☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מיין עכטע און פאלשע ביאור חמץ

מיין עכטע און פאלשע ביאור חמץ

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6268

13'טע עוועניו » מאנטאג אפריל 14, 2014 2:15 pm

· #196169
מיין עכטע און פאלשע ביאור חמץ
עס איז מיר שווער אריבער צי שרייבן די גאנצע מעשה אין יידיש. איך וויל שערן די מעשה ווייל עס מאכט מיך פילן גוט און ווייל מען קען זיך אסאך ארויס לערנען פין דעם.

איך האב היינט צוויי מאל געמאכט די מצוה פון שריפת חמץ. איין מאל די עכטע און איין מאל די פאלשע. ליינט די קורצע מעשה דא אין האט הנאה.

א כשרע פרייליכע פסח.

בן תמליון » מאנטאג אפריל 14, 2014 2:22 pm

· #196170
שיין. א שאד עס איז נישט אין אידיש. ביי אונז דא קענען מאנכע נאר אידיש.

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 14, 2014 6:28 pm

· #196209
זייער שיין פון אייך.
אגב, מ'איז טאקע נישט כולל אינעם ביטול די 10 ברעקלעך, כדי ס'זאל זיין א עכטע ביעור חמץ.

פישלע העררינג » מיטוואך אפריל 16, 2014 9:41 pm

· #196210
אגב, זיין חיסרון ידיעה פון א געהעריגע טעם פאר די 10 ברעקלעך מאכט עס נישט פאר א פאלשע אדער אומוויכטיגע חלק פון די מצוה. אז זיינע אויגן האבן שוין זא ווי זא געקוקט אויף א הייליגע בילד פון דעם מנחת אלעזר, קענען זיי שוין קוקן אין די ספרים הקדושים בענייני חג הפסח, אדער אין די ספרי הפוסקים אויף הלכות פסח, און ער וועט האפענטלעך קלוגער ווערן און זיך דערוויסען אז יש דברים בגו, און מען טוהט דאס נישט כדי שישאלו התינוקות, נאר עס איז א אינטעגראלע חלק פון די מצוה.

אבער דאס אהיימנעמען אן אלטע איד איז באגריסענדווערד. בכלל נישט פאסיג פאר א "בארא פארקער"... ומתוך גוררת מצוה וכו' וכו'.