די אידן און ס'האט איהם געברענט זיי נאכצויאגן האט ער אליינס איינגעשפאנט זיין וואגן. זאכן וואס פאסט נישט פאר א קעניג...די זעלבע איז געווען דא ביי די דזשורי פון שווארצע. זיי האבן נישט נאכגעפאלגט די פראצעדור אז זיי ווארטן אז דער דזשאדזש זאלל זיי פרעגן צו זיי האבן א ווערדיקט. נאר די שחור'טע, די פאור-פערסאן פון די דזשורי האט אויסגעשריגן תיכף ווי זי איז אריינגעקומען אין געריכט זאלל..."גילטי, גילטי, גילטי...!
א איד אקעיגן א שווארצן האט ווייניגער ווי זירא טשענס צו געווינען...!

שאולדיספריםפאקער » זונטאג מאי 29, 2016 12:56 pm

· #335011
יואליש
ס'קען זיין אז ער ווארט אויף א בעסערע פלי אפפער. ס'קען אויך זיין אז נאכדעם וואס צוויי האבן שוין גענימען די שולד אויף זיך און ס'איז דא ווייניג באווייזן אויף הערשקאוויטש, ובפרט אז געוויסע עדות האבן באקומען קאלטע פוס, האפט ער צו קענען אריימברענגן געניג צווייפל אין די זשורי איבער זיין טייל אין די פארברעכן. ס'קען זיין ער איז באמת נישט שולדיג.

כ'האב שוין דא אנגעוויזן אמאל געניג פעלער ווי זשוריס האבן באפרייט חסידישע אידן אין ניו יארק. ס'איז א מיטאס אז דאס פאסירט נישט.

אפשר צייגסטו מיר אן ווי זשוריס האבן באפרייט אין ניו יארק חאסידישע יודן ווען עס איז געוועהן א שווארצער די וויקטים

יואליש » זונטאג מאי 29, 2016 1:36 pm

· #335023
ערגעץ דא אין שטיבל האב איך געהאט א זאמלונג פון פעלער. אויף די מינוט קומט אויפן געדאנק די סאמע הייסטע פאל אין ראסע באציאונגן און חסידים, די קראון הייטס ריאטן. ס'איז נישט שייך הייסער פון דעם. דארטן האט א גרענד זשורי, א מערהייט שווארץ און ספאניש, "נישט אינדייטעט" דעם חסידישן דרייווער וואס האט געהרג'ט א שווארץ קינד.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 29, 2016 3:44 pm

· #335047
יואליש
ערגעץ דא אין שטיבל האב איך געהאט א זאמלונג פון פעלער. אויף די מינוט קומט אויפן געדאנק די סאמע הייסטע פאל אין ראסע באציאונגן און חסידים, די קראון הייטס ריאטן. ס'איז נישט שייך הייסער פון דעם. דארטן האט א גרענד זשורי, א מערהייט שווארץ און ספאניש, "נישט אינדייטעט" דעם חסידישן דרייווער וואס האט געהרג'ט א שווארץ קינד.

יואל'יש: ווייל דארט האט א שווארצער דרייווער, וועלכער איז צו פריה אריבערגעפאהרן די לייט און ער האט אריינגעשטופט דעם אידישן דרייוער אין די שווארצע קינדער וועלכע האבן זיך געשפיעלט אויפ'ן סיידוואק...! נאר די מידיא, וועלכע איז בייעסט לטובת די שווארצע האט עס אין אנהייב געברענגט אויף די נייעס קליפס. אבער שפעטער האבן זיי עס ארויסגעשניטן...!
איך קען דיר אפילו זאגן וואספארא קאר, און די קאליר, וועלכע האט אריינגעשטופט דעם דרייוער פון די קאנוואי פון ליובאוויטשער רבי...!

איך אויך » זונטאג מאי 29, 2016 6:18 pm

· #335083
יואליש
יעקב מענטש
וועלכע עדות האבן זיך אפגעזאגט ?

כ'ווייס נישט קיין דעטאלן

כ'ווייס יא. פון די אנהייב פונעם פרשה ביז יעצט האט ער אסאך געטוהן לע''נ ר' ישעילה מקערעסטיר און מען האט קלאר דא געזעהן א אפענע נס ,א חבר זיינער זאגט מיר אז ווינקלר האט קיין איין נאכט נישט פארפעלט צו לערנן משניות לע''נ.

יואליש » זונטאג מאי 29, 2016 6:39 pm

· #335091
איך אויך
יואליש
יעקב מענטש
וועלכע עדות האבן זיך אפגעזאגט ?

כ'ווייס נישט קיין דעטאלן

כ'ווייס יא. פון די אנהייב פונעם פרשה ביז יעצט האט ער אסאך געטוהן לע''נ ר' ישעילה מקערעסטיר און מען האט קלאר דא געזעהן א אפענע נס ,א חבר זיינער זאגט מיר אז ווינקלר האט קיין איין נאכט נישט פארפעלט צו לערנן משניות לע''נ.


די דעטאלן פון די ווער די עדות איז און וואס די שינו איז געווען איז וואס איך ווייס נישט. דאס אז ר' ישעי'לע האט פארארבייט מעשים איז דאך פשוט לכל.

יואליש » זונטאג מאי 29, 2016 6:57 pm

· #335094
berlbalaguleh
יואליש
ערגעץ דא אין שטיבל האב איך געהאט א זאמלונג פון פעלער. אויף די מינוט קומט אויפן געדאנק די סאמע הייסטע פאל אין ראסע באציאונגן און חסידים, די קראון הייטס ריאטן. ס'איז נישט שייך הייסער פון דעם. דארטן האט א גרענד זשורי, א מערהייט שווארץ און ספאניש, "נישט אינדייטעט" דעם חסידישן דרייווער וואס האט געהרג'ט א שווארץ קינד.

יואל'יש: ווייל דארט האט א שווארצער דרייווער, וועלכער איז צו פריה אריבערגעפאהרן די לייט און ער האט אריינגעשטופט דעם אידישן דרייוער אין די שווארצע קינדער וועלכע האבן זיך געשפיעלט אויפ'ן סיידוואק...! נאר די מידיא, וועלכע איז בייעסט לטובת די שווארצע האט עס אין אנהייב געברענגט אויף די נייעס קליפס. אבער שפעטער האבן זיי עס ארויסגעשניטן...!
איך קען דיר אפילו זאגן וואספארא קאר, און די קאליר, וועלכע האט אריינגעשטופט דעם דרייוער פון די קאנוואי פון ליובאוויטשער רבי...!


די פארציילסט אלגעמיינע היסטאריע אדער דו קאמענטירסט אויף די פראגע אויב א זשורי וועט אלעמאל געפינען א חסיד שולדיג, אפי' ווען דער חסיד איז אומשולדיג, אויב די וויקטעם איז שווארץ? כ'האב געגעבן א ביישפיל ווי דאס איז נישט אמת געווען. זאגסטו אז אין דיין מיינונג איז דער חסיד איז געווען אומשולדיג. נא, דאס איז מיין פאוינט. אז ער איז געפינען געווארן אומשולדיג דורך א זשורי.

קיינער האט קיינמאל נישט באהאלטן אז דער חסיד איז געווארן געטראפן דורך אן אנדערע קאר, דו זשורי האט געברויכט באשליסן אויב דער חסיד איז שולדיג אין די עקסידענט ווייל ער האט געפעסט א רויטע לייט אדער אומשולדיג אויב זיי וועלן אנעמען דעם אינגערמאן'ס פארטיידיגונג אז ס'איז נאך געווען א געלע לייט.

יואלי וואלפסאן » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:35 pm

· #414199
ב''ה הערשקאוויטש האט געווינען אפיעל און איז אינגאנצן פריי

תחל שנה וברכותיה

שמעון וואלף » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:54 pm

· #414240
ביים סעודת הודאה בבית המדרש פון ר' אהרן קרויס
📎 132dbf33e9d5432fb899a98a80d16a4c.jpg 📎 0b959de734e74aacb797cae84bfedd78.jpg

יעקב מענטש » זונטאג אקטאבער 21, 2018 3:12 pm

· #414841
דא איז א לינק צו די ארעל ארגומענטס אינעם אפעלאט קארט, ווער ס'גלייכט קאורט קעיסעס וועט זיך מחיה זיין דערמיט.

די דעפענס לייגט אראפ קליפ און קלאר מיט א געוואלדיגע דעליווערי פארוואס ס'איז נישטא קיין עווידענס, פון די אנדערע זייט די פראסעקיושען קעקעצט אוועק (קען זיין אז דאס איז זיין נאטור בכלל) און ס'איז א רחמנות אויף אים אז מ'האט אין צוגעטיילט די קעיס.

דער אידישער דזשאזש jeffrey cohen איז שארף ווי א מעסער און רעדט געוואלדיגע קלאר (ענדעלט גאר שטארק אין אלען דערשאוויץ) ווידעראום דער ספאנישער וואלט געמעגט מאכן א שיעור אין פלא יועץ שער הענווה... איז מער פארנומען מיט זיך ווי מיט די קעיס.


שמעו ותחי נפשכם
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=R1xxKeq3dCA">https://www.youtube.com/watch?v=R1xxKeq3dCA</a>

ונבנתה העיר » זונטאג אקטאבער 21, 2018 4:18 pm

· #414846
אינטערעסאנט.

ביי 1:06 שיקט ער א דזשאוק פאר זיין שכנ'טע איבער דעם ספאנישענ'ס דרשה וועגן פערענהייט... וע"ע די לעצטע 15 סעקונדעס.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:04 pm

· #414847
יעקב מענטש
דא איז א לינק צו די ארעל ארגומענטס אינעם אפעלאט קארט, ווער ס'גלייכט קאורט קעיסעס וועט זיך מחיה זיין דערמיט.

די דעפענס לייגט אראפ קליפ און קלאר מיט א געוואלדיגע דעליווערי פארוואס ס'איז נישטא קיין עווידענס, פון די אנדערע זייט די פראסעקיושען קעקעצט אוועק (קען זיין אז דאס איז זיין נאטור בכלל) און ס'איז א רחמנות אויף אים אז מ'האט אין צוגעטיילט די קעיס.

דער אידישער דזשאזש jeffrey cohen איז שארף ווי א מעסער און רעדט געוואלדיגע קלאר (ענדעלט גאר שטארק אין אלען דערשאוויץ) ווידעראום דער ספאנישער וואלט געמעגט מאכן א שיעור אין פלא יועץ שער הענווה... איז מער פארנומען מיט זיך ווי מיט די קעיס.


שמעו ותחי נפשכם
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=R1xxKeq3dCA">https://www.youtube.com/watch?v=R1xxKeq3dCA</a>

איך האב נאר געהערט א האלבע שעה פון די קליפ. אבער מ'זעהט אז די דעפענס לאיער איז שטארק עקספיריענסד. און זי האט גוט ארויס דעם גאנצן סאבדזשעקט פון די.ען. עי. טעסטינג. אויך. די קאנפידענס מיט וואס זי רעדט צו די דזשאדזשעס וועלכע באווארפן איהר מיט פראגעס. דאס אליינס איז א גוטער סימן. אז זיי אינטרעסירן זיך שטארק אין די קעיס. נישט אזוי ווי להבדיל די אזוי גערופענע ..."דין תורה"... וואס איך האב געהאט ביי איצא שייגעץ. וואו די 2 באטשי'ס האבן געדרימלט. און נאר דער יונגערמאן (דער טאהשער חסיד) האט גענימען אן אקטיוון אנטייל אין די קעיס. און געפרעגט די ריכטיגע שאלות...!

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 22, 2018 2:23 am

· #414927
דער הויפט (ספאנישער) דזשאדזש לאזט נישט די דיפענס קאונסעל רעדן ביי איהר רי-בוטטעל. ער האקט איהר אפ אינמיטן רעדן. ער ווייזט ארויס זיין גאווה. אבער לויט ווי ס'זעהט אויס זענען די איבעריגע דזשאדזשעס (אריינגערעכנט די פרוי) שטארק נוטה צו די זייט פון די דיפענס. ספעציעל דזשאסטיס קאהען...!

מאן דאמר » מאנטאג אקטאבער 22, 2018 9:30 am

· #414943
עס איז זייער אינטערעסאנט אז דער פראקוראר איז אזוי נישט צוגעגרייט און ער רעדט ממש נישט צו דער זאך,זיין סטראטעגיע איז אז די ״עווידענס״ איז קיינמאל נישט געווען אונטער א פראגע צייכן ביים טרייעל און ער פּראבירט זיך צו האַלטן צו דעים אבער עס איז קלאר נישט אזוי, וויִיל אפילו די עקספערט וואס די פראקוראר האט געברעינגט ביים טרייעל האט נישט באשטעטיגט א זיכערער מעטש.
ווי אויך, ער איז בכלל נישט קיין גוטע רעדנער, א טרייעל אדוואקאט דאַרף קענען רעדן מיט באק ציינער און ענטפערן פראגעס וואו א מענטש מיט קאנפידענס.

יעקב מענטש » דינסטאג אקטאבער 23, 2018 2:40 pm

· #415090
ס'איז שרעקעדיג צו טראכטן אז אין דעם מלכות של חסד אמעריקע, זאל מען דארפן האבן א האלב מיליאן דאלער (יא! אזויפיל האט געקאסט די קעיס) מיט ניסים גלויים זיך ארויסצודרייען פון אזא לעכערליכע קעיס

טאמבל סאס » דינסטאג אקטאבער 23, 2018 2:59 pm

· #415092
ווי לאנג די געלט גייט אויף גוטע צוועקן.

איך האב געהערט א ווערטל, טראמפ זאגט, פארוואס גייט ענק אן אז אונז פארקויפן וואפן פאר סאודיע אראביע? איז נישט בעסער אזוי? מיר כאפן זיי צו ס'גאנצע געלט!
בלאט: 1 2