☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שיר השירים - על פי פשוטו

שיר השירים - על פי פשוטו

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6284

פארוואס? » זונטאג אפריל 20, 2014 5:20 pm

· #196595
שיר השירים - על פי פשוטו
נאכן סדר נאכט, ווען איך האב צום ערשטן מאל נישט געזאגט די הגדה אין א באשריבענע הגדה מיט פשט׳לעך און דרוש׳ערייען, נאר אנשטאט דעם האב איך פראבירט צו פארשטיין פשוט פשט אין די ווערטער וואס איך זאג. נאך אלעם, די ווערטער ״אין המקרא יוצא מידי פשוטו״ האט דאך אויך א פשוטע פשט…
ס׳איז נישט צום באשרייבן ווי אזוי עס האט געפיהלט, אבער נישט דערפאר בין איך יעצט געקומען, ס׳איז נאר דער זיסער טעם וואס איז מיר געבליבן אין מויל, דער לעצטער זמר, וואס דאס איז אונזער באקאנטע ״חד-גדיא״.
איך פלעג עס אלעמאל זינגען לייענענדיג די אלע פשט׳לעך אינדערזייט, וואס מיינט מען ביי גדיא, און וואס איז רומז כלבא, יעדע יאהר א נייע אויפטוה, א חידוש בעולם הדרוש. אבער דאס יאהר, זיצנדיג בהיכל הפשט, האב איך עס פשוט פארשטאנען אלס א ציגעלע וואס איז געווארן געביסן פון א קאץ, און איבערגעדרייט א גאנצע שטאט. וואס איז שלעכט מיט פשוט פשט? אזוי בין איך איינגעשלאפן, באוואונדערנדיג די אלטע הומעריסטישע סטייל.
אזוי - זייענדיג אונטער די איינפלוס פונעם פשוטן חד גדיא, ווען עס איז געקומען שבת כאלעמויד צום שיר-השירים, האב איך אויך צום ערשטן מאל פארדעקט די רש״יס מיט מיינע הענט, און אנגעפאנגען צו פראבירן לייענען פשוט פשט...
און וואס זאל איך ענק זאגן? אזוינס האב איך שוין לאנג נישט געלייענט. עס האט זיך געעפנט פאר מיר א נייע וועלט, א נייע בליק אויפן וועלט.
דאס וואס אונזערע רבי׳ס רופן אן ״שאול-תחתית״ אדער ״אינגאנצן פארגרעבט״, ״שמוץ״, און אלע סארט פארשרייענדע מיטלען. קומט שלמה המלך ברוב חכמתו, און ער זאגט: ״כי חולת אהבה אני״ ״בקשתי את שאהבה נפשי״ און אזוי ווייטער.
שלמה המלך קומט אונז דא שיקן א מעסעדזש (אן אפענע מעסעדזש באהאלטן אונטער צוויי טויזנט יאהר דרשות אויף דרשות), א מענטש איז א מענטש, און זיינע געפיהלן זענען הונדערט פראצענט לעגיטים, ער דארף זיי ארויסברענגען, (זעלבסט פארשטענדליך, אלעס אויף א מותר׳דיגע וועג).
א מענטש קען נישט אנטלויפן פונעם פאקט אז ער איז א בשר ודם, און אז ער האט נאטורליכע באדערפענישן. ער קען עס אפשר באהאלטן, אדער דערדריקן און דורך דעם זיין אומ-צופרידן.
איינער וואס פראבירט איינרעדן אז ער האט נישט די נאטורליכע געפיהלן וואס יעדע באשעפעניש איז געבענטשט געווארן, קען זיין נאר איינס פון די צוויי, אדער איז ער קראנק און ער דארף וויכטיג זעהן א דאקטער, אדער איז ער גלייך צו פרעה וואס איז געגאנגען נאר אין נילוס-טייך.
שלמה המלך לערנט אונז אויס ווי אזוי שלום-בית דארף אויסזעהן, ״דודי לי ואני לו״, ״אחזתיו ולא ארפנו״.
איך מיין אז שלמה המלך איז נאך געווען אזוי חסידיש און כעניאקיש ווי דער גרעסטער בעלזער יושב פון דערהיים, און אף על פי כן האט ער פארשטאנען, אז ואהבת לרעך כמוך גייט אן אויך ביי די אנדערע 50% פון כלל ישראל, (די וועלכע שטייען צוקוועטשט אונטער די מחיצה), און ער האט אויך פארשטאנען אז עס איז ריכטיג צו קאמפלאמענטירן די עזר כנגדו, ״הנך יפה עיניך יונים מבעד לצמתך שערך כעדר העזים שגלשו מהר גלעד״ (נישט פארגעסן אז נאך אלעס וואלט שלמה המלך נישט געווארן אנגענומען אין די היימישע מוסדות, ווייל ער האט דאך נישט געהאלטן די תקנה פון די ועד ארבע ארצות).
שוין, איך וועל שוין נישט דערמאנען וואס ער זאגט אין קאפיטל ד פסוק ה, (מחשש אז מען וועט עס אראפנעמען אלס נ״פ. וואס קען מען טוהן, מיר זענען פארט שוין נישט אין די צייטן פון שלמה, איש תחת גפנו וכו׳). ארץ ישראל קערט זיך איבער מיט שרעקליכע פארדאמונגען פאר דאקטוירים וואס שטעלן ארויס צעטלעך וואס דערמאנען עס, און שבת כאלעמויד זאגט מען עס מיט די גאנצע רוהיגקייט.
״אני ישנה ולבי ער״, מען שלאפט אבער די הארץ איז אויף. מען קען עס נישט איינשלעפערן מיט נערוון פילן אדער מיט חסידישע ספרים, עס ברענט א פייער. ״קול דודי דופק - און ער בעהט - פתחי לי אחותי רעיתי יונתי תמתי״, עס נעמט זיך שיסן ליב-ווערטער. וואו איז פארלוירן געגאנגען דער איידעלער חסידישער יונגערמאן, וואס ער רופט נישט זיין ״זי״ ביים נאמען, און אוודאי נישט אזעלכע שמוציגע ווערטער?
אז עס הערשט אן אמת׳ע נאטורליכע ליבשאפט דארף מען נישט קיין שלום-בית טעיפס, מען דארף נישט קיין קאנסלערס וואס האבן ליב צו שמעקן יענעמ׳ס… (זנות במחשבה), עס איז ״חכו ממתקים וכלו מחמדים - זה דודי וזה רעי!״.
איהר קענט אלע חוזק מאכן און פרעגן ״מה דודך מדוד״ וואס איז דיינס בעסער ווי אנדערע? אבער איך ווייס אז ״דודי צח ואדום״ מיינס איז די בעסטע וואס עס קען נאר זיין, ווייל - על כל פשעים תכסה אהבה.
״מצאוני השומרים הסובבים בעיר הכוני פצעוני״. די אזוי גערופענע משמרת׳ן פראבירן צו צוקלאפן און צושטויסן מיינע נאטורליכע געפיהלן, זיי פאר רופן זיך אלס ״שומרי החומות״, אבער עס וועט ענק גארנישט העלפן ווייל ״שחולת אהבה אני״.
און געדענק אז ״מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה ונהרות לא ישטפוה״.

zurich » זונטאג אפריל 20, 2014 5:28 pm

· #196597
אבער דו האלטס ערענסט אז שלמה המלך האט דא געוואלט מאכן א לאוו סאנג? אוודאי נישט

פארוואס? » זונטאג אפריל 20, 2014 5:34 pm

· #196598
zurich
אבער דו האלטס ערענסט אז שלמה המלך האט דא געוואלט מאכן א לאוו סאנג? אוודאי נישט

הויך און נידריג, איז געוואנדן אינעם ווירדן-לייטער, אויב איז נארמאל אז ״ודבק באשתו והיו לבשר אחד״ דאן פארוואס קען מען עס נישט אזוי אנקוקן?

יאיר » זונטאג אפריל 20, 2014 5:38 pm

· #196599
zurich
אבער דו האלטס ערענסט אז שלמה המלך האט דא געוואלט מאכן א לאוו סאנג? אוודאי נישט

און דו האלטסט ערנסט אז "פארוואס?" האט דא געוואלט באשרייבן א לאוו סאנג? אודאי נישט.

איחוד פעלד » זונטאג אפריל 20, 2014 5:46 pm

· #196602
לאמיר זאגען אז שלמה האט געוואלט שרייבען העכערס, איז עס דאך א פלא אז ער האט עס ארויסגעברענגט אויף א נידריגע געמיינע משל.

פארוואס? » זונטאג אפריל 20, 2014 5:48 pm

· #196603
איחוד פעלד
לאמיר זאגען אז שלמה האט געוואלט שרייבען העכערס, איז עס דאך א פלא אז ער האט עס ארויסגעברענגט אויף א נידריגע געמיינע משל.

לאמיר זאגן אז איינער גייט נוצן אזא משל, פאר וואס עס זאל נאר זיין, וועט מען עס אריינלאזן אין די היימישע ספרים סטאר׳ס?

געפילטע פיש » זונטאג אפריל 20, 2014 6:10 pm

· #196606
איך גיי היינט זאגן אין בעסמעדרעש אז די רבי ביים כזית אפיקומן האט אויסגעזען ווי א זכר וואס איז בועל זיין גירל פרענד אין קאר נאכן צוריק קומען פון דריי יאר אין אמעריקאנע ארמיי אין איראק. כ'ווינדער מיך וויאזוי די "משל" וועט אנגענומען ווערן.

אפטעמיסט » זונטאג אפריל 20, 2014 6:15 pm

· #196607
מורא'דיג, @פארוואס?. האסט מיר אזוי איבערגענומען מיט דיין ארטיקל, אז כ'האב אנגעצינדן "איך האב געווארט" פון מרדכי בן דוד בשעת'ן ליינען. אז מ'רעד שוין יא, איז דא א ספר וואס איז מפרש שיר השירים ע"פ פשוטו?

פארוואס? » זונטאג אפריל 20, 2014 6:20 pm

· #196608
אפטעמיסט
מורא'דיג, @פארוואס?. האסט מיר אזוי איבערגענומען מיט דיין ארטיקל, אז כ'האב אנגעצינדן "איך האב געווארט" פון מרדכי בן דוד בשעת'ן ליינען. אז מ'רעד שוין יא, איז דא א ספר וואס איז מפרש שיר השירים ע"פ פשוטו?

פון די היימישע - מלבים / מליצה
פון די נישט היימישע - עיין הלינק שליננקתי לעיל.

יאיר » זונטאג אפריל 20, 2014 6:21 pm

· #196609
געפילטע פיש
איך גיי היינט זאגן אין בעסמעדרעש אז די רבי ביים כזית אפיקומן האט אויסגעזען ווי א זכר וואס איז בועל זיין גירל פרענד אין קאר נאכן צוריק קומען פון דריי יאר אין אמעריקאנע ארמיי אין איראק. כ'ווינדער מיך וויאזוי די "משל" וועט אנגענומען ווערן.

ממש אזוי האבן דאך חז"ל געזאגט, כל האוכל מצה בפסח כבועל ארוסתו בבית רכבו.

מאטי » זונטאג אפריל 20, 2014 6:37 pm

· #196612
ס'איז דא אן ענין פון "קאקי חיורי" . אויב קען מען אפטיילן די אייגענע געפילן און רעדן בלויז פונעם מושג האהבה דאן איז דאס דער גרעסטע מדרגה. ומי יאמר זכיתי ליבי.

פארוואס? » דינסטאג אפריל 22, 2014 9:07 pm

· #196619
מאטי
ס'איז דא אן ענין פון "קאקי חיורי" . אויב קען מען אפטיילן די אייגענע געפילן און רעדן בלויז פונעם מושג האהבה דאן איז דאס דער גרעסטע מדרגה. ומי יאמר זכיתי ליבי.

דא רעדט מען נישט פון אפטיילן די געפיהלן. פונקט פארקערט, מען איז מעורר די געפיהלן, וואס האלטן נישט ביים איינשלאפן.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 22, 2014 9:47 pm

· #196621
איך ווייס נישט וואס שלמה המלך האט געמיינט, אויף דעם דארף מען האבען א טיים מאשין בצירוף תפיסת מחשבה. איך וויל סתם זאגען אפאר הערות וואס זענען נוגע צו'ם נושא.

לפי הבנתי, איז דאס וואס פארוואס זאגט אז מען זאל זיך לערנען פון דעם ווי צו מקיים זיין דער ואהבת לרעך כמוך בתוך ביתו, האט נישט קיין שייכות מיט דער שאלה פון וואס איז דער כוונה אדער וויאזוי מען דארף לערנען שיר השירים. די גמרא שעמט זיך נישט צו לערנען פון שיר השירים וואסארא חלקים ביי א פרוי הייסען ערווה, "קול באשה ערווה שנאמר כי קולך ערב, שער באשה ערווה שנאמר שערך כעדר העזים" (ברכות כד, א), זעהט מען קלאר אז פון די מליצה לערנט מען זיך אויך לימודים חשובים ועקריים, ווייל אוודאי אפילו אז דאס איז א משל, איז דאך דער משל געשריבען געווארען אויף אן אופן וויאזוי אוהבים האבען זיך ליב בפשטות, קען מען זיך לערנען פון דעם וויאזוי דער פסוק קוקט אן די אהבה, ואין מקרא יוצא מדי פשוטו.

איז אוודאי אפילו אז חז"ל נעמען אן אז שה"ש איז א משל, איז דאס וויבאלד אזוי האבען זיי געהאט בקבלה אדער אזוי האבען זיי געהאלטען מען דארף אפלערנען שיר השירים, און עס איז שווער צו גלייבען דאס זאל זיין א חלק פון כתבי הקודש סתם אלץ א לאוו סאנג, אבער אוודאי נאכאלץ זעהט מען פון דעם אז ביי שלמה המלך, און ביי חז"ל, איז אהבת איש ואשה אוודאי נישט געווען קיין פראסטע זאך, פארקערט דאס איז אזא שיינע זאך אז מיט דעם איז מען ממשיל אהבת הקב"ה וכנסת ישראל. (אין דער פירוש פון נתיבות צו שיר השירים אין הקדמה איז דא א שיינע משל אויף דער נושא, עיינו שם). ממילא קען מען זיך אוודאי לערנען פון דעם חוקי האהבה כשהוא במקומה ובקדושה ע"פ תורה והלכה.

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 22, 2014 10:11 pm

· #196623
האט איינער אמאל אריינגעטראכט אין די ווערטער וואס מ'זאגט יעדע שבת?
"יחבק לה בעלה- וביסודא דילה- דעביד ניחא לה- יהא כתיש כתישין". איך קען עס נישט איבערזעצן אויף אידיש, ווייל מ'וועט עס אריינפירן אין מאחורי, אדער גענצליך מעקן.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 22, 2014 10:31 pm

· #196625
עס איז אבער שווער צו טענה'ן אז דער אריז"ל וואס האט פארפאסט דער אזמר בשבחין האט אינזין געהאט עפעס נאנט צו דער פשוט'ער זין.

העלא » דינסטאג אפריל 22, 2014 10:37 pm

· #196626
פשוט פשט אין שיר השירים איז:
אז כנסת ישראל ברענגט ארויס די השתקקות צום אייבערשטען בימי גלותה
אזוי שטארק ווי א חתן צו זיין כלה גלייך נאך די חתונה,

רש"י איז עס מסביר, אויךף דעם אויפן
למשל גראד די צווייטע פסוק, די ערשטע ווערטער וואס כנס"י ישראל
איז אז כנסת ישראל האט אזא שטארקע השתקקות צו הקב"ה
בבחינת "ישקני מנשיקות פיהו"
נישט אויפן האנט נאר אויפן מויל וואס דאס איז א שטערקערע דרך חבה,

איך זאג אייביג אז די סיבה פארוואס שלמה המלך האט געזאגט זיינע שירים/משלים:
משלי
קהלת
שיר השירים

אלע משלים פון בעל לאשתו ווייל דאס איז די יסוד פון מענטשענס לעבן
וד"ל

מען קען נישט דא מער מאריך זיין

עס איז בכלל נישט שמוציג,
שמוציג איז עס ווען מען רעדט די זאכן לשם הנאה ללא צורך,
ווען מ'לערנט די הלכות אדער פסוקים פון די הייליגע תורה איז עס קודש קדשים

עס איז די זעלבע בחינה ווי קטורת, עס איז ממית ומחיה

אף כאן עס קען זיין שמוציג (כל המנבל את פיו וכו')
עס קען זיין קודש קדשים (שיר השירים)

העלא » דינסטאג אפריל 22, 2014 10:38 pm

· #196627
יחבק לה בעלה איז א משל פון די שייכות קוב"ה וישראל ביום השבת
כנסת ישראל כלה קרואה

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 22, 2014 10:39 pm

· #196628
ס'איז טאקע א משל. אבער אזוי ווי @געפילטע פיש זאגט, לאמיר זען איינער זאל היינט ממשיל זיין אזא משל.

העלא » דינסטאג אפריל 22, 2014 10:44 pm

· #196629
זייער פשוט פארוואס איינער טוט נישט היינט אזוי,
ווי כ'האב געזאגט, די זעלבע זאך קען זיך אמאל גרעניצן מיט ניבול פה,
יעדעס ווארט אין די תורה איז געמאסטן און געוואויגן, און הייליג,
משא"כ ווען סתם מענטש רעדט קען ער זייער גרינג פארפארן פון גרעניץ אריין ביז עס זאל שוין הייסן ניבול פה,
במילא טאר סתם א מענטש נישט אזוי רעדן,

חוץ ווען ער לערנט שיר השירים אדער די הלכות אין גמרא אדער שולחן ערוך,
דעמאלט מעג ער עס לערנען כפשוטו, ווייל דעמאלט זאגט ער נאר וואס די תורה זאגט און ער פארפארט נישט

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 22, 2014 10:46 pm

· #196630
אפטעמיסט
ס'איז טאקע א משל. אבער אזוי ווי @געפילטע פיש זאגט, לאמיר זען איינער זאל היינט ממשיל זיין אזא משל.

מסתם פאר דעם האט ער עס געשריבען אויף אראמיש קיינער זאל דאס נישט פארשטיין 😉

יאיר » דינסטאג אפריל 22, 2014 11:37 pm

· #196635
אפטעמיסט
האט איינער אמאל אריינגעטראכט אין די ווערטער וואס מ'זאגט יעדע שבת?
"יחבק לה בעלה- וביסודא דילה- דעביד ניחא לה- יהא כתיש כתישין". איך קען עס נישט איבערזעצן אויף אידיש, ווייל מ'וועט עס אריינפירן אין מאחורי, אדער גענצליך מעקן.

דאס איז איינער פון די יסודות'דיגע טענות פון הרב קאפח אויף די מקובלים, ער נוצט טאקע דעם חרוז אלס א דוגמא אויף א קבליסטישע לעבעדיגע משגל'דיגע משלים פאר אלקות. זעט אויס ער האלט ווי עם מאן דאמר שיר השירים אינו מטמא את הידים.

יאיר » דינסטאג אפריל 22, 2014 11:51 pm

· #196637
מאטי
ס'איז דא אן ענין פון "קאקי חיורי" . אויב קען מען אפטיילן די אייגענע געפילן און רעדן בלויז פונעם מושג האהבה דאן איז דאס דער גרעסטע מדרגה. ומי יאמר זכיתי ליבי.

אויב מען טיילט אפ די געפילן האט דאך גאנץ שיר השירים נישט קיין שום פירוש.

איחוד פעלד » מיטוואך אפריל 23, 2014 12:09 am

· #196639
שררך אגן הסהר אל יחסר המזג.

ווייסט איינער דער פשט, און כ'רעד דער משל פשט.

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 23, 2014 12:20 am

· #196641
איחוד פעלד
שררך אגן הסהר אל יחסר המזג.

ווייסט איינער דער פשט, און כ'רעד דער משל פשט.

www.mechon-mamre.org/p/pt/pt3007.htm

elter-zeide » מיטוואך אפריל 23, 2014 1:04 am

· #196644
פארוואס? שרייבט! אז ואהבת לרעך כמוך גייט אן אויך ביי די אנדערע 50% פון כלל ישראל, (די וועלכע שטייען צוקוועטשט אונטער די מחיצה), און ער האט אויך פארשטאנען אז עס איז ריכטיג צו קאמפלאמענטירן די עזר כנגדו

דע גמרא אין קדושין דף מא א זאגט, אז ואהבת לרעך כמוך גייט ארוף אוף דע צווייטע 50% ווי די ריפסט זיי, דע גמרא זאגט אז אסור לאדם שיקדש אשה עד שיראנה שמא יראה בה דבר מגונה ותתגנה עליו ורחמנא אמר "ואהבת לרעך כמוך" איז משמע אז דע תורה מיינט לרעך דע פרוי ,

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 23, 2014 4:08 am

· #196654
אפי מיר זאגן אז שלמה המלך האט געשריבען די משל אויף כנסת ישראל און כביכול.
איז נאך אלץ אינטערסאנט ווי ער איז געווען אויסגעקאכט אין די שיינקייט פון די פרויעס רמח אברים בכל פרטיה ודוקדיקיה.
סאיז נישט מסתבר אז פארן שרייבען שיר השרים האט ער זיך אראפ געזעצט באטראכטען די שיינקייט פון אלע אברים, און פארדעם האט דערמיט קיין שייכות געהאט.

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 23, 2014 10:45 am

· #196665
וואס פעלט פון שיר השירים?
א) נישט פאראן קיין גראפישע שילדערונג פון די אברי משגל פון אים/איר.
ב) נישט דא קיין ווארט איבער דעם עצם יחוד אדער דאס שילדערן.
ג) נישט (כמעט) איבער דעם ברען און תאוה הנאה צו טוהן די מעשה פון יחוד.
ד) נישט קיין ווארט איבער הנאה פון יחוד, אדער איבער טיפות וכדומה.

בשונה פון גווענטליכע שירי עגבים, און בשונה פון אנדרע וד"ל.

פארוואס? » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:13 pm

· #196766
היימישער ליטוואק
וואס פעלט פון שיר השירים?

ב) נישט דא קיין ווארט איבער דעם עצם יחוד אדער דאס שילדערן.

שמאלו תחת לראשי וימינו תחבקני…

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:36 pm

· #196777
פארוואס?
היימישער ליטוואק
וואס פעלט פון שיר השירים?

ב) נישט דא קיין ווארט איבער דעם עצם יחוד אדער דאס שילדערן.

שמאלו תחת לראשי וימינו תחבקני…

איך רעד פון "עצם יחוד", וד"ל.

ארבעס » מיטוואך אפריל 23, 2014 4:25 pm

· #196791
פארוואס?


שלמה המלך קומט אונז דא שיקן א מעסעדזש (אן אפענע מעסעדזש באהאלטן אונטער צוויי טויזנט יאהר דרשות אויף דרשות), א מענטש איז א מענטש, און זיינע געפיהלן זענען הונדערט פראצענט לעגיטים, ער דארף זיי ארויסברענגען, (זעלבסט פארשטענדליך, אלעס אויף א מותר׳דיגע וועג).
א מענטש קען נישט אנטלויפן פונעם פאקט אז ער איז א בשר ודם, און אז ער האט נאטורליכע באדערפענישן. ער קען עס אפשר באהאלטן, אדער דערדריקן און דורך דעם זיין אומ-צופרידן.
איינער וואס פראבירט איינרעדן אז ער האט נישט די נאטורליכע געפיהלן וואס יעדע באשעפעניש איז געבענטשט געווארן, קען זיין נאר איינס פון די צוויי, אדער איז ער קראנק און ער דארף וויכטיג זעהן א דאקטער, אדער איז ער גלייך צו פרעה וואס איז געגאנגען נאר אין נילוס-טייך.
״מצאוני השומרים הסובבים בעיר הכוני פצעוני״. די אזוי גערופענע משמרת׳ן פראבירן צו צוקלאפן און צושטויסן מיינע נאטורליכע געפיהלן, זיי פאר רופן זיך אלס ״שומרי החומות״, אבער עס וועט ענק גארנישט העלפן ווייל ״שחולת אהבה אני״.
און געדענק אז ״מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה ונהרות לא ישטפוה״.


שיר השירים איז קודש קדשים, אשר על כן האב איך א פראבלעם מיט דעם אשכול אין אפשר גאר בין איך מחויב מוחה זיין, היות עס זענען דא אזעלכע וואס טייטשען דאס צי א לגלוג.
מאידך גיסא, ברענגסט ארויס א וויכטיגע נושא בנוגע געפילען.
טאא בעעד אז די ווייסט נאר צי וואלידעטען דיין געפילען דורעך שיר השירים, מין הסתם ביסטי ביזזי אגאנצע וואך על המחיה ועל הכלכלה, אין שבת חול המועד איז די פערפעקט צייט.
דאס איז נעבעך א זאך וואס רוב אנ״ש סאפערען פין דעם.
אין משפחות גדולות איז נישט מעגליך פאר עלטערען צי דעוועלאפען אלע קינדער אין דעם ענין משום קוצר רוח....
אויב די ווילסט באמת מראה מקומות וועגן דעם נושא , קען איך דיך ציווייזען.

העלא » מיטוואך אפריל 23, 2014 5:20 pm

· #196813
שלמה המלך איז געווען די חכם מכל האדם,
היעלה על הדעת אז ער האט נישט געקענט אלע רמ"ח איברין דזכר ורנ"ב דנקבה?
אפילו די תנאים ואמוראים האט יעדער עס געקענט,
אפילו די ראשונים,

כל שכן די נביאים,
שיר השירים איז א חלק פון תורה שבכתב און איז געזאגט געווארן ברוח הקודש,
ער האט נישט געדארפט דורך טוהן קיין שום ביכל אדער שולע דאס צו קענען,
אפילו שיחת דקלים ובהמות האט ער געקענט און פארשטאנען,

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 23, 2014 8:22 pm

· #196864
היימישער ליטוואק
וואס פעלט פון שיר השירים?
א) נישט פאראן קיין גראפישע שילדערונג פון די אברי משגל פון אים/איר.
ב) נישט דא קיין ווארט איבער דעם עצם יחוד אדער דאס שילדערן.
ג) נישט (כמעט) איבער דעם ברען און תאוה הנאה צו טוהן די מעשה פון יחוד.
ד) נישט קיין ווארט איבער הנאה פון יחוד, אדער איבער טיפות וכדומה.

בשונה פון גווענטליכע שירי עגבים, און בשונה פון אנדרע וד"ל.


שיר השירים איז דברי חשק ואהבה, נישט דברי תפלות. ובלע''ז, ארוטיקע, נישט פארנאגראפיע.
'אבער הכל יודעים כלה למה נכנסה לחופה וכו'. נאר מ'רעדט נישט אזוי.

איחוד פעלד » מיטוואך אפריל 23, 2014 8:38 pm

· #196871
געפילטע פיש
איחוד פעלד
שררך אגן הסהר אל יחסר המזג.

ווייסט איינער דער פשט, און כ'רעד דער משל פשט.

www.mechon-mamre.org/p/pt/pt3007.htm


שעקויעך.

דאס רעד איך.

זאג עס פאר היימישער ליטוואק.

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 23, 2014 8:59 pm

· #196881
לעיק, כמדומה אז די דעפינישון פון פורנאגרפיה איז דער "גרפיה", דהיינו בילדער. ממילא איז דיין הבחנה א טעות.
איך ברענג ארויס, אז עס איז נישט סתם אפן ארויס, און מסתם בימיהם איז דאס גווען אסאך א נורמאלרע וועג אזוי צו רעדן און שרייבן. (טראכט וויאזוי מוועט רעדן פון אונז, בערך 50 יאר נאך ווען מקואות ציבוריות וועלן ווערן אסור ע"פ חוק הממשלה...)

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 23, 2014 8:59 pm

· #196882
איחוד, דו ביסט נישט מדייק. איך ווייס אויך וואס דער NAVEL איז. זע אבער וואס עס ווערט נישט ארומגשמועסט.

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 23, 2014 9:09 pm

· #196891
עס איז דא פורנוגראפיע בכתב אויכעט. די הגדרה איז טאקע וואס איר רעדט פארציילען די עצם מעשה ביאה ( כחרוז יחבק לה וכו) . און שה''ש איז זייער עראטיש. קען זיין עס איז געווען מער מקובל צו שרייבען עראטיקע. אבער עראטיש בלייבט עס.

היימישער ליטוואק » מיטוואך אפריל 23, 2014 9:20 pm

· #196896
לגבי עראטיקה, זע אות ג און ד וועלכע זענן בדרך כלל א אומאפטיילבארע חלק פון ערוטיקה.

יאיר » מיטוואך אפריל 23, 2014 11:08 pm

· #196931
פון איין זייט איז שווער צו זאגן אז אזעלכע פסוקים ווי "צרור המור דודי לי בין שדי ילין" איז נישט קיין ארוטיקה, פון די אנדערע זייט דארף מען וויסן אז שיר השירים איז געשריבן ממש אויפ'ן נוסח ווי מען פלעגט אמאל שרייבן שירי אהבה. נאט אייך א שטיקל פון אור אלטע עגיפטן:

Oh! when my lady comes, And I with love behold her,

I take her into my beating heart And in my arms enfold her;
(שמאלו תחת לראשי וימינו תחבקני)
My heart is filled with joy divine

For I am hers and she is mine.
(אני לדודי ודודי לי)

Oh! when her soft embraces Do give my love completeness,

The perfumes of Arabia Anoint me with their sweetness;
(לריח שמניך טובים שמן תורק שמך)

And when her lips are pressed to mine

I am made drunk and need not wine.
( יִשָּׁקֵנִי מִנְּשִׁיקוֹת פִּיהוּ, כִּי-טוֹבִים דֹּדֶיךָ מִיָּין)

When we kiss, and her warm lips half open,

I fly cloud-high without beer!

What paradise gained, what fulfillment,

what a heavenly turn of affairs!

Oh, raise one to Menkat, Our Lady of Liquor,

but keep your mouth tight on the girl!

נהורא נפישא » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 8:26 am

· #196981
געווען אמאל א בחור וואס דער ראש ישיבה האט אים געכאפט מיט מעשים טובים, ווען ער האט אים פארגעהאלטן אויף דעם האט דער בחור מסביר געווען אז רש"י זאגט שני שדייך כנגד משה ואהרן, נו האט זיך אים דוקא פארגליסט צו זען וועלכעס איז קעגן משה און וועלכעס איז קעגן אהרנ'ן
נו אז מ'רעדט שוין פון מגילת שיר השירים המיוחס לשלמה ע"ה, איז כדאי צו דערמאנען די געוואלדיגע טאלערענץ וואס די חכם מכל אדם האט געהאט פאר אלע ראסעס און עטנישע גרופעס
והמלך שלמה, אהב נשים נוכרייות רבות--ואת-בת-פרעה:  מואבייות עמונייות אדומייות, צידנייות חיתייות.  מן-הגויים, אשר אמר- ה' אל-בני ישראל לא-תבואו בהם והם לא-יבואו בכם, אכן יטו את-לבבכם, אחרי אלוהיהם--בהם דבק שלמה, לאהבה.  ויהי-לו נשים, שרות שבע מאות, ופילגשים, שלוש מאות; ויטו נשיו, את-ליבו.  ויהי, לעת זקנת שלמה, נשיו הטו את-לבבו, אחרי אלוהים אחרים; ולא-היה לבבו שלם עם- ה' אלוהיו, כלבב דויד אביו.  וילך שלמה--אחרי עשתורת, אלוהי צידונים; ואחרי מלכום, שיקוץ עמונים.  ו ויעש שלמה הרע, בעיני ה' ; ולא מילא אחרי ה', כדויד אביו. 
נאך א געדאנק, אפגעזען די ארגיענעלע כוונה פונעם כותב, האבן חז"ל דאס אריינגענומען אין די כתבי קדש נאר בתנאי אז דאס זאל ווערן אויסגעטיישט אלס קדש קדשים, ממילא איז עס ווי איבערגעשריבן לכוונה זו, ודו"ק היטיב.
אויך איז כדאי מוסיף צו זיין אז די גאוני משוררי ספרד האבן אפגעשריבן צענדליגע שירי אהבה , ווידעראום עמנואל הרומי'ס כתבים האט מען יא פארווערט און דאס קלאסיפירט אלס שירי עגבים.

יאיר » פרייטאג אפריל 25, 2014 2:14 pm

· #197229
יעצט זע איך אין אן ארטיקל אז דער "גן" און די "פירות" פון שיר השירים זענען כינויים אויף אנדערע זאכן.

smartinof » מיטוואך מאי 14, 2014 3:31 pm

· #200487
לעיקוואד
עס איז אבער שווער צו טענה'ן אז דער אריז"ל וואס האט פארפאסט דער אזמר בשבחין האט אינזין געהאט עפעס נאנט צו דער פשוט'ער זין.

ריכטיג, אבער עס קוקט אבער אבסיעל אויס אז ער איז מרמז אויף עונת שבת, למעבד נשמתין ורוחין חדתין- אדער קען זיין אז ער איז מרמז צו עפעס מיסטיש, אבער די סיבה פארוואס ער האט בוחר געווען אז זאל זיין די ממשיל איז כנ"ל...

לעיקוואד » מיטוואך מאי 14, 2014 4:45 pm

· #200499
עונת שבת אליינס איז א דוגמא אויף דער ייחוד העליון פון שבת, אבער דער כוונת האר''י איז קלאר אויף העליון.

הוגה » מיטוואך יוני 11, 2014 2:10 pm

· #205514
מענין לענין באותו ענין. נעכטן ביי די גרויסע חתונה האט די בעלזער רב געזונגען די פאלגענדע חרוזים 12 מאל בבכיות פארן מצוה טאנץ.

כלה כלה ווי שיין ביסטו
שכינה הקדושה ווי גרויס ביסטו
אז די אידן וועלן צו דיר שרייען
וועסטו זייער הארץ מאכן פרייען

כ'האב הנאה געהאט צו זעהן ווי א איד האט גאטס און טוט עפעס וואס קען אפשר נישט שמעקן אנדערע, ווייל ער האלט אז עס איז ריכטיג.


.

סאשי פיש » מיטוואך יוני 11, 2014 2:18 pm

· #205516

פארוואס? » מיטוואך יוני 11, 2014 6:36 pm

· #205601
=