☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » הגדה של פסח * קאווע בלעטער * חלק א' - ב' - ג'

הגדה של פסח * קאווע בלעטער * חלק א' - ב' - ג'

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6278

פישלע העררינג » פרייטאג אפריל 18, 2014 3:49 pm

· #196396
הגדה של פסח * קאווע בלעטער * חלק א' - ב' - ג'
אט האט עטס די ערשטע חלק פון די "קאווע בלעטער" הגדה של פסח!

לייענטס און האטס הנאה!

<a class="postlink" href="https://dl.dropboxusercontent.com/u/13002565/%D7%A7%D7%90%D7%95%D7%95%D7%A2%20%D7%91%D7%9C%D7%A2%D7%98%D7%A2%D7%A8%20%D7%A4%D7%A1%D7%97%20%D7%AA%D7%A9%D7%A2%D7%93%20%D7%97%D7%9C%D7%A7%20%D7%90.pdf">https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... %D7%90.pdf</a>

אפטעמיסט » פרייטאג אפריל 18, 2014 3:52 pm

· #196397
עעעענדליך!!! ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט, וואלט מען פריש קובע געוועהן די יום טוב פסח. גייט מיר נישט אן וואס עטס זאגטס, איך מאך נאכאמאל דער סדר היינט נאכט! נו, קומטס קינדער. קדש...

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 18, 2014 4:17 pm

· #196405
Wow
וואו קען מען לייקן @אנאנים

יאיר » פרייטאג אפריל 18, 2014 5:35 pm

· #196430
א מייסטערהאפטיגע ארבעט! א גרויסן דאנק פישעלע און פאר אלע כותבים, בפרט פאר ראובן פאר די פרישע אינטערעסאנטע סחורה.

מאראנצןזאפט » פרייטאג אפריל 18, 2014 5:48 pm

· #196431
פלאי פלאים וואס פישל האט דא אהערגעשטעלט, נאך א דעקל און מקען עס פארקויפן אין די געשעפטן פאר גוט געלט.
כהאף אז ראובן און נעגאשיעיטער רעכענען ארויסצושטעלן זייערע פרישע סחורה להאיר ולהעיר כיד ה' הטובה עלינו.

נולד מאוחר » פרייטאג אפריל 18, 2014 6:03 pm

· #196432
איך שלאג פאר יעדע אקטיווער ניק וואס לייקט נישט פישעלע דא פאר זיין ארבעט זאל די הנהלה אויסשפארן פאר א וואך.

פליקער » מוצ"ש אפריל 19, 2014 9:38 pm

· #196439
איין פראבלעים די האסט געלייגט א אמתע הגדה, דאס צווינגט מיר צי ליינען שלא בשעת הכנה, דאס איז א פראבלעים,

הוגה » מוצ"ש אפריל 19, 2014 10:48 pm

· #196456
עס איז א געוואלדיגע ארבייט פישעלע.

איך האב געטראפן די חשוב'ע @ראש הישיבה היינט און איך האב אים פארציילט איבער די קאווע בלעטער חלק א' וואס איז ארויסגעקומען. ער האט מיר געזאגט אז ער קען נישט ווארטן ביז די צווייטע חלק קומט ארויס, ער האפט צו טרעפן זיינע ארטיקלן ביי ובני ישראל פרו וישרצו וירבו, און ביי וירא את עניינו זו פרישות דרך ארץ. פישעלע, אויב האסטו נאך נישט אריינגעלייגט קענסטו נאך מתקן זיין. 😛



.

פישלע העררינג » מוצ"ש אפריל 19, 2014 11:51 pm

· #196469
.

ידען » זונטאג אפריל 20, 2014 2:06 am

· #196482
הוגה
עס איז א געוואלדיגע ארבייט פישעלע.

איך האב געטראפן די חשוב'ע @ראש הישיבה היינט און איך האב אים פארציילט איבער די קאווע בלעטער חלק א' וואס איז ארויסגעקומען. ער האט מיר געזאגט אז ער קען נישט ווארטן ביז די צווייטע חלק קומט ארויס, ער האפט צו טרעפן זיינע ארטיקלן ביי ובני ישראל פרו וישרצו וירבו, און ביי וירא את עניינו זו פרישות דרך ארץ. פישעלע, אויב האסטו נאך נישט אריינגעלייגט קענסטו נאך מתקן זיין. 😛



.

לייק פאר די לינקס.

א סאך מאל זעה איך א גוטע אשכול וואס כאב פארגעסען אבער א גוטע מעמבער ברענגט עס און איך לייען עס

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 20, 2014 2:11 am

· #196484
וואו א בחור מיט אזוי פיל טאלאנט.
וואספארא סיבה קען זיין איינער זאל נישט וועלען האבן צוטריט צו מאחורי?

פישלע העררינג » זונטאג אפריל 20, 2014 10:39 am

· #196540
במופלא ממך אל תדרוש..

נעגאשיעיטאר » זונטאג אפריל 20, 2014 10:45 am

· #196541
שכויח @פישל'ע העררינג פאר'ן אריינשטעלן מיין מאמר. איך בין דא זייער ווייניג, אבער אייער פריערדיגע בלעטער זענען אנגעקומען צו מיך, ומצאתי בהם כמה דברים של טעם, ותשואות חן חן לכם. היות דו ענטפערסט נישט דיין אימעיל די לעצטע פאר טעג (מחמת קדושת המועד?) וויל איך אייך בעטן פון דא אז איר זאלסט עס נישט ארויפפאסטן אין אן אשכול, רצונו של אדם איז אז עס זאל פארבלייבן בלויז א קאווע בלעטער עקסקלוסיוו. שכויח נאכאמאהל פאר אייער הערליכע ארבעט.

פישלע העררינג » זונטאג אפריל 20, 2014 10:56 am

· #196542
יישר כח @נעגאשיעיטאר פאר דיך! און א גרויסע יישר כח פאר מאכן די נייע פי די עף. איך זעה אז טייל פראבלעמען זענען טאקע פאראכטן געווארן אבער טייל זענען ערגער געווארן. אין מיין פי די עף איז דער קעפל פאר @מאראנצןזאפט'ס "העולם הזה" ארטיקל אויסגעקומען גוט, אבער אין דיינס איז עס נישט גוט אויסגעקומען. איעדן פאל, יישר כח.

ברסלבער » זונטאג אפריל 20, 2014 11:34 am

· #196545
הערליך שיין פישעלע! א גרויסן דאנק פאר די פילע ארבעט וואס דו לייגסט אריין פאר אונזער הנאה.

פישלע העררינג » זונטאג אפריל 20, 2014 11:46 am

· #196549
יישר כח פאר דיך! @ברסלבער. האסט אונז מהנה געוועהן מיט אזויפיהל שיינע תוכן'דיגע ווערק לכבוד יום טוב.

פישלע העררינג » זונטאג אפריל 20, 2014 1:29 pm

· #196562
חלק ב'
דא איז חלק ב' פאר ווער עס האט שוין אראפגעלאדענט חלק א'.

דער וואס האט נאכנישט אראפגעלאדענט חלק א' דארף בלויז ארפלאדענען דער ערשטע לינק, וואס אנטהאלט שוין אין זיך ביידע חלקים אלץ איין פי די עף.

פישלע העררינג » זונטאג אפריל 20, 2014 1:49 pm

· #196566
א יישר כח פאר דיך! @אנאנים. דו שרייבסט מיט אזא זאפט, אז עס ליינט זיך פון זיך אליינס.

פישלע העררינג » זונטאג אפריל 20, 2014 3:13 pm

· #196578
חלק ג'
דא האטס עטס חלק ג'.

<a class="postlink" href="https://dl.dropboxusercontent.com/u/13002565/%D7%A7%D7%90%D7%95%D7%95%D7%A2%20%D7%91%D7%9C%D7%A2%D7%98%D7%A2%D7%A8%20%D7%A4%D7%A1%D7%97%20%D7%AA%D7%A9%D7%A2%D7%93%20%D7%97%D7%9C%D7%A7%20%D7%92.pdf">https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... %D7%92.pdf</a>

לכאורה וועל איך שוין נישט אניאגן ווייטער בעפאר יום טוב קומט אן.

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 20, 2014 3:20 pm

· #196579
[ציטאט אראפגענומען]

פישלע העררינג » זונטאג אפריל 20, 2014 3:44 pm

· #196583
צאמרעכענדיג אלע לייקס וואס מען האט מיך געשאנקן דא אין דעם אשכול (און אין דעם אשכול ווי איך בין מודיע אז עס קומט ארויס) פאר די פסח'דיגע קאווע בלעטער, קומט עס צו א חשבון פון

131 לייקס!

נישט אז איך דארף די לייקס, אבער הכרת הטוב איז א שיינע מידה.

יישר כח גוטע פריינט!

קליגער אינגערמאן » זונטאג אפריל 20, 2014 4:00 pm

· #196585
נאדער נאכיינס צוצימישן דיין חשבון... אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין..

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 23, 2014 12:43 am

· #196643
ממש משוגא צו ווערן די ארבייט, מיין שווער האט געוואלט וויסן וואס איך קוק אינטערן טיש, איך הער נישט צו זיין קרעטשמע מעשיות.

רבותי! די goal איז 75 לייקס.

מ גפני » מיטוואך אפריל 23, 2014 11:34 am

· #196669
ברסלבער
הערליך שיין פישעלע! א גרויסן דאנק פאר די פילע ארבעט וואס דו לייגסט אריין פאר אונזער הנאה.

דולה ומשקה » מיטוואך אפריל 23, 2014 11:45 am

· #196670
ביי מיר איז די שמחה אנקומען ערשט היינט, איך האב עס געדאונלאוד געסעיפט אין מיין פסח פייל,
אי"ה איבערס-א-יאר ארויס דריקן און מפיץ זיין בקרב עדתי.

פישעלע מ'זעהט די האראוואניע
פישעלע מ'זעהט די שווערע ארבעט
פישעלע מ'זעהט די אומנאטירליכע טירחה
פישעלע מ'זעהט די קאפ, מח און דער זמן
פישעלע מ'זעהט זייער אסאך שלאפלאזע שעות
פישעלע יעדן קעפל מיט איהר פאנט, סייז און גראפיקס
פישעלע יעדן ארטיקעל ווי עס פאסט אריין אין די הגדה
פישעלע יעדער איינציגער ניק וואס האט געלייגט אדער נישט
פישעלע יעדער וואס וואס האט א ניק און קאווע שטיבל אדער נישט
פישעלע כולם בפה אחת עומדים ומשתאים, אויף דער הערליכע מיינסטער ארבעט
פישעלע מיר דאנקען דיר פאר מלקט זיין וואס אלע ניקס האבן געשריבען מפרי מחשבותם
פישעלע עס איז א געוואלידע התחזקות פאר יעדן איינצעלע שרייבער וואס ווערט דערמאנט דא.
פישעלע עס בלייבט מיר נאר איבער דיר צו ווינטשען א ברכת הדיוט צלח ורכב ותעלה מעלה מעלה
@פישל'ע העררינג, פישעלע, דו האסט מזכה געוועהן את הרבים יותר מן המשוער, זכות הרבים תלוי בו.

עפל סיידער » מיטוואך אפריל 23, 2014 2:03 pm

· #196734
געוואלדיגע, אומבאשרייבליכער עבודת הפרך אריינגעלייגט, עס האט מיר נאר באנק געטון, ווען איך האב געוואלט מגיב זיין פאר @אנאנים אין זיין ספעציעלער ארטיקעל איבער לב טהור, און איך בין נישט ערמעגליכט נאר דא מגיב צו זיין,
די טענה היתכן מען האט געשטיצט בימים ההם א קידנעפער פון ישי פימא, איז א טענה פאר די וואס האבען אים דעמאלטס געקענט איך געדענק ווי אין סאטמאר גופא האבען פילע דעמאלטס געטענה'ט אז די שופטת איז גערעכט מיט איר הגדרה אויף אים אז ער איז א קידנעפער, אבער וואס קען מען טון אז בימים ההם איז נאך נישט געווען קיין @פישל'ע העררינג וואס זאל דאס קענען מפרסם זיין דורך די שפאלטען פינעם אינטערנעט.

יישר כוח פישעלע פארען זיך אפהאלטען פון מפרסם זיין מאחורי ארטיקלען.

חכם עתיק » מיטוואך אפריל 23, 2014 5:55 pm

· #196822
הערליך.

איך בין נייגעריג וויפיל יודען האבן געהאלטן אט די הגדה ביים סדר טיש...

גהערט אז איינער פון די גדולי וויליאמסבורג האט שטארק פארפירט ביי נעילת החג טיש דערוועגן.

אריק » מיטוואך אפריל 23, 2014 6:02 pm

· #196823
the first link doesn't work anymore, why?

פישלע העררינג » מיטוואך אפריל 23, 2014 6:03 pm

· #196824
.

יין שרף » מיטוואך אפריל 23, 2014 6:04 pm

· #196825
חכם עתיק

גהערט אז איינער פון די גדולי וויליאמסבורג האט שטארק פארפירט ביי נעילת החג טיש דערוועגן.

וויפיל האט מען אים געצאלט...?

פישלע העררינג » מיטוואך אפריל 23, 2014 6:05 pm

· #196826
חכם עתיק


גהערט אז איינער פון די גדולי וויליאמסבורג האט שטארק פארפירט ביי נעילת החג טיש דערוועגן.


מי הוא זה ואיזה הוא? ווער איז פון די גדולי וויליאמסבורג, און וואס האט ער פארפירט?

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 23, 2014 8:06 pm

· #196853
פישעלע, בלשון חיבה, דיין ארבעט איז אויסערגעווענליך שיין און רייך, (כאטש איך פארשטיי נישט פארוואס די הגדה קומט אריין דארט, אבער דאס איז דזשאסט ניט-פיקינג) די ארבעט איז מלאים זיו ומפיקים נוגה, סיי די אויסשטעל, די גראפיקס, די געקליבענע ארטיקלען, וכו' וכו'. תשואות חן חן לך!

אפאר הערות והגהות בכלליות (לאו דוקא אויף די אויסגאבע):

- תפשת מרובה לא תפשת. לענ"ד איז בעסער און גרינגער סיי פאר דיר (פישעלע) און סיי פאר די ליינער צו געבן ווייניגער מאטעריאל אויף אמאל, אדער וועסטו בקרוב אויסלויפן פון ארטיקלען...
- איך זעה אז די לינק צו די ארטיקלען כדי צו קענען לייקן האט זיך נישט אויסגעארבעט. אפשר נעקסטע מאל, און פליז נעם עס נישט פאר קיין פרעשור, איך פרעג נאר לדבריך וואס דו האסט פארשפראכן; אבער ביסט בארעכטיגט חוזר צו זיין.
- עס איז א שאד אז עס זענען פאראן אזויפיל ספעלינג מיסטעיקס דורך די שרייבערס און קיינער איז עס נישט מגיה בעפאר עס גייט צום דרוק. אפשר קען זיך איינער אנטראגן צוצוהעלפן בודק זיין, און איך וועל בל"נ אויך פרובירן צוצוהעלפן אויב עס איז פאראן א פארלאנג דערפאר.

יעצט א ווארט וועגן ראובנ'ס ארטיקל. בין איך דער איינציגסטער וואס איז נישט געווארן שאקירט עס צו ליינען? האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט אזוינס אין די היסטאריע אז מען מיינט אויף איינעם אז ער איז אן ערליכער און צום סוף נעשה צדוקי אדער א מומר לכל דבר אסור? בשעת מעשה האט קיינער נישט געהאלטן אז ער איז א פארברעכער אדער א קולט פירער, ואין לדיין אלא מה שעיניו רואות! האט עפעס 'דער איד' געזאלט האבן רוח הקודש מה שיקרה עמו באחרית הימים? איך מיין אז מען קריכט דא אויף גראדע ווענט. אדרבה, אויב קען מיר איינער ערקלערן בין איך גרייט צו הערן.

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 23, 2014 8:09 pm

· #196854
שמעקעדיג
בשעת מעשה האט קיינער נישט געהאלטן אז ער איז א פארברעכער אדער א קולט פירער, ואין לדיין אלא מה שעיניו רואות! האט עפעס 'דער איד' געזאלט האבן רוח הקודש מה שיקרה עמו באחרית הימים? איך מיין אז מען קריכט דא אויף גראדע ווענט. אדרבה, אויב קען מיר איינער ערקלערן בין איך גרייט צו הערן.

איך געדענק קלאר ווי טאג ווי מענטשען האבן דאן געשריגן אז מ'דארף אזא איינעם לאזן אין תפיסה! ס'געווען אן אפיעל אין בית המדרש, און די דעמאלסדיגע קאווע שטיבל אידן האבן געהאט רוח הקודש.

עפל סיידער » מיטוואך אפריל 23, 2014 8:48 pm

· #196877
קאווע טרינקער
שמעקעדיג
בשעת מעשה האט קיינער נישט געהאלטן אז ער איז א פארברעכער אדער א קולט פירער, ואין לדיין אלא מה שעיניו רואות! האט עפעס 'דער איד' געזאלט האבן רוח הקודש מה שיקרה עמו באחרית הימים? איך מיין אז מען קריכט דא אויף גראדע ווענט. אדרבה, אויב קען מיר איינער ערקלערן בין איך גרייט צו הערן.

איך געדענק קלאר ווי טאג ווי מענטשען האבן דאן געשריגן אז מ'דארף אזא איינעם לאזן אין תפיסה! ס'געווען אן אפיעל אין בית המדרש, און די דעמאלסדיגע קאווע שטיבל אידן האבן געהאט רוח הקודש.

איך האב עס גראדע דעמאלט'ס געהערט פון אייוועלט אידען, מען האט נישט געמיזט זיין א קאווע איד צו קומען צו דעי השגה.

פישלע העררינג » מיטוואך אפריל 23, 2014 9:07 pm

· #196890
@שמעקעדיג,

מתחילה האב איך עס געהאלטן אינמיטן אויסשטעלן אויף וואורד, ווי איך האב שוין געוואוסט וויאזוי צו מאכן די לינקס צו די ארטיקלען. לבסוף האט מען מיך פארשאפט אינדיזיין, וואס זייענדיג א גרינע מיט די סארט קאמפליצירטע פראגראם'ס איז יעדע פיטשער א גאנצע דערלערעניש געוועהן, האב איך געלאזט די לינקס פאר א צוייטס מאהל.

לגבי די הגדה, על טעם וריח אין להתווכח. איך זעה אין דעם א שטיקל קריעטיוויטי און עקסייטמענט. אסאך הערליכע אלטע ארטיקלען וואלטן נישט ארויף צום אויבערפלאך אלמלי איך מאך עס סתם א געהעריגע פסח'דיגע אויסגאבע וואס אנטהאלט בלויז פסח'דיגע שמועסן.

לגבי די כמות, באמת איז 146 בלעטער נישט אזויפיהל. עס לייענט זיך גאנץ שנעל. והאמת אגיד, אז איך האב אנגעגרייט איבער 60 ארטיקלען ביז'ן סוף פון די הגדה, אבער איך האב נישט אנגעיאגט עס אויסצושטעלן, ועוד חזון למועד.

אלץ א הערה כללית, איז וויכטיג צו באטאנען אז תהיה הסיבה פארוואס איך טוה עס אשר תהיה, וועלן אלץ זיין אזוינע וואס וואלטן "אנדערש" געטוהן. אויב איז עס פראדאקטייוע קריטיק (למשל, איינער האט מיך מעורר געוועהן אז אין די פריערדיגע אויסגאבעס האב איך געלייגט מאמרים וואס פארנעמען זיך מיט אונז ניקס צווישן זיך, כדוגמת דער מושכל ראשון ארטיקל, וכדומה, האט יענער מעיר געוועהן אז דאס איז בבחינת אינסייד דזשאוק וואס א פרעמדע לייענער עפרישיעיט נישט בכלל, וקבלתי את דבריו. אדער לדוגמא א צווייטער האט מיך מעורר געוועהן צו קלויבן פאסיגע מאמרים לויט די סומע פון מינימום לייקס וואס יענער מאמר האט באקומען פון באזעסענע ניקס, און אזוי בורר זיין די אוכל מן הפסולת - דאס אלעס איז פשוט'ע קאנסטראקטיוו קריטיק) וואס ווערט געזאגט מיט'ן ציהל צו העלפן אז עס זאל לייכטער און שענער אנקומען דאס ארויסגעבן, יישר חיל פון ווער עס האט עפעס צו זאגן, און עס וועט זיין כענבי הגבן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל על הלב.

לגבי די טעויות, אויב איז דער מאמר פון א שטארק אקטיווע ניק וואס איך ווייס אז ער קוקט זיין אישי טעגליך און ריספאנד שנעל, פראביר איך יענעם צו שיקן אן אישי מיט א לינק צו דער מאמר און איך אפפער די אפערטיוניטי עס משפר, מאריך, מקצר, מגיה צו זיין. אסאך שרייבער קענען אויף דעם מעיד זיין. - איך אליינס פראביר אין די שנעלעקייט איבערצולויפן מיט די אויגן צו זעהן אויב עס דארף עפעס געשניטן אדער געטוישט ווערן און איך טויש עס אליינס. נישט אייבעיג קען מען אבער אזויפיהל פארעכטן, און פרידיש איז אויך א שפראך.

איעדן פאל, יישר כח פאר דיינע באמערקונגען.

נ.ב. איך מיין, אז דער דאזיגע אויסגאבע איז באמת געוועהן א עידית שבעידית. אלע ארטיקלען זענען הערליך און באלערנד וואס רעדן קלארע דיבורים ויש דברים בגו נישט סתם דברים של מה בכך און הוילע לופט מיט א פי די עף מצורף אליו... אפילו תחכמוני'ס מאמר, האב איך געהאלטן נאך אסאך איבערטראכטן, אז היות עס איז מושתת אויף דברי הראשונים כמלאכים, כמעט שטיקל ביי שטיקל, בין איך נישט דער וואס דארף מכניס זיין ראשי ביין ההרים פון די ראשונים, און אין לך בו אלא חידושו און תוכו אכל קליפתו זרק פאר וועמען עס געפעלט נישט - די ראשונים אויף וועמען ער איז זיך סומך גייען נישט אוועק גיין אויב מיר פארמאכן זיך די אויגן און מיר זעהן זיי נישט. זיי זענען שריר וקיים, און מיר מעגן עס וויסן.

דאס מיינט אבער נישט צו זאגן אז איך וויל נישט הערן פון ענק. איך וויל ז-י-י-ע-ר שטארק הערן פון ענק בנוגע די תוכן, אויסשטעל, וכו. נישט הוילע קאמפלימענטס, נאר וואס איז געוועהן ענקע מיינונג בשעת'ן לייענען. עטס פארשטייטס וואס איך מיין.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 12:01 am

· #196952
שמעקעדיג
כאטש איך פארשטיי נישט פארוואס די הגדה קומט אריין דארט,

צי קענען לייגן ראובן'ס ארטיקעל איבער העלבראנס אינטער די ''רשע מה הוא אומר''

פישלע העררינג » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:49 am

· #197005
נולד מאוחר
שמעקעדיג
כאטש איך פארשטיי נישט פארוואס די הגדה קומט אריין דארט,

צי קענען לייגן ראובן'ס ארטיקעל איבער העלבראנס אינטער די ''רשע מה הוא אומר''

נישט ריכטיג, עס איז געוועהן אונטער "ואף אתה הקהה את שיניו" - יחי ההבדל הקטן.

אריק » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 6:04 pm

· #197099
again it doesn't work.

מ גפני » פרייטאג אפריל 25, 2014 10:09 am

· #197190
פישל'ע העררינג

לגבי די כמות, באמת איז 146 בלעטער נישט אזויפיהל. עס לייענט זיך גאנץ שנעל. והאמת אגיד, אז איך האב אנגעגרייט איבער 60 ארטיקלען ביז'ן סוף פון די הגדה, אבער איך האב נישט אנגעיאגט עס אויסצושטעלן, ועוד חזון למועד.
[/]

just my humble opinion, די קענסט עס נאכאלס צוענדיגן, שטעל עס אויס אונטער א רואיגע געמיט קיינער יאגט דיך נישט יעצט, אזוי אויף קומענדיגן יאר וועסטו האבן א דבר השלם (אוודאי וועט זיין סחורה איבער'ן יאר וואס וועט זיין ראוי צוגעלייגט צו ווערן)

אויס מענטש » פרייטאג אפריל 25, 2014 10:52 am

· #197194
פ ילפארביג
י כולדיג
ש כלדיג
ל עבעדיג

א טייל פון דיינע מעלות א גרויסע יישר כח פאר יד געוואלדיגע ארבעט ווי דער פסוק זאגט וידג"ו לרוב בקרב הארץ.

יעצט מיינע דריי צענט. די ארטיקל פון תחכמוני איז צו קאנטריווערסיאל, און אפי' עס איז טאקע מיוסד אויף כמה דברי ראשונים, איז דאס נאר פאר איינער וואס גייט דאס לערנען בתוך ספריהם, און נישט מלקק ליקוקים זיין פון עפעס אן ארטיקל וואס קען האבן א השפעה אנדערש ווי די ראשונים און אחרונים זעלבסט האבן געוואלט.
חכמה דארף מען זיכן און ניטש עס געבן פאר יעדן נער.
דאס איז קלאר און כלל פון די ווערטער פון די משנה, "חכמים הזהרו בדבריכם וכו'"

ובזה אצא בשלום מן הגודש בברכת שים שלום.

אויס מענטש » פרייטאג אפריל 25, 2014 10:55 am

· #197195
א שאד ווייל אין מאחורי איז מען אפט יא גומר...

שפתים ישק » זונטאג אפריל 27, 2014 5:33 pm

· #197501
פפפפשיהא!!!

שפתים קישאקTM!

באקומען ב"ה אויף בליץ פאסט פון א חבר. העעעעעעערליך.

נעגעל וואסער » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 9:54 pm

· #416735
Re: הגדה של פסח * קאווע בלעטער * חלק א' - ב' - ג'
בהשגחה פרטית בין איך דא אריין געפאלן.
ווי קען איך נאך אמאל זעהן די קאווע בלעטער?

קאצקע ציקער » פרייטאג נאוועמבער 16, 2018 4:32 am

· #416748
נעגעל וואסער
בהשגחה פרטית בין איך דא אריין געפאלן.
ווי קען איך נאך אמאל זעהן די קאווע בלעטער?


אלעס איז נאך דא דאנט ווארי
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9485">viewtopic.php?f=52&t=9485</a><!-- l -->

יהודי פשוט » זונטאג נאוועמבער 18, 2018 2:09 am

· #416789
Re: הגדה של פסח * קאווע בלעטער * חלק א' - ב' - ג'
קאצקע ציקער
נעגעל וואסער
בהשגחה פרטית בין איך דא אריין געפאלן.
ווי קען איך נאך אמאל זעהן די קאווע בלעטער?


אלעס איז נאך דא דאנט ווארי
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9485">viewtopic.php?f=52&t=9485</a><!-- l -->
דארט איז נאר דא חלק א'